הינוקא כ"ק מרן אדמו"ר מבאניע שליט"א
89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14575
הינוקא כ"ק מרן אדמו"ר מבאניע שליט"א
אין די יעצטיגע טעג קומט אריין די נייעס, אז עס איז געווארן א נייע רבי אויף די גאס, האדמו"ר ר' יעקב יצחק לייפער שליט"א מבאניע. ער גייט פירן די וואך א שבת, איך זאג אייך... אוחח... די קוגל... בקיצור, קרעטשניף, באניע, נאדבורנא... ס'גייט זיך גיסן אורות דארט...
ערנסט גערעדט, א נייע רבי אויף די מארקעט. דער רבי האט אסאך ידידים ומעריצים, אין וויליאמסבורג, מאנסי און ווי אימער. מ'זאגט אויף אים אז ער איז אן אייגנארטיגער כאראקטער און ער וועט נאך איין טאג זיין א גרויסער רבי און פועל ישועות כדרך אבותיו ורבותיו.
וויל איך דא אויסשמועסן צווישן די וואס קענען אים, די אייגנארטיגקייט און געשמאק פון דעם נייעם רבי'ן. איך בין זיכער אז ס'זענען דא אסאך וואס קענען אים און קענען צוגעבן צו דעם שמועס.
אין קורצן, איז ער א יונגערמאן מלא חן, שטארק חסידי'ש און חניוקיש, אסאך געווייקט ביי אדמורי בית נאדבורנא וקרעטשניף. אין ירושלים געדענקען מיר אים זיצן אין אושפיצין, תחת הנהגת ר' מנחם ווייס, אבער נישט נאר דארט... וואו ס'איז געווען א גוטע וואונקל, אדער א נאדבורנא ווינקל, איז ער שוין געשטאנען דארט און גענאשט. ער איז א געוואלדיגער בקי במנהגי ועניני החסידות בכלל, און לבית נאדבורנא בפרט. ער קען גוט נוסח ובפרט נוסח לבית נאדבורנא. זיין פנים און געשטעל אליין זאגט אויס נאדבורנא, און טאמער וועט ער באקומען א שניט און די האנט, וועט רינען פון דארט נאדבורנא.
אויסער דעם איז ער א גרויסער בעל חסד, א שדכן, און א געשמאקער חשוב'ער חסידי'שער יונגערמאן, און אצינד א פועל ישועות אויך.
אה, שיער נישט פארגעסן... א ינוקא אויך!
ווער קען זאגן נאך?
לעבן זאל באניע, לעבן זאל דער נייער קרוין פרינץ.
ער קוקט אויס צו קענען אנפילן דעם חלל...
איז איז א ברודער מיטן סאדיגורא ינוקא, און זענען די דאזיגע צוויי ינוקא קדושתא'ס אייניקליך פון די סטאלינע ינוקא?
אלגעמיינע ציווילע בירגער, וואס זייערע זיידעס האבן נישט אויפגעשטאפט די הכנה בודקעס אין פרמישלאן און חאצצק, קענען זיך אויך דעראבערן דאס טיטול ינוקא? אדער דאס איז בלויז רעזעווירט פאר די וואס האבן שטיפן בילקעס און טינקן זיך אין שמאלץ הערינג?
און א קדוש מרחם נישט? שייגעץ ארויס!
יעניקע הייסט ווער ס'איז יונג א פירער, וואס מאכט אויס וואס זיין ווערדע איז?
קאך_לעפלאיז איז א ברודער מיטן סאדיגורא ינוקא, און זענען די דאזיגע צוויי ינוקא קדושתא'ס אייניקליך פון די סטאלינע ינוקא?
אלגעמיינע ציווילע בירגער, וואס זייערע זיידעס האבן נישט אויפגעשטאפט די הכנה בודקעס אין פרמישלאן און חאצצק, קענען זיך אויך דעראבערן דאס טיטול ינוקא? אדער דאס איז בלויז רעזעווירט פאר די וואס האבן שטיפן בילקעס און טינקן זיך אין שמאלץ הערינג?
וואס עפעס? איך האב אויך א לעכטיג זון, מיין ינוקא'לע, ער איז זייער באטעמט, שפילט זייער שיין מיט זיינע טויס, פון צייט צו צייט עסט ער קוגל און צומאל טיילט ער זיינע שיריים פאר אנדערע אינקלודינג באט נאט לימיטעד טו זיינע חברים, משפחה, טישטעך, און פאדלאגע.
ער זינגט זייער שיין זמירות, צומאל שטימט עס טאקע נישט מיט די ריטעם אבער מי יעמוד בסוד קדושים, ער בענטשט זייער ערליך ביז הזן את הכל כנהוג אצל הינוקא'ס מקדמת דנא.
ער וואונטשט כמעט נישט אבער יודעי דבר ווייסן צו פארציילן אז דאס קומט פון זיין געוואלדיגע איינגעהאלטנקייט.
