☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » דאס אויפשטאנד אין ווארשא!

דאס אויפשטאנד אין ווארשא!

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14574

קאך_לעפל » מיטוואך אפריל 21, 2021 9:53 am

· #470928
דאס אויפשטאנד אין ווארשא!
אין די דאזיגע טעג מיט אכט און זיבעציג יאר צוריק האט אויסגעבראכן די ווארשעווער געטא אויפשטאנד.
דרייסטע אידישע יונגעלייט און מיידלעך אינעם ווארשעווער געטא, האבן אנגעהויבן צו שטעלן א העפטיגע ווידערשטאנד קעגן די פארשאלטענע נאציס. פון די טיפענישן אינעם בונקער פון מילא 18 האט דער קאמאנדיר פון די פאראייניגטע אידישע מיליטערישע קרעפטן אינעם געטא, מרדכי אונאלאוויטש, ארויסגעגעבן דעם באפעל צו עפענען פייער אויף די נאציס. א באראזש פון העפטיגע שיסערייען צווישן די אידישע אויפשטענדלער און די נאציס האט אויסגעבראכן איבער די שמאלע געשלענגלטע געטא גאסן.

דער רייכספירער היינריך הימלער, האט באאויפטראגט פאר עס עס גענעראל, גרופנפירער יורגן שטרופ ימ''ש, צו נוצן אלע קרעפטן וואס שטייען אונטער זיין פארפיגונג, אונטערצודרוקן דאס אידישער אויפשטאנד מיטן גרעסטן מאס ברוטאליטעט! הויפטזעכליך האט געקרענקט פאר די נאציס די צוויי פענער וואס עטליכע העלדישע יונגעלייט, האבן אויפגעהאנגען אויפן דאך פון א הויז אינעם צענטער פונעם מוראַנאָווסקי קוואדראט: דער נאציאנאלער פוילישער פאן, ווי אויך די פאן מיטן א בלויע מגן דוד. די דאזיגע צוויי פענער האבן ארויסגערופן בייז-בלוט ביי די נאציס, עס איז געווען פאר זיי ווי א בייזער דארן אין אויג. די פענער דארפן זאפארט אראפגענידערט ווערן פאר יעדע פרייז! האט דער רייכספירער הימלער פון בערלין געדונערט, אין א טעלעפאנישע געשפרעך מיט גרופנפירער שטרופ. פאר גאנצע פיר טעג! האבן די פענער געפלאטערט מיט שטאלץ, ביז ס'איז ענדליך געלונגען פאר די נאציס עס אראפצונידערן.

דער רשע שטרופ, האט געזען ווי ער קען נישט בייקומען די אידישע אויפשטענדלער, ווארום זיי זענען געווען טיף אריינגעגראבן און בריקאדירט אין אונטערערדישע בונקערס, פון וואנעט זיי האבן געשאסן און געווארפן ברענדיגע מאלטאוו פלעשער אויף די נאציס, אומברענגענדיג מאסן נאציס, האט ער ארויסגעגעבן דאס באפעל אונטערצוצינדן די הייזער אינעם געטא אינאיינעם מיט אירע איינוואוינער. ער האט אריינגערופן ספעציעלע אייינהייטן פון די וועהרמאכט וועלכע האבן זיך אויסגעצייכענט מיט פייער-שפריצער געווער, און זיי זענען געגאנגען פון הויז צו הויז און אריינגעשפריצט פייער גאז, ביז די הויז איז אויפגעגאנגען אין העלישע פלאמען. די אויפשטענדלער זענען ארויסגעקראכן פון זייערע נארעס מיט די הענט אין די הייעך, און זיי זענען באלד פארהאלטן געווארן דורך די נאציס און אפגעשיקט געווארן צום אומשלאג פלאץ, פון וואו זיי זענען געפירט געווארן אין פארמאכטע בהמה וואגאנען קיין טרעבלינקע איז צו די גאז קאמערן. מאנכע פון די אויפשטענדלער זענען ארויסגעקומען איינגעהילט אין ברענעדיגע קליידער, און זיי האבן זיך ספאנטאן געווארפן אויף די נאציס און זיי ארום געהאלזט. אזוי אז דער נאצי זאל פארברענט ווערן אינאיינעם מיט זיי.

דער געטא מיט אירע האלב מיליאן איינוואוינער, איז אויפגעגאנגען אין העלישע פלאמען. מיט די פלאמען אינאיינעם זענען אויפגעגאנגען שווערע טויזענטער הייליגע ריינע נשמות, פון דאס שענסטע און בעסטע וואס דאס אידישער פאלק האט נאר פארמאגט. זיי זענען אבער כאטש געשטארבן מיט א גוטע געפיל, אז זיי האבן מיטגענומען וואס מער נאציס מיט זיך. זיי זענען נישט געשטארבן ווי קיין ליימענע קעלבער. ס'ווערט געשאצט אז דריי הונדערט נאציס זענען אומגעקומען אין לויף פון די שלאכטן. דאס איז אבער גאר א גרויסער אונטערשיד צו די דרייצן טויזענט אידישע קינדער (אויב נישט מער) וועלכע זענען נעבאך טראגיש גע'הרג'עט געווארן אינעם אויפשטאנד!

ווי מ'זעט אין די שריפטן וואס זענען פארבליבן פון די אויפשטענדלער, האבן זיי גאר גוט געוויסט דאס טראגישע ענדע וואס ערווארט זיי. זיי האבן געוויסט אז זיי וועלן נישט קענען באזיגן די מעכטיגע נאצישע קריגס מאשין, מיט בלויז עטליכע פּרימיטיווע האנט ביקסן און מאלטאוו פלעשער, נאר וואזשע דען? זייער נאציאנאלער שטאלץ האבן זיי נישט ערלויבט גע'הרג'עט צו ווערן אן קיין ווידערשטאנד. זייער מאטא איז געווען: יא! מיר גייען ווירקליך גע'הרג'עט ווערן, אבער נישט אליין! מיר גייען מיטנעמען וואס מער נאציס מיט זיך.

צו קומען היינט ווען מיר זיצן דא אין די פאראייניגטע שטאטן אויפן שמאלץ טעפל, און ריכטן צי די אויפשטאנד איז יא געווען אויסגעהאלטן צי נישט איז א זינלאזע.,ווארום מיר קענען זיך נישט אריינלייגן אין די שרעקליכע פארצווייפלטע אומשטענדן אין וועלכע די אידן אונטער די נאצישע מאכט האבן זיך געפונען. אבער לאמיר עטוואס אריינקלערן. דער דין פון הבא להרגך השכם להורגו, גייט אן אפגעזען אז מ'האט נישט די מינדעסטע שאנס איבערצולעבן? אדער בלויז אויסשליסליך אין א פאל ווען מ'קען זיך ראטעווען?

אישתישבי » מיטוואך אפריל 21, 2021 10:27 am

· #470933
דא קען מען זעהן וועגן מארק עדעלמאן, איינער פין די מנהיגים אין דער אויפשטאנד, וואס האט איבערגעלעבט, און פארבליבן לעבן אין פוילין ביז זיי טויט אין 2009.

גיב א שמייכעל » מיטוואך אפריל 21, 2021 11:17 am

· #470941
איינער פון די קדושים וואס זענען נעבעך דעמאלטס אומגעקימען הי"ד, איז הרה"ג רבי מנחם זעמבא הי"ד וואס האט (לויט שריפטן פון די אויפשטענדלער) געשטיצט דעם אויפשטאנד און זיי אפי' געגעבן געלט, ער איז אנגעבליך געהארגעט געווארן ווען ער האט געוואלט אריבערלויפן א גאס פון איין בונקער צום צווייטע, און זיינס א שוועסטער וואס איז געלאפען פארדעם האט סיגנאלאזירט אז ער זאל 'נישט' קומען, און ער האט פארשטאנען אז ער זאל 'יא' קומען, איז ער אריבערגעלאפען און ער איז ליידער אראפגעשאסען געווארן.

קאך_לעפל
צו קומען היינט ווען מיר זיצן דא אין די פאראייניגטע שטאטן אויפן שמאלץ טעפל, און ריכטן צי די אויפשטאנד איז יא געווען אויסגעהאלטן צי נישט איז א זינלאזע. ווארום מיר קענען זיך נישט אריינלייגן אין די שרעקליכע פארצווייפלטע אומשטענדן אין וועלכע די אידן אונטער די נאצישע מאכט האבן זיך געפונען. אבער לאמיר עטוואס אריינקלערן. דער דין פון הבא להורגך השכם להורגו, גייט אן אפגעזען אז מ'האט נישט די מינדעסטע שאנס איבערצולעבן? אדער בלויז אויסשליסליך אין א פאל ווען מ'קען זיך ראטעווען?

לויט ווי כ'האב געליינט און געזען, איז זייער פלאן געווען אז ווי מער מענטשען זאלן דאן קענען אנטלויפן און זיך ראטעווען, די גאנצע אויפשטאנד איז געקימען נאך וואס זיי האבן באקומען אינפארמאציע אז די געטא גייט ווערן ליקוואדירט, האבן זיי געמאכט דעם חשבון פן הכל רווח...

