☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » פראגעס אין תנ''ך דקדוק

פראגעס אין תנ''ך דקדוק

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14573

תוהו ובוהו » מיטוואך אפריל 21, 2021 12:35 am

· #470912
פראגעס אין תנ''ך דקדוק
איך ווייס נישט צו עס עקזעסטירט שוין אזא אשכול אבער איך האב כל מיני פראגעס אויף תנ''ך דקדוק און איך קען באשטיין מען זאל מיר ארויסהעלפן..

לאמיר אנהייבן מיט איין פראגע דער פסוק זאגט ''עד יעבור עם זו קנית''
יעצט דאס ווארט 'עם' איז א זכר (העם הזה) דאן פארוואס שטייט 'זו' וואס איז אויבנאויף א רעפערענס צו א נקבה
די פראגע איז בעצם אנדערש דהיינו אין תנ''ך וועט רוב מאל שטיין 'זאת' אויף א נקיבה, און דאס ווארט זו איז בעיקר לשון חז''ל, איז מעגליך אז 'זו' איז בלויז אזא פארדרייטע 'זה'? (בפרט ביי שירים ווי דער פסוק האט ליב צו צולייגען אן ארויסנעמען אותיות עס צו 'פאעטעזירן') בעת וואס 'זאת איז פאר נקיבה?.
אבער זוכענדיג האב איך יא עפעס געטראפן אין יחזקאל ( לו,לה) ''ואמרו הארץ הלזו' אין 'ארץ' איז א 'נקבה'.
אויב איינער קען ארויסהעלפן/צוגעבן, אדער צולייגן אזעלכע אדער ענליכע באמערקונגען איז 'מאר דען וועלקאם'.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

וואולקאן עראפציע » מיטוואך אפריל 21, 2021 3:16 pm

· #470969
ר' שבתי סופר פון פרעמיסלא ברענגט אין זיין סידור (אין נייעם דרוק פעידזש 464) אז זו מיט א חולם איז נקיבה און זו מיט א שורק איז זכר. אלס ראי' ברענגט ער עם זו קנית.

אין שרשים פונעם רד"ק שורש לז איז ער מסביר אז הלזה איז זכר און הלזו איז נקיבה. ממילא שטימט הארץ הלזו.

שאראש-פאטאק » מיטוואך אפריל 21, 2021 4:11 pm

· #470983
דקדוק איז איינע פון די זאכן וואס עס גאר שווער צו פארשטיין. די פעטש וואס איך האב געגאפט ביי די דקדוק רש״י ליגט מיך נאך אין די ביינער. מיין שאלה איז ווי פאנג איך אן צו קענען דקדוק איז דא א ספר וואס לערנט אויס פון א ביז ת דקדוק?

תרמב » מיטוואך אפריל 21, 2021 5:07 pm

· #470994
דו האסט געכאפט פעטש ביי די דקדוק רש’’י’ס? ביי אונז האט מען עס אויסגעלאזט.

שאראש-פאטאק » מיטוואך אפריל 21, 2021 5:27 pm

· #471000
תרמב
דו האסט געכאפט פעטש ביי די דקדוק רש’’י’ס? ביי אונז האט מען עס אויסגעלאזט.

דאס האט מען געזאגט אין ישיבה אין חדר האט מען נישט אויגעלאזט די דקדוק רשי פון ברכת יעקב פרשת ויחי אין די שירה

תוהו ובוהו » מיטוואך אפריל 21, 2021 6:57 pm

· #471012
Re: פראגעס אין תנ''ך דקדוק
וואולקאן עראפציע
ר' שבתי סופר פון פרעמיסלא ברענגט אין זיין סידור (אין נייעם דרוק פעידזש 464) אז זו מיט א חולם איז נקיבה און זו מיט א שורק איז זכר. אלס ראי' ברענגט ער עם זו קנית.

אין שרשים פונעם רד"ק שורש לז איז ער מסביר אז הלזה איז זכר און הלזו איז נקיבה. ממילא שטימט הארץ הלזו.
שכוח!!
די שאלה איז אויב זו מיט א מלאופם איז א זכר דאן וואלט לכאורה 'הארץ הלזו' געדארפט זיין מיט א חולם..

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

עגלה ערופה » מיטוואך אפריל 21, 2021 7:09 pm

· #471015
איך האב שוין פיל מאל געטראפן אין תנ"ך זאכן וואס שטימן נישט על פי דקדוק. ס'איז זעלטן, אבער ס'מאכט זיך. קען זיין די סיבה איז ווייל נאך אזויפיל מאל איבערשרייבן די תנ"ך האט זיך אריינגעכאפט טעותים.

תוהו ובוהו » מיטוואך אפריל 21, 2021 7:14 pm

· #471016
Re: פראגעס אין תנ''ך דקדוק
נאך א נקודה אויב ס'אינטערסירט איינעם. דער אבן עזרא אויפן פסוק 'לשני' מחנות וכו' המחנה 'האחת'. ברענגט 2 דוגמאות אויף ווערטער וואס זענען סובל ביידע זכר און נקבה: 'מקום', 'בית'.

