☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » געזונט - עצות און ידיעות

געזונט - עצות און ידיעות

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14543
בלאט: 1 2

קוויטעל » דינסטאג אפריל 6, 2021 8:31 pm

· #469330
געזונט - עצות און ידיעות
כ'זע נישט קיין אשכול - ספעציעל - פאר געזונט טיפן און ידיעות, ממילא עפן איך דא אין 'אחיעזר' א אשכול פאר זאכן וואס כ'שפיר וויכטיג און אינטערעסאנט מיט'טיילן אנדערע יודען - צום געזונט!

קוויטעל » דינסטאג אפריל 6, 2021 8:39 pm

· #469331
מבשרי אחזה, איך האב אנגעהויבן נעמען א געוויסע 'דייעטע קאפסול' שוין צוויי וואכן. הגם איך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון אלערליי דייעטעס כהיום, און באזונדער נישט פון קיין תרופת פלאים... וואונדער שמאטעס... דאך, האט מיך עפעס געכאפט די אינטערעסע, ווען כ'האב אפאר וואכן צוריק געזען א רעקלאמע, פון עפעס א נאטורליכע עצה צו פארלירן וואג, דורכ'ן איינ'נעמען א קאפסול א טאג, פון דעם סארט 'מעטיקאר'.

מעטיקאר - אזוי הייסט די סארט קאפסול, וואס איז לויטער נאטורליכע געווירצן, און ניטאמאל קטניות האט עס דערין, ממילא האב איך עס גענומען פסח אויכעט.

📎 meticore.jpg

וואס זאל איך זאגן; איך האב מיך נישט גע'נאר'ט!
איך האב עפעס איינגעזען אז מעגליך רעדט מען נישט דא פון קיין סקעם צו ליגענטס, און איך האב שוין יעצט פארלוירן צען פונט!!!

פאר מער פרטים לייג איך דא א לינק אויף ענגליש, אויך א לינק אויף עברית וועגן דעם, און אויב איינער וויל פון מיר הערן מער, ביטע פרעגט אריין...

<a class="postlink" href="https://www.reddit.com/r/Meticore/comments/i9o2ke/meticore_reviews_warning_is_meticore_supplement/">https://www.reddit.com/r/Meticore/comme ... upplement/</a>

<a class="postlink" href="https://verietyinfo.com/israel/%D7%91%D7%99%D7%A7%D7%95%D7%A8%D7%95%D7%AA-meticore-%D7%9B%D7%93%D7%95%D7%A8%D7%99-%D7%93%D7%99%D7%90%D7%98%D7%94-%D7%AA%D7%95%D7%A6%D7%90%D7%95%D7%AA-%D7%9E%D7%96%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%95%D7%AA/">https://verietyinfo.com/israel/%D7%91%D ... %95%D7%AA/</a>

קוויטעל » דינסטאג אפריל 6, 2021 8:47 pm

· #469332
ס'דא א געוויסע קריעם פאר פאנגוס אויף די פוס פלאכן, מיט'ן נאמען 'אונדאציל'

אונדציל - UNDECYL - א איזראעילשן פראדוקט - וואס איך פלעג שוין נוצן פאר יארן, און העלפט זייער שנעל און גאר גוט, אז מ'דארף עס נאך צוויי דריי מאל נוצן עס מער נישט נוצן פאר'ן זומער!

📎 2298.jpg

לדאבוני האבן זיי לעצטענס א מאנגל דערפון, און מ'ווארט זיי זאלן עס ווידער פראדוצירן, און ווי זיי האבן געמאלדן, וועט צוליב די קאראנע זיך אביסל שלעפן די פרישע פראדוקציע, אבער ס'דאך גוט צו וויסן דערוועגן, עס צו שאפן פון ארץ ישראל, אין די צייט וואס אמעריקא וועט אוודאי נישט שטיצן יענעמס פראדוקטן - אז מ'קען פיטערן די אייגענע...

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 7, 2021 1:40 am

· #469358
קוויטעל: לאמיך דיר עפעס זאגן. איך גיי נישט אוועקמאכן די ווערד פון ווייטאמינס און סאפלעמענטס. אבער דער פאקט איז אז מ'טרייבט איבער אין זייער חשיבות. פארשטייצעך צוליעב ביזנעס.

איך האב אמאל געליטן אויף עפעס א מיחוש אין דיידזשעסטיוו סיסטעם. ביניך אריין צו לאנדא'ס ווייטעמין סטאר אין בארא פארק. כ'האב גערעדט צום אלטן מר. לאנדא. כ'האב איהם געבעטן אויב ער האט עפעס א סאפלעמענט פאר דעם מיחוש. האט ער מיר קלאר געזאגט. אז פאר דעם איז נישט דא קיין שום סאפלעמענט. איך דארף גיין צו א דאקטער און נעמען עכטע מעדיצין. אט דאס איז אן אמת'דיגער מענטש. שפעטער האביך געזעהן אן עד פון זיין קאמפעטישן (מעקסי העלטה). ווי זיי אדווערטייזן אז זיי האבן יא א סאפלעמענט פאר די מחלה. ווייסיך אז ס'איז שקר און פאלש. ווייל אז מ'טרייט איינצורעדן פאר א מענטש וואס האט אן ערנסטע מחלה אז ער זאלל נעמען ווייטעמינס און סופלעמענטס שטאטס מעדיצין. דאס איז א גרויסע עוולה. ס'איז פארפירעריש. און מ'קען אויך קומען לידי סכנה...!