אלע צוזאמען » מיטוואך אפריל 21, 2021 12:51 pm

· #470949
גיב א שמייכעל

הרה''ק ר' מנחם זעמבא הי''ד איז נישט געווען די איינציגסטע תורה אטאריטעט וואס האט געשטיצט די אויפשטאנד, ס'געווען נאך עטליכע, און די סיבה דערצו איז זייער פשוט, יעדער האט שוין געוויסט אז פון דארט גייט מען קיין 'אוישוויץ' וואס איז די לעצטע סטאנציע, דעריבער איז חיי שעה אויך געלעבט.
די נומער פון 300 נאציס איז וואס די נאציס אליינס האבן ארויסגעלייגט, אבער אנדערע מקורות געבן אן א סאך העכערע ציפער.

תרמב » מיטוואך אפריל 21, 2021 1:59 pm

· #470954
לכאורה ווען ס'זאל ווען פארקומען א ווידערשטאנד אין יעדע אידישע שטאט וואלטן אומגעקומען סאך ווייניגער ווי 6 מיליאן אידן,די נאצי'ס האבן גענוצט זייער ווייניג מענטשן קראפט צו איינזאמלען די אידן, זיי האבן גוט פארנערט דעם עולם מיטן הילף פון אידישע עסקנים ליידער און זיי זענען געגאנגען נעבעך ווי שעפעלעך צום שחיטה, ס'קען זיין אז די ווארשאווא אויפשטענדלער האבן טאקע נישט באוויזן צו ראטעווען די אידן פון ווארשא אבער זיי האבן באוויזן אראפצוהאלטן די נאציס און פארשטייטערן זייערע רציחות אין אנדערע פלעצער.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אפריל 21, 2021 2:15 pm

· #470958
תרמב
לכאורה ווען ס'זאל ווען פארקומען א ווידערשטאנד אין יעדע אידישע שטאט וואלטן אומגעקומען סאך ווייניגער ווי 6 מיליאן אידן,די נאצי'ס האבן גענוצט זייער ווייניג מענטשן קראפט צו איינזאמלען די אידן, זיי האבן גוט פארנערט דעם עולם מיטן הילף פון אידישע עסקנים ליידער און זיי זענען געגאנגען נעבעך ווי שעפעלעך צום שחיטה, ס'קען זיין אז די ווארשאווא אויפשטענדלער האבן טאקע נישט באוויזן צו ראטעווען די אידן פון ווארשא אבער זיי האבן באוויזן אראפצוהאלטן די נאציס און פארשטייטערן זייערע רציחות אין אנדערע פלעצער.

איבער׳ן זיך איינהאנדלען געווער <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/421699">viewtopic.php?p=421699#p421699</a><!-- l -->

איבער די אידישע עסקנים <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/437996">viewtopic.php?p=437996#p437996</a><!-- l -->

תרמב » מיטוואך אפריל 21, 2021 2:25 pm

· #470959
ס'איז דא ספר פון מונקאטשע רב, הה"צ ר' ברוכ'ל ז"ל, מיטן נאמען בינת נבונים, ווי ער שרייבט אין די הקדמה דאכצעך מיר אז ווען מ'נעמט ווען געווער אין די הענט אריין, אפילו די עולם וואלט נישט געוויסט וויאזוי צו שיסן וואלט די גאנצע בילד אויסגעקוקט אנדערש, די רשעים האבן געשיקט צעהן נאציס צאמצונעמען א שטעטל מיט טויזענט אידן, ווען זיי זאלן ווען דארפן א נאצי פאר יעדע הויז וואלטן זיי נישט געקענט אויספירן זייערע רציחות אזוי שנעל.

אלע צוזאמען » מיטוואך אפריל 21, 2021 2:48 pm

· #470963
אגב, די אויפשטאנד וואלט געווען סאך מער סוקסעספול ווען די פולישע אונטערגרונד האלט אן זייער צוזאג פון אריינשמוגלען געווער, נאר וויבאלד עשיו שונא ליעקב, אפילו מ'האט א געמיינזאמע פיינט, און די פולישע אנטיסעמיטן האבן נישט מיטגעאַרבעט מיטן פלאן, האט זיך עס ליידער אויסגעלאזט וויאזוי ס'האט זיך אויסגעלאזט.

תרמב » מיטוואך אפריל 21, 2021 3:04 pm

· #470968
דרך אגב מונקאטשע רב הנ"ל האט געהאט א ברודער מיטן נאמען יצחק יעקב רבינוביץ הי"ד וואס האט געקעמפט און איז אומגעקומען אין די ווארשאווא אויפשטאנד, הי"ד!

גיב א שמייכעל » מיטוואך אפריל 21, 2021 3:17 pm

· #470970
תרמב
ס'איז דא ספר פון מונקאטשע רב, הה"צ ר' ברוכ'ל ז"ל, מיטן נאמען בינת נבונים, ווי ער שרייבט אין די הקדמה דאכצעך מיר אז ווען מ'נעמט ווען געווער אין די הענט אריין, אפילו די עולם וואלט נישט געוויסט וויאזוי צו שיסן וואלט די גאנצע בילד אויסגעקוקט אנדערש, די רשעים האבן געשיקט צעהן נאציס צאמצונעמען א שטעטל מיט טויזענט אידן, ווען זיי זאלן ווען דארפן א נאצי פאר יעדע הויז וואלטן זיי נישט געקענט אויספירן זייערע רציחות אזוי שנעל.

אינעם טויט פארבריק/לאגער סאביבאר איז ווי באקאנט געווען א אויפשטאנד און הינדרעטער אידען האבן זיך ארויסגעריסען פינעם לאגער, זייער אסאך -מער ווי רוב דאכצעך- זענען טאקע דערהארגעט געווארן אויפן וועג, הן פין די איינגעזייטע מינעס און הן פון די קוילען פון די נאכלויפענדע נאציס ימ"ש, און אויכעט זענען משך פון די קומענדיגע טעג זייער אסאך געכאפט געווארן אין וואלד.
אבער ווען נישט דאס וואלט לכאורה נישט געבליבן פון די גאנצע לאגער קיין זכר! און מעגליך אינז וואלט מיר אפילו נישט געוויסט פון די גאנצע לאגער צו זאגען! און א דאנק די אויפשטאנד איז ביז נישט צו לאנג צוריק געווען איבערלעבער.

תרמב » מיטוואך אפריל 21, 2021 4:17 pm

· #470984
העיקר שכחת, האסט פארגעסן צוצוענדיגן אז די לאגער האט זיך צוגעמאכט נאכדעם.

אלע צוזאמען » מיטוואך אפריל 21, 2021 7:41 pm

· #471023
'ווארשע' און 'סאביבאר' זענען נישט געווען די איינציגסטע לאגערן צו מאכן אן אויפשטאנד, ס'איז אבער יא געווען די צוויי גרעסטע, אין די טרויעריג בארימסטע טויט לאגער 'אוישוויץ' איז אויך געווען א שטיקל ווידערשטאנד,עס איז נישט געווען זיך ארויסצורייסן נאר צו חורב מאכן די גאז קאמערן און די אויווענעס, ס'איז געווארן אויסגעפירט דורך די זאנדער קאמאנדאס.

אישתישבי » מיטוואך אפריל 21, 2021 11:43 pm

· #471043
אלע צוזאמען
'ווארשע' און 'סאביבאר' זענען נישט געווען די איינציגסטע לאגערן צו מאכן אן אויפשטאנד, ס'איז אבער יא געווען די צוויי גרעסטע, אין די טרויעריג בארימסטע טויט לאגער 'אוישוויץ' איז אויך געווען א שטיקל ווידערשטאנד,עס איז נישט געווען זיך ארויסצורייסן נאר צו חורב מאכן די גאז קאמערן און די אויווענעס, ס'איז געווארן אויסגעפירט דורך די זאנדער קאמאנדאס.

יאפ. דאס איז גאר אינטערעסאנט, ווען די זאנדערס האבן געכאפט אז די דייטשען טוישן די זונדערס נאך אפאר וואכן (?), ווען עס איז געקומען לפי חשבון דער צייט וואס מען גייט זיי הרג'נען און מאכן נייע זונדערס האבן זיי געמאכט א מרידה און געכאפט דייטשען און אריין געווארפן אין אויוון

ליב צו וויסן » דאנערשטאג אפריל 22, 2021 7:51 am

· #471060
אישתישבי

??

אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 22, 2021 8:06 am

· #471063
ליב צו וויסן
אישתישבי
אלע צוזאמען
'ווארשע' און 'סאביבאר' זענען נישט געווען די איינציגסטע לאגערן צו מאכן אן אויפשטאנד, ס'איז אבער יא געווען די צוויי גרעסטע, אין די טרויעריג בארימסטע טויט לאגער 'אוישוויץ' איז אויך געווען א שטיקל ווידערשטאנד,עס איז נישט געווען זיך ארויסצורייסן נאר צו חורב מאכן די גאז קאמערן און די אויווענעס, ס'איז געווארן אויסגעפירט דורך די זאנדער קאמאנדאס.

