☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וויזשניץ גמ"ח באנקראטירט!

וויזשניץ גמ"ח באנקראטירט!

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14555

פאליטיקאנט » דינסטאג אפריל 13, 2021 1:39 am

· #469829
וויזשניץ גמ"ח באנקראטירט!
"ה' נתן וה' לקח"

פארט ארום א צעטל פון גמ"ח וואס טוט "מיט פיל צער און עגמת נפש" איינמעלדן די מעמבער'ס איבער א "חיסרון כיס" אינעם גמ"ח, וואס האט פאסירט "בעונותינו הרבים".....

תכלית, נאך פיל באראטונגען מיט די דיינים, איז מען צוגעקומען צוריק צו געבן די איבעריגע געלטער פאר די גמ"ח מעמבער'ס, וואס קומט אויס צו..... גאנצע 6% ! יא, ז-ע-ק-ס פראצענט.


איך ווייס נישט קיין פרטים, אבער שיקן א פשוטע צעטל מיט אזא מודעה, איז אין יעדע פאל אוממענטשליך.


איינער ווייסט וואס דארט איז פארגעגאנגען?
📎 IMG_20210413_012833_612.jpg

שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 13, 2021 1:52 am

· #469830
פאליטיקאנט

איך ווייס נישט קיין פרטים, אבער שיקן א פשוטע צעטל מיט אזא מודעה, איז אין יעדע פאל אוממענטשליך.


די צעטל איז דיר א פראבלעם? די זאך האט באנקראטירט און עטליכע עסקנים פראבירן ראטעווען וואס מ'קען און עס צעטיילן די מערסט יושר'דיגע ווי ס'שייך. די עסקנים זענען גארנישט שולדיג און דארפן זיך פאר קיינעם נישט אנטשולדיגן.

פאליטיקאנט » דינסטאג אפריל 13, 2021 2:00 am

· #469833
Re: וויזשניץ גמ"ח באנקראטירט!
עס זעט דיר אויס ווי איך אטאקיר דא איינעם דירעקט?

איך באשולדיג נישט קיינעם, עס קען זיין אז די ארויסגעבערס זענען טאקע פרישע עסקנים וואס האבן זיך יעצט אריינגעלייגט צו זען וואס מ'קען נאך יעצט טוען, אבער שיקן א בלויזן צעטל צו מעמבער'ס וואס מ'האט זיי אפגעווישט 94% פון זייער געלט וואס זיי האבן אריינגעשטעקט לשם מצוה אין א "פארזיכערטע פלאץ" (נישט אז זיי האבן עפעס גענומען ריזיקעס מיטן אריינלייגן אין עפעס א פאנד און ערווארטעט רווחים), איז לדעתי אוממענטשליך.


מאך א פאון קאל, שיק אראפ איינעם פון די דיינים וואס זענען אריינגעטון, לאז יענעם וויסן וואס גייט פאר און וואס מ'האט אלס פרובירט, לאז יענעם אויסגעבן זיין ווייטאג צו דיר, הער עם אויס (יא ס'איז זייער אומאנגענעם, אבער עס קומט זיך יענעם כאטש דאס)!


שמעון וואלף


די עסקנים זענען גארנישט שולדיג

אקעי, קען זיין.

שמעון וואלף

און דארפן זיך פאר קיינעם נישט אנטשולדיגן.

פארוואס נישט? אז דו מישט זיך אריין צו מסדר דאן אוואדי דארפסטו זיין א נושא בעול, דאס אז די אנפירער פון גמ"ח דארפן זיך פארענטפערן פארשטייסטו יא, איז מיט דעם וואס זיי נעמען איבער פאלט אוועק די אקאונטעביליטי?

שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 13, 2021 2:15 am

· #469834
ווען א קאמפעני גייט באנקראטירט שטעלט די קאורט אריין א טראסטי וואס זאל אבזערווירן די ליקווידעישן פון די קאמפעני. די טראסטי גייט זיך נישט פארענטפערן אדער אנטשולדיגן פאר קיינעם.
עסקנים זענען ווי טראסטי נאר מיט איין חילוק: זיי באקומען נישט באצאלט

מה בכך » דינסטאג אפריל 13, 2021 2:40 am

· #469837
די פלא איז נאר ווי דער בעה"ב (מ.ל.) דרייט זיך ווייטער אין וויליאמסבורג נאכן קאליע לייגן מיליאנען כאילו גארנישט וואלט פאסירט...קום ארויס אין פאבליק, אנטשולדיג דירכאטש, זיי מסביר וואס סאיז געשען... נאטינג! איינגענומען א שטילקייט ...

