☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הגאון רבי שאול אלתר שליט"א - ראש ישיבת גור

הגאון רבי שאול אלתר שליט"א - ראש ישיבת גור

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14561

חקרן » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 7:22 pm

· #470214
הגאון רבי שאול אלתר שליט"א - ראש ישיבת גור
מען קען זיך נישט פארהוילן פון אזא פערזענליכקייט ווי הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, וואס מענטשן וואס קענען אים טענה'ען אז ער איז א ריכטיגער פוילישער עילוי, אזוי ווי די אמאליגע עילויים, און ער פארשעמט נישט די גרעסעטע תלמידי חכמים בדורינו, א גאון אדיר פשוטו כמשמעו.

דאס איז באמת נישט בלויז מפי השמועה, נאר אריינקוקנדיג אין זיינע גליונות וואס קומען כסדר ארויס, בנאות דשא און אנדערע, שטעלט זיך ארויס זיין גאונות און בקיאות בכל מכמני התורה. אויסער דעם פארמאגט ער א כאריזמע און חוש הדיבור וואס באצויבערט זיינע צוהערער. מען זאגט אז אויף שלש-סעודות פארמאגט ער עולמות מיט מענטשן וועלכע קומען אים הערן און מיטהאלטן.

אויסער דעם איז ער א שטארק ווארעמער מענטש, א בעל רגש, ער פארמאגט אויך א שטיקל חוש הנגינה, אבער נישט דארט שטעקט זיין גרויסקייט. זיין עיקר גרויסקייט לדעתי, איז זיין יכולת זיך אראפצולאזן אפילו צו קינדער, און טראץ זיין גרויסקייט און העכערקייט, שפירט ער זיך נישט העכער פון קיינעם, ער פארמאגט אן ענוות חן און אן אמת'ער געשמאק אין זיך.

איך גלויב אז אזא פערזענליכקייט ווי אים איז ווערד א במה אויף אונזער שטיבל.

אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 7:37 pm

· #470215
זיין גליון ווערט נעלם פין בתי מדרשים פאר מענטשן נעמען אפילו, ווי איז דא א לינק צו דער גליון?

חקרן » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 8:19 pm

· #470218
<a class="postlink" href="https://online.fliphtml5.com/mtjtk/alap/">https://online.fliphtml5.com/mtjtk/alap/</a>

גיב א שמייכעל » פרייטאג אפריל 16, 2021 1:07 am

· #470234
חקרן
זיין עיקר גרויסקייט לדעתי, איז זיין יכולת זיך אראפצולאזן אפילו צו קינדער, און טראץ זיין גרויסקייט און העכערקייט, שפירט ער זיך נישט העכער פון קיינעם, ער פארמאגט אן ענוות חן און אן אמת'ער געשמאק אין זיך.

איך גלויב אז אזא פערזענליכקייט ווי אים איז ווערד א במה אויף אונזער שטיבל.

די וואס דרייען זיך אין ירושלים וועלן וויסען צו דערציילן אז ער קען שפאצירען איינער אליין אויפן גאס אנע שמשים אדער באגלייטער! אפילו היינטיגע צייטן ועען די מצב דארט איז בכלל נישט אזוי איי איי איי....

להבדיל » מאנטאג אפריל 19, 2021 2:54 pm

· #470667
ער האט נישט מורא פון זיינע געוועזענע ברידער די נאטשאלניקעס?

מחצה''ק » מאנטאג אפריל 19, 2021 2:56 pm

· #470670
איך ווייס פון איינעם וואס איז אריין צי עם אן רשות אין ער האט יענעם ארויס גע'זרק'ט אלץ מורא פון גור

צעיר בישראל » מאנטאג אפריל 19, 2021 3:27 pm

· #470673
מחצה''ק
איך ווייס פון איינעם וואס איז אריין צי עם אן רשות אין ער האט יענעם ארויס גע'זרק'ט אלץ מורא פון גור

וואס הייסט? אן רשות פון וועם?

גיב א שמייכעל » מאנטאג אפריל 19, 2021 4:53 pm

· #470679
להבדיל
ער האט נישט מורא פון זיינע געוועזענע ברידער די נאטשאלניקעס?

איהם פרעזענליך וועלן זיי לכאורה גארנישט טוהן... אפי' אינערהאלב גרויס גור האט ער נאך אסאך סימפאטיקער וואס האלטן פון איהם, און די שלעגער'ס ווייסען אז אויב עפעס געשעט צח איהם קען דאס זיין די שטרוי אויפן קעמל'ס ריקען וואס וועט זיי מאכן אפטראגען פון גור.

