☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » עלעקטריציטעט, א חידוש?

עלעקטריציטעט, א חידוש?

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14547

אלע צוזאמען » פרייטאג אפריל 9, 2021 1:22 am

· #469553
עלעקטריציטעט, א חידוש?
היסטאריע דערציילט אז און יוני 1752 האט דער בארימטער סייענטיסט, דענקער און שטאטסמאן בענדזשימען פרענקלין אדורך געפירט אן עקספערימענט מיט א שליסל צוגעבינדן צו א קייט וואס ער האט געלאזט פליען אויף ארויף אינמיטן א שטורעם, און ווען עס האט זיך ארויסגעריסן א בליץ פון הימל האט די קייט געפירט די עלעקטריציטעט צום שליסל און מיט דעם איז געבוירן געווארן עלעקטריק.
שפעטער מיט א 50-60 יאר זענען שוין אנדערע געקומען און אויסגעפיגערט וויאזוי צו מאכן בעטערי'ס און באלב'ס, ביז ווי מיר שטייען היינט אז די גאנצע וועלט דרייט זיך אויף עלעקטריציטעט, אבער איז טאקע 1752 די יאר וואס דער מענטש האט אויסגעטראפן דעם מורא'דיגן כח פון עלעקטריע?
ר' יהונתן אייבעשיץ אין ספר תפארת יונתן פרשת נח ווי ער רעדט וועגן די דור הפלגה און זייערע חשבונות, איז ער מסביר זייער פלאן אז זיי האבן געוואלט בויען א טורעם וואס מיט די כח פון פייער וואס לאזט ארויס א גאר שטארקע רויעך, וועט זיך עס אויפהייבן ביז ארויס פון ווי ס'דא די כח המשכה (גרעוועטי) און אזוי גייען זיי זיין באשיצט פון א קומעדיגע מבול.
און אנדערע ווערטער איז ר' יהונתן מסביר אז די צירוקגעשטאנענע מענטשן פאר קנאפע 4000 יאר צוריק, האבן אינזינען געהאט צו בויען א ספעיס שאטעל! און ווען נישט הקב''ה צושטערט זייערע פלענער, וואלטן אונז פארגעשריטענע מענטשן און די 20'סטע יאר הונדערט, אנגעקומען אין ספעיס און געטראפן די אור אור איינקלעך פון די דור הפלגה.
ביי די חכם מכל אדם שלמה המלך זעהט מען מער ווי איין מאל ווי ער באנוצט זיך מיט היינטיגע מאשינען, וואס אין דער אלטער היים האט מען עס אויסגעטייטשט ווי ער זאל זיך האבן באנוצט מיט שמות הקדושים, ווי למשל די באקאנטע שטול וואס האט געהאט אקסן, לייבן און אנדערע חיות, און ווי נאר דער מלך האט ארויפגעלייגט זיין פיס אויפן אינטערשטן טרעפל זענען די חיות אים גלייך געקומען צו הילף, אויף אזא זאך פארוואס זאל ער זיך באניצן מיט שמות? מער מסתבר איז אז עס זאל האבן געווען עלעקטריק.
א צווייטע באקאנטע פאל, איז שלמה המלך'ס קארפעט, אויף וואס ער האט זיך געקענט ארויפזעצן און אפפליען צו וועלכע עק וועלט ער האט געוואלט, וואס פּשוט פשט איז עס אויך מיט שמות, אבער דא קומט די הייליגע בן איש חי און זאגט קלאר אז ס'האט געארבעט מיט פייער, און ער צולייגט דארט פונקטליך וויאזוי א מאטאר ארבעט!.
נאך א גאר חידוש'דיגע גמרא איז דא, װי די דערציילט אז דער בארימטער מלך 'אלעקסאנדער מוקדון' האט גענומען אן אדלער, עס געלאזט הונגערן פאר דריי טאג, אלעקסאנדער האט זיך דאן ארויפגעזעצט אויפ'ן אדלער, געלייגט א שטיק פלייש אויף א שפיז און עס געהאַלטן פארנט פונעם אדלער, די אדלער זייענדיג הונגעריג האט זיך גענומען פליען צום פלייש, מיט דעם האט זיך די פלייש גערוקט ווייטער, ביז די אדלער, 'אלעקסאנדער' מיטן פלייש זענען ארויס געפלויגן פון די וועלט, און די גמרא זאגט אז ער האט געזען די וועלט ווי א באלל אין א טעלער.
זייער אן אינטערסאנטע מעשה, אבער וויאזוי קען מען לעבן אינדרויסן פונעם אטמאספער? ס'דאך נישטא קיין לופט דארט? נאר מיט עלעקטריק איז עס זייער פארשטענדליך, 'אלעקסאנדער' זייענדיג איינע פון די קלוגסטע מענטשן אויפן כדור הארץ האט פארמאגט א ראקעט מיט אקסיגען טאנקן, גענוי ווי די היינטיגע אסטראנאטן, די גמרא האט נישט געוויסט וויאזוי עס צו ממחיש זיין פארן פשוט'ן עולם האט מען געזאגט אדלער, פלייש וכו'
היוצא לנו מזה אז ס'איז שטארק יתכן און נאך שטערקער מסתבר אז די חכמים -אידישע און להבדיל נישט אידישע- אין די BC צייטן האבן יא פארמאגט עלעקטראנישע כלים און עס טאקע געניצט, די מאסן די פשוטע מענטשן האבן נישט געהאט, איי פארוואס האבן עס די קלוגע נישט אויסגעלערנט פאר די איבעריגע חלק וועלט? ווייל עלעקטריק איז נישט קיין בענעפיט פאר די פלאנעט, און דער אלטער היים ווען ס'איז געווארן טונקל איז מען געגאנגען שלאפן, וכשעלה השחר, השכם, מ'האט גערוטן אויף א פערד וואס קען גיין מאקסימום 60mph, נישט געווען קיינע עקסידענטן, און מען האט געלעבט א געזונטערע לעבן.
נאך וואס 'אמעריקע' האט געווארפן די אטאם באמבעס אויף 'יאפאן' און זעהנדיג די מאסיווע חורבנות האט 'אלבערט איינשטיין' געזאגט ''ווען איך ווייס ווען פון פארדעם וואלט איך נישט געארבעט אויף די איידיע'', טאקע דאס האבן די חכמים פון יענע צייטן פאראויס געזען און געוואלט ס'זאל נישט פאסירן, עלעקטריק האט בענעפיטן, יא, די אטאם באמבע האט אויך בענעפיטן, אבער נישט גענוג צו איבערוועגן די חסרונות.