אישתישבי » דינסטאג אפריל 13, 2021 4:15 am

· #469847
וואס הייסט עס איז א פלא? עס איז דא דיינים וואס זענען אינוואלווד!

בדרך אגב, וויפיל געלט איז פארלוירען געגאנגען?

פאליטיקאנט » דינסטאג אפריל 13, 2021 4:16 am

· #469848
Re: וויזשניץ גמ"ח באנקראטירט!
שמעון וואלף
ווען א קאמפעני גייט באנקראטירט שטעלט די קאורט אריין א טראסטי וואס זאל אבזערווירן די ליקווידעישן פון די קאמפעני. די טראסטי גייט זיך נישט פארענטפערן אדער אנטשולדיגן פאר קיינעם.
עסקנים זענען ווי טראסטי נאר מיט איין חילוק: זיי באקומען נישט באצאלט


קאמפאני ≠ גמ"ח

איך זע נישט ווי ס'פאלט דיר איין בכלל צו פארגלייכן.
ווי פריער געשריבן דארף א גמ"ח צו זיין פארזיכערט, עס איז נישט קיין "קאמפאני" אדער פאנד מיט ריזיקעס.
אז עפעס איז געגאנגען אזוי שלעכט ווי פארלירן 94% פראצענט פון די גמ"ח פארלאנגט דאס א קלארע הסבר פון די גמ"ח פירערשאפט, און פולשטענדיגע איבערזיכט.

יעצט אז עס קומען אריין פרישע 'עסקנים' (וואס די גלייכט זיי צו צו טראסטיס) צו זען וואס מ'קען טוען, מיינט נישט אז זיי האבן יעצט א פרייע האנט [ווייל זיי זענען נייע], די פריערדיגע זענען עקזעמפט [ווייל זיי זענען שוין ניט 'אינוואלווד], און אקאונטעביליטי איז ארויסגעווארפן פון פענסטער. עס פארלאנגט זיך פון זיי צו טוען וואס די פריערדיגע האבן געדארפט (פארשטייט זיך אז זיי דארפן זיך נישט אנטשולדיגן אויף די פריערדיגע מעשים, אבער יא קלארמאכן, און צופרידנשטעלן ווי ווייט מעגליך), אז זיי זענען נישט גרייט דאס צו טוען, נעם נישט איבער! די נישט באקומען באצאלט איז נישט קיין תירוץ אויף נישט צו טוען וואס עס פארלאנגט זיך.
אויף וואס האבן זיי איבערגענומען? אויף צו פארטיידיגן די פריערדיגע?

נאכאמאל, איך ווייס נישט קיין דעטאלן, אבער אזא בריוו איז איבערגעטריבן אוממענטשליך און אן אחריות'דיג. און אז אזא זאך קען פארקומען און די גאס דרייט זיך נישט איבער, שלעפ איך ארויס מיין געלט פון גמ"ח. אדער בעסער געזאגט איך עפן א גמ"ח.....

אישתישבי » דינסטאג אפריל 13, 2021 4:17 am

· #469849
איך וויל אויך עפענען א גמ"ח, קענען מיר זיין שותפים?

דער דזשאק איז, עס איז גרינגער ווי די מיינסט.

נאך א מיינונג » דינסטאג אפריל 13, 2021 7:12 am

· #469851
עסקנים אן נעמן, דיינים אן נעמן, אבער אלס איז 'לשם מצוה' און אלס איז כפי די הלכה!
אשרי המאמין!

קורקלענד » דינסטאג אפריל 13, 2021 8:33 am

· #469858
ממש נישט צו פארשטיין וויאזוי מענטשן ניצן נאך די גמח'ן. מיט יעדע בּאָבּל גייען אפאר פרישע גמח'ן אין דער ערד. די גמח'ן זענען געווענליך פריוואט געפירט אן קיין חשבונות און אן קיין איבערזיכט. און אויב דער וואס זיצט אויף די קאסע פילט אז ביטקוין אדער טעסלא זענען גענוג פארזיכערט איז ער משקיע.... די פראבלעם איז אז ווען ס'איז דא רווחים ווייסט אויך קיינער נישט.