א מעשה פלא האט פאסירט מיט איהם לעצטע וואך ווען ער האט בשום אופן נישט געוואלט ארויפגיין אויפן חדר באס נאך עטליכע שעה האט זיך טאקע ארויסגעוויזן אז אויפן באס איז יענע טאג געקומען א אנדערע ינוקא מיט א סנעק וואס זיין מאמע האט צוריקגעברענגט פון ארץ ישראל מיט העברעאישע אויפשריפטן דערויף, מיין ינוקא האט ברוח קדשו שוין מרגיש געווען אז ער גייט נישט שעירן נאך א ענליכע אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט עטליכע וואכן צוריק.
אסאך מאל וואונדער איך זיך פון ווי ער נעמט די כוחות, אבער נאכן איבערקוקען די בילדער פון מיינע קינדער יארן זעה איך אז איך בין אויך געווען א ענליכע ינוקא ויפה כח הבן מכח האב.
ער איז טאקע נישט קיין קרעטשניף'ע אייניקל אבער נאכן נאכגיין אונזער משפחה יחוס שטעלט זיך ארויס אז מיר שטאמען פון דורי דורות ינוקות בן אחר בן ביז אברהם אבינו מיט אלעס אינדערמיט.
הא ניחמתנו... ניחמתנו...
אין זוהר הק פרשת בלק איז פארהאן הייליגע סודות התורה אויפן פסוק: והיה ביום ההוא יצאו מים חיים מירושלם חצים אל הים הקדמוני וחצים אל הים האחרון, וואס א געוויסע ינוקא האט מגלה געווען.
חסידים פראבירן צו פארגלייכן זייער ראצער'ליך רבי'ס צו דעם דאזיגער ינוקא רח''ל. אפגעזען פון דעם וואס זיי שפירן נאך אלע טעמים אינעם אבר מן החי... פאר ווער ס'פארשטייט...
אבשלום בן מעכהאין די יעצטיגע טעג קומט אריין די נייעס, אז עס איז געווארן א נייע רבי אויף די גאס, האדמו"ר ר' יעקב יצחק לייפער שליט"א מבאניע. ער גייט פירן די וואך א שבת, איך זאג אייך... אוחח... די קוגל... בקיצור, קרעטשניף, באניע, נאדבורנא... ס'גייט זיך גיסן אורות דארט...
ערנסט גערעדט, א נייע רבי אויף די מארקעט. דער רבי האט אסאך ידידים ומעריצים, אין וויליאמסבורג, מאנסי און ווי אימער. מ'זאגט אויף אים אז ער איז אן אייגנארטיגער כאראקטער און ער וועט נאך איין טאג זיין א גרויסער רבי און פועל ישועות כדרך אבותיו ורבותיו.
וויל איך דא אויסשמועסן צווישן די וואס קענען אים, די אייגנארטיגקייט און געשמאק פון דעם נייעם רבי'ן. איך בין זיכער אז ס'זענען דא אסאך וואס קענען אים און קענען צוגעבן צו דעם שמועס.
אין קורצן, איז ער א יונגערמאן מלא חן, שטארק חסידי'ש און חניוקיש, אסאך געווייקט ביי אדמורי בית נאדבורנא וקרעטשניף. אין ירושלים געדענקען מיר אים זיצן אין אושפיצין, תחת הנהגת ר' מנחם ווייס, אבער נישט נאר דארט... וואו ס'איז געווען א גוטע וואונקל, אדער א נאדבורנא ווינקל, איז ער שוין געשטאנען דארט און גענאשט. ער איז א געוואלדיגער בקי במנהגי ועניני החסידות בכלל, און לבית נאדבורנא בפרט. ער קען גוט נוסח ובפרט נוסח לבית נאדבורנא. זיין פנים און געשטעל אליין זאגט אויס נאדבורנא, און טאמער וועט ער באקומען א שניט און די האנט, וועט רינען פון דארט נאדבורנא.
אויסער דעם איז ער א גרויסער בעל חסד, א שדכן, און א געשמאקער חשוב'ער חסידי'שער יונגערמאן, און אצינד א פועל ישועות אויך.
אה, שיער נישט פארגעסן... א ינוקא אויך!
ווער קען זאגן נאך?
ווייל איך קען דעם באס רבי וואס איז נתעלה געווארן צו א ינוקא, שמייכל איך זיך אונטער.
פלעגט זיך אסאך דרייען אין שומר שבת . איינער האט א בילד
תרומהער קוקט אויס צו קענען אנפילן דעם חלל...
וואס איז דאס ענין חוזק צו מאכן פון א אידיש קינד וואס האט דיר קיינמאל שלעכט געטון?
ווען ס'גייט אים גוט איז יעדער דא מיט גוטע ווערטער אויף זיין חשבון, אבער ווען ער איז דורך א לעבן אויף קיין שום איד געוואונטשן, זענען די אלע גוטזאגער נישט דא געווען אים צו זאגן א גוט ווארט.
