☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א שיינעם דאנק אייך! מירון לויפער'ס!

א שיינעם דאנק אייך! מירון לויפער'ס!

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14566

גיב א שמייכעל » פרייטאג אפריל 16, 2021 6:26 pm

· #470337
א שיינעם דאנק אייך! מירון לויפער'ס!
בשם די הונדרעטער בחורים וואס בלייבן יעצט געשטראנדעט דא אין אמעריקא, און קענען נישט צוריק גיין צו זייערע ישיבות אין ארץ ישראל, רופן מיר דא אויס א הערצליכען 'יישר כח" פאר די אלע מירון-לויפער'ס און רעב-שמעון-שטיפער'ס וואס מיט זייערע מעשי גניבה וגזילה האבן זיי יעצט פארשלאסן די טויערן אויף ביז נאך ל"ג בעומר אנזייענדיג א געפערליכע חילול השם, וביטול תורה!!
גייט יעצט קימען די אויפגעקלערטע יונגערמאן און זאגן 'הא! די בחורים לערנען סייווי דארט נישט קיין אות אחת...' איז זאל ער גיין פרעגן סיי וועלכע טאטע פון בחורים ער וויל, וואס איז בעסער? זיין קינד זאל זיין אין ארץ ישראל, אדער זיין סטא"ק דא אין אמעריקא און אראפ גיין פון זינען אהן א ישיבה?!?
כל מי שיש מח בקדקדו וועט וויסען צו זאגען אז פאר א בחור זיך צו דרייען דא און נישט האבן וואס צוטוהן איז סם המוות ממש! ער פארט קיין ארץ ישראל וועט ער האבן זיין סביבה און זיינע בחורים און ער וועט בלייבן א נארמאלע מענטש! צו ער לערנט יא צו נישט איז נישט קיין נפק"מ יעצט, דא צו בלייבן געשטראנדעט אנע חבירים און אהן א געהעריגע סביבה איז א טויט ארטייל!
איז א דאנקע שעין פאר די אלע וואס "מיזען" פארן צו ר' שמעון -ווייל ר' שמעון קען ממש נישט אנקומען צו זיין תכלית אהן זיי...- און האבן אנגעברענגט דעם חורבן נורא דורכן פעלש'ן פערמיטס, און מיט די הילף פון אפאר געלט-גייציגע טשאלמי'ס געפענט פאלשע ישיבות רעכטס און לינקס און דורכדעם געטיילט פערמיטס פאר ווער ס'געווען גרייט זיך צו לאזען קאסטן די געשוואלענע פרייזען.
איז טאקע עטס זאלטס פארן, זיך אנפאקען די בייכער מיט די פיינע עסן וואס מ'טיילט דארט און נאך אריינכאפען אביסעלע השפעות פון רעב שמעונ'ן, און זעהן טאקע זיך אויסצווויינען אויף די 'היינטיגע דורות' וואס איהר האט אקוראשט אוועקגע'הראגעט אפאר פון זיי...


דיסקלעימע"ר: איך מיין דא חס ושלום נישט אוועק צו מאכען די גרויסקייט פון פארען קיין מירון, וואס כידועה שרייבן ספרים הק' גרויסע זאכען דערויף. אבער אזוי ווי יעדער איינער וואס האט נאר דזשעל"י אינעם מח האט געקענט פארשאצען אז דאס גייט געשעהן, וואלט מען געדארפט אפוועגען די צוויי זאכען וועלכער קומט קודם. וד"ל.

מפיל קינד » פרייטאג אפריל 16, 2021 7:03 pm

· #470344
[ציטאט אראפגענומען]

אבי געהאקט א תגובה.

די זמן האט זיך אנגעהויבן די וואך, היינט איז ד' אייר. און הונדערטער אויב נישט טויזנטער בחורים זענען נאכנישט געפארן.

די טיקעטס זענען געווען אבנארמאל הויעך, בערך 1800 איין וועג. אויסער די פערמיט קאסטן. די סיבה איז ווייל מ'האט נישט געוואוסט ביז שפעט אויב מ'וועט קענען צוריקפארן, און יעדער האט געקויפט אין די זעלבע 2 וואכן וואס האט געהויבן די פרייזן. זייער אסאך עלטערן האבן געקויפט ביליגערע פאר נעקסטע וואך.

מפיל קינד » פרייטאג אפריל 16, 2021 7:06 pm

· #470345
[ציטאט אראפגענומען]

יעדער מעג טון וואס ער וויל. אבער גאר אסאך פון די בחורים האבן נישט וואו צו לערנען אין אמעריקע און ארץ ישראל איז זייער לעבן.

פארן קיין מירון איז נישט קיין מצוה, און אויך נישט קיין הלכה למשה מסיני, נאכדערצן ווען ס'איז אויף די חשבון פון די עלטערע בחורים וואס האבן דארט זייער חיות.

די מירון אידן וועלן זיין צופרידן אין פלארידע אדער דוביי אויך....