אישתישבי » פרייטאג אפריל 9, 2021 8:14 am

· #469561
ועוד יש לומר, אז עס איז אלעס פוסטע דמיונות. והוא העיקר.

שארפןקאפ » פרייטאג אפריל 9, 2021 8:57 am

· #469564
Re: עלעקטריציטעט, א חידוש?
עפשער קענט איר ציווייזען דעם בן איש חי,איך וועל אייך דאנקבאר זיין

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 9, 2021 10:39 am

· #469570
זייער שיין. איין מעלה וואס עלעקטריציטעט האט יא אז בזכות דעם האבן מיר קאמפיוטערס און אינטערנעט אזוי קען מען שרייבן אשכולות אין קאווע שטיבל איבער די געפערליכע חורבן פון עלעקטריציטעט, אמאל איז דאס אלס נישט געווען און דער עולם איז געבליבן מיסאינפארמירט. בענדשעמין פרענקלין איז באגאנגען א גרויסע נארישקייט ווייל ער האט נישט זוכה געווען צו האבן עלעקטריציטעט און אינטערנעט און האט נישט געוואוסט די שעדליכקייט דערפון, אונז היינט אבער ווייסן שוין בעסער קענען מיר גיין וואוינען אין די אמאזאן וועלדער רואיגערהייט. יאללה געגאנגען, אויף וואס ווארטן מיר?

ונבנתה העיר » פרייטאג אפריל 9, 2021 1:43 pm

· #469578
דאס זענען אלעס דברים פשוטים, כביעתא בכותחא (וואס מיינט, דרך אגב, אן איי-פעד.)

נאר איין אי-דיוק, פרענקלין האט נישט אנטדעקט עלעקטריק, ער האט נאר מוכיח געווען אז א בליץ איז עלעקטריק.

קל וחומר » פרייטאג אפריל 9, 2021 2:00 pm

· #469581
Re: עלעקטריציטעט, א חידוש?
ונבנתה העיר
דאס זענען אלעס דברים פשוטים, כביעתא בכותחא (וואס מיינט, דרך אגב, אן איי-פעד.)