יעצט כ'האב פראבירט צו זוכן ווי אין פסוק ווערט דערמאנט 'בית' בלשון נקבה, און כ'האב נאר געטראפן א פסוק אין משלי (ב,יח) ''כי שחה אל מות ביתה'' אבער דאכטציך לויטן אבן עזרא דארט באציט זיך נישט 'שחה' אויפן ווארט 'בית', (לויט אנדערע יא) ממילא ווייס איך נישט ווי בית ווערט דערמאנט בנקבה.

מקום בלשון נקבה האביך נאך נישט געטראפן.

און בכל אופן איז אינטערסאנט אז ער ברענגט ווערטער וואס ווערן גאר זעלטן (אויב בכלל) דערמאנט בנקבה, אנשטאט ברענגן: דרך, רוח, אש. וואס ווערן אפטער דערמאנט בזכר/נקבה.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

תוהו ובוהו » מיטוואך אפריל 21, 2021 7:15 pm

· #471017
Re: פראגעס אין תנ''ך דקדוק
עגלה ערופה
איך האב שוין פיל מאל געטראפן אין תנ"ך זאכן וואס שטימן נישט על פי דקדוק. ס'איז זעלטן, אבער ס'מאכט זיך. קען זיין די סיבה איז ווייל נאך אזויפיל מאל איבערשרייבן די תנ"ך האט זיך אריינגעכאפט טעותים.
מיין פליאה איז מער געווען אז די מפרשים איגנארירן עס...

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

עגלה ערופה » מיטוואך אפריל 21, 2021 7:59 pm

· #471024
שאראש-פאטאק
דקדוק איז איינע פון די זאכן וואס עס גאר שווער צו פארשטיין. די פעטש וואס איך האב געגאפט ביי די דקדוק רש״י ליגט מיך נאך אין די ביינער. מיין שאלה איז ווי פאנג איך אן צו קענען דקדוק איז דא א ספר וואס לערנט אויס פון א ביז ת דקדוק?

דקדוק איז בעצם נישט אזוי שווער, דו דארפסט פשוט קענען א פאר כללים וואס איז א זכר און וואס איז א נקבה וכו' אבער פארשטייט זיך אז איעדער כלל האט א יוצא מן הכלל. און אויב דו קענסט גוט עברית אטאמאטיש קענסטו שוין רוב דקדוק.

וואולקאן עראפציע » פרייטאג אפריל 23, 2021 3:26 am

· #471151
תוהו ובוהו

מקום בלשון נקבה האביך נאך נישט געטראפן.

וְלֹא עוֹד תְּשׁוּרֶנּוּ מְקוֹמוֹ (איוב כ, ט).
אזוי ברענגט דער אבן עזרא אליין אין זיין פירוש אויף איוב ו, כ.

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 23, 2021 7:10 pm

· #471193
תוהו ובוהו
איך ווייס נישט צו עס עקזעסטירט שוין אזא אשכול אבער איך האב כל מיני פראגעס אויף תנ''ך דקדוק און איך קען באשטיין מען זאל מיר ארויסהעלפן..

לאמיר אנהייבן מיט איין פראגע דער פסוק זאגט ''עד יעבור עם זו קנית''
יעצט דאס ווארט 'עם' איז א זכר (העם הזה) דאן פארוואס שטייט 'זו' וואס איז אויבנאויף א רעפערענס צו א נקבה
די פראגע איז בעצם אנדערש דהיינו אין תנ''ך וועט רוב מאל שטיין 'זאת' אויף א נקיבה, און דאס ווארט זו איז בעיקר לשון חז''ל, איז מעגליך אז 'זו' איז בלויז אזא פארדרייטע 'זה'? (בפרט ביי שירים ווי דער פסוק האט ליב צו צולייגען אן ארויסנעמען אותיות עס צו 'פאעטעזירן') בעת וואס 'זאת איז פאר נקיבה?.
אבער זוכענדיג האב איך יא עפעס געטראפן אין יחזקאל ( לו,לה) ''ואמרו הארץ הלזו' אין 'ארץ' איז א 'נקבה'.
אויב איינער קען ארויסהעלפן/צוגעבן, אדער צולייגן אזעלכע אדער ענליכע באמערקונגען איז 'מאר דען וועלקאם'.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

תוהו ובוהו: הוא מותיב לה והוא מפרק לה. דו האסט עס אליינס פארענטפערט. תנ""ך איז בכלל מערסטנס געשריבן מיט א פאעטיש לשון. און דארט איז מען נישט מקפיד אפילו אין דעם זעלבן פסוק. ער קען אנהייבן מיט א לשון זכר און ענדיגן מיט א לשון נקיבה. אדער פארקערט...!

עגלה ערופה » מוצ"ש אפריל 24, 2021 11:04 pm

· #471206
berlbalaguleh
תנ""ך איז בכלל מערסטנס געשריבן מיט א פאעטיש לשון. און דארט איז מען נישט מקפיד אפילו אין דעם זעלבן פסוק. ער קען אנהייבן מיט א לשון זכר און ענדיגן מיט א לשון נקיבה. אדער פארקערט...!

