☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » פייערדיגע מחלוקת צווישן בעלזא און גור

פייערדיגע מחלוקת צווישן בעלזא און גור

114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14564
בלאט: 1 2 3

גיב א שמייכעל » מאנטאג אפריל 19, 2021 7:36 pm

· #470713
איתן
מחצה''ק
איך קען שוין קוים ווארטען ווען ר' אהרן מענדל אין ר' יעקב יוסף וועלן זיך רייסן ביי די קעפ

פארוואס קענסטו קוים ווארטן?

ער ווארט נישט אויף דעם... ער ווארט אויף די זאך וואס דארף געשען אז זיי זאלן זיך אנהייבן קריגן... וד"ל

איתן » מאנטאג אפריל 19, 2021 7:38 pm

· #470717
גיב א שמייכעל
איתן
מחצה''ק
איך קען שוין קוים ווארטען ווען ר' אהרן מענדל אין ר' יעקב יוסף וועלן זיך רייסן ביי די קעפ

פארוואס קענסטו קוים ווארטן?

ער ווארט נישט אויף דעם... ער ווארט אויף די זאך וואס דארף געשען אז זיי זאלן זיך אנהייבן קריגן... וד"ל

וועלכע זאך ווארט ער אז ס'זאל געשען, אז דערויף זאלן זיי זיך קריגן?

מחצה''ק » מאנטאג אפריל 19, 2021 7:39 pm

· #470719
איתן
מחצה''ק
איך קען שוין קוים ווארטען ווען ר' אהרן מענדל אין ר' יעקב יוסף וועלן זיך רייסן ביי די קעפ

פארוואס קענסטו קוים ווארטן?

ווייל איך וויל זען וועלכע זייט די וועסט נעמען

מחצה''ק » מאנטאג אפריל 19, 2021 7:41 pm

· #470720
גיב א שמייכעל
איתן
מחצה''ק
איך קען שוין קוים ווארטען ווען ר' אהרן מענדל אין ר' יעקב יוסף וועלן זיך רייסן ביי די קעפ

פארוואס קענסטו קוים ווארטן?

ער ווארט נישט אויף דעם... ער ווארט אויף די זאך וואס דארף געשען אז זיי זאלן זיך אנהייבן קריגן... וד"ל

חס ושלום! זאלסט נישט קיין רגע אזוי טראכטען יחי אדונינו מורינו ורבינו הה''צ חו''פ מרן דוד מלך ישראל שליט''א
ער איז באמת פון די חשוב'סטע אדמורים היינט

גיב א שמייכעל » מאנטאג אפריל 19, 2021 7:41 pm

· #470721
מחצה''ק
איתן
מחצה''ק
איך קען שוין קוים ווארטען ווען ר' אהרן מענדל אין ר' יעקב יוסף וועלן זיך רייסן ביי די קעפ

פארוואס קענסטו קוים ווארטן?

ווייל איך וויל זען וועלכע זייט די וועסט נעמען

זיי ביידע העלען זיך רייסען צו האבן מנ... טשולדיגט, @איתן אויף זייער זייט...

מחצה''ק » מאנטאג אפריל 19, 2021 7:45 pm

· #470722
בת קול
מחצה''ק
איך קען שוין קוים ווארטען ווען ר' אהרן מענדל אין ר' יעקב יוסף וועלן זיך רייסן ביי די קעפ


קענסט ניטאמאל די ריכטיגע נעמען. אויב עפעס רא"מ און ר"א.

פרעג דיך נאך

בת קול » מאנטאג אפריל 19, 2021 8:22 pm

· #470726
דו פרעג דיך נאך. רי"י קען נאך חתונה האבן אויף ארץ ישראל צו וואס.
ער ווייסט ניטאמאל וואס ער וויל טוהן מיט זיך אין די נעקסטע פאר יאר.
רא"מ האט אסאך שונאים וואס וועלן גיין פאר ר"א.
רי"י איז נישט ביכולות צו פירן. די לעבן האט אים שוין גענוג צופראסקעט.

