☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » נתיב פילטער - וויאזוי רייסט מען עס אויס?

נתיב פילטער - וויאזוי רייסט מען עס אויס?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14553

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 12, 2021 7:37 pm

· #469799
נתיב פילטער - וויאזוי רייסט מען עס אויס?
איינער האט מער פרטים איבער דעם? כ'זעה נישט קיין uninstall file. ווען איך פרוביר עס אויסשאלטערען פון control panel, קומט ארויף א ווינדאו אויף טערקיש וואס מען קען נישט לייענען און ווען מען קוועטשט די אקעי באטטאן אדער וואטעווער ס'מיינט אין טערקיש ווערט ער צוריק אינסטולירט. אזא אדער ניין אדער נישט סיטועישאן. איינער דא מיט מער בעקגראונד? כ'זעה נישט קיין msi פיילס either. כבין אדמין אויף דער מאשין. דארף מען עפעס א פעסווארד וואס נאר זיי האבן?

קורקלענד » מאנטאג אפריל 12, 2021 9:14 pm

· #469803
איך בין נישט קיין מומחה. אבער אויב אפשר זאלט איר אריינקוקן אין Revo Uninstaller. איך נעם אבער נישט קיין שום אחריות אויף די דעמידזש.....

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 13, 2021 12:57 am

· #469828
איך האב נישט קיין עקספיריענס מיט נתיב, אבער יא מיט אנדערע פילטערס, עס איז (פארשטענדליך) ספעציעל אזוי אויסגעשטעלט אז מען קען עס נישט סתם אנאינסטאלירן, מען מוז זיי רופן, און זיי וועלן דיר זאגן וואס צו טון, צומאל קענען זיי דיר שיקן א געוויסע פייל וואס יענץ טוט עס אראפנעמען, יעדע קאמפאני אנדערש.

לבי במזרח » דינסטאג אפריל 13, 2021 8:13 am

· #469855
שמעקעדיג
איך האב נישט קיין עקספיריענס מיט נתיב, אבער יא מיט אנדערע פילטערס, עס איז (פארשטענדליך) ספעציעל אזוי אויסגעשטעלט אז מען קען עס נישט סתם אנאינסטאלירן, מען מוז זיי רופן, און זיי וועלן דיר זאגן וואס צו טון, צומאל קענען זיי דיר שיקן א געוויסע פייל וואס יענץ טוט עס אראפנעמען, יעדע קאמפאני אנדערש.

יא יא, נתיב איז אויך אזוי.

טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 13, 2021 8:27 am

· #469857
א דאנק. איך וועל פרובירן Revo. איך ווייס אז איך קען דעם מאשין פארמאטן אבער כ'האב געוואלט דאס לאזן פאר די לעצטע רעזארט.

טאמבל סאס » זונטאג מאי 30, 2021 11:50 am

· #474085
איך האב געטראכט צופרעגן. קען מען אין טעאריע מאכן אן אימעדזש פונעם מאשין כמו שהיא מיטן פילטער, אנ'אינסטולן די פילטער און ארויפלייגן דער אימעדזש אויף א ווירטואלע מאשין וואס זאל ראנען אנ-טאפ אויף די נעיטיוו מאשין? אזוי אז ווען די משגיח קוקט, ברענגט מען ארויף די ווירטואלע מאשין און ווען ער זעהט נישט קען מען סוירףן די אינטערנעט אויפ'ן נעיטיוו מאשין?!

דרויסענדער » זונטאג מאי 30, 2021 4:37 pm

· #474114
Re: נתיב פילטער - וויאזוי רייסט מען עס אויס?
טאמבל סאס
איך האב געטראכט צופרעגן. קען מען אין טעאריע מאכן אן אימעדזש פונעם מאשין כמו שהיא מיטן פילטער, אנ'אינסטולן די פילטער און ארויפלייגן דער אימעדזש אויף א ווירטואלע מאשין וואס זאל ראנען אנ-טאפ אויף די נעיטיוו מאשין? אזוי אז ווען די משגיח קוקט, ברענגט מען ארויף די ווירטואלע מאשין און ווען ער זעהט נישט קען מען סוירףן די אינטערנעט אויפ'ן נעיטיוו מאשין?!
דיין טעאריע האלט אויס.

כ'מיין אבער אז ס'איז פשוט'ער צו מאכן א ווירטואלע מאשין און סורפן די אינטערנעט אויף דעם. כ'קען נישט דעם ספעציפישן פילטער וואס דו האסט, אבער אין מערסטנס פעלער פון מיין עקספיריענס וועט א ווירטואלע מאשין בכלל נישט אפעקטירט ווערן פון א פילטער.

טאמבל סאס » זונטאג מאי 30, 2021 4:39 pm

· #474115
אבער קען מען ארויפלייגן א ווירטואלע מאשין נאכדעם וואס נתיב איז שוין אינסטולירט אויף די נעיטיוו אפערעיטינג סיסטעם?

דרויסענדער » זונטאג מאי 30, 2021 4:43 pm

· #474116
טאמבל סאס
אבער קען מען ארויפלייגן א ווירטואלע מאשין נאכדעם וואס נתיב איז שוין אינסטולירט אויף די נעיטיוו אפערעיטינג סיסטעם?

דאס ווענדט זיך אין די פילטער. געוויסע פילטערס לאזן אינסטאלירן פרישע פראגראמען (עכ"פ די עדמין), און געוויסע נישט. פרוביר צו אינסטאלירן oracle אדג און זאג דו מיר.