קוויטעל » מיטוואך אפריל 7, 2021 2:08 am

· #469362
berlbalaguleh

דערפאר בין איך געווענליך סקעפטיש צו די זאכן, אבער דא, ליבי אומר לי פון פאראויס אז כ'ברויך דאס יא אויספראבירן, און כ'האב געקויפט אויף איביי פאר פערצן דאלאר א פלעשל, און אויספראבירט. וואס זאל איך דיר זאגן, איך זע גרויסע שינויים אויפ'ן וואג, און אויך אין מיין געזונט.

טאקע וועגן דעם, ווייל כ'בין איבעראשט געווארן, אז מ'קען זען פאקטישע אויפטו, האב איך געמוזט מיט'טיילן נאך יודען וואס איך טו ערפארן

moneyminded » מיטוואך אפריל 7, 2021 3:53 am

· #469367
Re: געזונט - עצות און ידיעות
קוויטעל
ס'דא א געוויסע קריעם פאר פאנגוס אויף די פוס פלאכן, מיט'ן נאמען 'אונדאציל'

אונדציל - UNDECYL - א איזראעילשן פראדוקט - וואס איך פלעג שוין נוצן פאר יארן, און העלפט זייער שנעל און גאר גוט, אז מ'דארף עס נאך צוויי דריי מאל נוצן עס מער נישט נוצן פאר'ן זומער!

📎 2298.jpg

לדאבוני האבן זיי לעצטענס א מאנגל דערפון, און מ'ווארט זיי זאלן עס ווידער פראדוצירן, און ווי זיי האבן געמאלדן, וועט צוליב די קאראנע זיך אביסל שלעפן די פרישע פראדוקציע, אבער ס'דאך גוט צו וויסן דערוועגן, עס צו שאפן פון ארץ ישראל, אין די צייט וואס אמעריקא וועט אוודאי נישט שטיצן יענעמס פראדוקטן - אז מ'קען פיטערן די אייגענע...
אויף וואס האט עס דיר געהאלפען?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

moneyminded » מיטוואך אפריל 7, 2021 3:54 am

· #469368

קענסט לייגן א לינק?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

קוויטעל » מיטוואך אפריל 7, 2021 10:14 am

· #469375
moneyminded
קוויטעל
ס'דא א געוויסע קריעם פאר פאנגוס אויף די פוס פלאכן, מיט'ן נאמען 'אונדאציל'

אונדציל - UNDECYL - א איזראעילשן פראדוקט - וואס איך פלעג שוין נוצן פאר יארן, און העלפט זייער שנעל און גאר גוט, אז מ'דארף עס נאך צוויי דריי מאל נוצן עס מער נישט נוצן פאר'ן זומער!

📎 2298.jpg

לדאבוני האבן זיי לעצטענס א מאנגל דערפון, און מ'ווארט זיי זאלן עס ווידער פראדוצירן, און ווי זיי האבן געמאלדן, וועט צוליב די קאראנע זיך אביסל שלעפן די פרישע פראדוקציע, אבער ס'דאך גוט צו וויסן דערוועגן, עס צו שאפן פון ארץ ישראל, אין די צייט וואס אמעריקא וועט אוודאי נישט שטיצן יענעמס פראדוקטן - אז מ'קען פיטערן די אייגענע...
אויף וואס האט עס דיר געהאלפען?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

ווי אסאך היימישע יודען, פלעג איך סיי קעטשן פון אנדערע די פאנגוס, אדער אליינס שוויצן און קראצן די פוס פלאכן, און ס'געגאנגען א גלגל החוזר, געשמירט אלע סארט זאכן, און יעדע לאנד האט זיך זייערע שמירעכטצער...

מיט יארן צוריק האט מיין טאטע געברענגט פון ארץ ישראל דעם וואונדער קריעם, און האט מיר געזאגט, פראביר נאר דאס אויס, און וועסט מער נישט נוצן קיין שום קריעם, אויך נישט דאס! קיין סאך, ווייל נאך צוויי דריי מאל דאס מאקסימום, איז די פוס ווי א נייע הויט.

קוויטעל » מיטוואך אפריל 7, 2021 10:16 am

· #469376
moneyminded
קוויטעל
berlbalaguleh
קוויטעל: לאמיך דיר עפעס זאגן. איך גיי נישט אוועקמאכן די ווערד פון ווייטאמינס און סאפלעמענטס. אבער דער פאקט איז אז מ'טרייבט איבער אין זייער חשיבות. פארשטייצעך צוליעב ביזנעס.

איך האב אמאל געליטן אויף עפעס א מיחוש אין דיידזשעסטיוו סיסטעם. ביניך אריין צו לאנדא'ס ווייטעמין סטאר אין בארא פארק. כ'האב גערעדט צום אלטן מר. לאנדא. כ'האב איהם געבעטן אויב ער האט עפעס א סאפלעמענט פאר דעם מיחוש. האט ער מיר קלאר געזאגט. אז פאר דעם איז נישט דא קיין שום סאפלעמענט. איך דארף גיין צו א דאקטער און נעמען עכטע מעדיצין. אט דאס איז אן אמת'דיגער מענטש. שפעטער האביך געזעהן אן עד פון זיין קאמפעטישן (מעקסי העלטה). ווי זיי אדווערטייזן אז זיי האבן יא א סאפלעמענט פאר די מחלה. ווייסיך אז ס'איז שקר און פאלש. ווייל אז מ'טרייט איינצורעדן פאר א מענטש וואס האט אן ערנסטע מחלה אז ער זאלל נעמען ווייטעמינס און סופלעמענטס שטאטס מעדיצין. דאס איז א גרויסע עוולה. ס'איז פארפירעריש. און מ'קען אויך קומען לידי סכנה...!