מחצה''ק » מאנטאג אפריל 19, 2021 8:25 pm

· #470727
בת קול
דו פרעג דיך נאך. רי"י קען נאך חתונה האבן אויף ארץ ישראל צו וואס.
ער ווייסט ניטאמאל וואס ער וויל טוהן מיט זיך אין די נעקסטע פאר יאר.
רא"מ האט אסאך שונאים וואס וועלן גיין פאר ר"א.
רי"י איז נישט ביכולות צו פירן. די לעבן האט אים שוין גענוג צופראסקעט.

צי ער קען צי נישט ווייסעך נישט איך בין נישט זיין טערעפיסט

איתן » מאנטאג אפריל 19, 2021 9:07 pm

· #470735
מחצה''ק

צי ער קען צי נישט ווייסעך נישט איך בין נישט זיין טערעפיסט

וואס ווייסטו יא
און וועמעס טערעפיסט ביסטו יא

מפיל קינד » מאנטאג אפריל 19, 2021 9:24 pm

· #470738
בת קול
דו פרעג דיך נאך. רי"י קען נאך חתונה האבן אויף ארץ ישראל צו וואס.
ער ווייסט ניטאמאל וואס ער וויל טוהן מיט זיך אין די נעקסטע פאר יאר.
רא"מ האט אסאך שונאים וואס וועלן גיין פאר ר"א.
רי"י איז נישט ביכולות צו פירן. די לעבן האט אים שוין גענוג צופראסקעט.

יעדער ווייסט אז רי"י איז די גרעסטע קאמפעטישען צו רא"מ. ער האט די מערסטע חסידים צווישן אלע קינדער.

מחצה''ק » מאנטאג אפריל 19, 2021 9:45 pm

· #470743
איתן
מחצה''ק

צי ער קען צי נישט ווייסעך נישט איך בין נישט זיין טערעפיסט

וואס ווייסטו יא
און וועמעס טערעפיסט ביסטו יא

וואס איך ווייס יא אז סגייט גיין מכות

יעקב מעקסוועל » מאנטאג אפריל 19, 2021 9:49 pm

· #470744
אין וויזניץ א"י האט מען אפאר יאר צוריק נישט געקענט וויסן די היינטיגע מצב, אין סאדיגורה האט קיינער נישט געוואוסט וואס עס גייט פאסירן, אין גור האט אויסגעזען ווי דער רבי האט עס און ר' שאול וועט שוין קיינמאל נישט אויפשטעלן זיין אייגענע קהילה, און ווייטער און ווייטער.

עס איז צייט זיך אויסצולערנען אז מען קען נישט פאראויס שאצן וואס עס גייט פאסירן, וועיט ענד סי...

שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 20, 2021 1:44 am

· #470778
איתן
רוב חסידות'ער זענען שוין היינט בשלום, ס'נאך געבליבן געציילטע וואס האלטן אן עשיו'ס שנאה

אקעי, גיימיר עפענען א ברסלב שטיבל אין די מייל

איך אויך » דינסטאג אפריל 20, 2021 2:40 am

· #470782
גיב א שמייכעל
מחצה''ק
איתן
מחצה''ק
איך קען שוין קוים ווארטען ווען ר' אהרן מענדל אין ר' יעקב יוסף וועלן זיך רייסן ביי די קעפ

פארוואס קענסטו קוים ווארטן?

ווייל איך וויל זען וועלכע זייט די וועסט נעמען

זיי ביידע העלען זיך רייסען צו האבן מנ... טשולדיגט, @איתן אויף זייער זייט...

ער זאל זיי געבן א @קוויטל.

היסטאריע » דינסטאג אפריל 20, 2021 5:01 am

· #470788
שמעון וואלף
איתן
רוב חסידות'ער זענען שוין היינט בשלום, ס'נאך געבליבן געציילטע וואס האלטן אן עשיו'ס שנאה

אקעי, גיימיר עפענען א ברסלב שטיבל אין די מייל


דאס איז א פלאן, כולנו בעד ברסלב.