איך האב שוין געטראפן גענוג פלעצער וואו די פסוק מישט אויס זכר און נקבה אפילו ס'איז נישט פאעטיש.
איך געדענק נישט אלעס יעצט אויפן רגע אבער וואס ליגט מיך יעצט אין קאפ איז שמות יב טז:
וּבַיּוֹם הָרִאשׁוֹן מִקְרָא קֹדֶשׁ וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי מִקְרָא קֹדֶשׁ יִהְיֶה לָכֶם כָּל מְלָאכָה לֹא יֵעָשֶׂה בָהֶם אַךְ אֲשֶׁר יֵאָכֵל לְכָל נֶפֶשׁ הוּא לְבַדּוֹ יֵעָשֶׂה לָכֶם.
מלאכה איז א לשון נקבה און ס'וואלט געדארפט שטיין 'תיעשה'. און אלע אנדערע פלעצער שטייט טאקע 'תיעשה' אבער דא שטייט 'ייעשה'.
איך טראכט יעצט אז קען זיין ס'שטייט בעצם 'יַעֲשֶׂה' - ער זאל טוהן - נאר דער וואס האט געפונטלט די חומש האט נישט גוט געפונטלט.

תוהו ובוהו » מוצ"ש אפריל 24, 2021 11:26 pm

· #471208

אויב פינטלעט מען יעשה (אויפן מענטש) דאן גייט דער פסוק פון יחיד צו רבים

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 25, 2021 12:12 am

· #471214
עגלה ערופה
berlbalaguleh
תנ""ך איז בכלל מערסטנס געשריבן מיט א פאעטיש לשון. און דארט איז מען נישט מקפיד אפילו אין דעם זעלבן פסוק. ער קען אנהייבן מיט א לשון זכר און ענדיגן מיט א לשון נקיבה. אדער פארקערט...!

איך האב שוין געטראפן גענוג פלעצער וואו די פסוק מישט אויס זכר און נקבה אפילו ס'איז נישט פאעטיש.
איך געדענק נישט אלעס יעצט אויפן רגע אבער וואס ליגט מיך יעצט אין קאפ איז שמות יב טז:
וּבַיּוֹם הָרִאשׁוֹן מִקְרָא קֹדֶשׁ וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי מִקְרָא קֹדֶשׁ יִהְיֶה לָכֶם כָּל מְלָאכָה לֹא יֵעָשֶׂה בָהֶם אַךְ אֲשֶׁר יֵאָכֵל לְכָל נֶפֶשׁ הוּא לְבַדּוֹ יֵעָשֶׂה לָכֶם.
מלאכה איז א לשון נקבה און ס'וואלט געדארפט שטיין 'תיעשה'. און אלע אנדערע פלעצער שטייט טאקע 'תיעשה' אבער דא שטייט 'ייעשה'.
איך טראכט יעצט אז קען זיין ס'שטייט בעצם 'יַעֲשֶׂה' - ער זאל טוהן - נאר דער וואס האט געפונטלט די חומש האט נישט גוט געפונטלט.

עגלה ערופה: בלשון צחות קענמען פארענטפערן דיין קשיא אויפ'ן פסוק פארוואס ער הייבט אן מיט דעם ווארט מלאכה, בלשון נקיבה. ווייל א סאך מענער שיקן זייערע ווייבער ארבעטן און זיי זיצן אינדערהיים אדער אין ..."כולל"...!

תוהו ובוהו » זונטאג אפריל 25, 2021 12:21 am

· #471217

'מלאכה', ווי כמעט אלע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט אן ה איז נקבה, די שאלה איז פארוואס שטייט עס בלשון זכר (צוויי מאל גראדע, צווייטע איז שמות לא,טו)
מיינסט צוזאגן צו ווייזן אז די מענער מעגן אויך ארבעטן..

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

דוראק » זונטאג יוני 27, 2021 4:59 pm

· #476725
עגלה ערופה
מלאכה איז א לשון נקבה און ס'וואלט געדארפט שטיין 'תיעשה'. און אלע אנדערע פלעצער שטייט טאקע 'תיעשה' אבער דא שטייט 'ייעשה'.
איך טראכט יעצט אז קען זיין ס'שטייט בעצם 'יַעֲשֶׂה' - ער זאל טוהן - נאר דער וואס האט געפונטלט די חומש האט נישט גוט געפונטלט.

ווען עס וואָלט זיין באַפעלעריש וואָלט אויך באַדאַרפט צו זיין תעשה פאַר אַ זכר, און לא תעשי פאַר אַ נקבה (ווי שטייט, לא ירצח צי לא תרצח?), און דאָס גופא וואָס עס שטייט יעשה איז שוין גענוג אַ באַווייז אַז אונזער מסורה איז גערעכט. וראה אבן עזרא, מלבים אלשיך וכו'.