דערפאר בין איך געווענליך סקעפטיש צו די זאכן, אבער דא, ליבי אומר לי פון פאראויס אז כ'ברויך דאס יא אויספראבירן, און כ'האב געקויפט אויף איביי פאר פערצן דאלאר א פלעשל, און אויספראבירט. וואס זאל איך דיר זאגן, איך זע גרויסע שינויים אויפ'ן וואג, און אויך אין מיין געזונט.

טאקע וועגן דעם, ווייל כ'בין איבעראשט געווארן, אז מ'קען זען פאקטישע אויפטו, האב איך געמוזט מיט'טיילן נאך יודען וואס איך טו ערפארן
קענסט לייגן א לינק?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

<a class="postlink" href="https://meticore.com/science/">https://meticore.com/science/</a>

דא זעט איר פרייזן וואס זענען היבש הויעך, אבער אין איבעי וכדומה קענט איר עס קויפן היבש ביליג.

אישתישבי » מיטוואך אפריל 7, 2021 11:11 am

· #469380
קוויטעל
מבשרי אחזה, איך האב אנגעהויבן נעמען א געוויסע 'דייעטע קאפסול' שוין צוויי וואכן. הגם איך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון אלערליי דייעטעס כהיום, און באזונדער נישט פון קיין תרופת פלאים... וואונדער שמאטעס... דאך, האט מיך עפעס געכאפט די אינטערעסע, ווען כ'האב אפאר וואכן צוריק געזען א רעקלאמע, פון עפעס א נאטורליכע עצה צו פארלירן וואג, דורכ'ן איינ'נעמען א קאפסול א טאג, פון דעם סארט 'מעטיקאר'.

מעטיקאר - אזוי הייסט די סארט קאפסול, וואס איז לויטער נאטורליכע געווירצן, און ניטאמאל קטניות האט עס דערין, ממילא האב איך עס גענומען פסח אויכעט.

📎 meticore.jpg

וואס זאל איך זאגן; איך האב מיך נישט גע'נאר'ט!
איך האב עפעס איינגעזען אז מעגליך רעדט מען נישט דא פון קיין סקעם צו ליגענטס, און איך האב שוין יעצט פארלוירן צען פונט!!!

פאר מער פרטים לייג איך דא א לינק אויף עברית וועגן דעם, און אויב איינער וויל פון מיר הערן מער, ביטע פרעגט אריין...

<a class="postlink" href="https://verietyinfo.com/israel/%D7%91%D7%99%D7%A7%D7%95%D7%A8%D7%95%D7%AA-meticore-%D7%9B%D7%93%D7%95%D7%A8%D7%99-%D7%93%D7%99%D7%90%D7%98%D7%94-%D7%AA%D7%95%D7%A6%D7%90%D7%95%D7%AA-%D7%9E%D7%96%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%95%D7%AA/">https://verietyinfo.com/israel/%D7%91%D ... %95%D7%AA/</a>

<a class="postlink" href="https://www.reddit.com/r/Scams/comments/kmhbre/the_most_bizarre_blatant_scam_i_have_ever_come/?utm_source=amp&utm_medium=&utm_content=post_body">https://www.reddit.com/r/Scams/comments ... =post_body</a>

קוויטעל » מיטוואך אפריל 7, 2021 4:36 pm

· #469398
קודם האב איך שוין פארלוירן צען פונט.
איך פלעג שפירן פרעשור ביים גיין צופיס אביסל שנעל, און ס'איז פארשוואונדן.
געווענליך פסח פאלט מען צוריק אין א דייעטע, צוליב די טויש אין דייעטע, און כ'בין צוריקגעפאלן איין פונט, און יעצט ווידער אראפגעלאזט מער.

קוויטעל » מיטוואך אפריל 7, 2021 8:36 pm

· #469409
אישתישבי

<a class="postlink" href="https://www.reddit.com/r/Scams/comments/kmhbre/the_most_bizarre_blatant_scam_i_have_ever_come/?utm_source=amp&utm_medium=&utm_content=post_body">https://www.reddit.com/r/Scams/comments ... =post_body</a>

דו מיינסט מיר אוודאי צו ווייזן ווי כולם כאחד דארט קריטיקירן עס אויף נעגעטיוו. וועל איך דיר ענטפערן כמה דברים;

קודם כל, איך ארבעט נישט פאר זיי, און בלויז דאס אז איך האב געזען עפעס וואס האט געהאלפן פאר מיר, וויל איך עס מיט'טיילן מיט אנדערע.

ס'דא א גרויסע קאנקורענץ אין דעם פעלד פון אנדערע קאמפאניס, ממילא איז פארשטענליך אז ס'קען זיין יענע חברה זייען אן קריטיק קעגן דעם נייעם הילפבארע קאפסול.
למשל, ס'דא וואס שטעלן ארויס א רעיטינג צווישן דריי סארטן, און קריטיקירט אויף אזא שטייגער - אז ס'דא בעסערס ווי מעטיקאר. יענע טענה'ט אז 'אולטרא-טאקס' איז די בעסטע. גיי ווייס!

שנית, איך האלט אינאיין זיך שרייבן צו Meticore Support די אפיס פון די קאמפאני, און דאס איז זייער אימעיל; contact@meticore.com און כ'האלט אינאיין באקומען קלארע ענטפערס אויף אלע מיינע שאלות.