גיב א שמייכעל » מוצ"ש אפריל 17, 2021 9:17 pm

· #470354
[ציטאט אראפגענומען]

יענער מעג פארען, אבער אויב ווייסטו אויף ווועמענ'ס חשבון עס איז געקומען וואלסטו דיך געשעמט צו פרעגן די קלאץ קאשי'...
[ציטאט אראפגענומען]

ניין! נישט ממש... פוק חזי וויפיל עלטערן בלוטיגן טאקע אויף דעם!
[ציטאט אראפגענומען]

אינמיטן חודש??? ערעב איד כאפט א בליק אויף אייער קאלענדער ביטע... עס איז געווען דאן גאנצע ג' אייר... און ביודעה ובמכירה קאמינא פון בחורים וועס לערנען אין נארמאלע, סטאבילע ישיבות וואס זענען נאנכנישט געפארן און זענען יעצט סטא"ק דא....
[ציטאט אראפגענומען]

אה... מיט דעם האסטו טאקע אפגעפרעגט די גאנצע נושא!

ליב צו וויסן » מוצ"ש אפריל 17, 2021 10:53 pm

· #470386
בארואיגט אייך... איך בין כמעט ווי גאראנטירט אז די וואס האבן געקויפט טיקעטס האבן קיין אנונג פונעם נושא פון וואס דו רעדסט..

גיב א שמייכעל » מוצ"ש אפריל 17, 2021 11:18 pm

· #470392
ליב צו וויסן
בארואיגט אייך... איך בין כמעט ווי גאראנטירט אז די וואס האבן געקויפט טיקעטס האבן קיין אנונג פונעם נושא פון וואס דו רעדסט..

צדיק'ל איך ווייס נישט אין וועלכע עולם הדמיון איהר לעבט, גיט נאר א קוק אויך די אדוורטייזמענט'ס און איהר וועט אלעס דארט זעהן קליפ און קלאר...
אלע טרעווע"ל עידזשענט"ס און רובא דרובא פון די וואס האבן געקויפט טיקעט'ס, האבן געוויזט זיך צו יאגן ווייל דאס גייט געשען ענ"י מינוט...

ליב צו וויסן » זונטאג אפריל 18, 2021 12:00 am

· #470408
גיב א שמייכעל
ליב צו וויסן
בארואיגט אייך... איך בין כמעט ווי גאראנטירט אז די וואס האבן געקויפט טיקעטס האבן קיין אנונג פונעם נושא פון וואס דו רעדסט..

צדיק'ל איך ווייס נישט אין וועלכע עולם הדמיון איהר לעבט, גיט נאר א קוק אויך די אדוורטייזמענט'ס און איהר וועט אלעס דארט זעהן קליפ און קלאר...
אלע טרעווע"ל עידזשענט"ס און רובא דרובא פון די וואס האבן געקויפט טיקעט'ס, האבן געוויזט זיך צו יאגן ווייל דאס גייט געשען ענ"י מינוט...


אפשר קענסטו ברענגען די עד'ס? (איך האב נישט געזעהן אזעלכע..)

nespresso » זונטאג אפריל 18, 2021 12:36 am

· #470417
Re: א שיינעם דאנק אייך! מירון לויפער'ס!
[ציטאט אראפגענומען]
אסאך בחורים זענען נאך דא, ווען איך בין געווען אין ישיבה אין א"י חוץ די ערשטע זמן בין איך קיינמאל נישט געגאנגען ביז א וואך צוויי אריין און זמן

Sent from my SM-A015V using Tapatalk

גיב א שמייכעל » זונטאג אפריל 18, 2021 12:57 am

· #470421
ליב צו וויסן
גיב א שמייכעל
ליב צו וויסן
בארואיגט אייך... איך בין כמעט ווי גאראנטירט אז די וואס האבן געקויפט טיקעטס האבן קיין אנונג פונעם נושא פון וואס דו רעדסט..

צדיק'ל איך ווייס נישט אין וועלכע עולם הדמיון איהר לעבט, גיט נאר א קוק אויך די אדוורטייזמענט'ס און איהר וועט אלעס דארט זעהן קליפ און קלאר...
אלע טרעווע"ל עידזשענט"ס און רובא דרובא פון די וואס האבן געקויפט טיקעט'ס, האבן געוויזט זיך צו יאגן ווייל דאס גייט געשען ענ"י מינוט...


אפשר קענסטו ברענגען די עד'ס? (איך האב נישט געזעהן אזעלכע..)


נישט אז איך האלט אז איך דארף דיר ענטפערן... אבער כדי שלא יאמרו הבריות...
דאס איז א טרעווע"ל עידזשענט"ס סטאטו"ס
📎 downloadm.png

גיב א שמייכעל » זונטאג אפריל 18, 2021 1:01 am

· #470422
און וואס דארף די חזירות צו מיינען?? אויף וועמענ'ס חשבון איז דאס??
📎 6558.jpeg

ליב צו וויסן » זונטאג אפריל 18, 2021 1:49 am

· #470427
גיב א שמייכעל
ליב צו וויסן
גיב א שמייכעל
ליב צו וויסן
בארואיגט אייך... איך בין כמעט ווי גאראנטירט אז די וואס האבן געקויפט טיקעטס האבן קיין אנונג פונעם נושא פון וואס דו רעדסט..