תוהו ובוהו » זונטאג יוני 27, 2021 5:09 pm

· #476726
Re: פראגעס אין תנ''ך דקדוק
דוראק

ווען עס וואָלט זיין באַפעלעריש וואָלט אויך באַדאַרפט צו זיין תעשה פאַר אַ זכר, און לא תעשי פאַר אַ נקבה (ווי שטייט, לא ירצח צי לא תרצח?), און דאָס גופא וואָס עס שטייט יעשה איז שוין גענוג אַ באַווייז אַז אונזער מסורה איז גערעכט. וראה אבן עזרא, מלבים אלשיך וכו'.
ס'וואלט געמיינט 'יעשה העושה' ווי אין טויזענטער פלעצער, (דהיינו נסתר, וואס דאן איז עס יעשה נישט תעשה)

אבער דער סוף פסוק ''יעשה לכם'' מוז לכאורה זיין ''ייעשה''.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

דוראק » זונטאג יוני 27, 2021 5:15 pm

· #476727
אפשר האָב איך אַ טעות, אָבער עס געדענקט זיך מיר ניט אַז יעשה העושה זאָל גענוצט ווערן בלשון ציווי.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 27, 2021 11:54 pm

· #476743
דוראק לפי זה קומט אויס דער אייבישטער, כביכול שרייט נישט אן אויף א מענטש ..."היט אפ שבת"...! נאר אויב ער ווילל. אויבן וועט מען זיך שוין אפרעכענען...!

Nanach » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 10:41 am

· #483229
איך זע אז @שאראש פאטאג האט שוין געפרעגט וועגו א ספר מסודר אויף דקדוק און ער האט נישט באקומען קיין ענטפער, איך האב שוין געזען ספרים אויף דקדוק (איך קען מיר יעצט נישט דערמאנען קיין נעמען) אבער איך וואלט זייער עפריעשיעטעד אויב איינער קען מיר אנווייזן א ספר וואס שטעלט אוועק מסודר די כללים פון אבן עזרא מסודר אין א גרינגע לשון, אדער עכ”פ וועלכע מסודר’דיגע כללי הדקדוק ספר שטימט די בעסטע מיט שיטת הדקדוק אין אבן עזרא

תוהו ובוהו » מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:47 am

· #483579
Re: פראגעס אין תנ''ך דקדוק
כ'געדענק אלס קינד האב איך געזעהן א ספר 'דקדוקי רש''י' ארויסגעגעבן דורך 'מישור', וואס האט אין אנהייב שיין מסודר פארשידענע כללי דקדוק.

Nanach » מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:52 am

· #483580
תוהו ובוהו
כ'געדענק אלס קינד האב איך געזעהן א ספר 'דקדוקי רש''י' ארויסגעגעבן דורך 'מישור', וואס האט אין אנהייב שיין מסודר פארשידענע כללי דקדוק.
<a class="postlink" href="content://com.android.chrome.FileProvider/images/screenshot/1634705142306407692473.jpg">content://com.android.chrome.FileProvid ... 692473.jpg</a>

קודם שכוח פארן מגיב זיין
ווי איך פארשטיי איז דא מחלוקת צווישן די ראשונים אין כללי דקדוק, היות איך וויל יעצט דורך גיין חומש מיטן אבן עזרא וואלט איך געוואלט האבן די כללים מסודר. אדרבה אויב איז נישט ריכטיג אז עס איז א מחלוקת מאכטס מיר קלאר

כפתור » דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:39 pm

· #483667
אז מ'רעדט שוין פון דעם, האביך א קלאץ קשיא:

ווי קומט בכלל אריין אז שפראך זאל האבן א לשון זכר אדער לשון נקבה, פארוואס זאל שפראך נישט זיין זשענדער נוטרעל?
וואס האט געטריבן צו צוטיילן שפראך און לשון זכר/נקבה?

אפשר ר' בערל קען אריינקומען קלאר

תוהו ובוהו » פרייטאג אקטאבער 22, 2021 1:01 am

· #483682
Re: פראגעס אין תנ''ך דקדוק
כפתור
אז מ'רעדט שוין פון דעם, האביך א קלאץ קשיא:

ווי קומט בכלל אריין אז שפראך זאל האבן א לשון זכר אדער לשון נקבה, פארוואס זאל שפראך נישט זיין זשענדער נוטרעל?
וואס האט געטריבן צו צוטיילן שפראך און לשון זכר/נקבה?

אפשר ר' בערל קען אריינקומען קלאר
בכלל נישט קיין קלאץ קשיא

אויף 'בעלי חיים' וואס פארמאגן א ביאלאגישן זשענדער איז פארשטענדליך, ווייל ס'גיבט דאך מער אינפארמאציע אויפן מדובר.

(דרך אגב, ס'איז פארהאן שפראכן וואס פארמאגן דאס אויך נישט, כ'מיין אז אונגאריש איז איינע פון זיי, או ווי אויך איז דא פארשידענע דרגות דערין, למשל ענגליש און אידיש פארמאגן ווייניגער זשענדער חילוקים ווי לשה''ק)

אויף 'שמות עצם' איז דאכצעך נישטא קיין געהעריגן הסבר פארוואס מ'האט דאס צוטיילט אויף זשענדער.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 22, 2021 1:35 am

· #483693
תוהו ובוהו: דו ביסט גערעכט. די מערסטע שפראכן האבן א חילוק פון לשון זכר און לשון נקיבה. אונגאריש איז אפשר די איינציגסטע שפראך וואס מאכט נישט קיין חילוק צווישן לשון זכר און לשון נקיבה. פארדעים האבן א סאך צדיקים טאקע געהאלטן אז דאס איז נישט קיין הייליגע שפראך. (אפשר גאר א טמא'נע שפראך.) אין ענגליש איז יא דא א חילוק פון לשון זכר און לשון נקיבה. נאר ס'איז אויך דא א דזשענדער ניוטראל אויסדרוק...!