נאר איין אי-דיוק, פרענקלין האט נישט אנטדעקט עלעקטריק, ער האט נאר מוכיח געווען אז א בליץ איז עלעקטריק.
איך בין זיכער אז בענדשעמין האט געהערט דעם געדאנק פון איינע פון די גדולי הדור וואס האט אים אנטפלעקט די חידוש.

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 9, 2021 4:13 pm

· #469592
שארפןקאפ
עפשער קענט איר ציווייזען דעם בן איש חי,איך וועל אייך דאנקבאר זיין

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

שארפן קאפ: ייש"כ פאר בעטן תוהו ובוהו אז ער זאלל צו ווייזן פאר'ן עולם דעם בן איש חי וואס איז מסביר וויאזוי אן עלעקטרישער מאטאר ארבעט. ווייל איך ווייס ב"ה פונקטליך וויאזוי. איך האב עס געלערנט פון גוי'אישע ביכלעך. ווען איך ווייס ווען אז ער זאגט עס וואלט איך אריינגעקוקט אין בן איש חי. נאר איך בין מסופק. ווייל דאמאלס וואלט ער (בן איש חי) געדארפט מסביר זיין וויאזוי מאגנעטיזם. ספעציעל עלקטרא-מאגנעטיזם ארבעט.

השתא דאתית להכי וואלט שוין דער בן איש חי אויכעט געקענט מסביר זיין וויאזוי א דזשענערעיטאר און טראנספארמער ארבעטן. אויך. דעם חילוק פון עי. סי. און די. סי. און אלע פארמולעס וועלכע האבן א שייכות מיט עלעקטריציטעט. אזוי ווי רעזיסטענס (ווידער . . אינדאקטענס, קעפעסיטענס און אימפיעדענס.און זייער שייכות איינער מיט'ן אנדער'ן...! און די מעלות פון עי. סי. איבער די. סי...! עמפערידזש (פלוס) און וואלטידזש (שטראם....שטאנד)

תוהו ובוהו » פרייטאג אפריל 9, 2021 4:25 pm

· #469593
Re: עלעקטריציטעט, א חידוש?
berlbalaguleh

וועלכע מאגנעטישע כח האט מיר אריינגעברענגט דא?!

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 9, 2021 4:50 pm

· #469599
רביה''ק זי''ע
זייער שיין. איין מעלה וואס עלעקטריציטעט האט יא אז בזכות דעם האבן מיר קאמפיוטערס און אינטערנעט אזוי קען מען שרייבן אשכולות אין קאווע שטיבל איבער די געפערליכע חורבן פון עלעקטריציטעט, אמאל איז דאס אלס נישט געווען און דער עולם איז געבליבן מיסאינפארמירט. בענדשעמין פרענקלין איז באגאנגען א גרויסע נארישקייט ווייל ער האט נישט זוכה געווען צו האבן עלעקטריציטעט און אינטערנעט און האט נישט געוואוסט די שעדליכקייט דערפון, אונז היינט אבער ווייסן שוין בעסער קענען מיר גיין וואוינען אין די אמאזאן וועלדער רואיגערהייט. יאללה געגאנגען, אויף וואס ווארטן מיר?

רביה"ק זי"ע: אבער די רבנים און רעבעס אין זיינע צייטן וואלטן ארויסגעקומען מיט אן איסור חמור. איך ווייס נישט אויב דער עלטער זיידע פון הרה"ק מ'סקולען זי"ע האט שוין דאמאלס געלעבט. ווייל ער וואלט זיכער געמאכט אסיפות און מיטינגען איבער דעם חומר האיסור פון אינטערנעט און סמארטפאונס. און הרה"צ הגה"ק מ'סאטמאר,קר"י וואלט אויך פארפיהרט ביי א יעדע דרשה און געלעגנהייט אקעגן סנודס און די טמא'נע כלים...!

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 11, 2021 1:33 am

· #469642
ונבנתה העיר
דאס זענען אלעס דברים פשוטים, כביעתא בכותחא (וואס מיינט, דרך אגב, אן איי-פעד.)

נאר איין אי-דיוק, פרענקלין האט נישט אנטדעקט עלעקטריק, ער האט נאר מוכיח געווען אז א בליץ איז עלעקטריק.

ונבנתה העיר: פון דעם דייטשן סייענטיסט ..."קירכהאףף"...Kirchoff"... האסטו געהערט? ער האט זיך א סאך געשפיעלט און עקספערימענטירט מיט עלעקטריק סוירקוטס.