דער נייער שרף פון באניע איז אויך א געוואלדיגער מבין ווען ס'קומט צו לבושי נשים און ער ווייסט פינקטליך ביי וועלכע משפחות מ'גייט א גאנצן פריזעט און ווי מ'גייט א האלבן פריזעט לכל פרטיה ודקדוקיה און ווער ס'האט ליידער משנה געווען און ווער ס'גייט מיט שווארצע שטרימפ און ווער נישט מיט א געוואלדיגן היקף אין דער גאנצער סוגיא. אויך איז ער א געוואלדיגער בקי במנהגי פעפעטע הויזן און צי מ'גייט אויך אין דער וואכן פעפעטע הויזן צי נישט און נאך אזעלכע פארצווייגטע סוגיות שעומדן ברומו של עולם וואס נאך אלס בחור האט דער רבי גע'שמ'ט אלס בקי אין סוגיות קשות וחמורות וואס לאו כל מוחא סביל דא וד"ל.
אלנפאלס, זאל דער הייליגער שרף מצליח זיין על ממלכתו און באלייכטן אידישע קינדער, ער זאל אויספירן גוטע שידוכים און געניסן פון גוטע תיקון און לקח און אונז פירן קעגן משיח'ן אינאיינעם מיט אלע אנדערע שרפים וחיות ואופני הקודש.
מוחה.
גראדער האלט איך מער פין זיין ברודער, א דורכגעווייקטער איד, וואס הערט יעדער ערב שבת דער טעיפ גוט שבת, און מוצאי שבת דער טעיפ גוט וואך.
אישתישבימוחה.
גראדער האלט איך מער פין זיין ברודער, א דורכגעווייקטער איד, וואס הערט יעדער ערב שבת דער טעיפ גוט שבת, און מוצאי שבת דער טעיפ גוט וואך.
אה, דאס האב איך געוואלט וויסן. איז דא ברודער מיט וועם מ'קען מאכן א מחלוקה? די עבר האט געוויזן אז דאס איז די בעסטע סטראטעגיע פאר סוקבעס
מפי השמועה פון מיין קאזין וואס איז געווען דארט יעצט. ס'איז געווען דארט א שטיקל הכתרה יעצט, דער רבי האט געטיילט לקח פארן עולם, מען האט געשריגן יחי אדונינו און דערנאך איז מען ארויפגעגאנגען צו די רביצין וואס האט אנגעוואונטשן. ווען מען האט געפרעגט די אלטע רביצין צי דער זוהן זאל אנטון א ווייסע בעקעשע, האט זי געזאגט אז זיכער יא, מען האט גראד געברענגט א בעקעשע און געוואלט אנטון פארן רבי'ן, אבער דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און אנטלאפן, זיך איינשפארנדיג אין א צימער.
אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן, אז איינע פון די שוואגערס האבן היינט געברענגט פארן רבי'ן א נייער זילבערנער שטעקן.
איך ברענג דא א רעקארדירונג פון נעכטן אין באניע.
📎 באניע הכתרה.mp3
אבשלום בן מעכהמפי השמועה פון מיין קאזין וואס איז געווען דארט יעצט. ס'איז געווען דארט א שטיקל הכתרה יעצט, דער רבי האט געטיילט לקח פארן עולם, מען האט געשריגן יחי אדונינו און דערנאך איז מען ארויפגעגאנגען צו די רביצין וואס האט אנגעוואונטשן. ווען מען האט געפרעגט די אלטע רביצין צי דער זוהן זאל אנטון א ווייסע בעקעשע, האט זי געזאגט אז זיכער יא, מען האט גראד געברענגט א בעקעשע און געוואלט אנטון פארן רבי'ן, אבער דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און אנטלאפן, זיך איינשפארנדיג אין א צימער.
אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן, אז איינע פון די שוואגערס האבן היינט געברענגט פארן רבי'ן א נייער זילבערנער שטעקן.
איך ברענג דא א רעקארדירונג פון נעכטן אין באניע.
פונעם רעקארדירונג הערט זיך עס ווי א גרופע ליצים..
ליב צו וויסןאבשלום בן מעכהמפי השמועה פון מיין קאזין וואס איז געווען דארט יעצט. ס'איז געווען דארט א שטיקל הכתרה יעצט, דער רבי האט געטיילט לקח פארן עולם, מען האט געשריגן יחי אדונינו און דערנאך איז מען ארויפגעגאנגען צו די רביצין וואס האט אנגעוואונטשן. ווען מען האט געפרעגט די אלטע רביצין צי דער זוהן זאל אנטון א ווייסע בעקעשע, האט זי געזאגט אז זיכער יא, מען האט גראד געברענגט א בעקעשע און געוואלט אנטון פארן רבי'ן, אבער דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און אנטלאפן, זיך איינשפארנדיג אין א צימער.
אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן, אז איינע פון די שוואגערס האבן היינט געברענגט פארן רבי'ן א נייער זילבערנער שטעקן.
איך ברענג דא א רעקארדירונג פון נעכטן אין באניע.
פונעם רעקארדירונג הערט זיך עס ווי א גרופע ליצים..
און אמת'ן אריין איז עס וואס?
ערשטהאנטיגע באריכטן קומען אריין אז דער הייליגער ינוקא מבאניע שליט"א האט נעכטן באקומען א זילבערנע שטעקן און מיט א געוואלדיגן ערנסטקייט האט זיך אפגעשפילט דער ויקח משה את המטה און דער רבי איז דערביי נסמך געווארן כדין וכהלכה בסמיכה המסורה מדור דור (עי' ערך מנשה לוסטיג) דורך גיסו האי בדחנא דמלכא הרה"ג ר' ישעי' סאקס שליט"א, וכל הרואה אומר ברקאי, ב"ה אשר לא השבית לנו גואל, זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, לאורו נסע ונלך ומינה לא תזוע.
דער מעמד איז פארגעקומען בנוכחותו של האי גאון וקדוש הסבא קדישא מסקווירא שליט"א וואס קרן אור פניו האט מעיד געווען ווי דער רבי איז זיך מצטרף צום בית דין של מעלה ובית דין של מטה צו די הכרזת צדק והכתרת מרן שליט"א, דרי מעלה ודרי מטה יגבירו בקול הן לא אלמן ישראל עוד רד ישראל עם קל חי יפתח בדורו כשמואל בדורו ב"ה אשר לא השבית לנו גואל. ווי עס ווערט איבערגעגעבן האט זיך דער סבא קדישא שליט"א אויסגעדרוקט אויפ'ן וועג ארויס פאר די משמשים בקודש אז א זילבערנע שטעקן איז נישט גענוג און אז מ'האט ממנה געווען דעם שרף פון באניע אלס איש על העדה דארף מיטקומען רכבו ופרשיו המכונה שווארצע נייע קעדילעק עם טינטעד ווינדאוס בלע"ז, ווי דער רבי האט אויסגעפירט "וכן אני נוהג" ומי יבוא בסוד קדושים.
והנה פרח מטה אהרן וכל העם רואים את הקולות אומרים קדוש קדוש קדוש ומיום והלאה גם הינוקא בנביאים מיט א שטעקן און א זילבערנע ככל אדמור"י זמנינו ולא יהיה בית באניע כהונת כפונדקת און יעצט מיט'ן נייעם שטעקן וועט דער צדיק זיכער פועלן ישועות און מייחד זיין יחודים ומשפע זו ישפע לנו ישועות ורפואות וגוטע בארכעלעך עד עולם.
<a class="postlink" href="https://twitter.com/mforshem/status/1385072013987954698?s=20">https://twitter.com/mforshem/status/138 ... 54698?s=20</a>
וגוטע בארכעלעך
טאטי, וואס מיינט בארכעס?
ככל הנראה ביסטו קיינמאל נישט געווען אין קערעסטיר אויף א שבת.
כדי צו מקיים זיין דעם "והיה עיניך רואות וכו' וכו'", קען איינער ברענגן א בילד פון רבין זאל זיין געזונט און שטארק?
די מקורבים האבן געבעטן מ'זאל עהם אויפהערן רופן שרף. נאר ליבערשט זאל מען רופן דעם רבי'ן השורף! ווייל ער פארברענט אלע פסולת מתוך אוכל כרגע כמימרא.
מנשה, הער אויף טראללן.
Re: הינוקא כ"ק מרן אדמו"ר מבאניע שליט"א
פארוואס איז ער געווארן די רבי?
[ציטאט אראפגענומען]
אויב מנשה וועט אויפהערן משוגע מאכן יעדן טאג מיט א צווייטע ניק וועט זיך די רעאקציע וואונדערליך אויטאמאטיש אפשטעלן, ויהיה לפלא.
כשם שמצווה לומר הנשמע כך מצווה שלא לומר דבר שאינו נשמע.
דער זאך איז תלוי בידי המנהלים.
וואס איז שלעכט מיט זיין טאטנ'ס שטעקן וואס דארף ער א נייע?
זקני החסידים מוטשענען דעם באניער ינוקא אנצונעמען די רבי'סטעווע, דער רבי וויל דאס נאכנישט אננעמען פולשטענדיג.
📎 זקני החסידים עם רבנו.mp3
יא! אבער בלויז בעטן מיט שיינעם, חלילה נישט צווינגן...
אבשלום בן מעכהזקני החסידים מוטשענען דעם באניער ינוקא אנצונעמען די רבי'סטעווע, דער רבי וויל דאס נאכנישט אננעמען פולשטענדיג.
חילא פאזן פון די זקני חסידים ס'סאנדט ווי עים
איך האב נאך, אבער ס'איז צי שווער ארויפצולייגן. ווער ס'קען מיר העלפן דערמיט...