שלישית, קען זיין אז יעדע מענטש נעמט אויף דייעטעס און א אנדערע וועג, און וואס ארבעט ביי איינעם מוז נישט זיין ס'ארבעט ביי א צווייטן. למשל, מענטשן זענען אמאל עלערדזשיק צו געוויסע זאכן וואס זיי לייגן אריין, און ס'טוט זיי וויי די בויך, צו דאס גלייכן.

ממילא, קען מען נישט נעמען קיין ראיה פון אזעלכע וואס זענען כופר הכל, און זאגן אויף עפעס וואס FDA האט באשטעטיגט, אז ס'איז לויטער ליגענט.

איין זאך איז גוט פון די שווארץ קוקערס, אז ווען נישט די מענטשן וואס ערקלערן זיך אומצופרידן - און פארקויפן זייערע איינגעהאנדעלטע פלעשלעך 'גאר ביליג' אויף איבעי, וואלט איך דאך עס געדארפט קויפן פאר טייער געלט...

מפיל קינד » מיטוואך אפריל 7, 2021 10:34 pm

· #469419
א קליינע תיקון, די FDA האט נישט באשטעטיגט דעם פראדוקט.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 7, 2021 10:38 pm

· #469420
קוויטעל: אויסער די סעיפטי אישו. ווייל א סאך פון די סאפלעמענטס קענען שאטן פאר די קידני'ס און לעבער. קען אויכעט זיין אז די מעדיצינען זענען שוין עקספייערט און זייער כח האט שוין אויסגעוועפט. ס'קען אמאל שטיין א שפעטעריגער דעיט. אבער זיי האבן אויסגעמעקט דעם אריגינאלן דעיט. וואס ווייזט אז דער כח פון די סאפלעמענט האט שוין עקספייערט.

קוויטעל » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 1:01 am

· #469431
מפיל קינד
א קליינע תיקון, די FDA האט נישט באשטעטיגט דעם פראדוקט.

ס'שטייט אויפ'ן פלעשל קלאר אז ס'איז באשטעטיגט דורכן FDA

קוויטעל » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 1:03 am

· #469432
berlbalaguleh
קוויטעל: אויסער די סעיפטי אישו. ווייל א סאך פון די סאפלעמענטס קענען שאטן פאר די קידני'ס און לעבער. קען אויכעט זיין אז די מעדיצינען זענען שוין עקספייערט און זייער כח האט שוין אויסגעוועפט. ס'קען אמאל שטיין א שפעטעריגער דעיט. אבער זיי האבן אויסגעמעקט דעם אריגינאלן דעיט. וואס ווייזט אז דער כח פון די סאפלעמענט האט שוין עקספייערט.

וואס גענוי שאדט פאר די קידני און לעבער? גינג'ער צו פאפאיע? בלעטער פון געוויקסן? האסט געזען די אינגרידיענטס?

און חושש צוזיין אז דאס איז עקספייערט, קען יעדע פלעשל מעדעצין אין אפטייק זיין עקספייערט און געפעלטשט.

מפיל קינד » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 1:06 am

· #469433
אפשר לייגסטו ארויף א בילד? ווייל ווי ווייט איך ווייס...

The Meticore Capsules are manufactured at FDA approved, certified, sterile facility

The manufacturer says an FDA-approved lab officially certifies the ingredients for starters

דאס מיינט אז די פלאץ איז עפראווד, און אויך די אינגרידיענס, אבער נישט די פראדוקט.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 1:26 am

· #469437
Re: געזונט - עצות און ידיעות
אמעריקע מוטשעט זיך מיט אן איבערוואגיג פראבלעם, בשעת אויף איבעי איז דא א גרינגע לייזונג פאר $14!

#ווי_זענען_די_עסקנים

קוויטעל » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 7:40 am

· #469438
פאליטיקאנט
אמעריקע מוטשעט זיך מיט אן איבערוואגיג פראבלעם, בשעת אויף איבעי איז דא א גרינגע לייזונג פאר $14!

#ווי_זענען_די_עסקנים

א יוד זעט א רעקלאמע, אז מ'קען פארלירן וואג דורכ'ן נעמען געוויסע נאטורליכע פלאנצונג שטויב, און ס'קאסט 14 דאלאר אויף איבעי.
ער לייגט ארויס דעם נישטיגער סכום - פאר השתדלות - און נאך צוויי וואכן איינ'נעמען דעם קאפסול שטויב, פארלירט ער צען פונט וואג!

גלייב עהם נישט!...
ער מעג זיך אליינס יא גלייבן? אדער ס'קומט נישט אריין גלייבן נאר מציאות.

אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 8:20 am

· #469439
עס ארבעט מיט איין תנאי.

אויב מען עסט דער העלפט פין וואס מען האט פריער געגעסן....

לאמיר צונעמען דער זאך!!

ווי לאנג האט דיר גענומען צו פארלירן די צען פונט?

קוויטעל » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 9:09 am

· #469445
אישתישבי
עס ארבעט מיט איין תנאי.

אויב מען עסט דער העלפט פין וואס מען האט פריער געגעסן....

לאמיר צונעמען דער זאך!!

ווי לאנג האט דיר גענומען צו פארלירן די צען פונט?