יאפ. דאס איז גאר אינטערעסאנט, ווען די זאנדערס האבן געכאפט אז די דייטשען טוישן די זונדערס נאך אפאר וואכן (?), ווען עס איז געקומען לפי חשבון דער צייט וואס מען גייט זיי הרג'נען און מאכן נייע זונדערס האבן זיי געמאכט א מרידה און געכאפט דייטשען און אריין געווארפן אין אויוון

??

איך זעה עס איז געוועהן צוויי, מען רעדט לכאורה פין דער קליינער שוואכערע געלונגענער אקציע.

<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sonderkommando">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sonderkommando</a>

קאך_לעפל » פרייטאג אפריל 23, 2021 10:08 am

· #471163
מ'זאל אויספאלגן די אנווייזונגען פון די עסקנים!
אין די דאזיגע אנווייזונגען ליגט באגראבן א גרויסער טייל פונעם חורבן.

די נאציס, האבן ליידער גאר גוט ארויסגעהאט דאס אידישער מענטאליטעט. וואו אימער זיי האבן אריינמארשירט, האבן זיי דאס ערשטע זאך אָרגאַניזירט א יודנראט, אדער אן אידישער פאליציי אמט, וואס זיי זאלן דינען אלס די עסקנים! זיי האבן געוויסט אז די אידישע באפעלקערונג טראכט נישט צופיל פאר זיך, נאר מ'פארלאזט זיך פולקאם אויף די געטרייע עסקנים, וואס מיינען חלילה קיינמאל נישט זיך, זיי מיינען אויסשליסליך בלויז דאס טובה פונעם כלל.

די דאזיגע עסקנים האבן געהאט בלויז איין אופגאבע. זיי האבן גענומען די באפעלן פון די געסטאפא, און זיכער געמאכט אז די אידן פאלגן עס אויס! ווען די עסקנים, די קנאקערס, די לעלוס, וכל שום וחניכא דאית להון, האבן געהייסן אויפשטייגן אויף די בהמה וואגאנען, האבן די אידן אן קיין פיפס ערליך אויסגעפאלגט די אנווייזונגען פון די געטרייע עסקנים. זיי האבן גענצליך געגלויבט די פארפירישע פראפאגאנדע וואס די נאציס האבן בייזוויליג פארשפרייט דורך די געטרייע עסקנים. אז מ'גייט מיט די פאמיליע אינאיינעם צו א צייטווייליגער גן עדן, וואו מ'גייט בלויז לייכט ארבייטן. און ווען דער קריג וועט פארביי גיין, וועט מען זיך צוקערן אהיים אין פרידן. אין רעזולטאט זענען מיליאנען אידן געגאנגן צו די שחיטה ווי די קעלבער.

די אויפשטענדלער האבן גענוי געוויסט וואו די וואגאנען פירן. זיי האבן געהאט פונקטליכע אינפארמאציע וואס עס שפילט זיך ווירקליך אפ אין טרעבלינקע. זיי האבן האבן דאס דערהאלטן פון אידן וועלכע האבן סוקסעספול באוויזן צו אנטלויפן פון יענעם פינסטערער גיהנום. זיי האבן פארשפרייט ליפלעטן אינעם געטא, וועלכע האבן געווארנט מענטשן זיך נישט צו לאזן פירן פרייוויליג צו די אומשלאג פלעצער. אבער מ'האט זיך נישט צוגעהערט צו זיי, מ'האט ליבערשט געגלויבט די פראפעגאנדע פון די נאציס דורך די עסקנים. אידן האבן נישט געוואלט גלויבן די גרויזאמע שמיעות וואס זענען געקומען פון טרעבלינקע. עס איז ממש אומגלויבליך ווי אזוי דאס שטארק גלויביג אידיש פאלק, האט מיטאמאל אויפגעהערט גלויבן.

עס איז נישט קיין צווייפל אז אינעם נעקסטן האלאקאסט, גייען די געטרייע הצלה און שומרים לייט זיין די דאזיגע וועלכע וועלן אונז ארויפטרייבן אויף די וואגאנען!
זייט נישט פון די אויבער חכמים!
פאלגט אויס די אנווייזונגען פון די געטרייע עסקנים!
מיר מיינען בלויז אייער טובה!
די באערדע האבן פארשפראכן אז ס'וועט קיינעם גארנישט פאסירן!

אוי, הלואי זאלן מיר דאן האבן דאס ריכטיגע שכל... אדער צו אנטלויפן ווי דער נביא האט געזאגט: חבי כמעט רגע עד יעבור זעם...
און אז ס'וועט נישט זיין קיין מעגליכקייטן צו אנטלויפן, זאל יעדער כאטש זיך באוואפענען און שטעלן א העפטיגען ווידערשטאנד.
אבער אויף קיין פאל נישט גלייבן די געטרייע עסקנים, און זיך לאזן פירן ווי די קעלבער צו די שחיטה.
איינמאל נאר איז געווען גענוג, אבער קיינמאל מער!

תרמב » פרייטאג אפריל 23, 2021 11:54 am

· #471171
זאגסט א שטארקע טענה וועגן די עסקנים,
אין די מבוא פונעם ספר בינת נבונים להה"צ ממונקאטש שרייבט דארט איינער פון בני משפחתו אז ער האט געפרעגט דעם רב פארוואס האט ער נישט געוואלט זיין קיין רבי נאכן קריג, האט ער געענטפערט אז פארן קריג איז ער געשטאנען און געווארנט און געוויינט צום עולם אז מ'זאל אנטלויפן און קיינער האט אים נישט אויסגעהערט, מ'האט געלאכט פון אים, ער האט פרובירט צו טון וואס ער האט געקענט, ער האט פארציילט אז ער איז אמאל ארויף צו א גרויסע עושר און ער האט פרובירט צו שאפן געלט פאר זיינע פעולת הצלה און ער האט אראפגעלייגט פאר דעם עושר די מצב וואס גייט פאר אין פוילין ווי מ'שלאגט און מ'רצחעט, האט די גביר ארויסגענומען זיין טשעק בוק און געזאגט מונקאטשע רב איך שעץ אייך זייער שטארק, איר קענט אויסשרייבן א טשעק מיט וועלכע סכום איר ווילט, אבער איך גלייב אייך נישט קיין איין ווארט! וועגן דעם האט ער נישט געוואלט זיין קיין רבי ווייל אז מ'הערט מיך סייווי נישט אויס מיט וואס בין איך רבי, (ס'איז לכאורה נישט געווען די איינציגסטע סיבה, אבער דאס שרייבט ער דארט, ואכמ"ל) די באבאווע פארציילן אויך אז ר' שלמה'לע האט אויך פארציילט פאר מענטשן וואס גייט פאר אין פוילין אין קיינער האט אים נישט געגלייבט.

אלע צוזאמען » פרייטאג אפריל 23, 2021 1:27 pm

· #471178
גערעכט, ווער האט איבערגעלעבט די מלחמה, די וואס האבן נישט געפאלגט, די וואס האבן זיך אנגעפיפען אויף די מאכער'ס און דעה זאגער'ס, די וואס זענען אנטלאפן ווען מ'האט געהייסן שטיין בלייבן, די וואס האבן געקעמפט ווען מ'האט געהייסן זיך צושטעלן, די וואס זענען געגאנגען וואוינען אין די וועלדער, ענדערש צו זיין אנגעוויזן אויף די רחמנות פון די פיר פיסיגע חיות,ווי צו גיין אין די באראקן אונטער די צוויי פיסיגע חיות.

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 23, 2021 7:23 pm

· #471195
קאך לעפל: דו מאכסט א שטיקל טעות. די אידישע קעמפער מיט מרדכי אנילעוויטש אין שפיץ האבן נאר באשלאסן צו שטעללן א העפטיגן ווידערשטאנד נאכדעם וואס די פארשאלטענע נאציס, ימ"ש האבן געבראכן א יעדן צוזאג און אפמאך מיט די פיהרערס פונ'ם געטא אז זיי וועללן מער נישט דעפארטירן די אידן קיין אוישוויץ און טרעבלינקע...!

די צווייטע באמערקונג: מרדכי אנילעוויטש האט אריינגעברענגט חיזוק אין די אידישע קעמפער. ער האט פארפאסט דעם ליד?..."זאג נישט קיינמאל אז דו גייסט דעם לעצטן וועג"...! איך האב עס געהערט פון זיין אלמנה. זי האט עס איבערגעזאגט ביי אן אזכרה נאך די קעמפערס, הי"ד...! זי האט אויך געצינדן לעכט. און איינער האט געזאגט קדיש...!

berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 24, 2021 10:21 pm

· #471199
קאך לעפל: דיין אנאליז פונ'ם מצב אין ווארשאווער געטא איז צום פינטל. נאר איין קליינע באמערקונג ווילל איך דא מאכן...נישט אין אלע פלעצער און אלע צייטן זענען די יודנראט מעמבערס געווען קארופטירט און האבן במזיד פארראטן די אידישע באפעלקערונג.