צפור בודד » מיטוואך אפריל 21, 2021 9:47 am

· #470927
.
📎 belzger2.jpeg 📎 belzger1.jpeg

ישעיה » מיטוואך אפריל 21, 2021 11:31 am

· #470942
דער אלבוים איז א בעלזער?

אישתישבי » מיטוואך אפריל 21, 2021 11:58 am

· #470946
ישעיה
דער אלבוים איז א בעלזער?

בעלזער צו נישט, ביצים האט ער זיכער מיט א שיעור חזון איש, קודם שנתקטנו הביצים.

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך אפריל 21, 2021 4:24 pm

· #470988
זיי האבן אויך א יצחק שטערן?...

אבשלום בן מעכה » מיטוואך אפריל 21, 2021 4:36 pm

· #470990
מ'ארבעט גראדע יעצט אפצושטילן דעם פייער. בעלז מיט גור זענען היינט געזעצן און לכאורה וועט פארקומען נאך עטליכע זיצונגען אפצושטילן און צוריקגיין אלעס אזוי ווי אמאל.

תרומה » מיטוואך אפריל 21, 2021 5:13 pm

· #470997
אבשלום בן מעכה
מ'ארבעט גראדע יעצט אפצושטילן דעם פייער. בעלז מיט גור זענען היינט געזעצן און לכאורה וועט פארקומען נאך עטליכע זיצונגען אפצושטילן און צוריקגיין אלעס אזוי ווי אמאל.

דהיינו, אז מ'זאל אופהערן רודפ'ן ר' שאול?

תרומה » מיטוואך אפריל 21, 2021 5:14 pm

· #470998
אישתישבי
ישעיה
דער אלבוים איז א בעלזער?

בעלזער צו נישט, ביצים האט ער זיכער מיט א שיעור חזון איש, קודם שנתקטנו הביצים.

נישט שיין צו שרייבן אזוי, ביטע געב אכטונג די שפראך

אישתישבי » מיטוואך אפריל 21, 2021 10:30 pm

· #471039
תרומה
אישתישבי
ישעיה
דער אלבוים איז א בעלזער?

בעלזער צו נישט, ביצים האט ער זיכער מיט א שיעור חזון איש, קודם שנתקטנו הביצים.

נישט שיין צו שרייבן אזוי, ביטע געב אכטונג די שפראך


וואס איז נישט שיין?

תרומה » מיטוואך אפריל 21, 2021 10:39 pm

· #471040
אישתישבי
תרומה
אישתישבי
ישעיה
דער אלבוים איז א בעלזער?

בעלזער צו נישט, ביצים האט ער זיכער מיט א שיעור חזון איש, קודם שנתקטנו הביצים.

נישט שיין צו שרייבן אזוי, ביטע געב אכטונג די שפראך


וואס איז נישט שיין?

די תורה איז מאריך בדברים "הבהמה אשר איננה טהורה", כדי נישט צו זאגן די ווארט טמא, און מ'פירט זיך צו זאגן מסכת ביעה, נישט צו זאגן ביצים. ממילא אז דו פרעגסט - ווייל דו האסט נישט געכאפט - שרייב איך עס.

מפיל קינד » מיטוואך אפריל 21, 2021 11:52 pm

· #471046
אבשלום בן מעכה
מ'ארבעט גראדע יעצט אפצושטילן דעם פייער. בעלז מיט גור זענען היינט געזעצן און לכאורה וועט פארקומען נאך עטליכע זיצונגען אפצושטילן און צוריקגיין אלעס אזוי ווי אמאל.

גור איז געזעצן, אבער ווער פון בעלזא? אפאר אינגעלייט וואס זענען אפגעזאגט געווארן...

cictim » דאנערשטאג אפריל 22, 2021 2:55 am

· #471057
ישעיה
דער אלבוים איז א בעלזער?