איך האב אנגעהויבן א וואך פאר פסח, און ערב פסח האב איך שוין געהאלטן צען פונט ווייניגער, און מוצאי פסח האב איך געזען איך האב צוגענומען איין פונט, און נעכטן האב איך ווידער פארלוירן צוויי פונט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 9:36 am

· #469448
קוויטעל
berlbalaguleh
קוויטעל: אויסער די סעיפטי אישו. ווייל א סאך פון די סאפלעמענטס קענען שאטן פאר די קידני'ס און לעבער. קען אויכעט זיין אז די מעדיצינען זענען שוין עקספייערט און זייער כח האט שוין אויסגעוועפט. ס'קען אמאל שטיין א שפעטעריגער דעיט. אבער זיי האבן אויסגעמעקט דעם אריגינאלן דעיט. וואס ווייזט אז דער כח פון די סאפלעמענט האט שוין עקספייערט.

וואס גענוי שאדט פאר די קידני און לעבער? גינג'ער צו פאפאיע? בלעטער פון געוויקסן? האסט געזען די אינגרידיענטס?

און חושש צוזיין אז דאס איז עקספייערט, קען יעדע פלעשל מעדעצין אין אפטייק זיין עקספייערט און געפעלטשט.

קוויטעל: ס'זענען דא אנדערע אינגרידיענטס אויסער די וועלכע דו האסט אויסגערעכנט. און זיי קענען צומאל זיין שעדליך. וועגן דעם עקספיירעישן דעיט אויף מעדיצינען. די רעגולערע מעדיצינען וואס מ'געט נאר מיט א פרעסקריפשאן זענען מער קאנטראלירט דורך די רעגירונג. און אויב דער אפטייקער איז נישט קיין שווינדלער, קענמען זיין רואיג. די ווייטעמין און סופלעמענט אינדוסטרי איז נישט אזוי שטארק קאנטראלירט. קען עס גרינגער געשעהן. ווייל ס'איז דא א גרויסער מארקעט פאר די אויסגעוועפטע מעדיצינען. וועלכע ווערן צומאל געשיקט צו אזעלכע צושאקלטע מדינות ווי דער געוועזענער סאוויעטן פארבאנד. איך קען פערזענליך א רוסישן סוחר וועלכער באשעפטיגט זיך מיט די זאכן. און נאך אנדערע קרומע געשעפטן. ווי איבערנעמען גע'גנב'טע סחורה. אזוי ווי למשל דזשולערי. און עס נאכדעם פארקויפן צו דזשולערי סטארס...!

מפיל קינד » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 10:48 am

· #469454
קוויטעל
איך האב אנגעהויבן א וואך פאר פסח, און ערב פסח האב איך שוין געהאלטן צען פונט ווייניגער.

די וואך פאר פסח פארליר איך די מערסטע יעדע יאר. ס'נישטא קעיק אין שטוב און קוים אביסל חמץ...

גראדע האב איך געקויפט דעם פראדוקט, און איך ווארט פאר די רעזולטאטן... ס'גייט אנקומען ביז 2 וואכן.

אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 11:41 am

· #469462
קוויטעל
אישתישבי
עס ארבעט מיט איין תנאי.

אויב מען עסט דער העלפט פין וואס מען האט פריער געגעסן....

לאמיר צונעמען דער זאך!!

ווי לאנג האט דיר גענומען צו פארלירן די צען פונט?

איך האב אנגעהויבן א וואך פאר פסח, און ערב פסח האב איך שוין געהאלטן צען פונט ווייניגער, און מוצאי פסח האב איך געזען איך האב צוגענומען איין פונט, און נעכטן האב איך ווידער פארלוירן צוויי פונט.

איז לאמיך דיר מסביר זיין עפעס, מען קען נישט פארלירען אמת'ע וואג אזוי שנעל, דער מערסטע איינער קען פארלירען איז צוויי פונט א וואך.

מען פארלירט צען פונט איבער צוויי חדשים מאכט עס סענס, און מען דארף זיך וועגען יעדס טאג אויף דער סקעיל דער זעלבער צייט און אפשרייבען דער וואג. דער וואג פין א מענטש פארען אשר יצר און דערנאך קען זיין א חילוק פין צוויי דריי פונט, און מוצאי שבת און פרייטאג קען זיין א חילוק פין פינף ביז זיבען פונט, און דאס מיינט אלץ גארנישט. נאך א חודש פין אפשרייבען די וואג יעדעס טאג, קען מען זעהן אויב מען איז טאקע אראפ אדער נישט.

דורך זיך אפהאלטען פין עסען און טרונקען פאר א וואך קען מען פארלירען צען פונט און עס מיינט אבסאלוט גארנישט.

איך גאראנטיר דיר, אז לאמיר זאגען דיין וואג איז געוועהן ביים אנהייב 150 און ביסט אראפ צו 140 אין א וואך, ביסטו אבער נישט אראפ צו 130 און נאך א וואך. פארוואס? ווייל מען רעדט פין וואסער וואג. דאס איז אלץ דברים פשוטים וידועים.

און ביסט מן הסתם שוין צוריק צו 145, ווייל ווי נישט ווי עסטו דאך דורך פסח.

קוויטעל » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 12:07 pm

· #469467
און דאס אז איך פלעג האבן טשעסט פעין, און זייט איך נעם עס איז עס אוועקגעגאנגען, איז אויך א סקעם? עד כדי כך בין איך א שקרן אינעם עולם השקר?

קוויטעל » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 12:24 pm

· #469468
מפיל קינד
אפשר לייגסטו ארויף א בילד? ווייל ווי ווייט איך ווייס...

The Meticore Capsules are manufactured at FDA approved, certified, sterile facility

The manufacturer says an FDA-approved lab officially certifies the ingredients for starters

דאס מיינט אז די פלאץ איז עפראווד, און אויך די אינגרידיענס, אבער נישט די פראדוקט.