צדיק'ל איך ווייס נישט אין וועלכע עולם הדמיון איהר לעבט, גיט נאר א קוק אויך די אדוורטייזמענט'ס און איהר וועט אלעס דארט זעהן קליפ און קלאר...
אלע טרעווע"ל עידזשענט"ס און רובא דרובא פון די וואס האבן געקויפט טיקעט'ס, האבן געוויזט זיך צו יאגן ווייל דאס גייט געשען ענ"י מינוט...


אפשר קענסטו ברענגען די עד'ס? (איך האב נישט געזעהן אזעלכע..)


נישט אז איך האלט אז איך דארף דיר ענטפערן...


אינטערסאנט פארוואס..

ליב צו וויסן » זונטאג אפריל 18, 2021 1:51 am

· #470429
גיב א שמייכעל
און וואס דארף די חזירות צו מיינען?? אויף וועמענ'ס חשבון איז דאס??


די חזירות איז בפשטות ווייל זיי דארפן שמירן כדי צו באקומען פערמיטס..
ווי זעהט מען דא אז דאס גייט אויפן חשבון פון בחורים??

גיב א שמייכעל » זונטאג אפריל 18, 2021 2:34 am

· #470435
ליב צו וויסן
גיב א שמייכעל
און וואס דארף די חזירות צו מיינען?? אויף וועמענ'ס חשבון איז דאס??


די חזירות איז בפשטות ווייל זיי דארפן שמירן כדי צו באקומען פערמיטס..
ווי זעהט מען דא אז דאס גייט אויפן חשבון פון בחורים??

כ'זע אז מ'דארף דיר מסביר זיין ווי מ'איז מסביר א קליין קינד....
פארגאנגענעם זמן זענען טויזענטע בחורים אריינגעקומען מיט פערמיט'ס, און די מדינת ישראל גאווערמענ"ט האט עס נישט אפגעשטעלט.
די זמן האבן זיי זיך געטראפן מיט א פלייץ פון פארלאנגען פאר פערמיט'ס, אסאך אסאך מער ווי סאך בחורים זיי האבן א געווענליכע זמן, ווי אויך האט זיך פלוצלינג געפענט א טוץ פון פרישע ישיבות -וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן-, וואס האבן געטיילט פערמיטס לרחצה, פאר א געפעפערטע פרייז פארשטייט זיך...
און ווי אויך האבן אסאך אמת'דיגע ישיבות געטיילט פערמיטס פאר נדבנים וועם זיי האבן געוואלט אריינברענגען צו באקומען אן אפותיקו פון זיי...
אזוי ווי זיי האבן דאס צוזאמגעשטעלט, האבן זיי געלייגט די גאנצע פערמיט פראגראם אויף האל"ד, איבערלאזענדיג הונדרעטע בחורים לעקיש!!
פארשטייסט צדיק'ל??

ליב צו וויסן » זונטאג אפריל 18, 2021 3:18 am

· #470453
אויב קענסטו נישט פארנעמען א דין ודברים אן ווערן פערזענליך איבערגענומען, דאן ברויכסטו איבערטראכטן דיין זיין אויף קאווע שטיבל.. 😂 😂

לגופו של ענין, כ'וועל איבערזאגן וואס כ'האב שוין געשריבן.
מהיכי תיתי אז די וואס האבן געקויפט האבן געוואוסט אז ס'גייט אויפן חשבון פון די בחורים? פארוואס האבן טענות אויפן אלגעמיינעם המון עם וואס וויל זיך עטוואס אויסלופטערן (...)? איך זעה נישט וויאזוי די AD פארענטפערט עס..

מה בכך » זונטאג אפריל 18, 2021 3:42 am

· #470459
אויב קענסטו נישט פארנעמען א דין ודברים אן ווערן פערזענליך איבערגענומען, דאן ברויכסטו איבער טראכטן דיין זיין אויף קאווע שטיבל.. 😂 😂

און נאך ווי ...

להבדיל » זונטאג אפריל 18, 2021 3:48 pm

· #470527
עס זענען דא אידן וואס דארפן ישועות און זיי גייען קיין מירון בלית ברירה, ווייל רבי שמעון איז פון די איינציגסטע אפענע בעלי מופת עד היום הזה. די וואס גייען טשילען פאר צען אלפים, גייט זיי נישט אן נישט וועגן וואס די ווייב זאגט, נישט וואס די קינדער זאגן, און זיכער נישט וואס בחורים אויף קאווע שטיבל קוויטשקענען...

אבער איך שפיר מיט דיין פעין, און אי"ה וועסט נאך אנקומען אין ישיבה, וויין נישט שעפעלע. 😃

גיב א שמייכעל » זונטאג אפריל 18, 2021 4:32 pm

· #470534
להבדיל
די וואס גייען טשילען פאר צען אלפים, גייט זיי נישט אן נישט וועגן וואס די ווייב זאגט, נישט וואס די קינדער זאגן, און זיכער נישט וואס בחורים אויף קאווע שטיבל קוויטשקענען...
😃

הונדערט פראצענט! און אגב זענען נישט די בחורים די וואס קוויטשען... ס'איז די טאטעס פון די בחורים!