ניין, ער איז א נעפיו פון ר׳ שאול, א לויער וואס ארבעט צו תובע זיין גער אויף אלע טעראר, כדי אראפ צו קריכן פון בוים זאגט גער אז מ׳איז געזעצען מיט בעלז, אבער פארשטייט זיך אז פאר בעלז פאסט עס נישט, ביזדערווייל האט עס נישט פאסירט.

אבשלום בן מעכה » דאנערשטאג אפריל 22, 2021 2:18 pm

· #471098
במשך די גאנצע צייט האט גור געלייקנט אז ס'איז דא א חרם קעגן בעלזא. בפועל איז ארויסגעגאנגען א רעקארדירונג בלויז פאר די הויפטן און די וויכטיגע מחנכים פון גור, אזוי אז עס האט געדארפט בלייבן א סוד, בלויז 28 מענטשן האבן באקומען דעם רעקארדירונג און דאס האט נישט געטארט ארויסקומען.

היינט גייען 28 מענטשן פון גור אריבערגיין א פאלאגראף, צו זען ווער עס האט ארויסגעליקט דעם רעקארדירונג פאר די גאס, און אזוי ארום פארשעמט גור, אנמאכנדיג א קריזיס צווישן בעלזא און גור.


ונראה מה יהיה.

צפור בודד » דאנערשטאג אפריל 22, 2021 2:27 pm

· #471099
אבשלום בן מעכה
במשך די גאנצע צייט האט גור געלייקנט אז ס'איז דא א חרם קעגן בעלזא. בפועל איז ארויסגעגאנגען א רעקארדירונג בלויז פאר די הויפטן און די וויכטיגע מחנכים פון גור, אזוי אז עס האט געדארפט בלייבן א סוד, בלויז 28 מענטשן האבן באקומען דעם רעקארדירונג און דאס האט נישט געטארט ארויסקומען.

היינט גייען 28 מענטשן פון גור אריבערגיין א פאלאגראף, צו זען ווער עס האט ארויסגעליקט דעם רעקארדירונג פאר די גאס, און אזוי ארום פארשעמט גור, אנמאכנדיג א קריזיס צווישן בעלזא און גור.


ונראה מה יהיה.

דער פאלאגראף הערט זיך שוין ווי פראפאגאנדא.

מפיל קינד » דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:20 pm

· #473385
איך זע נישט קיין אשכול איבער די גורע מחלוקת, וועל איך עס דא פאראייביגן.

נעכטן איז פארגעקומען א חתונה פון נכד הגרי"מ אלתר, בן הפני מנחם. די מחותנים זענען גורע חסידים, און אויך דער זיידע ר' יעקב מאיר איז געבליבן אין גור, אבער זיין זון און עטליכע איידימער זענען חסידי הגר"ש אלתר.

עטליכע גורע עסקנים זענען געקומען צום קבלת פנים און געסטראשעט דעם מחותן צו פארשיקן זיינע פעטערס די קינדער פונעם פני מנחם, און זיינע אייגענע שוואגערס - קינדער פון ר' יעקב מאיר וואס זענען חסידים פון הגר"ש אלתר.

וכך הוה. קיינער פון זיי איז נישט געבליבן ביים חופה און דערנאך האט ר' יענקל אלתר געקענט קומען צום חופה און צום סעודת החתונה.

Hadasim » פרייטאג מאי 21, 2021 10:53 am

· #473439
אויב איז די מעשה רח"ל אמת איז דאס ממש א קמצא בר קמצא מעשה.

א רחמנות אויף אונזער דור וואס די מנהיגים זענען ליידער שיכור פון power און קענען טוהן ככל העולה על רוחם, היתר ואיסור צוגלייך.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 25, 2021 2:52 am

· #473636
ווארטן זיי אויכעט אז א טראגעדיע זאל היט"ן האו"ם עמם בבית? פארוואס כאפן זיי נישט אויפן ווינק? מחלוקת פאדערט קרבנות, פינטל!!!