פון אייוועלט:
<a class="postlink" href="https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=47149&p=2729349#p2729349">https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?f ... 9#p2729349</a>
א הערליכער שבת איז אריבער אין באניע. במשך פון ערב שבת האבן כסדר געווירבלט אידן צום בית-המדרש און הויף, געסט זענען געקומען מחוץ לעיר, ביניהם די משפחה און ידידים. פרייטאג צו נאכטס איז דער רבי אריינגעקומען מיטן טלית, זיך זעצנדיג על מקום אביו זצוק"ל צום ערשטן מאל, און צוגעגאנגען צו מנחה ערב שבת. נאכן דאווענען האט דער רבי אנגעהויבן מיטן באקאנטן נאדבורנער שלום-עליכם, און דער ציבור איז אריבערגעגאנגען זאגן גוט שבת, לברך ולהתברך. במשך א לענגערע צייט זענען מענטשן אריבערגעגאנגען, ווי אויך זענען אריבערגעקומען אידן פון אנדערע בתי מדרשים, זיך וואונטשן גוט שבת.
פרייטאג צו נאכטס ביים טיש, האט זיך פארזאמלט א געפאקטער עולם חסידים ואנשי מעשה. עס לאזט זיך זאגן אז באניע האט נאך אזא ציבור אידן נישט געזען קיינמאל. הונדערטע אידן זענען געווען פארזאמלט ביים טיש, דאס בית-המדרש הגדול איז געווען פול עד אפס מקום, בחורים און יונגעלייט זענען געשטאנען אין די הויכן, און דאס היץ איז געווען אומדערטעגליך. נישט האבנדיג פלאץ, זענען פיל אידן געשטאנען אינדרויסן און זיך געשטיפט ביי די פענסטער. דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו כל-מקדש, פארזינגענדיג די זמירות אויפן נאדבורנער שטייגער. צווישן די רבנים ואנשי מעשה, האט זיך ארויסגעשטיגן דער שווער פון רבי'ן שליט"א אינאיינעם מיט די בני המשפחה, ווי אויך אנדערע חשוב'ע רבנים פון ווילעדניק, נאפקער ועוד הרבה. ביים שטעלן וויין האט געשיקט א גרויסן פלאש וויין הרב ר' בעריש ארנסטער, מיט א גרויסן אויסשריפט "בית צדיקים יעמוד". דער רבי האט געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קדשו. אויך האט אויפגעטרעטן דער שווער פונעם רבי'ן, וועלכער האט ארויסגעברענגט די געפילן פון די דאזיגע מאמענטן, און שטארק משבח געווען חתנו כבנו, אז ער איז ראוי לאותו איצטלא, און חסידי באניע האבן זיך מיט וואס צו שטאלצירן, איבער דער איש על העדה וואס איז אצינד אויפגענומען געווארן אלס רבם ומאורם.
במשך די גאנצע צייט איז געזינגען געווארן ניגונים מיט זמירות. דער רבי שליט"א האט פארגעזינגען צמאה נפשי מיט אודה. ביים טיילן קוגל איז געווען א באזונדערע עבודה, כדרך בית צדיקי נאדבורנא, די קוגל זענען געשניטן געווארן דורך דעם רבי'ן און שפעטער דורך די געטרייע משמשים בקודש, און דער רבי האט געטיילט קוגל. א באזונדערע מאמענט איז געווען, ווען דער רבי שליט"א האט ארויפגעשיקט קוגל פאר די בחורים וועלכע נויטיגן זיך אין שידוכים, גייענדיג דערמיט בדרכי אבות, אין די וועגן פון זיין געהויבענעם פאטער, וועלכער פלעגט אינזינען האבן און אנוואונטשן בחורים וועלכע האבן זיך גענויטיגט אין א ישועה.
דער טיש האט זיך געענדיגט אין א שפעטע שעה, מיט א ריקוד אויפן זמר רננו צדיקים.
אויך שבת בייטאג איז געווען א געפאקטער בית-המדרש ביים דאווענען. שפעטער צו קידוש איז אויך צוגעקומען אן עולם פון אנדערע בתי מדרשים. פרקי אבות שבת נאכמיטאג האט פארגעלערנט דעם רבי'נס שווער. צו שלש-סעודות, האט זיך ווידער ארויסגעשטעלט דער ברייטער ציבור אידן וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן. ספירה ציילן איז געווען א באזונדערע מעמד, אויפן נאדבורנער נוסח. און דערנאך איז דער ציבור אריבערגעגאנגען לברך ולהתברך, בשעת דער רבי שליט"א איז מרעיף מברכת קדשו אויפן גאנצן עולם.
דער ציבור האט דאן אויסגעבראכן אין א געזאנג, באגלייטנדיג דעם רבי'ן לביתו נאוה קודש, בשעת דער רבי איז משפיע ברכת קדשו לרבים, און א הילכיגער אמן קלינגט אפ אינעם גאנצן חלל בית-המדרש.