איך ווייס נישט וואס די מעשה איז דא. אבער ווי ס'שיינט האבן די אנאנימע רבנים דא באשלאסן אז והייתם נקיים איז ביי זיי זיכער נישט קיין עסק.

תרמב » דינסטאג אפריל 13, 2021 8:54 am

· #469861
לכאורה איז קיינער נישט געוואור געווארן פון די אנזעץ פון די צעטיל, יעדער ווייסט שוין דערוועגן, די צעטיל איז פשוט געקומען מודיע זיין אז זעקס פראצענט קען מען צוריקבאקומען און זיי האבן ארויפגעלייגט א פסוק אויבן פונעם צעטיל אז ס’זאל אויסקוקן אפיציעל, במילא איז די צעטיל נישט די פלאץ ווי די אנטשולדיגונג דארף שטיין, עכ’’פ אזוי האב איך פארשטאנען.

הוגה » דינסטאג אפריל 13, 2021 9:29 am

· #469865
עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין וויאזוי יונגערלייט טראסטן גמ"חן מיט זייערע שווערע אויסגעהארעוועטע געלט. מילא א עושר וואס קען פארטראגן אזא פארלוסט, פארשטיי איך. אבער ליידער זענען א גרויסע פראצענט אקאונטס ביים גמ"ח פון פשוטע ארבייטער וואס האלטן דארט די געלט צו שפארן טעקסעס און אנשטאט שפארן די 20 פראצענט טעקסעס קאסט עס גאר 94 פראצענט. וויאזוי קען מען טראסטן אן ארגעניזאציע וואס האט קיין שום איבערזיכט און אקאונטיביליטי? פאר א סאך יארן צוריק האב איך געהאלטן א באדייטנדע סכום געלט אין גמ"ח ווייל כ'האב געקענט באשטיין אז מיין געלט זאל העלפן אנדערע בשעת איך סעיוו. אין יענע תקופה האבן די איינטומער פון א גרויסע גמ"ח געבויט א ריזיגע דעוועלאפמענט פון אפארדעביל דירות. איך האב זיי נישט חושד געווען (אויף זיכער) אז זיי האבן גענוצט די גמ"ח געלט פאר דער פראיעקט, אבער די פאקט אז זיי האבן זיך ניטאמאל געדארפט פארענטפערן פאר קיינעם האט מיר גענוג אנגעשראקן. זייט דעמאלטס האלט איך קיינמאל מער ווי טויזנט דאלער אין איטליכע גמ"ח.


.

מפיל קינד » דינסטאג אפריל 13, 2021 9:45 am

· #469867
פאליטיקאנט
נאכאמאל, איך ווייס נישט קיין דעטאלן, אבער אזא בריוו איז איבערגעטריבן אוממענטשליך און אן אחריות'דיג. און אז אזא זאך קען פארקומען און די גאס דרייט זיך נישט איבער, שלעפ איך ארויס מיין געלט פון גמ"ח. אדער בעסער געזאגט איך עפן א גמ"ח.....

נישט קיין מושג וואס דו ווילסט.

די גמ"ח איז אנגעזעצט. יעדער ווייסט דערפון און נעקסט קעיס. יעצט איז דא אפאר עסקנים וואס פרובירן אז די איבריגע זאל כאטש צוטיילט ווערן יושר'דיג. וואס נאך דארפן זיי טון?! אפשר זאלן זיי אויך ארויסנעמען פון טאש די איבריגע 94 פראצענט? זיי דארפן פארקויפן זייער הויז אויך?...

אז דו ווילססט האקן גיי צום שורש, די גמ"ח פירער, נישט די יעצטיגע עסקנים וואס ווילן ס"ה צוטיילן די 6 פראצענט ווי מענטשן.

גאנצל » דינסטאג אפריל 13, 2021 10:02 am

· #469870
דאס מיינט אז 94 % פון די געלט איז נישטא ?

דרויסענדער » דינסטאג אפריל 13, 2021 10:21 am

· #469872
Re: וויזשניץ גמ"ח באנקראטירט!
גאנצל
דאס מיינט אז 94 % פון די געלט איז נישטא ?
נישט צום גלייבן ווי גוט דו קענסט רעכענען...

אין קורצן: יאפ. אויב האט איינער געהאט דארט 100,000 באקומט ער יעצט 6,000 צו זיין העפי.

אישתישבי » דינסטאג אפריל 13, 2021 10:48 am

· #469876
איינער ווייסט וואס איז געשעהן? מען זאגט געגאנגען קראכען כאילו דאס איז א לחש וואס מיינט אין אתה רשאי להרהר אחריה.