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 22, 2021 1:47 am

· #483696
ערשטנס מיין איך אז אלע אוראלישע שפראכן, אונגאריש, פינניש, עסטניש, וכו׳, האבן נאר נייטראלע פראונאונס. צווייטנס כינעזיש איז אויך גענדער נייטראל.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 22, 2021 1:51 am

· #483698
רביה"ק זי"ע: דו האסט גוט צוגעטראפן. ווייל פון די אלע אוגרא-פינישע שפראכן איז די איינציגסטע וואס איך קען רעדן און ליינען איז אונגאריש. כינעזיש קען איך נאר וואס איך האב געהערט פון מיינע לאנדרי מענטשעלעך. צו וועם איך פלעג (אמאל) טראגן מיינע העמדער צו וואשן און ביגלען...!

פרימארגען » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 5:46 pm

· #484015
Nanach
איך זע אז @שאראש פאטאג האט שוין געפרעגט וועגו א ספר מסודר אויף דקדוק און ער האט נישט באקומען קיין ענטפער, איך האב שוין געזען ספרים אויף דקדוק (איך קען מיר יעצט נישט דערמאנען קיין נעמען) אבער איך וואלט זייער עפריעשיעטעד אויב איינער קען מיר אנווייזן א ספר וואס שטעלט אוועק מסודר די כללים פון אבן עזרא מסודר אין א גרינגע לשון, אדער עכ”פ וועלכע מסודר’דיגע כללי הדקדוק ספר שטימט די בעסטע מיט שיטת הדקדוק אין אבן עזרא

די אבן עזרא זעלבסט האט געשריבען עטליכע ספרים אויף דיקדוק מוסד הרב קוק האט לעצטענס איבער געדריקט טייל פון זיינע ספרים

תוהו ובוהו » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:04 pm

· #486492
וְהִנֵּה קָמָה אֲלֻמָּתִי, וְגַם-נִצָּבָה; וְהִנֵּה תְסֻבֶּינָה אֲלֻמֹּתֵיכֶם, וַתִּשְׁתַּחֲוֶיןָ לַאֲלֻמָּתִי

אינטערסאנט דעם לשון עתיד במקום עבר, לכאורה כדרך הכתוב בשירים וחזיונות.
אב"ע: מאלמים — מגזרת אלומים. ונמצא בלשון נקבה, "נושא אלומותיו" (תהלים קכו, ו).

ממרחק הביא לחמו, אין די פסוק אליין שטייט דאך "אלמותיכם" בלשון נקבה.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 10:47 pm

· #486496
תוהו ובוהו: איך פארשטיי נישט וואס דער חידוש איז דא? מאלמים, גייט ארויף אויף די פעולה. זיי האבן געבינדן...! אלומתי, מיין בינטל (לשון נקבה)...!

תוהו ובוהו » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 11:00 pm

· #486498
berlbalaguleh
תוהו ובוהו: איך פארשטיי נישט וואס דער חידוש איז דא? מאלמים, גייט ארויף אויף די פעולה. זיי האבן געבינדן...! אלומתי, מיין בינטל (לשון נקבה)...!

ער באציעט זיך צום לשון רבים פונעם נקבה ווארט "אלומה", וואס ביי אונז אין פסוק שטייט "מאלמים אלומים" וואס איז געווענליך די רבים פון א זכר, זאגט ער אז מ'געפינט די רבים אויך בלשון נקבה (אלומות) ביי "נושא אלומותיו", וואס אויף דעם איז אינטערסאנט פ"וו ער ברענגט נישט די פסוק אליין "תסובינה אלמותיכם"

מצפצף » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 11:37 pm

· #486500
תוהו ובוהו
וְהִנֵּה קָמָה אֲלֻמָּתִי, וְגַם-נִצָּבָה; וְהִנֵּה תְסֻבֶּינָה אֲלֻמֹּתֵיכֶם, וַתִּשְׁתַּחֲוֶיןָ לַאֲלֻמָּתִי

אינטערסאנט דעם לשון עתיד במקום עבר, לכאורה כדרך הכתוב בשירים וחזיונות.
אב"ע: מאלמים — מגזרת אלומים. ונמצא בלשון נקבה, "נושא אלומותיו" (תהלים קכו, ו).

ממרחק הביא לחמו, אין די פסוק אליין שטייט דאך "אלמותיכם" בלשון נקבה.

וואו איז דער לשון עתיד?

תוהו ובוהו » מוצ"ש נאוועמבער 27, 2021 7:12 pm

· #486804
תוהו ובוהו
אב"ע: מאלמים — מגזרת אלומים. ונמצא בלשון נקבה, "נושא אלומותיו" (תהלים קכו, ו).