זקני חסידי באניע ווייסן צו דערציילן, אז דער שבת איז געווען א היסטארישער שבת, וויבאלד אין די היסטאריע פון באניע איז נאכנישט געווען אזא התעוררות'דיגער שבת, מיט אזא ריזן ציבור אידן, נישט ביים פאטער דער אמרי מנשה, נישט ביים זיידן הרה"ק ר' מרדכי'לע. אין באניער הויף איז נאך אזא שבת קיינמאל נישט געווען. דאס איז דעריבער א גאר היסטארישער שבת, אין דער חסידות.
דער שבת וועט לאנג פארבלייבן איינגעקריצט צווישן די אנוועזנדע, און מען וועט נאך לאנג רעדן דערפון.
ס’הייבט זיך אן מיט א זשאוק, און מ’ווייסט נישט וויאזוי ס’גייט זיך ענדיגן.... מענטשן וועלן זיך שווערן אין די מופתים פונעם באניע צדיק זאל זיין געזונט.
<a class="postlink" href="https://bshch.blogspot.com/2021/04/blog-post_8698.html">https://bshch.blogspot.com/2021/04/blog-post_8698.html</a>
פין די ווידיאס זעהט אויס ווי דער ינוקא פארשטייט א עסק.
.
איך קען דעם נייעם באניע רבי נאך פון אלס בחור. די אלע מענטשן טרייבן ליצנות אויף זיין חשבון. ער האט זייער ליב רביסטעווע ענינים, און די אלע מענטשן פארשטייען אז ער פילט זיך גוט אז מ'רעדט אים איין אז ער איז א רבי. אבער די שאלה איז וואו גייט זיך דאס ענדיגן. דער עולם גייט נישט האבן געדילד אנצוגיין מיט די ליצנות אויף אייביג. די ברענגסט אים ארויף הויך אין זיינע דמיניות אז ער איז א רבי, און נאכדעם וועט ער בלייבן אליינס א חוזק.
שיח ושיגאיך קען דעם נייעם באניע רבי נאך פון אלס בחור. די אלע מענטשן טרייבן ליצנות אויף זיין חשבון. ער האט זייער ליב רביסטעווע ענינים, און די אלע מענטשן פארשטייען אז ער פילט זיך גוט אז מ'רעדט אים איין אז ער איז א רבי. אבער די שאלה איז וואו גייט זיך דאס ענדיגן. דער עולם גייט נישט האבן געדילד אנצוגיין מיט די ליצנות אויף אייביג. די ברענגסט אים ארויף הויך אין זיינע דמיניות אז ער איז א רבי, און נאכדעם וועט ער בלייבן אליינס א חוזק.
איך גלייב ער ווייסט אליינס אז ס'איז נאר א וויץ די גאנצע זאך
ער דארף נאר ניין מענטשן ביז די קינדער וואקסן אויף.
איך האב גערעדט צו איינעם וואס האט גערעדט צו אים פערזענליך, אז ער איז זייער אנגעווייטאגט אויף די אלוועלטליכע ליצנות וואס גייט פאר אויף זיין חשבון, ווי למשל די נייע גלעזער געקויפעכטס.
מ'קען קלאר זען אויף די קליפס ווי אומבאקוועם ער איז
ער פלאנט בכלל נישט צו אנהייבן פירן מער רביסטיווע ווי וואס ער האט געטון ביז יעצט, און ס'קומט אים בכלל נישט אזא עונש צו ווערן ללעג ולקלס איבער די גארער וועלט.
ער פארשטייט שוין איינמאל וואס גייט פאר..
והי' כי יצעק אלי....
איך האב געזעהן אויף די איזרעילי טוויטער אקאונטס ווי מ’איז ביזי מיט די נייע באניע חסידות, ס’קוקט אויס ווי זיי כאפן נישט די זשאוק, אדער אפשר שפילן זיי מיט.
מיליאנעראיך האב גערעדט צו איינעם וואס האט גערעדט צו אים פערזענליך, אז ער איז זייער אנגעווייטאגט אויף די אלוועלטליכע ליצנות וואס גייט פאר אויף זיין חשבון, ווי למשל די נייע גלעזער געקויפעכטס.
מ'קען קלאר זען אויף די קליפס ווי אומבאקוועם ער איז
ער פלאנט בכלל נישט צו אנהייבן פירן מער רביסטיווע ווי וואס ער האט געטון ביז יעצט, און ס'קומט אים בכלל נישט אזא עונש צו ווערן ללעג ולקלס איבער די גארער וועלט.
ער פארשטייט שוין איינמאל וואס גייט פאר..
והי' כי יצעק אלי....
איך האב אויך גערעדט צו איינעם וואס האט גערעדט צו אים פערזענליך אז זייט ער איז געבוירן האט ער נאכנישט געהאט קיין גוטע וואך אין זיין לעבן ווי די וואך.