מחצה''ק » מאנטאג אפריל 19, 2021 7:17 pm

· #470703
צעיר בישראל
מחצה''ק
איך ווייס פון איינעם וואס איז אריין צי עם אן רשות אין ער האט יענעם ארויס גע'זרק'ט אלץ מורא פון גור

וואס הייסט? אן רשות פון וועם?

פון ר' שאול

סעגאל » מיטוואך מאי 5, 2021 9:05 pm

· #472525
אינטערסאנט אז אויף קאווע שטיבל זאל מען שרייבען אזוי שיין אויף א רבי.
קען זיין ווייל ער קריגט זיך מיט א אנדערע רבי.

דורש אמת » מיטוואך מאי 5, 2021 9:40 pm

· #472528
סעגאל
אינטערסאנט אז אויף קאווע שטיבל זאל מען שרייבען אזוי שיין אויף א רבי.
קען זיין ווייל ער קריגט זיך מיט א אנדערע רבי.

דער טשארטקאָווער אין מאריענבאד איז געפארן אין א קארעטע, האט אדורכשפאצירט א מתנגדישער גאון , דער רבי לאדנט אים איין צו זיך אין קארעטע.
— שקר אין לו רגלים, זאגט דער גאון - חסידיזם איז פאלש! און וויל ניט ארויפקומען.
פרעגט אים דער צדיק:
— וויאזוי האט חסידות א המשך, עס שטייט דאך קושטא קאי שיקרא לא קאי?
— די מחלוקת און שמוץ וואס איין סעקטע ווארפט אויפ'ן צווייטן, דאס איז טאקע דאס ביסל אמת וואס ערלויבט חסידיזם אנצוהאלטן!…

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג מאי 6, 2021 8:02 am

· #472562
די סיבה צום סוף האט דער טשארקאווער געזאגט אדער דאס האט איר שוין צוגעלייגט?

סעגאל » דאנערשטאג מאי 6, 2021 9:32 am

· #472572
[ציטאט אראפגענומען]


wow wow wow איך האב נישט געוויסט אז איך האב דא צוטין מיט נבוא'ים. איך האב איבער געקיקט אלעס וואס איך האב געשריבען. (נישט צו סאך)אין איך האב נישט געטראפן ווי מען זעט איך בין א חסיד מהר"א

תרמב » דאנערשטאג מאי 6, 2021 4:54 pm

· #472609
אבער ער האט צוגעטראפן אדער נישט?

אישתישבי » דאנערשטאג מאי 6, 2021 4:55 pm

· #472610
א חסיד פון ווילנא
די סיבה צום סוף האט דער טשארקאווער געזאגט אדער דאס האט איר שוין צוגעלייגט?


דער מתנגדישער גאון האט עס געזאגט (לויט דער מעשה).

קהל'ס נער » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 1:17 pm

· #511188
די ראש ישיבה ר' שאול אלתר האט נעכטן אויפגענימען בצלאל סמוטריץ' די פירער פון ציונות הדתית, ברעכענדיג די סטאטוס קווא, זייענדיג די ערשטע חרדי'שע פירער צי אנערקענען די מזרחיסטן אלץ א לעגיטימע רעליגיעזע קהלה.

(כאטש רוב רבנים האלטן שוין היינט אזוי, איז ער די איינציגסטע וואס האט נישט מורא עס צי זאגן, וואס דאס מיינט א פירער, איינער וואס פירט די עולם, נישט איינער וואס דער עולם פירט עים.)
📎 Screenshot_20221104_125712.jpg

שמן למאור » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 1:53 pm

· #511191
קהל'ס נער
די ראש ישיבה ר' שאול אלתר האט נעכטן אויפגענימען בצלאל סמוטריץ' די פירער פון ציונות הדתית, ברעכענדיג די סטאטוס קווא, זייענדיג די ערשטע חרדי'שע פירער צי אנערקענען די מזרחיסטן אלץ א לעגיטימע רעליגיעזע קהלה.
האט ער געלאזט פאלן ווערטער אז ער אנערקענט די מזרחיסטן אלס לעגיטימע רעליגיעזע קהילה?
סתם אויפנעמען מיינט דאך נאכנישט אז ער אנערקענט זיי...
ווען בעלזא רב האט אויפגענומען ביבי האט ער אים מיט דעם אנערקענט אלס א לעגיטימע רעליגיעזע פירער?