אין ווארשאווער געטא איז דער הויפט פונ'ם יודנראט געווען אן ארנטליכער (הגם נישט רעליגיעזער) מענטש וועלכער האט באמת געמיינט די טובה פון די אידישע איינוואוינערס. ער האט געהייסן אדאם טשערניאק. און די נאצי פיהרערס זענען געקומען צו איהם אין אפיס פון יודנראט מיט ווייסע הענטשוך און א שמייכלנדיגן פנים. (נישט אזוי ווי די נידעריג ראנגיגע נאציס וועלכע זענען ארומגעלאפן מיט זייערע 2 פיסיגע הינט מיט ..."שטורם אונד דראנג"... און האבן אנגעווארפן א פחד אויף די אידן). און זיי האבן געזאגט אז אויב מ'וועט אויספאלגן זייערע פארלאנגען וועט פאר די אידן קיין שום שלעכטס נישט געשען.

אויך ווען זיי האבן אנגעהויבן די דעפארטאציעס פון די אידן האבן זיי אויסגעקליבן געוויסע טיילן פון די באפעלקערונג. צוערשט האבן זיי גענומען די מענטשן וועלכע האבן נישט געהאט קיין ארבעטס שריפטן. אבער די מענטשן וועלכע האבן געהאט די דאקומענטן אז זיי ארבעטן האבן זיי נישט געטשעפעט. און כדי צו פארזיכערן אז זייער באפעל ווערט אויסגעפאלגט האבן זיי (שמייכלענדיג) צוגעזאגט פאר דעם יודנראט, מיט זייער ..."ערן ווארט"... אז מער וועללן קיין דעפארטאציעס נישט פארקומען. אבער זעלבסטפארשטענדליך אז זיי האבן געבראכן זייער צוזאג. זיי האבן עטליכע טעג שפעטער אנגעהויבן צו דעפארטירן אנדערע טיילן פון די באפעלקערונג. אויך מיט די אנדערע באפעלן און גזירות האבן זיי געטון די זעלבע. מיט די הילף פון די ..."אידישע פאליציי".... אידישע יונגעלייט וועלכע האבן (נעבעך) געמיינט אז אויב זיי וועללן זיך אנשליסן מיט צוהעלפן (מיט געוואלד) אדורכפיהרן די גזירות פון די נאציס וועללן זיי געראטעוועט ווערן. ס'האט זיי אבער ליידער גארנישט געהאלפן. ווען ס'איז געקומען זייער רייע האט מען זיי און זייערע משפחות פונקט אזוי דעפארטירט ווי די אנדערע אידן...!

ווען אדאם טשערניאק האט געזעהן אז ער קען גארנישט אדורכפיהרן צו העלפן זיינע אידישע ברידערס איז ער אריינגעפאללן אין יאוש. און ער איז ליידער באגאנגען זעלבסטמארד...!

א קליינע אבער וויכטיגע באמערקונג: דו און אנדערע אידיש שרייבערס מאכן דעם טעות. ווען זיי שרייבן דאס ווארט ..."בא-ערדע"...פאר רעגירונגס אויטאריטעט. דאס איז אבער נישט ריכטיג. דאס ריכטיגע ווארט איז ..."בא-הערדע"... ווייל באערדע מיינט באערדיגן/באגראבן...!

אלע צוזאמען » זונטאג אפריל 25, 2021 4:11 am

· #471265
berlbalaguleh

די צווייטע באמערקונג: מרדכי אנילעוויטש האט אריינגעברענגט חיזוק אין די אידישע קעמפער. ער האט פארפאסט דעם ליד?..."זאג נישט קיינמאל אז דו גייסט דעם לעצטן וועג"...! איך האב עס געהערט פון זיין אלמנה. זי האט עס איבערגעזאגט ביי אן אזכרה נאך די קעמפערס, הי"ד...! זי האט אויך געצינדן לעכט. און איינער האט געזאגט קדיש...!

וועמענס אלמנה? מרדכי אנילעוויטש?! ער האט איבערגעלאזט א ווייב? און ווי קען מען הערן דעם ליד? אויב קענסט עס ביטע ארויפלייגן וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.

קאך_לעפל » זונטאג אפריל 25, 2021 9:01 am

· #471274
דאס צומישעניש איז שרעקליך!

מרדכי אונילאווישט האט קיינמאל נישט געהאט קיין ווייב. ער האט געהאט א מיידל פריינדע מיטן נאמען מיריש, זי האט אויך אקטיוו אנטייל גענומען אין די קאמפן אינעם געטא!

די ווארשעווער געטא אויפשטאנד, האט גארנישט געהאט צו טאן מיט די אידישע פארטיזאנער, וועלכע זענען געווען אקטיוו מערסטייל אין די טיפע וועלדער אין באלערוס!

די ווערטער פונעם פארטיזאנער הימען איז ווי פאלגענד:
זאג נישט קיינמאל אז דו גייסט דעם לעצטען וועג.
ווען די הימל וואלקענעס פארשטעלן די בלויע טעג.
קומען וועט נאך אונזער אויסגעבענקטע שעה.
אונזרערע טריט וועלן פויקן, מיר זענען דא.

דאס ליד איז געשריבן מיט בלוט און נישט מיט א בליי.
ס'איז נישט קיין לידל פון א פויגל אויף די פריי.
דאס האט פאלק צווישן פאלענדע ווענט.
דאס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט.

דאס ליד איז פארפאסט געווארן דורך א חשובער ליטיווישער יונגעמאן פון ווילנא מיטן נאמען אברהם סוצקעווער.
סוצקעווער איז געווען אן אקטיווער מידגלידער פון די פאַראייניקטע פאַרטיזאַנער אָרגאַניזאַציע וואס איז געשטאנען אונטער די קאמאנדא פון אבא קאוונער.
די אידישע פארטיזאנער האבן קיינמאל נישט געפירט קיין דירעקטע באוואפענטע שלאכטן מיט די נאציס, זיי האבן זיך בלויז אפגעגעבן מיט סאבאטאזש! זיי זענען אין אלגעמיין נישט געווען קיין מיליטאנטן ווי די אויפשטענדלער אינעם ווארשעווער געטא! זיי זענען אפילו געווען אויסגעשפראכענע אנטי ציונים. זיי זענען געווען פרייע לינקע סאציאליסטן! וואס האבן זיך אנגעהערט צו די בונד און די שומר הצעיר!

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 25, 2021 12:24 pm

· #471297
קאך לעפל: ייש"כ. איך בין נישט געווען ביי זיין חופה. סאו ווייס איך נישט צו ער האט יא חתונה געהאט מיט איהר כדת משה וישראל אדער נישט. נאר אזוי האט מען עס פארקויפט ביי די אזכרה. זי האט אויך אנגעטון א טיכל און געצינדן לעכט ווי אן ערליכע אידישע פרוי...!

זיו » דינסטאג אפריל 27, 2021 12:57 pm

· #471595
Re: דאס אויפשטאנד אין ווארשא!
שכח! פאר דעם שיינעם ארטיקעל.

איך וויל נאר באמערקען אז 460,000 איז געווען דאס מערסטע אידן אין געטא אויף איינמאל. ביים אויפשטאנד אין 1943, איז ליידער נישט געווען מער ווי 80,00, אדער אפילו וויינגער.

פון די פארשאלטענע דייטשען איז געווען צווישען 80 - 300 טוטע, און פון די אידן איז געווען ארום 7,000 וואס זענען געהרגעט געווארן על קידוש השם.

זע לינק
https://www.jewishvirtuallibrary.org/the-warsaw-ghetto-uprising

דיין שאלה צו דער אויפשטאנד איז געווען אויסגעהאלטען, פארשטיי איך נישט . אויסגעהאלטען לויט וועמען? ווי קומט אריין דא אויסגעהאלטען?

טאמער מיינסטו הלכה, איז עס גאר נישט קיין זינלאזע געשעפט. מען קען דאס געהעריג דן זיין. איך בין נאר נישט קיין בקי בהלכה, וועל איך עס איבערלאזען פאר די וואס קענען.

אישתישבי » דינסטאג אפריל 27, 2021 1:34 pm

· #471597
עס וואלט געוועהן אינטרעסאנט צו זעהן די תשובה פין ר' מנחם זעמבא אין דער ענין.

זיו » דינסטאג אפריל 27, 2021 1:41 pm

· #471599
Re: דאס אויפשטאנד אין ווארשא!
תרמב
לכאורה ווען ס'זאל ווען פארקומען א ווידערשטאנד אין יעדע אידישע שטאט וואלטן אומגעקומען סאך ווייניגער ווי 6 מיליאן אידן,די נאצי'ס האבן גענוצט זייער ווייניג מענטשן קראפט צו איינזאמלען די אידן, זיי האבן גוט פארנערט דעם עולם מיטן הילף פון אידישע עסקנים ליידער און זיי זענען געגאנגען נעבעך ווי שעפעלעך צום שחיטה, ס'קען זיין אז די ווארשאווא אויפשטענדלער האבן טאקע נישט באוויזן צו ראטעווען די אידן פון ווארשא אבער זיי האבן באוויזן אראפצוהאלטן די נאציס און פארשטייטערן זייערע רציחות אין אנדערע פלעצער.