קנדה » זונטאג אפריל 11, 2021 3:02 am

· #469650
Re: עלעקטריציטעט, א חידוש?
און וויאזוי ביסטו מסביר אז שלמה המלך האט גערעדט צו חיות אפשר דורך די כלים אדער איז עס סתם דמיונות

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

כפתור » זונטאג אפריל 11, 2021 8:05 am

· #469660
[quote="קנדה"]און וויאזוי ביסטו מסביר אז שלמה המלך האט גערעדט צו חיות אפשר דורך די כלים

ער האט גענוצט א פארגעשריטענע גוגל טרענסלעיט עפפ וואס גייט ארויסקומען 50 יאר ארום

שארפןקאפ » זונטאג אפריל 11, 2021 1:33 pm

· #469688
Re: עלעקטריציטעט, א חידוש?
כפתור
קנדה
און וויאזוי ביסטו מסביר אז שלמה המלך האט גערעדט צו חיות אפשר דורך די כלים

ער האט גענוצט א פארגעשריטענע גוגל טרענסלעיט עפפ וואס גייט ארויסקומען 50 יאר ארום
עפשער אילאן מאסק'ס נאראלינק טשיפ

<a class="postlink" href="https://youtu.be/rsCul1sp4hQ">https://youtu.be/rsCul1sp4hQ</a>

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

ונבנתה העיר » זונטאג מאי 9, 2021 5:51 pm

· #472785
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער....................................

וואט דע העק? לכפר על הרהור הלב?

📎 IMG-20210509-WA0001.jpg

גיב א שמייכעל » זונטאג מאי 9, 2021 6:35 pm

· #472787
עס איז ביידע די זעלבע שרייבער...!

ואידך » מאנטאג מאי 10, 2021 3:43 pm

· #472837
אישתישבי
ועוד יש לומר, אז עס איז אלעס פוסטע דמיונות. והוא העיקר.

וליתר ביאור:

אזוי ווי אייינער זאל וואטשן א סייענס פיקשען מאווי פון די 80'ער אין טויזנט יאר ארום און ציען א מסקנא אז היוצא לנו מזה אז ס'איז שטארק יתכן אז די חכמים פון יענע צייטן האבן שוין פארמאגט קוואנטאם קאמפיוטערס און האבן שוין זאגאר געטרעוועלט אין א טיים מאשין בשתיקה נאר האבן עס נישט ארויסגעגבן פאר'ן המון עם ווייל ס'ברענגט נישט קיין בענעפיט פאר'ן פלאנעט.

די חשבון איז הונדערט פראצענט אמת. ס'פעלט נאר אביסל קאנטעקסט פון די שרייבער און זיינע ווערק.

עניוועי, די שרייבער האט נישט קיין פראבלעם אז דו רעדסט דיך איין אז זיין פיקשען איז אמת. פארקערט, ער שמייכלט זיך נאר אונטער..

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 10, 2021 5:11 pm

· #472841
ונבנתה העיר
דאס זענען אלעס דברים פשוטים, כביעתא בכותחא (וואס מיינט, דרך אגב, אן איי-פעד.)

נאר איין אי-דיוק, פרענקלין האט נישט אנטדעקט עלעקטריק, ער האט נאר מוכיח געווען אז א בליץ איז עלעקטריק.

ונבנתה העיר: איך מיין אז ער האט אויך אינווענטעד דעם בליץ אבלייטער (לייטנינג ראד, אדער אררעסטער) וואס באשטייט פון א מעטאלענעם שטיקל (אזוי ווי אן אנטעננא) און א שטיק קעיבל וואס זיין שפיץ איז קאנעקטעד צו א גראונדינג ראד (שטעקן). און ווען ס'שפירט אז א בליץ איז נאנט ציעט ער איהם צו און פיהרט איהם אראפ אין די ערד. אין רעזולטאט, היט ער אפ אז דער בליץ זאלל נישט אריינקראכן אין א הויז אדער בוים...!

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 10:26 am

· #483906
נאך א חידוש איז עלעקטרא-מאגנעטיזם. דאס אז עלעקטריציטעט מיט מאגנעטיזם זענען קרובים איז א פשיטא. נאר זיי זענען איינס און דאס זעלבע.