אויף די קליפ וואס פארט ארום ווי ער גייט ארויס פון שול מיט׳ן טלית אין די הענט זעהט אויס ווי ער גייט אט אט אויספלאצן אין א געוויין, קען זיין אז ער האט הנאה געהאט פארדעם און נאכדעם אבער אין יענע מינוט האט ער זיכער נישט הנאה געהאט, ס׳איז א גרויסע רחמנות אז ער איז אויפגעוואקסן אין א סיסטעם וואו מ׳האט איהם נישט אויסגעלערנט צו שטיין אויף זיינע רעכטן. (שוין ווייטער מיט׳ן סיסטעם...)
אזוי ווי איר זעט פון מיינע תגובות, בין איך עטוואס מער באקאנט פון אינדערווייניג וואס גייט דארט פאר. איך קען זאגן בפה מלא, אז דער נייער רבי האלט ביי גארנישט. און איך וויל באטאנען, אז ער וואלט געקענט ווערן א גרויסע זאך, ער האט עס אין די בלוט פאר ווער עס קען אים. יא, קען זיין אז ס'וואלט פון אנהויב געווען א דזשאוק, אבער ס'וואלט געווארן ערנסט, בלי ספק. יעדער וואס קען אים ווייסט דאס. אבער ער האלט נישט דערביי. מען זאגט אז ס'קומט פון זיין רביצין, זי וויל דאס נישט, און איך האב געהערט פון א פרוי וואס איז געווען ביי ניחום אבלים, און זיין רביצין האט זיך באקלאגט, אז מען זאל אים אפלאזן, ער דארף נישט ווערן קיין רבי און ס'איז פונקט גוט אזוי ווי ביז יעצט.
איך קען אייך דערציילן אפאר זאכן פון אינערווייניג.
יעדער ווייסט אז זיין טאטע פלעגט פראווען א ל"ג בעומר הדלקה. מען האט אים יעצט אויך געוואלט צושטעלן א הדלקה, און גאנץ זיכער אז ס'וואלט געווען דארט א שיינער עולם, ושבת יוכיח, בפרט ווען ס'איז אינדערוואכן בשעת דער עולם לויפט ארום, און יעצט איז מען הייס צו אים... ער האט בשום אופן נישט געוואלט הערן דערפון. אגב, דעם שטעקן האט ער באהאלטן און קיינער ווייסט נישט וואו ס'איז. און דאס איז שוין נאכדעם וואס זיין טאטע איז געגאנגען א שטעקן.
איך ווייס אויך פון א ערנסטע גרויסע ישיבה, מיט אפאר הונדערט בחורים, וואס האבן אים געוואלט רופן אויף א שבת, וויבאלד די וואך דאנערשטאג איז די יארצייט פון ר' הערשעלע קרעטשניפער, ביי וועמען די רבי איז שטארק מקושר. די ישיבה האט אים צוגעזאגט צוויי טויזנט דאלער (ס'איז דא דארט אסאך בחורים וועלכע זענען מקושר מיט קרעטשניף), אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט גיין. מ'האט אים געבעטן אז ער זאל פירן א טיש אין טאג פון יארצייט, דאנערשטאג, א טיש פון א שעה צייט, מ'האט אים צוגעזאגט דערויף אכט-הונדערט דאלער, אבער ער האט נישט געוואלט הערן דערפון. און דאס איז נאך וואס דער רבי איז ידוע, פאר א שונא בצע אויף צוריקוועגס, וד"ל... ער האט בשום אופן נישט געוואלט גיין, און מ'פראבירט נאך יעצט צו פועל'ן ביי אים, ער וויל דערפון נישט הערן.
לאמיר רעדן קלאר:
דער עולם מיינט אז מ'מאכט סתם ליצנות. ס'איז נישט אזוי! - די מתפללי בית-המדרש, משפחה, ידידים און מעריצים, האבן אן אינטערעסע אז די זאך זאל ווייטער אנגיין. מען זעט דא א כלי וואס מען קען דערפון עפעס בויען. פאר ווער עס קען דעם רבי'ן, איז דאס נישט קיין סוד אז ס'קען עפעס דערפון ווערן. זעהענדיג אז ער קווענקלט, טוט מען וואס מען קען נאר אים גרויס צו מאכן, אים זעלבסט אריינגעבן די קאנפעדענט אז ער קען, און ער קען טאקע. ער פארשטייט נאך אזוי גוט ווי אסאך היינטיגע רבי'ס מיט חסידים, און ער איז נאך אזוי ערליך און ערנסט ווי אסאך היינטיגע רבי'ס, מען וויל דאס אויפבויען, לתועלת בית-המדרש און להמשכת תפארת המשפחה. אלע זיינע ארומיגע זענען אינטערעסירט דערין. מאכט מען דעריבער א טראסק, והראיה, דער שבת קומט נישט צופיס. דאס האט געקאסט געלט, צעטליך מיט אלעס, מענטשן האבן באצאלט דערפאר. דאס בית-המדרש האט מען רענאווירט, דאס האט אריינגעצויגן אין די טויזנטער... מענטשן צאלן נישט אזויפיל געלט פאר א גלאטע דזשוק, מען וויל עפעס דערפון, און מען האפט אז ס'וועט עפעס ווערן. וואס קלערט איר? - ער איז שוואכער פון ווערעצקי מיטן פשטו? - אפילו נישט שוואכער פון דער רבי ר' מיכל'ע פון נתניה, און זיכער נישט פון זיינע קינדער... ער האט אן עתיד מיט א כח, די פראפעגאנדע ווערט געטון פאר א סיבה מיט א צוועק.
