☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » גיהנם

גיהנם

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14559

בונה של טוב » מיטוואך אפריל 14, 2021 1:22 pm

· #470071
גיהנם
איך האב געליינט א מעשה אלס קינד (אפשר אין: אידישע חכמות און פקחות) אז א איד איז אמאל געקומען צו זיין רבי'ן און זיך ביטער אויסגעוויינט אויף זיינע צרות. ״רבי איך האלט עס נישט אויס״ האט ער זיך געבעטן ״דער רבי זאל מתפלל זיין אז דער באשעפער זאל מיר צונעמען די נשמה. איך וויל נישט מער לעבן. די געפערליכע מצב, לאזט מיר נישט במנוחה״ זאגט דער רבי: ״און ווער זאגט דיר אז נאכדעם וועט זיין בעסער?״

ביי מיר איז עס געווען קלאר אז נישט קיין חילוק ווי שווער ס׳איז אויף די וועלט, איז עס נאך פילפאכיג מער ביטער אויפ׳ן עולם האמת אין גיהנם.

און די אמת געזאגט, די ביטערסטע פיין וואס איך האב געהאט אין מיין לעבן קומט נישט צו צו די פיין וואס די פחד פון גיהנם און די גילט און זארג וואס מען האט איינגעבאקן אין מיר.

איך בין נייגעריג אויב איינער דא האט געהערט וואס ר׳ שמעון בר יוחאי זאגט וועגן דעם, און אויב איינער דא האט עס שוין נאכגעזאגט פאר זיינע קינדער- זיי צו פארשפּארן אומזיסטע יסורי נפש.

איך האב זיך דערמאנט וועגן די נושא היינט ווען איך האב געזעהן א ווידיאו וואס האט אין מיר אויפגעוועקט יענע פחד וועגן גיהנם. (איך ווייס נישט ווער עס האט עס פאטאגראפירט און נאך צוגעלייגט ״די טויערן פון גיהנם״ אלס א קעפל. אבער ס׳איז געווען אין די ig stories פון שפרה לאווען. בייגעלייגט איז א בילד. אבער די ווידיאו איז גאנץ דראמאטיש).
📎 3CB0F312-5420-49B7-B55E-320A6A2DD625.jpeg

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך אפריל 14, 2021 2:54 pm

· #470086
וואו אין אבות דרבי נתן שטייט עס?

בונה של טוב » מיטוואך אפריל 14, 2021 3:24 pm

· #470088
זופ מיט מאנדלען
וואו אין אבות דרבי נתן שטייט עס?


סימן ט״ז

דורש אמת » מיטוואך אפריל 14, 2021 3:37 pm

· #470090
אין חובת הלבבות ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט וועגן גיהנום.
נאכמער אינטרעסאנט איז אז ווען דער מסילת ישרים רעדט וועגן שכר ועונש, דערמאנט ער אויך נישט קיין אות אחת וועגן גיהנום.

ליב צו וויסן » מיטוואך אפריל 14, 2021 7:09 pm

· #470118
קהלת פרק ט פסוקים ה-ו

קאצקע ציקער » מיטוואך אפריל 14, 2021 9:11 pm

· #470136
בונה, זיכער נישט אין יודישע חכמות און פקחות. אלס קינד פלעגט דאס זיין מיין פעיוועריט בוק.

קנדה » מיטוואך אפריל 14, 2021 10:44 pm

· #470140
פארוואס דעמאלטס אין די גמרא ווערט עס דערמאנט?

תנחום » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 12:23 am

· #470147
די גמרא אין סוכה מה ע"ב א"ר ירמיהו משום רשב"י יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין. די גליון הש"ס צייכענט צו אבות דר"נ פט"ז.

דורש אמת » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:42 pm

· #470200
קנדה
פארוואס דעמאלטס אין די גמרא ווערט עס דערמאנטתּ


אויף דעם זאגט אברהם בן הרמב״ם אז חז״ל האבן נישט געהאט קיין קלארקייט איבער גיהנום. זיי האבן געהאט ספיקות און נישט קיין מסורה דערוועגן.

דער רמב״ם ווען ער רעכנט אויס די דרייצן עיקרים (וואס אויף דעם האט מען שפעטער באזירט די אני מאמין׳ס) זאגט ער דארט אז די ציורים פון גן עדן און גיהנום, קען מען פארגלייכן צו די וועג ווי מ׳איז מחנך א קינד: אויב ער פירט זיך גוט גיבט מען אים א קענדי, און אויב ער לערנט גוט גיבט מען אים נאשעריי... און שפעטער וואקסט ער עס אויס.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:46 pm

· #470201
שוין, רבי שמעון האט געזאגט אז אידן גייען נישט אין גיהנם, מוחאמד האט געזאגט אז מוסלומענער גייען נישט אין גיהנם, יאשקע האט געזאגט אז ווער ס׳אנערקענט אין איהם זיין הער און אויסלייזער גייט נישט אין גיהנם, ווער ס׳גלייבט אינעם Flying Spaghetti Monster גייט אויך נישט, ווער בלייבט איבער? מ׳קען שוין פארשפארן דאס גאנץ געשעפט.