איינער האט עס געגנבעט, האבן נישט די מענטשן וואס האבן פארלוירן דאס געלט לכל הפחות די רעכט צו וויסן ווער דאס איז?

ווי אויך, דאס בעסטע צייט צו גנב'נן איז ווען א זאך "קראכט", זאלען זיי ארויסגעבן די באנק סטעיטמענטס יעדער זאל קענען זעהן ווער און וואס האט גענומען דאס געלט, און נאכדעם וואס עס האט געקראכט, צו איז געוועהן אזעלכע וואס האבן יא צוריק באקומען דאס גאנצע פאר מען האט אפיציעל אריינגעמישט "דיינים". דאס וואלט געמיינט והייתם נקיים, נישט א נישטיגע צעטל וואס עס שטייט אז דאס געלט איז געגאנגען "לטמיון".

אישתישבי » דינסטאג אפריל 13, 2021 10:57 am

· #469880
מאך זיכער
די וויזשניצע (באטראפענע) אינגעלייט גאַסיפּ׳ן אז עס איז געווען עמיצער וואס האט גענוצט דאס געלט אינוועסטירנדיג אין זיין פריוואטער ביזנעס.


און דער בעל חסד האט אים געלאזט?

yn.NY » דינסטאג אפריל 13, 2021 11:41 am

· #469882
אישתישבי
מאך זיכער
די וויזשניצע (באטראפענע) אינגעלייט גאַסיפּ׳ן אז עס איז געווען עמיצער וואס האט גענוצט דאס געלט אינוועסטירנדיג אין זיין פריוואטער ביזנעס.


און דער בעל חסד האט אים געלאזט?

אפשר גאר איז די "בעל חסד" דער וואס האט עס אינוועסטירט?...

זייט ווען איז דאס א תירוץ "עימיצער האט געניצט די געלט", די בעל הגמ"ח איז אחראי אויף יעדע דאללער וואס מענטשן לייגן אריין ביי איהם.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 13, 2021 12:08 pm

· #469884
.

בן-עולם-הבא » דינסטאג אפריל 13, 2021 2:07 pm

· #469894
וויפיל איז דער פארלוסט?

אלע צוזאמען » דינסטאג אפריל 13, 2021 3:24 pm

· #469904
yn.NY
אישתישבי
מאך זיכער
די וויזשניצע (באטראפענע) אינגעלייט גאַסיפּ׳ן אז עס איז געווען עמיצער וואס האט גענוצט דאס געלט אינוועסטירנדיג אין זיין פריוואטער ביזנעס.


און דער בעל חסד האט אים געלאזט?

אפשר גאר איז די "בעל חסד" דער וואס האט עס אינוועסטירט?...

זייט ווען איז דאס א תירוץ "עימיצער האט געניצט די געלט", די בעל הגמ"ח איז אחראי אויף יעדע דאללער וואס מענטשן לייגן אריין ביי איהם.

האב איך נארוואס געהערט אז איינער האט פשוט געפעלטשט דעם מ.ל. אונטערשריפט און ארויסגענומען די געלט פון באנק, אן קיין אינוועסטירונגען.

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג אפריל 13, 2021 5:46 pm

· #469933
איך האב אמאל געזען אין איינע פון די לעצטיגע שאלות ותשובות ספרים [געדענק נישט וועלכע, שטיבל תלמידי חכמים זענען מכובד אריינצוקומען] אז ווען איינער לייגט אריין געלט אין גמח איז ווי כאילו ער איז עס מפקיר און על פי הלכה האט דער מפקיד קיין שום זכות תובע צו זיין זיין געלט.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 13, 2021 5:58 pm

· #469938
ער האט עס מן הסתם איינגעשטעקט אין ביטקון צו וואס...

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:02 pm

· #469940
הלוואות האבן נישט געקראכט, ווארשיינליך האט איין גרויסע הלוואה פון איינע פון די שיסל שכנים געקראכט.

די זעקס פראצענט זענען מעגליך געלט וואס זענען ארייגעקומען נאכן קראך....

תרמב » דינסטאג אפריל 13, 2021 7:07 pm

· #469962
זופ מיט מאנדלען
איך האב אמאל געזען אין איינע פון די לעצטיגע שאלות ותשובות ספרים [געדענק נישט וועלכע, שטיבל תלמידי חכמים זענען מכובד אריינצוקומען] אז ווען איינער לייגט אריין געלט אין גמח איז ווי כאילו ער איז עס מפקיר און על פי הלכה האט דער מפקיד קיין שום זכות תובע צו זיין זיין געלט.