די גאנצע מאדערנע וועלט איז אויפגעבויעט אויף דעם פרינציפ. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. לאמיר נאר אננעמען איין משל. די עלעקטריק וואס אונז באקומען צוגעשטעלט ביי אונז אין שטוב גייט אדורך זייער א סאך גילגולים און שינויים ביז ס'קומט אן צו אנז אין קאך אדער אין ליווינג רום. ווען די עלקטריק ווערט פאבריצירט דורך דזשענערעיטארס גייט עס צו טראנספארמערס וועלכע פארשטערקערן דעם כח (וואלטידזש) עס זאלל קענען פארן צו גאר ווייטע שטרעקעס פון הונדערטער מיילן. ווען ס'קומט אן נאנט צו א שטאט זענען דא טראנספארמערס וועלכע טוען רעדוצירן (פארמינערן) דעם כח. פון דארט פארט עס ווייטער צו די גאסן. וואו ס'זענען דא מער טראנספארמערס וועלכע ברענגען אראפ דעם כח צו גאנץ א שוואכע קראפט. פון וואו ס'גייט אריין אין הייזער און פאבריקן. צו ווערן גענוצט דורך די מענטשן...! נפלאות הבורא...!

ס'שטייט אויך אין זוה"ק אויפ'ן פסוק וארובות השמים נפתחו..."בשנת ת"ר (לאלף הששי) יתפתחון תרעין דחוכמתא"...ווער ס'קוקט נאך קען זעהן אז די מערסטע טעכנאלאגישע אנטוויקלונגען זענען געווארן נאכ'ן יאר ת"ר (1840). אזוי ווי טעלעגראף, טעלעפאן און אוויאציע.

דולה ומשקה » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 2:02 pm

· #483915
הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע שרייבט (הישר והטוב, דרושים לקהלת):
"דהנה מבואר בחובות הלבבות ז"ל (שער יחוד המעשה פ"ה) דיש כמה בני אדם שסוברים שהדורות הראשונים לא היו חכמים כל כך, ולכן לא ידעו מזה שידעו הם, ואילו היו יודעים, היו עושים גם כן כמעשיהם. והשיב להם שיכול להיות שגם דורות הראשונים ידעו מזה, רק שידעו גם כן החסרון בדבר זה, אבל אתם לפי השקפה ראשונה נראה לכם שדרך זה טוב, אבל באמת אינו כן".

הרה"ק מליסקא איז ממשיך: צו טייטשן דעם פסוק אין קהלת (יא ט) שמח בחור בילדותך ויטיבך לבך בימי בחורותיך והלך בדרכי לבך ובמראה עיניך ודע כי על כל אלה יביאך האלהים במשפט.
וזה שאמר שלמה ע"ה בחכמתו שמח בחור וגו', דהיינו שגם אני יודע שלפי ראות עין הוא טוב, אבל ודע שיביאך אלקים במשפט על כל זאת, ולכן בודאי תתחרט לבסוף, על כן הסר כעס וגו', כי הילדות והשחרות הבל.

עכדה"ק.

הסבר הדברים:
אז אויך שלמה המלך אין אנדערע פריעדיגע חכמים האבן געוויסט צו ערפינדן וואס מיר האבן היינט צו טאגס, - אבער זייענדיג נאך מער קלוגער - האבן זיי אויך געזעהן די תוצאות פון די אלע זאכן, אז סוף כל סוף וועט עס נאר ערגער מאכן.

איז ער דען נישט געווען גערעכט?

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 2:50 pm

· #483920
דולה ומשקה: איך האב געזעהן א קליפ וואו די סייענטיסטן דינגען זיך אז די אלע טעכנאלאגישע ערפינדונגען וואס אונז האבן היינט זענען שוין געווען אין די אלטע צייטן.אלס א טייל פון זייער מאמר ווייזן זיי אויף מיט ענדזשינירישע חשבונות אז די בויערס פונ'ם דור הפלגה האבן געקענט פאבריצירן זייער שטארקע ציגל וועלכע זאללן קענען אויסהאלטן די געוואלדיגע פרעשור (פער סק. אינטש) וואס אזא הויעכער טורעם פארלאנגט. אויך אקעגנשטיין די גרויסע ווינטן וואס זענען דא אין די הויכע אטמאספער...!