אבער וואס זאלן מיר טון? - דער רבי האלט ערנסט נישט ביי דערביי, אפילו פאר געלט אויך נישט.
אין דעם געלעגנהייט וועלן מיר טאקע בעטן, ווער עס קען האבן א השפעה, ווער עס קען עפעס טון אין דעם הינזיכט, זאל פראבירן צו משפיע זיין אויפן רבי'ן אז ער זאל אננעמען די שבט ההנהגה מיטן גאנצן שטארקקייט. יעדער האט געהערט די ברכה פון דער סקולענער רבי, וועלכער האט אים צוגעזאגט אז זיינע ברכות וועלן מקוים ווערן (אגב, פארוואס מיינט איר האט אים סקולענע רבי אזוי מחזק געווען? - איר טראכט טאקע אז ס'איז נישט געווען קיין הכנה פון פריער? - מ'האט נישט דערציילט דעם סקולענע רבי, אז ער וויל נישט הערן פון קיין הנהגה? - עפעס איז דא געווען פריער...) יעדער איז אינטערעסירט אין זיין הצלחה, אנגעהויבן פון זיין אייגענע משפחה פון ביידע זייטן, די מתפללי בית-המדרש, און זיכער זיינע ידידים פון אלע מאל.
ווער עס קען זאל משפיע זיין אויף אים און אים נישט אפשוואכן.
און דער אויבערשטער זאל טאקע העלפן, אז ס'זאל ארויסקומען גוטס דערפון, ער זאל טאקע קענען מצליח זיין, פירן דאס בית-המדרש, מחזק זיין אידן, אויפהייבן אידן ברוחניות און בגשמיות, וואונטשן ברכות און נאכגיין די וועגן פון זיינע עלטערן און זיידעס, און בזכות זה זאלן מיר זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה בימנו אמן.
Re: הינוקא כ"ק מרן אדמו"ר מבאניע שליט"א
וזאת למודעי, איך בין אויך מקושר צו קרעטשניף.
געב אהער די צוויי אלפים....
אבער דו דארפסט אויך נעמען די זילבערנע שטעקן מיט די קעצי גלעזער
איך האלט אויך אז די רבי שליט"א איז פיינע נייעס, פון די סארט רבי'ס/בנש"ק וואס וויל עס זאל פאר יענעם גוט גיין.
בכלל קוקט ער אויס ווי א פיינער.
אבשלום בן מעכהאיך קען זאגן בפה מלא, אז דער נייער רבי האלט ביי גארנישט.
פאסט נישט פאר אייך...
רביה''ק זי''עאויף די קליפ וואס פארט ארום ווי ער גייט ארויס פון שול מיט׳ן טלית אין די הענט זעהט אויס ווי ער גייט אט אט אויספלאצן אין א געוויין, קען זיין אז ער האט הנאה געהאט פארדעם און נאכדעם אבער אין יענע מינוט האט ער זיכער נישט הנאה געהאט, ס׳איז א גרויסע רחמנות אז ער איז אויפגעוואקסן אין א סיסטעם וואו מ׳האט איהם נישט אויסגעלערנט צו שטיין אויף זיינע רעכטן. (שוין ווייטער מיט׳ן סיסטעם...)
יא, כידוע די גויים וואס וואקסן אויף אן קיין סיסטעם, זיי שטייען אויף זייערע רעכטן און וויינען טאקע קיינמאל נישט. ויהי לפלא.
מפיל קינד
יא, כידוע די גויים וואס וואקסן אויף אן קיין סיסטעם, זיי שטייען אויף זייערע רעכטן און וויינען טאקע קיינמאל נישט. ויהי לפלא.
כאנישט קיין אהנונג וואס דו ווילסט, יעדער מענטש אויף דער וועלט וואקסט אויף אין א סיסטעם, אידן ווי גוים צוגלייך. דער רבי זז"ג, אויב פארשטיי איך וואס גייט דארט פאר, איז כנראה אויפגעוואקסן אין א סארט סיסטעם כנ"ל.
אבשלום, שטותים האט אויך א שיעור.
אין אנדערע נייעס האט דער רבי געגעבן היינט אן אינטערוויו אויף קול בחצרות.