לויט דעם ספר דארף א בעל הגמ’’ח זיין ממש א בהמה נישט צו נעמען די געלט אדער עכ’’פ עס בארגן.

גאנצל » דינסטאג אפריל 13, 2021 9:55 pm

· #469989
אויסליידיגן 95 % פון די געלט האט נישט קיין אויסרייד איך פארשטיי דעס נישט

טמיר » דינסטאג אפריל 13, 2021 10:42 pm

· #469993
Re: וויזשניץ גמ"ח באנקראטירט!
עס דערמאנט די קלויזענבורגע גמח צאמבראך. עקזעקטלי די זעלבע מעשה

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

קורקלענד » דינסטאג אפריל 13, 2021 11:15 pm

· #469996
אויב געדענק איך גוט האט די קלויזנבורגער גמח געבראכן די רעקארד פון זיין די לענגסטע אין ביזנעס.

nespresso » דינסטאג אפריל 13, 2021 11:23 pm

· #470002
Re: וויזשניץ גמ"ח באנקראטירט!
פאליטיקאנט


תכלית, נאך פיל באראטונגען מיט די דיינים, איז מען צוגעקומען צוריק צו געבן די איבעריגע געלטער פאר די גמ"ח מעמבער'ס, וואס קומט אויס צו..... גאנצע 6% ! יא, ז-ע-ק-ס פראצענט.


איך ווייס נישט קיין פרטים, אבער שיקן א פשוטע צעטל מיט אזא מודעה, איז אין יעדע פאל אוממענטשליך.


איינער ווייסט וואס דארט איז פארגעגאנגען?


ווער סאיז דארט געווען איינמאל ביינאכט פארשטייט אז די חידוש איז אז עס איז געבליבען 6 פראצענט

Sent from my SM-A015V using Tapatalk

אלע צוזאמען » דינסטאג אפריל 13, 2021 11:51 pm

· #470011
קורקלענד
אויב געדענק איך גוט האט די קלויזנבורגער גמח געבראכן די רעקארד פון זיין די לענגסטע אין ביזנעס.

נישט חסדים רבים פון פאפא?

בן ישי » מיטוואך אפריל 14, 2021 4:28 am

· #470033
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר!
לאמיר אננעמען אז קיינער איז נישט שולדיג, אבער געוואלד! יודן האבן פארלוירן זייער אפגעשפארטע געלט און מ'שרייבט א צעטל ה' נתן ה' לקח און מ'איז געזעצן מיט רבנים וויאזוי איינצוטיילן די געלט און פארטיג??
זייטץ מוחל און גייטס נאך געלט און צאלט צוריק די יודן ביז די לעצטע דאלער!!
פארוואס איז דאס נישט אזוי וויכטיג ווי צו עפענען א טשערידי קאמפיין צו קענען בויען נאך א שיינע נייע בנין פאר די מוסדות??!!

שבת אחים » מיטוואך אפריל 14, 2021 4:38 am

· #470034
כהאב נאכנישט געליינט די גאנצע אשכול.

אבער למען האמת (נישט ווייל איך בין א חסיד פון די הייליגע אמרי חיים) האט די גמ”ח צוטוהן מיט וויזניץ בערך וויפל “ניו סקווירא מילך” האט מיט סקווירא...

וויזשניץ אין וויליאמסבורג גמ”ח שטייט שוין בערך 45 יאהר. צענדליגער רייכע אידן האלטן דארט געלט. עס ווערט געפירט דורך הנגיד רבי אברהם ניסן בן הישיש הנגיד המפואר ר’ פנחס ניימאן-ראש הקהל ויד ימינו של רביה”ק מ’וויזניץ זצ”ל


נאכדעם איז דא נאך א גמ”ח וואס ווערט געפירט דורך ר׳ כתריאל יוסף יאנקאוויטש פאר איבער 25 יאהר

נאכדעם איז געוועהן א דריטע גמ”ח וואס איז געפענט געווארן דורך א חשובע וואוילע וויזניצער אינגערמאן. א גרויסע בעל חסד. וואס איך קען שוין פאר דרייסיג יאהר, געלערנט מיט אים אין ישיבה. ער הייסט ר׳ מנשה לעווין א איידעם ביי ר׳ איצא גליק פון התאחדות.