📎 20042393_G.jpg

אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 12:57 pm

· #469469
קוויטעל
און דאס אז איך פלעג האבן טשעסט פעין, און זייט איך נעם עס איז עס אוועקגעגאנגען, איז אויך א סקעם? עד כדי כך בין איך א שקרן אינעם עולם השקר?

חס ושלום,שקר מאן דכר שמיה, עולם הדמיון איז מער קארעקט.

אז די האסט טשעסט פעין זאלסטו זאפארט גיין צום דאקטאר אויב שטעקען.

קוויטעל » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 1:16 pm

· #469470
אישתישבי
קוויטעל
און דאס אז איך פלעג האבן טשעסט פעין, און זייט איך נעם עס איז עס אוועקגעגאנגען, איז אויך א סקעם? עד כדי כך בין איך א שקרן אינעם עולם השקר?

חס ושלום,שקר מאן דכר שמיה, עולם הדמיון איז מער קארעקט.

אז די האסט טשעסט פעין זאלסטו זאפארט גיין צום דאקטאר אויב שטעקען.

כ'בין געווען, און כ'האב באקומען דעם רעזולטאט, אז וואס קען העלפן די מעטעבאליזם בעסער ארבעטן, דאס וועט גרינגער מאכן די אטעם.
[דעם שווערן אטעם האב איך באקומען לעצטע יאר ביי די קאראנע, און ס'איז ביים נעמען די קאפסול אוועקגעגאנגן וואונדערליך]

מפיל קינד » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 1:28 pm

· #469472
קוויטעל
מפיל קינד
אפשר לייגסטו ארויף א בילד? ווייל ווי ווייט איך ווייס...

The Meticore Capsules are manufactured at FDA approved, certified, sterile facility

The manufacturer says an FDA-approved lab officially certifies the ingredients for starters

דאס מיינט אז די פלאץ איז עפראווד, און אויך די אינגרידיענס, אבער נישט די פראדוקט.

📎 20042393_G.jpg

אפשר ליינסטו וואס דארט שטייט??

אז דאס איז געמאכט אין א פלאץ וואס איז עפראווד דורך די FDA. די פראדוקט האט נישט קיין השגחה פון זיי.
📎 20210408_133008.png

קוויטעל » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 1:31 pm

· #469473
פארוואס דארף איך חושש זיין אז ס'איז א סקעם, אויב איך זע גוטע רעזולטאטן, און שפיר אויך א טויש אין מיין געזונט?

אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 1:46 pm

· #469476
קוויטעל
אישתישבי
קוויטעל
און דאס אז איך פלעג האבן טשעסט פעין, און זייט איך נעם עס איז עס אוועקגעגאנגען, איז אויך א סקעם? עד כדי כך בין איך א שקרן אינעם עולם השקר?

חס ושלום,שקר מאן דכר שמיה, עולם הדמיון איז מער קארעקט.

אז די האסט טשעסט פעין זאלסטו זאפארט גיין צום דאקטאר אויב שטעקען.

כ'בין געווען, און כ'האב באקומען דעם רעזולטאט, אז וואס קען העלפן די מעטעבאליזם בעסער ארבעטן, דאס וועט גרינגער מאכן די אטעם.
[דעם שווערן אטעם האב איך באקומען לעצטע יאר ביי די קאראנע, און ס'איז ביים נעמען די קאפסול אוועקגעגאנגן וואונדערליך]

איך ווייס נישט צו די שפילסט אדער מיינסט עס ערנסט.
אבער אויב דער דאקטער האט אינטערזוכט און געזאגט אז דיין שווערע אטעמען האט נישט מיט די לונגען נאר מיט דיין מעטאבאליזם, און אויב די פילען האבן נאכדעם געארבעט, לאמיר דיר געבן צוויי עצות,
א. נעם ווייטער די פילען.
ב. טאמער די פארציילסט מענטשן וועגן דעם, זאג עס בשם א חבר, אזוי ווען מען מאכט פין דעם וועסטו עס נישט נעמען פערזענליך.

מפיל קינד » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 2:02 pm

· #469479
קוויטעל
פארוואס דארף איך חושש זיין אז ס'איז א סקעם, אויב איך זע גוטע רעזולטאטן, און שפיר אויך א טויש אין מיין געזונט?

ווער רעדט פון א סקעם? כ'האב געשריבן אז איך גיי עס אויך פרובירן. נאר געב אכט נישט צו שרייבן ליגנט. ס'איז נישט FDA אפראווד.

קוויטעל » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 2:57 pm

· #469494
מפיל קינד
קוויטעל
פארוואס דארף איך חושש זיין אז ס'איז א סקעם, אויב איך זע גוטע רעזולטאטן, און שפיר אויך א טויש אין מיין געזונט?

ווער רעדט פון א סקעם? כ'האב געשריבן אז איך גיי עס אויך פרובירן. נאר געב אכט נישט צו שרייבן ליגנט. ס'איז נישט FDA אפראווד.

וואס דען טוט מען דארט? מ'מאכט דארט נאכטמאל פאר 'משביע'? אוודאי מאכט מען דארט די קאפסולען און דאס איז באשטעטיגט דורך די עף די עי. פארוואס קראצטו די אויער מיט די לינקע פוס?

קוויטעל » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 2:59 pm

· #469496
אישתישבי
קוויטעל
אישתישבי
קוויטעל
און דאס אז איך פלעג האבן טשעסט פעין, און זייט איך נעם עס איז עס אוועקגעגאנגען, איז אויך א סקעם? עד כדי כך בין איך א שקרן אינעם עולם השקר?