נו, שלמה המלך זאגט דאך דאס בפירוש ארויס אין קוהלת..."אין כל חדש תחת השמש" ...אין זיכרון לראשונים"...!

petergrifin » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 11:52 pm

· #483960
עפעס א מין דראנג צו זאגן אז אמאל האט מען שוין אלעס געוואוסט און הונדרעט דורות צוריק האט שוין פארשטאנן אז צו נוצן טוילעט פעיפער וועט שאטן פאר די ענווייערמענט איז במילא גייט מען זיך נישט אוועק רירן פון די מסורה און מען וועט ווייטער נוצן בלעטער מיט שטיינער. סיריעלי? להבדיל א חידוש אין גמרא אדער תוספות איז אויך שוין געווען באקאנט פאר די פריערדיגע גדולים? אויב אזוי וואס קען מען מחדש זיין?
אין די צייטן פון די נביאים שופטים וכו' זענען זאכן אויף דער וועלט אויך ערפונדן געווארן אדער פארבעסערט געווארן און עס ווערט נישט דערמאנט מייניך אז ס'איז אלטע נייעס אדער אז אונז ווייסן פון שוין אלעס. פארוואס פילט מען בכלל אז עס מאכט אונזער אבות אדער אידישקייט עפעס ווייניגער?

היסטאריע » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 1:36 am

· #483961
דער דראנג איז מוכרח אויב אונז גייען מיר אלץ מיט דער הנחה אז אמאהל זענען זיי געוועהן קלוגער, און אונז זענען שמאטעס. עס איז אינטעגראל מיט אידישקייט. אויב זענען אונז קלוגער, קענען מיר אלע ווערען רעפארמער. און אויב זענען זיי קלוגער פארוואס האט שלמה המלך דער חכם מכלַ האדם וואס האט געהאט אשמדאי אין קייטלעך, נישט געוויסט וויאזוי צו מאכן עראפלאנען? איז דער מהלך אז ער האט יא געהאט. עס איז נישט פין די י"ג עקרים, אבער גענוג וויכטיג אז וואלווי זיכערמאןַ זאל ברענגען די שטותים פין ספר הברית אין זיינע הפלא'דיגע ספרים.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:47 am

· #483973
petergrifin
עפעס א מין דראנג צו זאגן אז אמאל האט מען שוין אלעס געוואוסט און הונדרעט דורות צוריק האט שוין פארשטאנן אז צו נוצן טוילעט פעיפער וועט שאטן פאר די ענווייערמענט איז במילא גייט מען זיך נישט אוועק רירן פון די מסורה און מען וועט ווייטער נוצן בלעטער מיט שטיינער. סיריעלי? להבדיל א חידוש אין גמרא אדער תוספות איז אויך שוין געווען באקאנט פאר די פריערדיגע גדולים? אויב אזוי וואס קען מען מחדש זיין?
אין די צייטן פון די נביאים שופטים וכו' זענען זאכן אויף דער וועלט אויך ערפונדן געווארן אדער פארבעסערט געווארן און עס ווערט נישט דערמאנט מייניך אז ס'איז אלטע נייעס אדער אז אונז ווייסן פון שוין אלעס. פארוואס פילט מען בכלל אז עס מאכט אונזער אבות אדער אידישקייט עפעס ווייניגער?

די נקודה פון דעם פסוק אין קוהלת..."אין כל חדש תחת השמש"...איז נישט קיין קאנטעסט ווער ס'איז קלוגער. די היינטיגע מענטשן אדער די פריער'דיגע. פשוט. ער לאזט אונז וויסן (ווער ס'ווילל הערן) אז די אלע היינטיגע אינווענשאנס זענען שוין געווען אמאל. נאר זיי זענען פארגעסן געווארן אין לויף פון די יארן...טעיק איט אר ליעוו איט...!

petergrifin » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 1:27 am

· #484044
היסטאריע
דער דראנג איז מוכרח אויב אונז גייען מיר אלץ מיט דער הנחה אז אמאהל זענען זיי געוועהן קלוגער, און אונז זענען שמאטעס. עס איז אינטעגראל מיט אידישקייט. אויב זענען אונז קלוגער, קענען מיר אלע ווערען רעפארמער. און אויב זענען זיי קלוגער פארוואס האט שלמה המלך דער חכם מכלַ האדם וואס האט געהאט אשמדאי אין קייטלעך, נישט געוויסט וויאזוי צו מאכן עראפלאנען? איז דער מהלך אז ער האט יא געהאט. עס איז נישט פין די י"ג עקרים, אבער גענוג וויכטיג אז וואלווי זיכערמאןַ זאל ברענגען די שטותים פין ספר הברית אין זיינע הפלא'דיגע ספרים.

