☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » לעבעדיג און פאנעווידש

לעבעדיג און פאנעווידש

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14572

מה בכך » דינסטאג אפריל 20, 2021 3:04 pm

· #470845
לעבעדיג און פאנעווידש
לעבעדיג אין פאנעוועיטש וואו מ'האט זיך נעכטן צוריקגעקערט פון די קאראנא רוטין. די תלמידים פון דער "שונאים" פראקציע (אויערבאך) פרובירן צוריק צו כאפן די פלעצער אין ביהמ"ד וואס זיי זענען געצווינגען געווען צו פארלאזן ביי קאראונא אונטער דער אנפירונג פון הרב אדלשטיין, די "מחבלים" פראקציע האט אבער אוועקגעכאפט די שטענדערס, און די צד שכנגד ענפערט מיט א העפטיגע געווארפעריי פון יאגורט....

איינער מיט מער דיטעלס ?

תרמב » דינסטאג אפריל 20, 2021 4:07 pm

· #470857
דאס איז שוין א אור אלטע פייט, וואס האט זיך אנגעהויבן נאך פאר די מחלוקה ציווישן די אויערבאך’ס און שטיימאניסטן, די מחלוקה האט זיך אנגעהויבן איבער די בעלות פון פאנאוויטש, און אוטאמאטיש האבן זיך די פראקציעס צוטיילט ווען די עולם הליטאי האט זיך צוטיילט, איין זייט אט גענומען הרב שטיינמאן און די אנדערע זייט הרב אויערבאך, און ווען מען טרעפט א גוטע געלעגנהייט פליעט שטענדערס.

הרב שיף » דינסטאג אפריל 20, 2021 4:15 pm

· #470861
תרמב
דאס איז שוין א אור אלטע פייט, וואס האט זיך אנגעהויבן נאך פאר די מחלוקה ציווישן די אויערבאך’ס און שטיימאניסטן, די מחלוקה האט זיך אנגעהויבן איבער די בעלות פון פאנאוויטש, און אוטאמאטיש האבן זיך די פראקציעס צוטיילט ווען די עולם הליטאי האט זיך צוטיילט, איין זייט אט גענומען הרב שטיינמאן און די אנדערע זייט הרב אויערבאך, און ווען מען טרעפט א גוטע געלעגנהייט פליעט שטענדערס.

מיט יוגרט כמקדמת דנא.

תרמב » דינסטאג אפריל 20, 2021 4:27 pm

· #470864
שטענדערס איז די מנהג כמקדמת דנא
איך האב געהערט א זיסע אנעקדאט, אז א איד איז צוריקגעקומען פון די לאגערן נאכן קריג צו זיין היימשטעטל גייט ער אריין אינעם אלטן בית מדרש און ער הייבט באוויינען די מצב רעדנדיג צו די שטענדערס, ’’שטענדערס שטענדערס ווער וועט ענק ווארפן?’’

ליב צו וויסן » דינסטאג אפריל 20, 2021 6:14 pm

· #470873
מה בכך
לעבעדיג אין פאנעוועיטש וואו מ'האט זיך נעכטן צוריקגעקערט פון די קאראנא רוטין. די תלמידים פון דער "שונאים" פראקציע (אויערבאך) פרובירן צוריק צו כאפן די פלעצער אין ביהמ"ד וואס זיי זענען געצווינגען געווען צו פארלאזן ביי קאראונא אונטער דער אנפירונג פון הרב אדלשטיין, די "מחבלים" פראקציע האט אבער אוועקגעכאפט די שטענדערס, און די צד שכנגד ענפערט מיט א העפטיגע געווארפעריי פון יאגורט....

איינער מיט מער דיטעלס ?


די אויערבאך פראקציע ווערט גערופן די "מחבלים" און די צד שכנגד, "שונאים".

מה בכך » מיטוואך אפריל 21, 2021 4:49 pm

· #470991
די משטרה האט זעך אריינגעמישט
📎 Ezgmr5fWEAgtBS4.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 22, 2021 12:02 am

· #471047
ווער איז מנדב די אלע יאגורטס? עס קומט ביי די פסח חלוקה?