חס ושלום,שקר מאן דכר שמיה, עולם הדמיון איז מער קארעקט.

אז די האסט טשעסט פעין זאלסטו זאפארט גיין צום דאקטאר אויב שטעקען.

כ'בין געווען, און כ'האב באקומען דעם רעזולטאט, אז וואס קען העלפן די מעטעבאליזם בעסער ארבעטן, דאס וועט גרינגער מאכן די אטעם.
[דעם שווערן אטעם האב איך באקומען לעצטע יאר ביי די קאראנע, און ס'איז ביים נעמען די קאפסול אוועקגעגאנגן וואונדערליך]

איך ווייס נישט צו די שפילסט אדער מיינסט עס ערנסט.
אבער אויב דער דאקטער האט אינטערזוכט און געזאגט אז דיין שווערע אטעמען האט נישט מיט די לונגען נאר מיט דיין מעטאבאליזם, און אויב די פילען האבן נאכדעם געארבעט, לאמיר דיר געבן צוויי עצות,
א. נעם ווייטער די פילען.
ב. טאמער די פארציילסט מענטשן וועגן דעם, זאג עס בשם א חבר, אזוי ווען מען מאכט פין דעם וועסטו עס נישט נעמען פערזענליך.

איך דארף נישט קיין עצות, איך האב עס געוואלט מיט'טיילן מיט אזעלכע יודען וואס ווילן טון השתדלות פאר זייער געזונט. דאס אלץ

מפיל קינד » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 3:29 pm

· #469500
קוויטעל
מפיל קינד
קוויטעל
פארוואס דארף איך חושש זיין אז ס'איז א סקעם, אויב איך זע גוטע רעזולטאטן, און שפיר אויך א טויש אין מיין געזונט?

ווער רעדט פון א סקעם? כ'האב געשריבן אז איך גיי עס אויך פרובירן. נאר געב אכט נישט צו שרייבן ליגנט. ס'איז נישט FDA אפראווד.

וואס דען טוט מען דארט? מ'מאכט דארט נאכטמאל פאר 'משביע'? אוודאי מאכט מען דארט די קאפסולען און דאס איז באשטעטיגט דורך די עף די עי. פארוואס קראצטו די אויער מיט די לינקע פוס?

האסט א טעות ר' איד און ביטע הער אויף צו קריכן אויף גראדע ווענט.

אויב די FDA באשטעטיגט דעם פראדוקט דארף דאס האבן אן אנדערע לאגא מיט די ווערטער FDA APPROVED.

ווי למשל דאס:📎 images (2).jpeg
למעשה האט עס עפעס אנדערש, ביטע פארשטיי אליינס דעם חילוק.
📎 20210408_133008.png

קוויטעל » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 3:47 pm

· #469501
מפיל קינד
קוויטעל
מפיל קינד
קוויטעל
פארוואס דארף איך חושש זיין אז ס'איז א סקעם, אויב איך זע גוטע רעזולטאטן, און שפיר אויך א טויש אין מיין געזונט?

ווער רעדט פון א סקעם? כ'האב געשריבן אז איך גיי עס אויך פרובירן. נאר געב אכט נישט צו שרייבן ליגנט. ס'איז נישט FDA אפראווד.

וואס דען טוט מען דארט? מ'מאכט דארט נאכטמאל פאר 'משביע'? אוודאי מאכט מען דארט די קאפסולען און דאס איז באשטעטיגט דורך די עף די עי. פארוואס קראצטו די אויער מיט די לינקע פוס?

האסט א טעות ר' איד און ביטע הער אויף צו קריכן אויף גראדע ווענט.

אויב די FDA באשטעטיגט דעם פראדוקט דארף דאס האבן אן אנדערע לאגא מיט די ווערטער FDA APPROVED.

ווי למשל דאס:📎 images (2).jpeg
למעשה האט עס עפעס אנדערש, ביטע פארשטיי אליינס דעם חילוק.

זיי מסביר, אויף וואס שטייט אויפ'ן פלעשל אז FDA געבט א השגחה, אויף די גראזען? וואס גענוי געבן זיי זייער זיגל?

איך אויך » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 4:21 pm

· #469505
פארוואס למען ה' טראללסטו שוין ווייטער? גייססט קיינעם נישט משכנע זיין מיט דיין $14 ווינדערליכע פראדוקט (וואס נאר בייצופאל האסטו ביי די האנט א היי-רעז פון די לעבל)
וואס נוצט געקינצעלטע פארפירערישע סימבאלן.

קוויטעל » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 4:32 pm

· #469507
איך אויך
פארוואס למען ה' טראללסטו שוין ווייטער? גייססט קיינעם נישט משכנע זיין מיט דיין $14 ווינדערליכע פראדוקט (וואס נאר בייצופאל האסטו ביי די האנט א היי-רעז פון די לעבל)
וואס נוצט געקינצעלטע פארפירערישע סימבאלן.

כ'מעג שוין נישט פרעגן אויך נישט?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 4:36 pm

· #469509
איך אויך
פארוואס למען ה' טראללסטו שוין ווייטער? גייססט קיינעם נישט משכנע זיין מיט דיין $14 ווינדערליכע פראדוקט (וואס נאר בייצופאל האסטו ביי די האנט א היי-רעז פון די לעבל)
וואס נוצט געקינצעלטע פארפירערישע סימבאלן.

איך אויך: לאמיר בעסער מפרש זיין...! צו שרייבן אז ..."ס'איז געמאכט אין א עף.די.עי. עפראאוו'ד לעב" הייסט געקינצלט און געדרייט מיט די צונג. ווייל סוכ"ס קיין עף די עי עפראאוול הייסט עס נישט...!