די אידן האבן נישט געמאכט א ווידערשטאנד אין יעדע שטאט, ווייל זיי זענען פיזיש נישט געווען גרייט דערפאר. און נאך אסאך וויכטעגער ווי פיזיש גרייט, זענען זיי גייסטיש נישט געווען גרייט דערפאר. אפילו אין ווארשא, האט עס גענומען 3 יאר און 400,000 טוטע, פאר די אידן צו זיין גייסטיש גרייט פאר א ווידערשטאנד.

דאס אז די נאציס האבן גענוצט וויניג מענטשען קראפט, איז פאסיג צו זאגן אויף אונגארען. אין פולין האבן די נאציס נישט געמאגלעט אין קיין רוצחים.

די נאצישע רוצחים האבן פראבירט צו פארנארן די אידן, פשוט זיך גרינגער צו מאכן זייער מעשה רציחה. די אידן האבן מערסטענט זיך אליין גענארט פאר א פשוטע סיבה. עס איז צי שווער פאר א מענטש אנצענעמען, אז ער איז אויף געבראנטע געהאקטע צרות, און אז זיין מצב איז הילפלאז.

אז דער ווארשעוואר געטא אויפשטאנד האט געראטעוועט אידן איז שווער צו זאגען. דאס יא, עס האט אויסגעלענט די נאצישע חיות צו זיין מער פארזיכטיג.

זיו » דינסטאג אפריל 27, 2021 1:43 pm

· #471600
Re: דאס אויפשטאנד אין ווארשא!
אישתישבי
עס וואלט געוועהן אינטרעסאנט צו זעהן די תשובה פין ר' מנחם זעמבא אין דער ענין.
אלע, אדער לכל הפחות א גרויס חלק פון ר' מנחם זעמבא'ס כתובים, זענען ליידער ארויף אין פלאמען ביים אויפשטאנדט.

קאך_לעפל » דינסטאג אפריל 27, 2021 2:39 pm

· #471611
לייבל פיינגאלד, פון די אנפירער פונעם אויפשטאנד, שילדערט ווי פאלגענגד:

אינעם ערשטן טאג סוכת תש''ג, האב איך באזוכט אין די סוכה פון הגאון רבי מנחם זעמבא הי''ד. די סוכה איז פיל געווען מיט מענטשן, צווישן זיי מיטגלידער פון די מזרחי און פון די אגודת ישראל פארטייען, חרדישע אידן. אט איז וואס ער האט דאן געזאגט:
איך האב מיך איבערגעטראכט און איך זאג אייך, אז דאס איז די וועג, אויפשטאנד! זיך פיזיש קעגנשטעלן מיט וואפן אין די הענט! מאנכע פון אונז זענען קעגן די אויפשטאנד, זיי רעדן זיך איין אז פונקט פאר זיי גייט גארנישט פאסירן, און זיי אלע גלייבן אז בלויז ער וועט געראטעוועט ווערן. איך זעה ע''פ הלכה א מצוה אין די ווידערשטאנד, ווארום נקמת הדם השפוך גייט דאך נישט אן אויפן גע'הרג'טען זעלבסט, ווארום וואס פאר א סארט נקמה איז דאס אז ער דארף ערשט גע'הרג'עט ווערן? נאר א ענין פון קידוש השם איז יא פארהאן, די מצוה פון נקמה און מיט מסירות נפש, מיט קדושת הדעת והרצון, נעמט נקמה! (ביז אהער!)

דאקעגן שרייבט עמיצער זיידמאן , אז נאך די גרויסע אקציע אין יולי 942', וואס האט כמעט אויסגעליידיגט די געטא, האט זיך רבי מנחם זעמבא אויסגעדרוקט מיט גרויס ביטערניש: דאס קליג אידיש פאלק האט נעבאך גענצליך פארלוירן זייער שכל! ערשט וואלט מען זיך ווען געדארפט באנוצן מיט אלערליי מיטלן צו אלערמירן די וועלט, איבערקערן וועלטן. אבער איצט דארף מען זיך קעגן שטעלן! און מ'טאר זיך נישט איבערגעבן אין די הענט פון די פיינט!

פון פיינגאלד, (אויב מ'קען אים גלויבן,) זעט מען, אז ער האט געהאלטן אז עס איז ווירקליך א מצוה נקמה צו נעמען אין די נאציס ס'איז גאר אן ענין פון קידוש השם. אבער פון זיידמאן זעהט מען נישט ממש אזוי. מ'קען עס אויסטייטשן אז ער האט געהאלטן אז מ'זאל בלויז אנטלויפן און זיך נישט איבערגעבן אין די הענט פון די נאציס פרייוויליג. נישט שטעלן קיין באוואפענטע ווידערשטאנד מיט געווער, נאכדערצו וויסנדיג אז מ'וועט סיי ווי אזוי גע'הרג'עט ווערן!
ס'לאזט זיך זאגן, אז דער גאון האט דירעקט נישט געוואלט אז ס'זאל פארבלייבן פון אים א קלארקייט אין דעם ענין פון ווידערשטאנד.
יעדע סיטואציע פאדערט זיך א באזונדערע אפשאצונג. ער האט פילייכט נישט געוואלט אז די שפעטערע גענעראציעס זאלן זיך פארלאזן אויף אים אין ענדליכע אומשטעדן.

מי אני » דינסטאג אפריל 27, 2021 5:40 pm

· #471642
אין שו״ת מנחת יצחק (ח״ג סימן נב) פרעגט מען אים אָן צי מ׳מעג מספיד זיין די קדושי ווארשא הי״ד אין פסח שני. ער פסק׳נט לחומרא.

***

<a class="postlink" href="https://youtu.be/W8rILXvZ1mo">https://youtu.be/W8rILXvZ1mo</a>

זיו » דינסטאג אפריל 27, 2021 6:02 pm

· #471645
Re: דאס אויפשטאנד אין ווארשא!
שכח! @קאך לעפעל, פאר דיין אינטערסאנטען ארטיקעל.

איך מיין אז די גרויבסט צו טיף אין ר' מנחם זעמבא'ס ווערטער, און די זעסט דארט זאכן וואס זענען באמת נישט דארט. איך זע נישט קיין שום סתירה.

יולי 1942 איז א האלבע יאר פאר סוכות תש"ג. אין יולי 1942, ווי עס קוקט אויס, האט ער נאך געטראכט ווי אזוי מען וואלט בעסער געקענט טאן. ער האט זיך נעבעך איינגערעט אז מען וואלט ווען געדארפט אויפרידערן די וועלט מער, און אז עס וואלט געהאלפן. אויף וואס מען זאל יעצט טון, הייבט אים שוין אן אנצוגיין צו שטעלן א ווידערשטאנד. סוכות תש"ג איז כולו כל הקיצן, און ר' מנחם זעמבא, צוריטערט צי דער טיפעניש פון זיין הארץ, איז גרייט צו גיין אין קריג מיט זיין גאנצען וועזען. ער קען מער נישט צוקוקען ווי די רוצחים הארגען און פיינגענען דעם הייליג פאלק, אן קיין שום ווידערשטאנד.

זיו » דינסטאג אפריל 27, 2021 6:26 pm

· #471647
Re: דאס אויפשטאנד אין ווארשא!
קאך_לעפל
אין די דאזיגע אנווייזונגען ליגט באגראבן א גרויסער טייל פונעם חורבן.

די נאציס, האבן ליידער גאר גוט ארויסגעהאט דאס אידישער מענטאליטעט. וואו אימער זיי האבן אריינמארשירט, האבן זיי דאס ערשטע זאך אָרגאַניזירט א יודנראט, אדער אן אידישער פאליציי אמט, וואס זיי זאלן דינען אלס די עסקנים! זיי האבן געוויסט אז די אידישע באפעלקערונג טראכט נישט צופיל פאר זיך, נאר מ&#39;פארלאזט זיך פולקאם אויף די געטרייע עסקנים, וואס מיינען חלילה קיינמאל נישט זיך, זיי מיינען אויסשליסליך בלויז דאס טובה פונעם כלל.

די דאזיגע עסקנים האבן געהאט בלויז איין אופגאבע. זיי האבן גענומען די באפעלן פון די געסטאפא, און זיכער געמאכט אז די אידן פאלגן עס אויס! ווען די עסקנים, די קנאקערס, די לעלוס, וכל שום וחניכא דאית להון, האבן געהייסן אויפשטייגן אויף די בהמה וואגאנען, האבן די אידן אן קיין פיפס ערליך אויסגעפאלגט די אנווייזונגען פון די געטרייע עסקנים. זיי האבן גענצליך געגלויבט די פארפירישע פראפאגאנדע וואס די נאציס האבן בייזוויליג פארשפרייט דורך די געטרייע עסקנים. אז מ&#39;גייט מיט די פאמיליע אינאיינעם צו א צייטווייליגער גן עדן, וואו מ&#39;גייט בלויז לייכט ארבייטן. און ווען דער קריג וועט פארביי גיין, וועט מען זיך צוקערן אהיים אין פרידן. אין רעזולטאט זענען מיליאנען אידן געגאנגן צו די שחיטה ווי די קעלבער.