ער האט א אייגענע סוקסעפול ביזנעס פאר יאהרן. און מיט זיין גוט הארץ פלעגט ער אלץ קעשן טשעקס פאר אידן און ארויסהעלפן מענטשען מיט די צייט האט ער געפענט א גמ”ח אקאונט. מענשטען האבן אריינגעלייגט ביי אים געלט, ער האט אנגעהויבן בארגן מענשטען און טראסטן א יעדען איינעם. ער דרייט זיך אין וויזניצער ביהמ”ד אויף ליע עווניא, דארט פלעגן אים מענטשען טרעפן אלזא האט מען עס גערופן “די וויזניצער גמ”ח” ווען די גמ”ח האט עכט געהייסן “חסדי מנשה”- גארנישט אפציעל איינגעשטויסן מיט וויזניץ חוץ אז ר’ מנשה איז א וויזניצער. למעשה איז געקומען עפעס א זאלי און געמאכט די דזשאב מיט אים. קודם מיט קליינע נומבערס. בקיצור יענער האט אים אנגעזעצט מיט אפאר הונדערט טויזנט דאללער...

ער האט קיין פרוטה נישט פארדינט פון די גאנצע געשעפט און זיך געשאפט א שלעכטע נאמען. אין אזא פאלל פלעגט מען אין מארמארוש זאגן “פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן”...

(משפחת לעווין זענען ארגיניעל נישט קיין חסידים. זיי קומען פון א מאדערנע שטוב אין מעלבוירן אסטראליע. זייער פאטער איז געווארן זייער נאנט צו די גאב”ד וואס איז געוועהן א הייסע וועזשניצער חסיד הגה”צ ר׳ אברהם צבי בעק און ער האט געוואלט זיינע קינדער זאלן אויך אזוי אויפוואקסן...! האט אים די גאב”ד צוגרעדט אויב ווילסטו דיינע קינדער זאלן אויפוואקסן “ערליכע חסידישע אידן” זאלסטו זיי שיקן קיין מאנסי צו ר’ מאטעלע און זינט דאן האט ער געשיקט אלע זיינע קינדער קיין וויזניץ מאנסי, ר׳ מנשה, ווימסב״ג ר׳ יונה, ירושלים הרה״ג ר׳ משה-דומ”ץ וויליאמסבורג, ר׳ דוב, קיימישע גיבערס. און נאך אפאר יונגערע וואס איך געדענק שוין נישט זייערע נעמען)

מפיל קינד » מיטוואך אפריל 14, 2021 6:55 am

· #470040
בן ישי
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר!
לאמיר אננעמען אז קיינער איז נישט שולדיג, אבער געוואלד! יודן האבן פארלוירן זייער אפגעשפארטע געלט און מ'שרייבט א צעטל ה' נתן ה' לקח און מ'איז געזעצן מיט רבנים וויאזוי איינצוטיילן די געלט און פארטיג??
זייטץ מוחל און גייטס נאך געלט און צאלט צוריק די יודן ביז די לעצטע דאלער!!
פארוואס איז דאס נישט אזוי וויכטיג ווי צו עפענען א טשערידי קאמפיין צו קענען בויען נאך א שיינע נייע בנין פאר די מוסדות??!!

פארוואס טוסטו דאס נישט?

ווי מ'האט שוין געשרעבן אפאר מאל איז די צעטל נישט פון די גמ"ח פארוואלטונג נאר פון אריינגעמישטע עסקנים. זיי האבן קיינעם נישט אנגעזעצט.

גיב א שמייכעל » מיטוואך אפריל 14, 2021 12:52 pm

· #470070
[ציטאט אראפגענומען]

יא! מענשטען פלעגן אינטרשרייבן זיין נאמען אויף פאפירן אנע פראבלעמען...
מיינס א באקאנטער האט אמאל געזען ווי איינער ברענגט איהם געלט, און זאגט אים אז פאריגע וואך האט ער איהם געגעבן א טשעק פון א קליינע סומע און ער האט זיך דאן גענויטיגט אין גרעסערע געלטער האט ער ארימגעדרייט מיטן טשעק און עס געמאכט אויף א גרעסערע נומער... קומט ער איהם יעצט אפצאלען דאס איבריגע וואס ער האט דאן גענימען...
ווער ווייסט ווי סאך האבן עס געטוהן און קיינמאל נישט באצאלט?!?!