קהל'ס נער » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 2:11 pm

· #511192
פארוואס זאל אויפנעמען ביבי מיינען אז ער אנערקענט עים אלץ א רעליגיעזע פירער, ביבי האלט זיך נישט פאר קיין רעליגיעזע פירער, אבער יא אויפנעמען ביבי מיינט אז אנערקענט עים אלץ די פירער פון מדינת ישראל (בשעתו)

ר' שאול וואלט קיינמאל נישט אויפגענימען די פירער פון די רעפארמער, ווייל אנערקענט נישט אין זיי.

שמן למאור » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 2:25 pm

· #511194
קהל'ס נער
פארוואס זאל אויפנעמען ביבי מיינען אז ער אנערקענט עים אלץ א רעליגיעזע פירער, ביבי האלט זיך נישט פאר קיין רעליגיעזע פירער, אבער יא אויפנעמען ביבי מיינט אז אנערקענט עים אלץ די פירער פון מדינת ישראל (בשעתו)

ר' שאול וואלט קיינמאל נישט אויפגענימען די פירער פון די רעפארמער, ווייל אנערקענט נישט אין זיי.
בעלזא רב האט נישט אויפגענומען ביבי אים צו ווייזן לעגיטימיטעט אויף סיי וועלכע וועג, און נישט אז זיין געבן לעגיטימאציע וואלט עפעס אויסגעמאכט. ער איז די פריים מיניסטער און מען דארף צוקומען צו אים, און אויפנעמען מיינט נישט גארנישט, יענער האט מאכט און מען זיכט צו זיין אויף זיין גוטע זייט, דעטס אלל. מען קומט נישט יעצט געבן קיין הסכמה אויף זיין קיך ווען מען נעמט אים אויף.

פאקטיש זענען יעצט בן גביר מיט סמוטריץ' זייער שטארק. זיי האבן אנגעצויגן אסאך בענקלעך, און מען מוז צוקומען צו אים. ס'איז נישט מער ווי רעכט אז מען זאל אים אויפנעמען און האבן גוטע באציאונגען. ווען מען וואלט געדארפט צוקומען צו די רעפארמער אויף אזא פארנעם, און אונז וואלטן געהאט געמיינזאמע אינטערעסן וואלט מען פינקט אזוי אויפגענומען די רעפורמער. אלע רבנים דא האבן אויך אויפגענומען דעם 'פרייען' זעלדין..!
עס מיינט נאכנישט אז ר' שאול האט יעצט גע'כשר'ט די מזרחי.

פרנס החודש » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 2:49 pm

· #511199
טאקע דאס הייסט לעגיטימאציע, אנערקענען אז יענער איז שטערקער פון דיר און דו ברויכסט צוקומען צו אים.

פרנס החודש » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 2:51 pm

· #511200
Re: הגאון רבי שאול אלתר שליט"א - ראש ישיבת גור
קהל'ס נער
די ראש ישיבה ר' שאול אלתר האט נעכטן אויפגענימען בצלאל סמוטריץ' די פירער פון ציונות הדתית, ברעכענדיג די סטאטוס קווא, זייענדיג די ערשטע חרדי'שע פירער צי אנערקענען די מזרחיסטן אלץ א לעגיטימע רעליגיעזע קהלה.

(כאטש רוב רבנים האלטן שוין היינט אזוי, איז ער די איינציגסטע וואס האט נישט מורא עס צי זאגן, וואס דאס מיינט א פירער, איינער וואס פירט די עולם, נישט איינער וואס דער עולם פירט עים.)
פאליטיש איז עס גאר א גוטע שידוך.

שמן למאור » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 3:01 pm

· #511203
פרנס החודש
טאקע דאס הייסט לעגיטימאציע, אנערקענען אז יענער איז שטערקער פון דיר און דו ברויכסט צוקומען צו אים.
מען רעדט יעצט וועגן געבן רעליגיעזע לעגיטימאציע. סתם געבן לעגיטימאציע האט דאך שוין די בעלזער געטון ווען ער האט אויפגענומען ביבי.
אדער גאר די חזון איש ווען ער האט אויפגענומען בן-גריון.