די אויפשטענדלער האבן גענוי געוויסט וואו די וואגאנען פירן. זיי האבן געהאט פונקטליכע אינפארמאציע וואס עס שפילט זיך ווירקליך אפ אין טרעבלינקע. זיי האבן האבן דאס דערהאלטן פון אידן וועלכע האבן סוקסעספול באוויזן צו אנטלויפן פון יענעם פינסטערער גיהנום. זיי האבן פארשפרייט ליפלעטן אינעם געטא, וועלכע האבן געווארנט מענטשן זיך נישט צו לאזן פירן פרייוויליג צו די אומשלאג פלעצער. אבער מ&#39;האט זיך נישט צוגעהערט צו זיי, מ&#39;האט ליבערשט געגלויבט די פראפעגאנדע פון די נאציס דורך די עסקנים. אידן האבן נישט געוואלט גלויבן די גרויזאמע שמיעות וואס זענען געקומען פון טרעבלינקע. עס איז ממש אומגלויבליך ווי אזוי דאס שטארק גלויביג אידיש פאלק, האט מיטאמאל אויפגעהערט גלויבן.

עס איז נישט קיין צווייפל אז אינעם נעקסטן האלאקאסט, גייען די געטרייע הצלה און שומרים לייט זיין די דאזיגע וועלכע וועלן אונז ארויפטרייבן אויף די וואגאנען!
זייט נישט פון די אויבער חכמים!
פאלגט אויס די אנווייזונגען פון די געטרייע עסקנים!
מיר מיינען בלויז אייער טובה!
די באערדע האבן פארשפראכן אז ס&#39;וועט קיינעם גארנישט פאסירן!

אוי, הלואי זאלן מיר דאן האבן דאס ריכטיגע שכל... אדער צו אנטלויפן ווי דער נביא האט געזאגט: חבי כמעט רגע עד יעבור זעם...
און אז ס&#39;וועט נישט זיין קיין מעגליכקייטן צו אנטלויפן, זאל יעדער כאטש זיך באוואפענען און שטעלן א העפטיגען ווידערשטאנד.
אבער אויף קיין פאל נישט גלייבן די געטרייע עסקנים, און זיך לאזן פירן ווי די קעלבער צו די שחיטה.
איינמאל נאר איז געווען גענוג, אבער קיינמאל מער!

@קאך לעפעל, אויב ווילסט פשוט אראפ ראסען די עסקנים און אידישע כלל טו'ערס, אריין פראקען אין זיי וויפיל עס גייט, דאמאלסט געזינטערהייט, איך פארגין דיר דער הנאה. אבער פון וואס עס האט זיך דארט באמת אפגעשפילט, איז עס גאר ווייט.

ווען נישט די געוואלדיגע חסד, ווי די אידן רחמנים בני רחמנים העלפן זיך איינעם דער צווייטען, געבן אוועק פאר א צווייטען דעם לעצטן ביסן פון מויל, וואלט ווען דער גאנצער ווארשעווער געטא אויסגע'פגר'ט פאר הונגער און נא טיים. די יודנרייט האט געטון דעם זעלבען פאנקשען וואס א רעספערעטער טוט פאר איינעם וואס קען מער נישט אליין אטעמען.

די פארשאלטענע חיות טורפות, ווערן געדענקט אלס א חרפה פאר די מענטשהייט. די טייערע אידעליך, וואס זיי טון אלס זיך צו העלפן איינער דעם צווייטען, און טאקע אין אזאלכע שווערע מצבים, דאס קען צולאזען אפילו א שטיין. עיני עיני יורדה מים על חללי בת עמי!

תרמב » דינסטאג אפריל 27, 2021 11:36 pm

· #471676
מי אני
אין שו״ת מנחת יצחק (ח״ג סימן נב) פרעגט מען אים אָן צי מ׳מעג מספיד זיין די קדושי ווארשא הי״ד אין פסח שני. ער פסק׳נט לחומרא.

וואס מיינט לחומרא? יא מספיד זיין אדער נישט?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 27, 2021 11:39 pm

· #471677
ווענדט זיך ווי די חמרא שטייט איין... עה, ער מיינט צו זאגן אז מ׳טאר נישט ווייל ס׳איז א טאג וואס מ׳זאגט נישט קיין תחנון.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 28, 2021 2:04 am

· #471683
רביה"ק זי"ע: לפי זה מעג מען אין יום העצמאות (אויב ס'וואלט געפאללן ראש חודש) אויך מספיד זיין. ווייל דאמאלס זאגט מען ..."יא"...תחנון.

אבער א פלא ווי דער אייבישטער היט אויס די צדיקים. דער אלטער שארמאשער רב זצ"ל (נישט דער יונגערמאן וואס האט געוואוינט אין מאנרא) איז נפטר געווארן אום ד' אייר. אויך הרה"צ ר' משה בער בעק זצ"ל איז נפטר געווארן אום ד' אייר. א פרייטיג. יום העצמאות מוקדם. ביי אונז היימישע אידן האט מען דאמאלס געזאגט תחנון. כאטש אין א סאך חסי'דישע קהילות זאגט מען נישט פרייטיג קיין תחנון...!

איינער פון די צדיקי הדור האט געפסק'נט אז אפילו ס'איז דא א ברית און פרייטיג אויב ס'געפאלט דאמאלס אויך יום העצמאות זאלל מען יא זאגן תחנון...! צו דעם דארף מען שוין האבן גאר ברייטע פלייצעס. ווייל נישט זאגן תחנון ביי א ברית איז א דין אין שו"ע...! נאר אויב דער ציוניסט'ישער יום העצמאות גייט פאר די אידן אין לעבן אריין איז עס דאך אן ענין פון פיקוח נפש. מעג מען יא זאגן תחנון...!

ס'געווען א איד זייער א תמימות'דיגער. האט ער א יעדן טאג ביי ברכות השחר ביים סוף פון יהי רצון ווען ער האט געזאגט די ווערטער..."ומדינה של גהינום"... אינזין געהאט מדינת ישראל. ער האט ערליך געבעטן דעם באשעפער ער זאלל געראטעוועט ווערן פון מדינת ישראל. איין טאג איז איהם אנגעקומען א טשעק אויפ'ן סכום פון א פאר טויזנט דאללער פון די מס הכנסה. דער שטייער אמט אין די מדינה. איז ער געגאנגען פרעגן דעם רב וואס ער זאלל טון. צי ס'איז נישט קיין ברכה לבטלה וואס ער זאגט א יעדן טאג...! האט דער רב געפסק'נט אז ער זאלל עס פון היינט אן זאגן אן א שם ומלכות...! ) פריש געבאקן מיט השגחה...לאל)

קאך_לעפל » מיטוואך אפריל 28, 2021 9:40 am

· #471706
מאי 8 איז די בונקער מילא 18 געפאלן נאך שווערע שלאכטן, אבער די אויפשטענדלער אין שפיץ פון דער קאמאנדיר מרדכי אונאלאוויטש האבן זיך אויף קיין פאל נישט געהאלטן ביים אונטערגעבן לעבעדיג צו די נאציס. זיי האבן ליבערשט איינגענומען צייאַנייד פילן וואס זיי האבן זיך נאך געהאט אנגעגרייט פון פריער. פארט זענען די שלאכטן ווייטער אנגעגאנגען, אצינד אונטער די קאמאנדא פון יצחק צוקער.

די נאציס האבן געזען ווי די אידן האלטן נישט ביים זיך אונטערגעבן, האבן זיי אנגעהויבן אונטערצוצינדן די הייזער אינעם געטא. דער גאנצער געטא איז געווארן איינגעהילט אין העלישע פלאמען און שווארצע רויעך. מאי 16 האט גרופנפירער שטרופ באפוילן פאר זיינע שטורמטרופן אונטערצומינען די פראכטפולע טלאמאשער שול מיט אויפרייס מאטריאל, און ער זעלבסט האט געצויגן דאס צינד בענדל, און דער הערליכער שול וואס האט געדינט אלס דאס צענטעראלער שול אין ווארשע פאר לאנגע יארן איז טאטאל פארניכטעט געווארן אין פלאמען. מיט דעם האט דער רשע שטרופ אפיציעל אפגעצייכנט זיין גלארייכער זיג איבער דאס געפלאגט אידיש פאלק!

די נאציס האבן שפעטער געברעגט פון אוישוויץ אידישע צוואנגס ארבייטער, אפצורוימן די ברוכווארג פונעם ריאונירטער געטא. צווישן די ארבייטער איז אויך געווען דער קלויזענבורגער רב ז''ל. וואס זיי האבן זיך נעבאך אנגעזען דארט... צווישן די ברוכווארג האבן זיך געפונען אומצאליגע פארברענטע קערפער פון מענער און פרויען, און אפילו פון קליינע פיצלעך קינדער! ס'האט ממש געריסן ביים הארץ... די לעגענדע פארציילט אז זיי האבן אפילו געפונען נאך לעבעדיגע מענטשן באגראבן אין די פארברענטע ברוכווארג.
האט איינער פון די אידן געפרעגט דעם רבי'ן מיט ביטערנישט, אויב ער גייט נאך אלס זאגן ביים דאווענען אתה בחרתנו מכל העמים... אונטער אזעלכע שרעקליכע אומשטענדן ווער וויל דען זיין אנטייל פונעם אויסגעוועלטער פאלק? האט אים דער רבי גענטפערט, פונקט קאפויער ערשט איצט גיי איך עס זאגן מיט מיר באדייט: ווילסט דען ענדערש זיין א טייל פון די פאלק וואס האט דאס אלעס אנגעווערטשאפט?