מפיל קינד » דינסטאג מאי 25, 2021 7:12 am

· #473638
@שמעקעדיג האט צוגעטראפן. מ'שמועסט אז עטליכע קינדער זענען געפאלן פון די פארענטשעס אין גור די לעצטע 2 ימים טובים, פסח און שבועות, איינער איז נאך אין א קאומא רח"ל.

די מעשה איז ווי אלעס אין גור געבליבן א סוד, און די מידיע ציטערט צו זאגן א קרום ווארט אויף גור... צוליב דעם האבן זיי נישט קיין רשיון צו מאכן די גרויסע חתונה מיטוואך אין בית המדרש, און דאס איז אויך די סיבה פארוואס דער רבי לאזט מער נישט קיין פארענטשעס, נישט די מעשה אין קארלין.

תרמב » דינסטאג מאי 25, 2021 2:21 pm

· #473681
איך האב געזען א ווידיאו פון א גורע חתונה צוואנציג יאר צוריק וואס מ'זעהט א פארענטשע טראסקעט מיט צענדליגע מענטשן דערויף.

ליב צו וויסן » דינסטאג מאי 25, 2021 6:06 pm

· #473706
מפיל קינד
@שמעקעדיג האט צוגעטראפן. מ'שמועסט אז עטליכע קינדער זענען געפאלן פון די פארענטשעס אין גור די לעצטע 2 ימים טובים, פסח און שבועות, איינער איז נאך אין א קאומא רח"ל.

די מעשה איז ווי אלעס אין גור געבליבן א סוד, און די מידיע ציטערט צו זאגן א קרום ווארט אויף גור... צוליב דעם האבן זיי נישט קיין רשיון צו מאכן די גרויסע חתונה מיטוואך אין בית המדרש, און דאס איז אויך די סיבה פארוואס דער רבי לאזט מער נישט קיין פארענטשעס, נישט די מעשה אין קארלין.


אויך געהערט דערפון, אבער דערווייל עס נאר געזעהן אין צווייפעלהאפטיגע פלעצער.
אז דו האסט קראנטע מקורות דערויף, ביטע Share עס מיטן עולם.

לך לך » דינסטאג מאי 25, 2021 9:28 pm

· #473719
ר' שאול געווען ביי די בעלזא חתונה היינט?

מפיל קינד » דינסטאג מאי 25, 2021 9:40 pm

· #473722
ער האט דארט געמאכט א פיינעם דזשאב. ער איז געזעצן נעבן ר' ישראל מוויזניץ, זיי האבן זיך געקושט די הענט און ווארים פארברענגט פאר א וויילע.

יעצט וועט לכאורה נאכפאלגן א באזוך פון הגר"ש קיין וויזניץ, און א ריס צווישן ליצמאן און טעסלער... גור פארלירט געהעריג קאנטראל צווישן אזויפיל מחוצפים.

מחצה''ק » דאנערשטאג מאי 27, 2021 3:33 pm

· #473902
.
📎 photo_2021-05-27_15-32-56.jpg

מחצה''ק » דאנערשטאג מאי 27, 2021 3:33 pm

· #473903
.
📎 photo_2021-05-27_15-27-34.jpg

מפיל קינד » דאנערשטאג מאי 27, 2021 3:39 pm

· #473906
למעשה איז גורע רבי נישט געווען ביי די חתונה אין בעלזא, וכן להיפוך.

עמער ווארטן ביז די שבע ברכות ביי ביידע ענדיגן זיך. אויב גייט עס ווייטער אזוי מיינט עס אז די טיילונג איז העיר טו סטעי.

איך קען קוים ווארטן פאר די באזוך פון בעלזא רב בבית הגר"ש...