ממרחק הביא לחמו, אין די פסוק אליין שטייט דאך "אלמותיכם" בלשון נקבה.

אן אינטערסאנטע פשט פון רש"ר הירש, פ"וו דער פסוק הייבט אן מיט "אלומים" און ענדיגט מיט "אלמותיכם"
ישנו גם הבדל בין ״אלמים״ ל״אלמות״. המשנה בפאה (ו, י) מבדילה בין ״אגודים״ ל״אגודות״, ולפי אחד הפירושים שם, ״אלומה״ מציינת אגודה קטנה: ״כריכות קטנות ועושין בג׳ או ד׳ עומר אחד״ (עיין בפירוש הרא״ש שם). נראה שבחלום יוסף, בתחילה קצרו את כל השדה ואגדו את החיטה באגודות קטנות – ״אלומות״; ולאחר מכן נערמו האלומות לעשות מהן ערימות גדולות – ״אלומים״, באמצע השדה הקצור (״בתוך השדה״).
לפי זה, כך סיפר יוסף לאחיו: ״בחלומי לא היינו כה מפולגים. היינו מאוחדים בעבודתנו, ועבדנו בצוותא בהערמת האלומות הקטנות לאלומים גדולים באמצע השדה. גם אני הייתי מוכן להוסיף את האלומה הקטנה שלי לערימה הגדולה המשותפת, אך לא היה ניתן להזיז את אלומתי. היא נעמדה ונותרה זקופה, וסירבה להיות מובלת לערימה המשותפת במרכז. ויתירה מכך, אלומותיכם יצרו מעגל מסביב לאלומתי והשתחוו לפניה!״

Espresso » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 3:10 pm

· #488775
פֵּרֵק אדער פֶּרֶק
ווען מ'הויבט אן לערנען דעם ערשטן פרק... א מינוט, וויאזוי פינטלט מען דעם ווארט פרק? ביי אונז חסידים, ווען אונז זאגן פרק סאונדט עס ווי די פ האט ש צירי, די ר האט אדער א שווא אדער סגול, אין תנ"ך ווערט דאס ווארט בכלל נישט גענוצט אויף צו רופן קאפיטלעך, פרק אין תורה מיינט געווענליך א ביין, א שטיקל אבר, אדער פרק ואין מציל צי פורק אין מידם, אדער מפרק הרים. דאס נוצן דאס ווארט פאר א קאפיטל איז דוכט זיך די ערשטע מאל אין משנה, אין אבות, הלומד מחבירו פרק אחד, דארט אין משנה איז פרק געפינטלט פֶּרֶק, מיט צוויי סגול'ס. סא פון וואנעט קומט די חסידישע פֵּרק? זאגט די ליטווישע דאס אויך מיט א צירי?

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 4:16 pm

· #488777
עספרעססא: אין מביאין ראיה מן החסידים. אונז חסידים פיהרן זיך צו בייגן און צוקנייטשן וועלכע ווערטער אונז באניצן זיך נאר. חסידים מיט דיקדוק. דאס איז צוויי פארשידענע וועלטן. איינס פון אנדער'ן איז כרחוק מזרח ממערב...!

וויאזוי די ליטווישע זאגן ארויס די ווארט..."פרק"...מיין איך...פעי-ראק...Pay-Ruck...!

מי אני » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 4:45 pm

· #488778
ס'איז לכאורה דאס זעלבע ווי פֶּסַח צו פֵּסַח ביי חסידים. ס'איז אולי נכלל אינעם וואַוּעל-שיפט בכלל וואס איז דא ביי חסידים וואס אנבאלאנגט אידיש פון יידיש.

Espresso » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 11:03 am

· #488969
מי אני
ס'איז לכאורה דאס זעלבע ווי פֶּסַח צו פֵּסַח ביי חסידים. ס'איז אולי נכלל אינעם וואַוּעל-שיפט בכלל וואס איז דא ביי חסידים וואס אנבאלאנגט אידיש פון יידיש.

שקויך מר. @מי אני. כ'בין נישט באקאנט מיט די גאנצע וואַוּעל-שיפט סומאטוכע. איז דא ערגעץ וואו אין קען לייענען\לערנען דערויף?

א דאנק

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 11:50 am

· #488977
Espresso
ווען מ'הויבט אן לערנען דעם ערשטן פרק... א מינוט, וויאזוי פינטלט מען דעם ווארט פרק? ביי אונז חסידים, ווען אונז זאגן פרק סאונדט עס ווי די פ האט ש צירי, די ר האט אדער א שווא אדער סגול, אין תנ"ך ווערט דאס ווארט בכלל נישט גענוצט אויף צו רופן קאפיטלעך, פרק אין תורה מיינט געווענליך א ביין, א שטיקל אבר, אדער פרק ואין מציל צי פורק אין מידם, אדער מפרק הרים. דאס נוצן דאס ווארט פאר א קאפיטל איז דוכט זיך די ערשטע מאל אין משנה, אין אבות, הלומד מחבירו פרק אחד, דארט אין משנה איז פרק געפינטלט פֶּרֶק, מיט צוויי סגול'ס. סא פון וואנעט קומט די חסידישע פֵּרק? זאגט די ליטווישע דאס אויך מיט א צירי?