זיו » מיטוואך אפריל 28, 2021 10:05 am

· #471709
Re: דאס אויפשטאנד אין ווארשא!
גיב א שמייכעל

אינעם טויט פארבריק/לאגער סאביבאר איז ווי באקאנט געווען א אויפשטאנד און הינדרעטער אידען האבן זיך ארויסגעריסען פינעם לאגער, זייער אסאך -מער ווי רוב דאכצעך- זענען טאקע דערהארגעט געווארן אויפן וועג, הן פין די איינגעזייטע מינעס און הן פון די קוילען פון די נאכלויפענדע נאציס ימ"ש, און אויכעט זענען משך פון די קומענדיגע טעג זייער אסאך געכאפט געווארן אין וואלד.
אבער ווען נישט דאס וואלט לכאורה נישט געבליבן פון די גאנצע לאגער קיין זכר! און מעגליך אינז וואלט מיר אפילו נישט געוויסט פון די גאנצע לאגער צו זאגען! און א דאנק די אויפשטאנד איז ביז נישט צו לאנג צוריק געווען איבערלעבער.

שכח! @גיב א שמייכעל

אזא 8, 9 יאר צוריק, אין תשעה באב, האב איך אמאל געוואטשעט א דאקאמענטערי פון א פרוי וואס האט איבערגעלעבט דעם סאביבאר טויט לאגער. יעצט קען איך עס אבער נישט טרעפען. איך זע אבער אז עס איז דא אן ענגלישע פילם פון 1978 עסקעפ פראם סאביבאר, וועגן דעם אנטלאף פונם לאגער סאביבאר, געבויט אויף א בויק מיטן זעלבען נאמען. זע לינק
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Escape_from_Sobibor

Youtube Link
https://youtu.be/rQLQ1DrnvO0

אויך טרעף איך א נייער רוסעשער פילם, סאביבאר, פון 2018. זע לינק

https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sobibor_(film)

גיב א שמייכעל » מיטוואך אפריל 28, 2021 3:30 pm

· #471747
זיו
שכח! @קאך לעפעל, פאר דיין אינטערסאנטען ארטיקעל.

איך מיין אז די גרויבסט צו טיף אין ר' מנחם זעמבא'ס ווערטער, און די זעסט דארט זאכן וואס זענען באמת נישט דארט. איך זע נישט קיין שום סתירה.

יולי 1942 איז א האלבע יאר פאר סוכות תש"ג. אין יולי 1942, ווי עס קוקט אויס, האט ער נאך געטראכט ווי אזוי מען וואלט בעסער געקענט טאן. ער האט זיך נעבעך איינגערעט אז מען וואלט ווען געדארפט אויפרידערן די וועלט מער, און אז עס וואלט געהאלפן. אויף וואס מען זאל יעצט טון, הייבט אים שוין אן אנצוגיין צו שטעלן א ווידערשטאנד. סוכות תש"ג איז כולו כל הקיצן, און ר' מנחם זעמבא, צוריטערט צי דער טיפעניש פון זיין הארץ, איז גרייט צו גיין אין קריג מיט זיין גאנצען וועזען. ער קען מער נישט צוקוקען ווי די רוצחים הארגען און פיינגענען דעם הייליג פאלק, אן קיין שום ווידערשטאנד.

אסאך גדולי ישראל האבו אימיטן דער קריג געטוישט זייטען איבער דער שרעקליכקייט פינעם מצב,
ווי באקאנט דער פיסיאצנער הי"ד שרייבט אין 'חובת התלמידים' אז ער פארשטייט נישט די מענטשען וואס ווערן אפגעשוואכט אין זייער אמונה וועגען דעם קריג, כלל ישראל האט שוין געהאט אזוינע צייטן ווי למשל ביים חורבן ביהמ"ק די הרוגי ביתר, וכו'
אבער אינטער דעם איז דא אן הגעה ווי ער שרייבט צו 'כ"ז כתבתי בשנת... ווען די צרות זענען נאכנישט געוועזען אזוי שטארק, אבער יעצט זעה איך אז מיום בריאות העולם איז נאכנישט געווען אזוינע צרות ומיתות משינות ווי יעצט!!' והקב"ה ירחם עלינו וכו'
די ווערטער זענען נישט פינקטלעך, אבער בערך דאס שרייבט ער.

אלע צוזאמען » מיטוואך אפריל 28, 2021 3:40 pm

· #471751
קאך_לעפל
מאי 8 איז די בונקער מילא 18 געפאלן נאך שווערע שלאכטן, אבער די אויפשטענדלער אין שפיץ פון דער קאמאנדיר מרדכי אונאלאוויטש האבן זיך אויף קיין פאל נישט געהאלטן ביים אונטערגעבן לעבעדיג צו די נאציס. זיי האבן ליבערשט איינגענומען צייאַנייד פילן וואס זיי האבן זיך נאך געהאט אנגעגרייט פון פריער. פארט זענען די שלאכטן ווייטער אנגעגאנגען, אצינד אונטער די קאמאנדא פון יצחק צוקער.

עפעס דענק איך אז א חלק האבן זיך יא באוויזן ארויסצוכאפן פונעם בונקער.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 28, 2021 3:55 pm

· #471753

געב א שמייכל: דו קענסט נישט האבן קיין טענות צו קאך לעפל אז ער גראבט צו שטארק. און ער טרעפט סתירות אין ר' מנחם זעמבא'ס ווערטער...! ביי מענטשן אזוי ווי מיר, וועלכע זענען די קינדער פון עלטערן וועלכע האבן אדורכגעמאכט דעם האלאקאוסט. און געבוירן גלייך נאך די וועלט מלחמה. אונז שפירן דעם האלקאוסט אין די ביינער און נשמה. ביי אונז איז זייער חשוב און וויכטיג אויסצופארשן א יעדן קליינעם פרט פון די היסטארישע געשעענישן וועלכע האבן זיך דאמאלס אפגעשפיעלט. און איך בין שטארק דאנקבאר פאר ..."קאך לעפל"... וואס ער נעמט זיך די מיה נאכצוגיין און נאכפארשן אלע פרטי פרטים פון דעם האלאקאוסט...!

איך אויך » מיטוואך אפריל 28, 2021 5:22 pm

· #471761
אישתישבי
עס וואלט געוועהן אינטרעסאנט צו זעהן די תשובה פין ר' מנחם זעמבא אין דער ענין.

די דעבאטע איבער ר' מנחם'ס ריכטיגע דעה איז אזוי אלט ווי דער אויפשטאנד אליינס. כ'גלייב נישט עס וועט אנטשיידן ווערן בעפאר משיח'ס טאג.

איך אויך » מיטוואך אפריל 28, 2021 5:28 pm

· #471765
קאך_לעפל

האט איינער פון די אידן געפרעגט דעם רבי'ן מיט ביטערנישט, אויב ער גייט נאך אלס זאגן ביים דאווענען אתה בחרתנו מכל העמים... אונטער אזעלכע שרעקליכע אומשטענדן ווער וויל דען זיין אנטייל פונעם אויסגעוועלטער פאלק? האט אים דער רבי גענטפערט, פונקט קאפויער ערשט איצט גיי איך עס זאגן מיט מיר באדייט: ווילסט דען ענדערש זיין א טייל פון די פאלק וואס האט דאס אלעס אנגעווערטשאפט?[/justify]

די מעשה גייט אז דעם תשובה האט דער רבי זאגאר געזאגט פאר א נאצי אליינס.

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 28, 2021 5:38 pm

· #471767
אלע צוזאמען
קאך_לעפל
מאי 8 איז די בונקער מילא 18 געפאלן נאך שווערע שלאכטן, אבער די אויפשטענדלער אין שפיץ פון דער קאמאנדיר מרדכי אונאלאוויטש האבן זיך אויף קיין פאל נישט געהאלטן ביים אונטערגעבן לעבעדיג צו די נאציס. זיי האבן ליבערשט איינגענומען צייאַנייד פילן וואס זיי האבן זיך נאך געהאט אנגעגרייט פון פריער. פארט זענען די שלאכטן ווייטער אנגעגאנגען, אצינד אונטער די קאמאנדא פון יצחק צוקער.

עפעס דענק איך אז א חלק האבן זיך יא באוויזן ארויסצוכאפן פונעם בונקער.

צוויי חברה, דורך די סוער סיסטעמס פונקט מיט מזל ווייל זיי זענען געגאנגען אויף א מיסיע מייניך צו בעטן הילף פון די פוילישע הינטערגרונד אינדרויסן פון געטאו. עכ"פ אזוי פארציילן זיי..