קהל'ס נער » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 3:55 pm

· #511211
מען דארף נישט מאכן קיין לשם יחוד פארן געיבן איינעם לעגיטמאציע, די עצם אויפנעמען מיינט אז די אנערקענסט אין עים.

אויפנעמען זעלדין מיינט נישט אז מען אנערקענט אין זיין פרייהייט, ווייל ער איז נישט קיין פרייהייט פירער, ער איז א פאליטישען.

לשיטתך, וואלט סאטמערע רבי זכיסע, אויפגענימען בן גוריון אן געיבען לעגיטימאציע? נישטא אזא זאך, אויפנעמען גופא לעגיטימאציע הוא.

אפילו אינדורסירן מעלאוני, מיינט נישט אז מען אנערקענט אין מנצפ"ך, ווייל ער איז נישט די לגב"ט פירער.

משא"כ, סמוטריץ וואס איז די אפיציעלע פירער פון די מזרחיסטן, אז מען נעימט עים אויף מיינט אז מען אנערקענט אין עם.

שמן למאור » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 5:07 pm

· #511220
איך רעזארוויר דאס פלאץ זיך צו דינגען מיט דיר. לדעתי אז מען נעמט איינעם אויף ווייזט עס טאקע אז מען גיבט יענעם לעגיטימאציע אלס א מענטש מיט כח, אבער דאס צייגט גארנישט אויף די לעגיטימאציע איבער יענעמס שיטות. אפילו יענער איז די פאן טרעגער פון א געוויסע שיטה.

היסטאריע » מוצ"ש נאוועמבער 5, 2022 8:36 pm

· #511226
לשיטתך, וואלט סאטמערע רבי זכיסע, אויפגענימען בן גוריון אן געיבען לעגיטימאציע? נישטא אזא זאך, אויפנעמען גופא לעגיטימאציע הוא
נאר סאטמאר, ווייל ער האט געהאלטען א איסור פין התחברות לרשעים.

אבער ער האט אויפגענומען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אנדערש פין אים. אזוי לאנג ווי זיי האבן נישט באקומען דער טיטל רשעים, און אין דעם כלל איז יעדער איינער וואס איז נישט געוועהן קיין אקטיווע ציוני, אבער די וואס האבן געהאלטן פין ציוניזם האט ער אויפגענומען און אפילו צומאל געשטיצט.

מתבודד » מוצ"ש נאוועמבער 5, 2022 11:10 pm

· #511233
ר’ שאול האט אויפגענומען סמוטריץ’ פשוט ווייל דער לעצטער איז געווען די איינציגער וואס האט צוגעזאגט הגר”ש אז ער גייט אים מייצג אין כנסת זיין אויב וועט ר’ שאול הייסן זיינע חסידים וואוטן פאר אים, און ר’ שאול האט מסכים געווען.
פאריגע מאל האט ער אומאפציעל געהייסן מ’זאל נישט גיין צו די בחירות נאכדעם וואס קיינער האט זיך נישט אנגענומען פאר אים מיט די שוידערליכע רדיפות וכו’.

אינטרעסאנט אנצומערקן אז אויב וואלטן זיינע מענטשן געוועלט פאר ג’ וואלטן זיי לכאורה באקומען אן אכטן זיץ. ווי זאגט די וועלט, וואס מ’טוט פאר יענעם טוט מען פאר זיך....
(אבער נישט געזארגט, קיינער וועט נישט ארויסנעמען די לעססאן)

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 6, 2022 7:42 pm

· #511279
ווייל די חכי"ם זענען נישט די פירער. די מועצת איז די לידערשיפ.
און קיינער קען נישט הייסן די מועצת וואס צו טוהן..

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 12:03 pm

· #514313
קהל'ס נער
די ראש ישיבה ר' שאול אלתר האט נעכטן אויפגענימען בצלאל סמוטריץ' די פירער פון ציונות הדתית, ברעכענדיג די סטאטוס קווא, זייענדיג די ערשטע חרדי'שע פירער צי אנערקענען די מזרחיסטן אלץ א לעגיטימע רעליגיעזע קהלה.

(כאטש רוב רבנים האלטן שוין היינט אזוי, איז ער די איינציגסטע וואס האט נישט מורא עס צי זאגן, וואס דאס מיינט א פירער, איינער וואס פירט די עולם, נישט איינער וואס דער עולם פירט עים.)
נעכטן נאכט איז בן גביר געווען ביים לעכט צינדען אין גור.
📎 IMG_20221222_115646_049.jpg