ערגעץ דא ווערט עס שוין גוט אדורך געטון. למעשה מיינט עס נישט אז אונז זענען יא אדער נישט קלוגער נאר ס'איז פשוט אזוי ווי מען זעט מיט טעקנעלאגיע וואס היינט גייט אלעס מיט generations . קאמפיוטערס, סמארטפאון'ס וכו' און די זעלבע מיט מאדערן מעדיצין וואס אלעס גייט שטאפלווייז ווייטער און ווייטער גייענדיג מעלה מעלה געבויט אויף די ערפינדיגען פון די אלטע סייענטעסט וואס לעבן שוין נישט. די זעלבע מיט פיזיקס חשבון וכו'. גייט איינער זאגן אז טעסלע איינשטיין בעלל אדער אריסטאו זענען נישט געווען אזוי קלוג ווי די היינטיגע? בעלל האט נישט געהאט א סמארטפאון אע''כ מיינט עס אז ער האט פארשטאנען אז עס לוינט זיך נישט אדער אז ער איז א גרעסער\קלענער חכם פון מאור למשל?
יא א ראשון האט מסתם פארשטאנן א סוגיא בכמות ובאיכות מער פון א מער שוואכער דור וואס פארנעמט נישט די פרעשור ברוחניות ובגשמיות בגוף ובנשמה אזוי ווי טויזענט יאר צוריק. אזוי מיינעך.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 10:53 am

· #484053
פיטערגריפין: דו ביסט גערעכט. איך וויל נאר ארויסהייבן איין נקודה. די מערסטע אינווענטארס. ספעציעל אלעקסאנדער גרעיהעם בעלל האבן זיך נישט אנגעטון א גארטל און געזאגט לשם יחוד (אזוי צו זאגן) אז זיי גייען יעצט אויסטרעפן די זאכן וועלכע זיי האבן אויסגעטראפן און באארבעט. זיי האבן בכלל נישט געטראכט אדער גערעכנט ארויסצוברענגען די מאשינען וועלכע זיי האבן ערצייגט. נאר דורך א צופאל. נאר ווייל זיי זענען געווען חכמים. ווי רש"י הק' זאגט אז א חכם הייסט וואס ער איז ..."מבין דבר מתוך דבר"...! די זעלבע איז געווען מיט א. בעלל. ער האט געארבעט אויף א מאשין פאר טויבע קינדער אז זיי זאללן קענען עפעס הערן. (כ'מיין ווייל ער האט געהאט א קינד אין זיין משפחה וואס האט נישט געקענט הערן) אזוי, שפילנדיג זיך מיט די מאשין (וועלכע איז פארשטייצעך נישט געווען אזוי סאפיסטיקירט ווי די היינטיגע טעלעפאנען) האט זיך איהם געדאכט אז ער הערט זיין קול. כדי צו זיין זיכער האט ער גערופן זיין אסיסטענט אויפ'ן טעלעפאן פון א צווייטן צימער.און יענער מענטש האט געהערט וואס ער זאגט. האט ער געוואוסט אז ער האט דעם טעלעפאן. אין יענע צייטן איז טעלעגראף געווען די הויפט מיטל פאר קאמוניקאציע...!

תרמב » זונטאג אקטאבער 31, 2021 11:00 am

· #484269
אינטערסאנט אז קיינער האט נישט דערמאנט דעם באקאנטן וויץ אז די פארשער זענען אויפגעקומען אז אין די צייטן פון שלמה המלך איז שוין געווען סעלפאון’ס, ווייל מ’האט געטראפן באגראבענע שטעט פון יענע צייטן און מ’האט נישט געטראפן קיין טעלעפאון ווייערס, מוז זיין אז מ’האט זיך שוין דעמאלטס באנוצט מיט ווייערלעס טעלעפאונען......

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 31, 2021 12:48 pm

· #484276
תרמב: דער וויץ גייט א ביסל שטערקער.איינער האט פארציילט אז ס'איז געווען א רעפארט אין א צייטונג אז מ'האט אויפגעגראבן אלטע שטעט אין גריכנלאנד און מ'האט געטראפן אזא מאטעריאל ווי ווייערס. איז א ראיה אז ס'איז שוין געווען טעלעפאן און טעלעגראף. זאגט איהם זיין חבר אז ער האט געליינט א רפעארט ווי מ'האט אויפגעגראבן אלטע שטעט און מ'האט נישט געטראפן קיין ווייערס. איז א ראיה אז ס'איז שוין געווען סעללפאונס...!