טאמבל סאס » מיטוואך אפריל 28, 2021 5:38 pm

· #471768
טאמבל סאס
אלע צוזאמען
קאך_לעפל
מאי 8 איז די בונקער מילא 18 געפאלן נאך שווערע שלאכטן, אבער די אויפשטענדלער אין שפיץ פון דער קאמאנדיר מרדכי אונאלאוויטש האבן זיך אויף קיין פאל נישט געהאלטן ביים אונטערגעבן לעבעדיג צו די נאציס. זיי האבן ליבערשט איינגענומען צייאַנייד פילן וואס זיי האבן זיך נאך געהאט אנגעגרייט פון פריער. פארט זענען די שלאכטן ווייטער אנגעגאנגען, אצינד אונטער די קאמאנדא פון יצחק צוקער.

עפעס דענק איך אז א חלק האבן זיך יא באוויזן ארויסצוכאפן פונעם בונקער.

צוויי חברה, דורך די סוער סיסטעמס פונקט מיט מזל ווייל זיי זענען פונקט געגאנגען אויף א מיסיע מייניך צו בעטן הילף פון די פוילישע הינטערגרונד אינדרויסן פון געטאו. עכ"פ אזוי פארציילן זיי..

עולם הזה » מיטוואך אפריל 28, 2021 9:19 pm

· #471790
די דאזיגע עסקנים האבן געהאט בלויז איין אופגאבע. זיי האבן גענומען די באפעלן פון די געסטאפא, און זיכער געמאכט אז די אידן פאלגן עס אויס!

וויאזוי די היימישע צייטונגען וואלטן באריכטעט די נייעס.

שרעקליכע טראגעדיע אין רעזולטאט פון אידישע עקסטרעמיסטן.

ווארשא - א גאר טראגישער אינצידענט איז פארגעקומען אין אידיש-בליענדן שטעטל ווארשא, ווען עטליכע אידישע עקסטרעמיסטן האבן פרובירט זיך ארויסצודרייען פון די רעגירונג רעגולאציעס און זיך אנטקעגן געשטעלט די פאליציי'אישע אנווייזונגען וועלכע האט זיך אויסגעלאזט מיט געוואלדטאטן און אומרוען, און האט ליידער געקאסט דאס לעבן פון אפאר אידישע קרבנות.

נאך א גרונטליכע אויספארשונג שטעלט זיך ארויס אז די גרופע פון די אויפשטאנד זענען פון די אנטי-היטלער גרופע וועלכע זענען פארגלייבט אין קאנספיראציעס אז די איצטיגע אדמיניסטראציע זענען אויסגעשפראכענע אידן-פיינט און גלייבן אז די "אפעראציע-ריינהארדט" איז גאר א אידן-ריין פראגראם, א מיליטערישע מיסיע אויסצוראטן די אידן.. מ'האט טאקע געטראפן אין זייערע באראקן לופלעטן, אנגעפילט מיט העצע קעגן פרעזידענט היטלער מיט קאנספיראציעס און מיסאינפארמאציע, אריינגערעכנט אז די באנען וועלכע פירן טעגליך די הונדערטער אידן צום נייעם אידישן געגנט אוישוויץ, פראפאגאנדירן זיי אז די רעגירונג נעמט גאר די אלע אידן אויף צו הרג'ענען און רצח'ענען אויף א סיסטעמאטישע אופן... און איבער די נייע בארימטע "ענדגילטיגער לעזונג פראגראם" אונטערגענומען דורך די "דייטשער געזונטהייט אגענטור" אנגעפירט דורכ'ן אנגעזעהענער דר. מענגעלע, פארפירן זיי אינעם אויסגאבע אז די פראגראם איז גארנישט פאר אונזער געזונט! נאר מען פירט דורך פיינפולע עקספערימענטן געצווינגענערהייט אויף קליינע קינדער..

מיט אט די מח-שווענקונג און נאך אסאך אזעלכע קאנספיראציעס וואס די דייטשע פעקט-טשעקער'ס האבן געזיגלט אלס "פאלש" האבן זיך די עקסטרעמיסטן פארגלייבט (די מאגאזין דיסריביוטערס האבן טאקע זינט דאן אויפגעהערט פארשפרייטן די אויסגאבעס.)

בשעת די אויפשטאנד האבן זיי טאקע געשריגן און פארפירט "נישט ארויפגיין אויף די באנען!! דאס וועט ענק פירן צום טויט!! פרעזידענט היטלער וויל אויס'הרג'ענען אלע אידן! דר. מענגעלע איז א רשע א רוצח!!"

די ראשי עסקנים פון אלע קהילות און מוסדות צוזאמען מיט די פירער פון די יודנראט עסקנים, זענען ארויסגעקומען מיט א געמיינזאמע רעאקציע צו פארדאמען די אויפשטאנד זאגענדיג "דאס האט געברענגט גאר א גרויסער חילול השם, און האט ליידער געקאסט דאס לעבן פון אומשלדיגע אידישע קרבנות", און נאכאמאל דערמאנט די שעדליכקייט פון ליינען אזעלכע סארט פראפעגאנדע. און דערנאך אויפגעפאדערט אויסצופאלגן אלע אנווייזונגען פון די לאקאלע געסטאפא און עס. עס. אפיצירן.

אין ליכט פון די געוואלדאטן האבן מיר אפגעהאלטן א שמועס מיט איינע פון די הויפט יודנראט עסקנים מיט א לעבעדיגער באריכט פון אוישוויץ:

חיים: ס'איז מיין ערשטע טאג דא, וואס זאל איך אייך זאגן? ס'איז טאקע געווען א שווערע רייזע, צוליב די וואגאנען וואס זענען געווען איבערגעפילט מיט אידן פון אלע אידישע געגנטער. אבער נאכן אפשטייגן האט זיך אלעס אויסגעצאהלט. ס'איז א הערליכע געגנט! ס'איז א גאר שטילע געגנט, הערליכע פאנאראמאס, ממש ווי אין קאנטרי, מיר קוקן ארויס אויף א אידיש בליענדע עתיד בעזרת השם.
אויך איז דאס א גאר פארזיכערטע געגנט, און אדאנק די שתדלנות ביים הויכן פענסטער, האט די רעגירונג צוגעשטעלט א פלאטע פון די בארימטע עס.עס. סעקיוריטי פירמע מיט באוואפענטע אפיצירן אפצוהיטן פון דרויסענדיגע אומגעווינטשענע עלעמענטן.

די יודנראט עסקנים טוען טאקע דערמאנען די וויכטיגקייט פון זיך איינשרייבן אין די דייטשע רעגירונג דאטע-בעי"ס, זאגנדיג "ס'איז גאר וויכטיג איינצושרייבן יעדע איינציגע קינד און פאמיליע מיטגליד אין די דאטע-בעי"ס ווייל דאס וועט אונז פארזיכערן אלע שטאטישע פראגראמען פאר די נייע מוסדות אין אוישוויץ."

חיים ענדיגט צו: די צענטראלע בנין דא קוקט אויס צו זיין א מייסטערהאפטיגע צענטער פאר אלע אידישע געברויכן. די איינגשטעלטע האבן צוגעזאגט אויף מארגן פארן גאנצן עולם א הייסן שוויץ (בחנם!). כ'זעה שוין טאקע די רויעך ארויסקומען פון קוימען.

תרמב » מיטוואך אפריל 28, 2021 11:58 pm

· #471807
איך וואלט געזאגט אז די בייעסד אלגעמיינע מידיא וואלט געשריבן אזוי, אויף די היימישע צייטונגען איז עס שוין אביסל איבערגעטריבן.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 29, 2021 5:44 am

· #471823
עולם הזה: זייער גוט אראפגעלייגט. נאר נישט אין אלע פעלער און פלעצער איז עס געווען אזוי. דער אנפיהרער פון יודנראט אין ווארשאווער געטא, אדאם טשערניאק איז געווען א וואוילער מענטש. און ער האט באמת אינזין געהאט צו העלפן די אידישע באפעלקערונג. נאר די נאצישע פיהרער האבן איהם אויסגעפאפט. און אייביג געבראכן זייער צוזאג אדער הסכם וואס זיי האבן צוגעזאגט מיט א שמייכל און האנד רייך...! צום סוף איז ער אריינגעפאללן אין א מצב פון יאוש. און ער האט זיך (ליידער ) גענומען דאס לעבן. נאר ווער ס'זענען באמת געווען רשעים זענען געווען די ..."אידישע"... פאליסלייט וועלכע האבן געכאפט אידן און מיט געוואלד און קלעפ זיי ארויפגעשטופט אויף די וואגאנען קיין אוישוויץ...! מיינענדיג, נעבעך, אז זיי וועללן זיך קענען ראטעווען...! אבער ס'האט זיי גארנישט געהאלפן. ווען ס'איז געקומען זייער צייט האט מען זיי און זייערע משפחות אוועקגעפיהרט גלייך מיט די אנדערע אידן...!