אין עובדיה פרק א פסוק יד שטייט אויך פרק מיט צוויי סגול'ס, און דארט זאגט רש"י

ואל תעמוד על הפרק – מקום שהבורחים יוצאים דרך שם לימלט ובלשון לע"ז קוראים אותו טרו"ג

דער בלעז מיינט א שפאלט. לכאורה קומט עס פין דעם, ווען פין איין וועג ווערט צוויי הייסט עס א פרק. ממילא נוצט מען עס אויף פרשיות, ווען דער זאך ווערט צוטיילט.

און חסידישע פרק איז אזוי ווי פסח, ווייל איינער האט געמיינט אז זיי זאגן פרק וועגן זיי זאגן דער צירי ווי א סגול. עס איז געוועהן רבי'ס וואס האבן געזאגט שקר מיט א צירי, להוציא מלבן. אין לדויד ד' אורי.

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 12:28 pm

· #488982
Espresso
שקויך מר. @מי אני. כ'בין נישט באקאנט מיט די גאנצע וואַוּעל-שיפט סומאטוכע. איז דא ערגעץ וואו אין קען לייענען\לערנען דערויף?

א דאנק

דער אמת איז אז איך בין נישט קיין עקספּערט בכלל אין דעם און כ׳האב אויך נישט געמאכט קיין ריִסערטש אין דעם. ווי זיי שרייבן:
Present-day Hasidic Yiddish exhibits striking linguistic differences from the traditional pre-war Eastern European dialects of the language and from the standardised variety, which is based largely on the Lithuanian dialect. Nevertheless, despite the intriguing differences in its structure, and its central role in the contemporary Yiddish world, very few studies exist on Hasidic Yiddish language use, and none offer detailed grammatical descriptions

איך בין עס במושכל ראשון (און זייער טענטאטיוולי) אביסל מדמה צום באקאנטן שיפט במשך הדורות וואס האט פאסירט אין ענגליש.

אדרבה. זאל מען פרעגן @לאשיצער וואס איז יא אן עקספּערט דערין.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 8:18 pm

· #489039
אז מ'רעדט שוין פון דיקדוק און נעמען איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין די איראקער רעגירונג פונ'ם פארשטארבענם (ארכי-רוצח) סאדאם חוסיין איז געווען א מיניסטער וואס האט געהייסן..."זאאיד בען שאקער"...ווען ער זאלל וויסן וואס זיין נאמען מיינט אין לשון הקודש, וואלט ער געלאפן אין שאריא קאורט און זיך געטוישט דעם נאמען...אפשר צו...עבדוללא בין סאדיק...!

היסטאריע » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 12:10 am

· #489061
און דיין נאמען מיינט, בער, לבעלה, עגלה, אומוויסענדער, צו איר מאן, דער קאלב.

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 8:08 pm

· #489142
היסטאריע: דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. צוערשט האביך נישט פארשטאנען (איך בין דאך אן אונגערישער...) אבער ווען איך האב געכאפט האביך מיך געווארפן פאר געלעכטער...!

תוהו ובוהו » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 9:43 pm

· #511892
א זעלטענע זאך טרעפט מען פארגאנגענע וואך אין דער פרשה: וְהוֹכִחַ אַבְרָהָם אֶת אֲבִימֶלֶךְ עַל אֹדוֹת בְּאֵר הַמַּיִם אֲשֶׁר גָּזְלוּ עַבְדֵי אֲבִימֶלֶךְ - ווי דער וי"ו פון והוכיח איז נישט מהפך דאס ווארט לעתיד נאר עס פארבלייבט עבר.

געווענליך איז א פשוט'ער וי"ו מהפך לעתיד, וואס דעריבער איז דער טייטש פון וְהוֹכִיחַ - ער וועט אים מוכיח זיין, און ווען מ'וויל רעדן פון עבר וואלט געשטאנען: וַיוֹכִיחַ אברהם וגו'.

וואלווי » מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 1:05 pm

· #511968
תוהו ובוהו
א זעלטענע זאך טרעפט מען פארגאנגענע וואך אין דער פרשה: וְהוֹכִחַ אַבְרָהָם אֶת אֲבִימֶלֶךְ עַל אֹדוֹת בְּאֵר הַמַּיִם אֲשֶׁר גָּזְלוּ עַבְדֵי אֲבִימֶלֶךְ - ווי דער וי"ו פון והוכיח איז נישט מהפך דאס ווארט לעתיד נאר עס פארבלייבט עבר.

געווענליך איז א פשוט'ער וי"ו מהפך לעתיד, וואס דעריבער איז דער טייטש פון וְהוֹכִיחַ - ער וועט אים מוכיח זיין, און ווען מ'וויל רעדן פון עבר וואלט געשטאנען: וַיוֹכִיחַ אברהם וגו'.