אינגערמאנטשיקל » מאנטאג מאי 31, 2021 3:53 pm

· #474302
שפר ב'כיכר': לאחר הפגישה המשולשת בין גבאי הרבי מבעלזא לבניו של הרבי מגור, מפרסמים כעת בבעלזא הודעת התנצלות רשמית. "חשוב לבעלזא הידידות עם חסידי גור, ומה שקרה לא יקרה עוד".

סמבטיון » מאנטאג מאי 31, 2021 3:55 pm

· #474303
איימסארי צו באסטן דיין באלאן. דער רב שליט"א איז יעצט געווען ביי די גער'ע שבע ברכות, און איך גלייב אז דער גער'ע וועט קומען באלד צו די בעלזע שבע ברכות.
בדרך אגב, גער'ע רבי פלעגט קיינמאל נישט קומען צו די חתנות, נאר איז אלעמאל געקומען צו די שבע ברכות, ווער עס האט די בילדער זאל עס אהער ברענגען ביטע.

מחצה''ק » מאנטאג מאי 31, 2021 4:14 pm

· #474304
.
📎 photo_2021-05-31_15-17-11.jpg

לך לך » מאנטאג מאי 31, 2021 6:24 pm

· #474321
_
📎 GIR.png

מפיל קינד » מאנטאג מאי 31, 2021 8:19 pm

· #474332
סמבטיון
איימסארי צו באסטן דיין באלאן. דער רב שליט"א איז יעצט געווען ביי די גער'ע שבע ברכות, און איך גלייב אז דער גער'ע וועט קומען באלד צו די בעלזע שבע ברכות.
בדרך אגב, גער'ע רבי פלעגט קיינמאל נישט קומען צו די חתנות, נאר איז אלעמאל געקומען צו די שבע ברכות, ווער עס האט די בילדער זאל עס אהער ברענגען ביטע.

אינטערעסאנט אז דו דערמאנסט נישט די מודעה פון שמעון וואלף וואס איז פארמעקט געווארן...

לאחר הפגישה המשולשת הערב (שני) בין גבאו של האדמו"ר מבעלזא, לבניו של הרבי מגור מוקדם יותר באשדוד, פורסמה בדקות האחרונות הודעת התנצלות חריגה בקו המידע הרשמי של חסידות בעלזא, הודעה שנמחקה כעבור דקות ספורות.

בהודעה החריגה שפורסמה בחסידות נאמר כי "הגבאי ר' שמעון וואלף קליין נפגש היום עם בני האדמו"ר מגור בשליחות קודשו של האדמו"ר מבעלזא, והבהיר מולם בשם האדמו"ר כי לחסידות בעלזא מאוד חשוב ויקר הידידות וכבוד חסידות גור, ומה שקרה לאחרונה לא יקרה יותר".

"וח"ו לא יפגעו יותר בחסידות גור", התחייבו בהודעה של בעלזא, שנמחקה כעבור זמן קצר.

תרמב » דינסטאג יוני 1, 2021 2:55 pm

· #474395
זיך צאמגעלייגט פאר אביסל פרעשור, איך האב געמיינט אז די בעלזער איז מער געוואגט ווי דעם

סמבטיון » דינסטאג יוני 1, 2021 3:16 pm

· #474398
פרייז פאר שלום.

ישעיה » דינסטאג יוני 1, 2021 4:44 pm

· #474400
סמבטיון
פרייז פאר שלום.

וואס ס'איז באמת געווען אזא הודעה אויפ'ן בעלזער טעלעפאון ליין?

אבשלום בן מעכה » דינסטאג יוני 1, 2021 5:53 pm

· #474405
ס'קוקט אויס ווי בעלזא האט זיך צוזאמגעלייגט פאר גור, די מציאות איז אבער פארקערט.