דורש אמת » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:49 pm

· #470202
נאר די חילוק איז אז לויט'ן הסבר פון רשב"י קומט זיך קיינעם נישט קיין גיהנם.

תוהו ובוהו » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 7:14 pm

· #470212
רביה''ק זי''ע
שוין, רבי שמעון האט געזאגט אז אידן גייען נישט אין גיהנם, מוחאמד האט געזאגט אז מוסלומענער גייען נישט אין גיהנם, יאשקע האט געזאגט אז ווער ס׳אנערקענט אין איהם זיין הער און אויסלייזער גייט נישט אין גיהנם, ווער ס׳גלייבט אינעם Flying Spaghetti Monster גייט אויך נישט, ווער בלייבט איבער? מ׳קען שוין פארשפארן דאס גאנץ געשעפט.

און ווער עס גלייבט נישט, גלייבט דאך נישט אין קיין גיהנום.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 8:50 pm

· #470222
ווער גלייבט דען נישט אין גיהנם?! רחמנא ליצלן מהאי דעתא! איך האב נאכנישט געטראפן קיין מענטש וואס קען זאגן מיט א הונדערט פראצענטיגע קלארקייט אז ער גלייבט נישט אין גיהנם, יעדער גלייבט אין גיהנם, מ׳דינגט זיך נאר פאר וועם ס׳געמאכט געווארן. לויט איינעם קומט גיהנם פאר׳ן עסן אום יום כיפור, לויט א צווייטן פאר׳ן עסן אום ראמאדאן, לויט א דריטן פאר׳ן הארגענען מענטשן, לויט א פערטן דווקא פאר׳ן נישט הארגענען מענטשן (עמלקים, אידן), לויט א פיפטן פאר׳ן שניידן אכט-טאגיגע אינגלעך, לויט א זעקסטן פאר גייסטליכע פירער וואס שטופן נישט פרינאפס, וכו׳ וכו׳, אבער אין גיהנם גלייבט יעדער.

שארפןקאפ » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 10:17 pm

· #470225
רביה''ק זי''ע
ווער גלייבט דען נישט אין גיהנם?! רחמנא ליצלן מהאי דעתא! איך האב נאכנישט געטראפן קיין מענטש וואס קען זאגן מיט א הונדערט פראצענטיגע קלארקייט אז ער גלייבט נישט אין גיהנם, יעדער גלייבט אין גיהנם, מ׳דינגט זיך נאר פאר וועם ס׳געמאכט געווארן. לויט איינעם קומט גיהנם פאר׳ן עסן אום יום כיפור, לויט א צווייטן פאר׳ן עסן אום ראמאדאן, לויט א דריטן פאר׳ן הארגענען מענטשן, לויט א פערטן דווקא פאר׳ן נישט הרג'ענען מענטשן (עמלקים, אידן), לויט א פיפטן פאר׳ן שניידן אכט-טאגיגע אינגלעך, לויט א זעקסטן פאר גייסטליכע פירער וואס שטופן נישט פרינאפס, וכו׳ וכו׳, אבער אין גיהנם גלייבט יעדער.

חוץ פון אסאך טיעראריקל פיזיסיסט'ס.

דורש אמת » פרייטאג אפריל 16, 2021 8:54 am

· #470249
רביה''ק זי''ע
ווער גלייבט דען נישט אין גיהנם?! רחמנא ליצלן מהאי דעתא! איך האב נאכנישט געטראפן קיין מענטש וואס קען זאגן מיט א הונדערט פראצענטיגע קלארקייט אז ער גלייבט נישט אין גיהנם, יעדער גלייבט אין גיהנם, מ׳דינגט זיך נאר פאר וועם ס׳געמאכט געווארן. לויט איינעם קומט גיהנם פאר׳ן עסן אום יום כיפור, לויט א צווייטן פאר׳ן עסן אום ראמאדאן, לויט א דריטן פאר׳ן הארגענען מענטשן, לויט א פערטן דווקא פאר׳ן נישט הארגענען מענטשן (עמלקים, אידן), לויט א פיפטן פאר׳ן שניידן אכט-טאגיגע אינגלעך, לויט א זעקסטן פאר גייסטליכע פירער וואס שטופן נישט פרינאפס, וכו׳ וכו׳, אבער אין גיהנם גלייבט יעדער.

אז מ׳וואקסט אויף אין די סיסטעם, דארף מען נישט גלייבן אין גיהנום - מ׳שפירט עס יעדן טאג בחוש.

תוהו ובוהו » פרייטאג אפריל 16, 2021 1:29 pm

· #470286
דורש אמת
אז מ׳וואקסט אויף אין די סיסטעם, דארף מען נישט גלייבן אין גיהנום - מ׳שפירט עס יעדן טאג בחוש

<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=71WDaaRk9nk">https://m.youtube.com/watch?v=71WDaaRk9nk</a>
שפתיים יושק

דורש אמת » זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:50 pm

· #480683
Re: גיהנם
אז מ׳האלט פאר די הייליגע טעג אפשר לוינט זיך מתבונן זיין און תשובה טון אויף א נייעם אופן

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=Ll5mcuvp2rA&list=PLTMBsSa7Ay-sd-TGN9sEbx1HAY3HcIzV-&index=8">https://www.youtube.com/watch?v=Ll5mcuv ... V-&index=8</a>