Disclaimer: איך גיי נישט פארענטפערן דיין דיוק, נאר ביי עבר/הוה/עתיד איז דא נאך אן angle ווי אזוי די זאכן ווערען געשריבן, אזוי ווי רש"י זאגט אין אסאך פלעצער. ס'קען זיין אז דאס אפלייט אויך דא, אז די ו' המהפך (עבר/הוה/עתיד) איז תלוי אין מספר/סיפור/מסופר.

די פסוקים:
כג: וְעַתָּה הִשָּׁבְעָה לִּי בֵאלֹהִים הֵנָּה אִם תִּשְׁקֹר לִי וּלְנִינִי וּלְנֶכְדִּי כַּחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתִי עִמְּךָ תַּעֲשֶׂה עִמָּדִי וְעִם הָאָרֶץ אֲשֶׁר גַּרְתָּה בָּהּ.
כד: וַיֹּאמֶר אַבְרָהָם אָנֹכִי אִשָּׁבֵעַ.
כה: וְהוֹכִחַ אַבְרָהָם אֶת אֲבִימֶלֶךְ עַל אֹדוֹת בְּאֵר הַמַּיִם אֲשֶׁר גָּזְלוּ עַבְדֵי אֲבִימֶלֶךְ.

אלס פשוט פשט קומט די סיפור המעשה פונ'ם פסוק (כ"ה) אין א קאנטעקס פון א הוה, דהיינו די פסוק דערציילט א מעשה ווי אזוי עס האט זיך אפגעשפילט א הוה שמועס פון צוויי מענטשן בימים ההם. אבער מ'דארף קענען מבחין צווישען די לשון פון די מספר און לשון פון די מסופר. למשל, ס'שטייט ויאמר אין די פאריגע פסוק (כ"ד) ער האט געזאגט, וואס דאס מיינט די פסוק דערציילט אז עס האט "אמאל" פאסירט א מעשה ווי אברהם "זאגט" כך וכך. מ'זעהט עס קלארער אין נאך א פסוק פריער(כ"ג) "ועתה" השבעה, איז אויך דער מסופר זאגט בהוה א באפעל, דאס איז טייטשט יעצט זאל ווערען פון די הוה אן עבר און די זאלסט האבן געשוואוירן. דאס מיינט אויך די פסוק (כ"ד) ויאמר אברהם אנכי אִשָבֵעַ, , ויאמר(עבר) ער "האט" געזאגט, אנכי אשבע (עבר פון א עתיד פלאן), דהיינו, איך "וועל" זיין באשוואוירן(עבר).

ווי אזוי פונקטליך די פונקטליכע perspective פון די לייענער שטעלט זיך דא אויס איז קאמפליצירטע הלכות דיקדוק, אבער דאס זעהט מען יא, אז די פסוק מישט די עבר/הוה/עתיד לויט מספר/סיפור.

פון די אנדערע זייט קען מען זעהן א פסוק אלס א עבר לגמרי אויב ס'איז פון די "מסופר'ס" סיפור וואס ער דערציילט אליינס. ער דערציילט א מעשה שהיה, דעמאלטס איז קלאר די ו' המהפך, אזוי ווי מ'זעהט אין פר' ויחי ביי וָאֶקְבָרֶהָ שם, וואס בעצם איז אקברה כשלעצמו א עתיד, נאר די ו' (מיט א קמץ) איז מהפך צו עבר. ווייל די ווערטער פונעם מסופר אליינס זענען אויך א סיפור דברים (עבר) וואס דער פסוק דערציילט אונז אז אזוי האט יעקב "אמאל" דערציילט וואס ער האט "אמאל" געטוהן (עבר).

ווי אזוי ס'פארענפערט די ו' המהפך פון עבר צו עתיד אין פסוק כ"ה איז מיר טאקע נישט קלאר, אבער מ'דארף פרובירן צו קוקען פון די הוה קאנטעקסט פון די סיפור. ס'קען זיין, אז די פסוקים (כ"ג-כ"ד) זענען א סיפור וואס די תורה איז מספר פון די לשון פון די מסופר, מילא נעמט די פסוק די שורש אוֹמֵר (הוה) און איז דאס מהפך דורך אות וַ אלס וַיאמר, ווייל די פסוק רעדט יעצט צו די שפעטערע אונז. ביי וְהוֹכִחַ איז פארקערט ווייל ס'איז נישטא קיין לשון המסופר אין פסוק, נאר די פעולה פון די מסופר. קומט אויס די פסוק דערציילט די עבר מיט א שטיקל הוה, די סיפור (עבר) איז ער האט אזוי געטוהן, אבער די פסוק איז ממשיך מיט די קאנטעקסט פון הוה ווי אזוי עס האט דעמאלטס אויסגעזעהן, עפעס אזוי ווי די הוה פון אן אמאליגע געשעהניש בשעתו, ווייל יעצט רעדט מען פון פעולות המסופר בפועל און נישט זיין לשון. קומט אויס אז מיט די הוה קאנטעקסט פון א מעשה וואס האט זיך דעמאלט אפגעשפילט, דארף מען עס פיקטשערען ווי א פלעי וואס ווערט יעצט פארגעשטעלט.

אולי