נאך וואס די גור'ע האבן נישט געלאזט אהרן מרדכי לאדענען דעם גור'ע רבי צום חתונה, ווי געווענליך, נאר געזאגט אז ער דארף זיך טרעפן מיט די קינדער פון גורע רבי, האט בעלזא געהאט ביי די חתונה ר' שאול (וואס פלעגט אלעמאל קומען צו די בעלזע חתונות), און כידוע האט דער ויז'ניצער גערעדט מיט אים צוואנציג מינוט לפני הקהל הקודש. ר' שלמה צבי - זוהן פון גור'ע רבי, האט פארלאנגט אז די ברכה אחריתא פון ר' ישראל זאל אפגעזאגט ווערן, אבער אברהם בנימין זילבערבערג (ר' צבי מאיר'ס ברודער - און ווער עס פירט דארט כידוע דעם קאמף) האט פארשטאנען אז מען קען זיך נישט שלאגן מיט די וועלט, האט מען געלאזט די ברכה אחריתא פאזיציע אויפן ארט, נאר אנשטאט דעם האט מען געגעבן פאר מרכז ויז'ניץ דעם בענטשן, וואס דאס האט געזאלט זיין א שטאך פאר ר' ישראל (וואס כאפט נאכנישט דעם שטאך...)

א טאג שפעטער האט אברהם בנימין גערופן בעלזא, אז ר' אהרן מרדכי זאל אריבערקומען רעדן מיט די קינדער פון גור'ע רבי, אבער ר' אהרן מרדכי האט נישט געוואלט, ער רעדט נאר מיטן רבי'ן אליין (בשלב זו), האבן זיי ענדליך מסכים געווען אז ר' שמעון וואלף קליין זאל רעדן מיט די קינדער פון דעם רבי'ן (איר פארשטייט וויפיל זיי האבן זיך משפיל געווען למען השלום?).

נאכן רעדן איז ארויפגעגאנגען דער באקאנטער מודעה אויף קול בעלזא. אבער גראד נאכדעם האט ר' אהרן מרדכי אנגערופן פרעגן, ווער האט געהייסן דאס ארויפלייגן? - האט מען געזאגט, שמעון וואלף! - האט ער געזאגט, "איך בין זיך נישט מתנצל, איך האב אים גערופן צו די חתונה און איך בין זיך נישט מתנצל". ער האט געהייסן אז מען זאל אראפנעמען די הודעה, און אזוי איז געשען. פארשטייט זיך אז שמעון וואלף האט תיכף נאכדעם גערופן און געהייסן אז מען זאל עס צוריקלייגן, אבער קול בעלזא האט געענטפערט אז זיי זענען מחויב פאר הרה"צ און נישט פאר שמעון וואלף, און דערמיט איז עס געבליבן.

פון אנשי ר' שאול הער איך אצינד, אז אויך זיי האבן זיך פארשטענדיגט מיט בעלזא, און בעלזא זאגט אז הרה"צ טענה'עט אז אלעס איז צוריק צום אלטן, בלויז דאס, אז גור איז אראפגעקראכן פון טיש און האלטן אן דאס ידידות כבראשונה. גארנישט מער.

ישן מלא חדש » דינסטאג יוני 1, 2021 7:46 pm

· #474419
Re: פייערדיגע מחלוקת צווישן בעלזא און גור
ישעיה
סמבטיון
פרייז פאר שלום.
וואס ס'איז באמת געווען אזא הודעה אויפ'ן בעלזער טעלעפאון ליין?


https://twitter.com/buchashem/status/1399528781841321990?s=19

אישתישבי » דינסטאג יוני 1, 2021 11:37 pm

· #474446
כידוע רופט מען אים שמעון בלאף, אבער דא איז ער בעסער פין דער הרה"צ וואס פארשטייט נישט אז די נארישע התנצלות איז כדאי פאר שלום.

גער פארשטייט שוין אז ווייל זיי האבן פיינט ר' שאול דארף נישט יעדער אים פיינט האבן. און עס איז היבש נאריש צו האלטען א מחלוקת וועגן א סטופיד מודעה.
בלאט: 1 2 3