מפיל קינד » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 5:10 pm

· #469512
קוויטעל

זיי מסביר, אויף וואס שטייט אויפ'ן פלעשל אז FDA געבט א השגחה, אויף די גראזען? וואס גענוי געבן זיי זייער זיגל?

ווייסט וואס מיינט א פלאץ?

די FDA געט השגחה אז אין דעם פלאץ מעג מען פראדוצירן ווייטעמינען, אבער נישט אז אלעס וואס מ'מאכט דארט איז אונטער זייער השגחה.

אזוי ווי א הכשר וואס זאגט אז די קאך איז גע'כשר'ט און ס'האט כשר'ע קאונטערס, דאס מיינט אז קיין חזיר וועט שוין קיינמאל נישט אריינקומען דארט??

קוויטעל » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 5:15 pm

· #469513
מפיל קינד
קוויטעל

זיי מסביר, אויף וואס שטייט אויפ'ן פלעשל אז FDA געבט א השגחה, אויף די גראזען? וואס גענוי געבן זיי זייער זיגל?

ווייסט וואס מיינט א פלאץ?

די FDA געט השגחה אז אין דעם פלאץ מעג מען פראדוצירן ווייטעמינען, אבער נישט אז אלעס וואס מ'מאכט דארט איז אונטער זייער השגחה.

אזוי ווי א הכשר וואס זאגט אז די קאך איז גע'כשר'ט און ס'האט כשר'ע קאונטערס, דאס מיינט אז קיין חזיר וועט שוין קיינמאל נישט אריינקומען דארט??

בעל עגלה האט עס בעסער ערקלערט.

אבער לדבריך, ווייסט נישט די עפדיעי וואס מ'מאכט דארט? און טאמער ס'איז א סקעם - לפי המקטרגים - האבן די סקעמערס נישט מורא עס צו מאכן אין אזא לעב?

מפיל קינד » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 5:24 pm

· #469514
כ'האב נישט געזאגט אז ס'איז א סקעם, נאר געוואלט אויפקלערן דיין טעות. כ'האב באמת געמיינט אז דו פארשטייסט דעם חילוק נאר זוכסט צו פארטיידיגן דעם פראדוקט...

און ניין, די FDA גייט נישט אן וואס מ'מאכט דארט.

קוויטעל » פרייטאג אפריל 9, 2021 2:49 am

· #469557
מפיל קינד
קוויטעל
פארוואס דארף איך חושש זיין אז ס'איז א סקעם, אויב איך זע גוטע רעזולטאטן, און שפיר אויך א טויש אין מיין געזונט?

איך גיי עס אויך פרובירן.

ביטע מעלדן די ערפארונג וואס דו שפירסט דערוועגן - דורך די טעג און וואכן. [זיי שרייבן אז לכל הפחות 90 טעג, און מאקסימום א האלבע יאר צו האבן א פולע רעזאלטץ]

תרמב » מוצ"ש אפריל 10, 2021 10:44 pm

· #469626
איך זעה אז די אונדיציל קריעם איז נישט דא צובאקומען אין אמעריקע, אבער א פאודער יא, די פאודער ארבעט אויך אזוי ווינדערלעך ווי די קריעם?

קורקלענד » זונטאג אפריל 11, 2021 1:08 am

· #469635
@איתן, האט איר שוין געהאט די געלעגנהייט צו אויספרובירן דער וואונדערבארע 'מעטיקאור'?

איתן » זונטאג אפריל 11, 2021 1:46 am

· #469644
קורקלענד
@איתן, האט איר שוין געהאט די געלעגנהייט צו אויספרובירן דער וואונדערבארע 'מעטיקאור'?

ניין, כ'בין נישט דיק

קוויטעל » זונטאג אפריל 11, 2021 1:48 am

· #469645
תרמב
איך זעה אז די אונדיציל קריעם איז נישט דא צובאקומען אין אמעריקע, אבער א פאודער יא, די פאודער ארבעט אויך אזוי ווינדערלעך ווי די קריעם?

אדרבה, אפשר זאגסטו מיר ווי כ'קען עס פארשאפן, און מהנה זיין נאך נצרכים

קנדה » זונטאג אפריל 11, 2021 2:50 am

· #469649
Re: געזונט - עצות און ידיעות
ווען עס קאסט ווען אפאר הונדערט דאלאר ביים שמש דעמאלט וואלט יעדער געלאפן קויפן פערצן דאלאר איז צו ביליג

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

קוויטעל » זונטאג אפריל 11, 2021 3:47 am

· #469656
קנדה
ווען עס קאסט ווען אפאר הונדערט דאלאר ביים שמש דעמאלט וואלט יעדער געלאפן קויפן פערצן דאלאר איז צו ביליג

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

וואס מיינסטו צו זאגן

תרמב » זונטאג אפריל 11, 2021 11:24 am

· #469677
קוויטעל
תרמב
איך זעה אז די אונדיציל קריעם איז נישט דא צובאקומען אין אמעריקע, אבער א פאודער יא, די פאודער ארבעט אויך אזוי ווינדערלעך ווי די קריעם?

אדרבה, אפשר זאגסטו מיר ווי כ'קען עס פארשאפן, און מהנה זיין נאך נצרכים

אויף איבעי איז עס דא פאר ניינצן דאלער, אבער איך האב עס נישט געוואלט קויפן פארן זיכער מאכן אז סאיז גוט.
בלאט: 1 2