☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פייפן מיט די מויל

פייפן מיט די מויל

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14533

אלע צוזאמען » דאנערשטאג מערץ 25, 2021 9:15 pm

· #469004
פייפן מיט די מויל
''די מאכסט גרעסער די פייער פון גיהנום'', אלס קליין קינד ווען איך פלעג ארויס לאזן דאס דינע אבער הויכע גערודער, הנקרא פייף, פון מיין מויל פלעג איך באַקומען די אויבערדערמאנטע שטרענגע ווארענונג, ווען מ'איז עלטער געווארן האט זיך די נוסח געטוישט, ''מ'טאר נישט'' פארוואס? ''ס'א גוי'שע זאך'' אפגע'פסק'נט.
וויל איך דא פרעגן די חברים און ידידים קען מיר איינער זאגן, טאר מען טאקע נישט פייפן מיטן מויל?, װי איז די מקור? און ספר שמירת שבת כהלכתה לגבי השמעות קול , פסק'נט ער אז מען מעג יא פייפן מיט די מויל שבת און עס הייסט נישט השמעות קול, פון דעם וואלט מען געקענט ארויסדרינגען אז אין וואכן טעג מעג מען זיכער פייפן, אויב די עולם קען אריינקומען מיט מער מקורות און הלכות העמיר זייער דאנקבאר זיין. תודה רבה

וואולקאן עראפציע » דאנערשטאג מערץ 25, 2021 9:37 pm

· #469006
וואס פרעגסטו דא? "דער רעבי האט דאך געהעיסן פייפן!"

אלע צוזאמען » דאנערשטאג מערץ 25, 2021 9:58 pm

· #469008
וואולקאן עראפציע
וואס פרעגסטו דא? "דער רעבי האט דאך געהעיסן פייפן!"

פארשטיי איך נישט, קענסטו ביטע בעסער מסביר זיין?

קוויטעל » דאנערשטאג מערץ 25, 2021 10:14 pm

· #469009
גם אני אענה חלקי

איך פיר מיך צו פייפן אין יעדע געלעגנהייט, און צומאל דווקא אין פארענט פון פרומע... אויסער ווען איך באנעם א בושה, 'האלט איך מיך פשוט איין'...
פארוואס איינהאלטן, ווייל ס'איז א גוטע הרגשה פאר די נערווען און הארץ צו פייפן - ווי א שטייגער א 'פלייט' -פלוט לאזט זיך הערן.

[אויב מ'לאזט מיך לייגן דא א לינק פון א אישה וואס שפיעלט עפעס געוואלדיג מיט א פלוט, אזא געפיל שפיר איך <a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=is68rlOzEio">https://www.youtube.com/watch?v=is68rlOzEio</a> ]

הכלל, אמאל האט מיר א טאהשער יוד אנגעשריגן, שייגעץ ווי האסטו געזען דאס פייפן? ביים רב? ביים רבי'ן?...
האב איך עהם אפגעענטפערט; יא! דער רב - קארליבאך האט געפיפן, דער רבי פון חב''ד האט געפיפן...

הכלל, ס'דא אין די מסכתות קטנות - כ'געדענק נישט וועלכע - ווי ס'שטייט עטליכע זאכן וואס מ'טוט נישט אין מרחץ, ווי א שטייגער נישט סטרעטשען, נישט איבונגען, און נאך זאכן. און למעשה שטייט אז דאס איז געווען בימיהם אזוי, און ס'ניט ממש א איסור, נאר א הנהגה טובה. [די טעמים דארף מען נאכקוקן]

אבער פייפן איז אויך צווישן יענע הנהגות וואס ס'שטייט דארט, און אויך ווי קניען, און שפייען און צוזאמלייגן ביידע הענט פינגערס געפלאכטן, און דאס גלייכן, וואס האט געהאט א ענליכקייט צו דרך נכרים.

אבער זאגן גיהנום און מלאכי חבלה וקבלה... אויף עפעס וואס איז נישט קיין דירעקטע איסור, איז וועי טא מאטש!

יואב » דאנערשטאג מערץ 25, 2021 10:26 pm

· #469010
אלע צוזאמען
און ספר שמירת שבת כהלכתה לגבי השמעות קול , פסק'נט ער אז מען מעג יא פייפן מיט די מויל שבת און עס הייסט נישט השמעות קול, פון דעם וואלט מען געקענט ארויסדרינגען אז אין וואכן טעג מעג מען זיכער פייפן


לאו דווקא. דער גיהנום איז דאָך אָפּגעשפּאַרט דורכאויס שבת, און לכאורה איז נישט שייך הייס אָדער קאַלט צו מאַכן. משא"כ בימי החול.

אַן עצה טובה אָבער צו פייפן רואיג דורכאויס דער וואָך: לייען קריאת-שמע פּאַוואָליע. דאָס פייפן וועט הייצן, און דאָס ק"ש וועט אָפּקילן, און די טעפּעראַטור פון גיהנום וועט זיך שטעלן אין equilibrium אויפן זעלבן גראַד פון פריער.

מי אני » פרייטאג מערץ 26, 2021 12:51 am

· #469014
‏ 😂

מיט דעם קען מען זאגן אז דאס איז וואס די גמרא איז מרמז בברכות ה. אז די פסוק (איוב ה ז) ובני רשף יגביהו עוף גייט ארויף אויף שדים, און ק״ש ראטעוועט טאקע פון זיי ע״ש. יעצט, מאקסוועל׳ס ״שד״ גייט דאך ״קעגן״ דאס צווייטע געזעץ אין טערמאדינאמיקס וואס איז פארוואס טערמאלע ענערגיע קומט צו צו אַן עקוויליבּריִאוּם. וממילא אז מ׳איז מצפצף כציפור/״כעוף״, וואס דאדורך מאכט מען הייסער דעם גיהנם, פעהלט אויס ק״ש ודיקדוק באותיותיה וואס איז דאס מצנן לעקלוויליבּריִאוּם. און איי די ״שד״ פון מאקסוועל, וואס איז אן ״עוף״, גייט דאך קעגן דעם געדאנק פון עקוויליבּריִאוּם? נו, וועגן דעם ראטעוועט ק״ש פון דעם אויך... 😃

דורש אמת » פרייטאג מערץ 26, 2021 1:28 am

· #469015
Re: פייפן מיט די מויל
ס’נישט קיין חידוש אז מ׳טאר נישט פייפן. וואס מעג מען יא? די וואונדער איז נישט אויף וואס מ׳טאר נישט - נאר אויף וואס מ׳מעג יא.
אזויווי דער מונקאטשער האט געזאגט פאר ר׳ מאיר שפירא: וואס איז די חילוק צווישן אונז (די אונגארישע) און ענק (די פוילישע?) ביי אייך איז אלעס מותר, ביז מ׳טרעפט אן איסור אויף דעם. ביי אונז איז אלעס פארבאטן- אלעס איז אסור, ביז מ׳טרעפט אויף עפעס אז ס׳איז מותר…

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 26, 2021 1:32 am

· #469016
דורש אמת
ס’נישט קיין חידוש אז מ׳טאר נישט פייפן. וואס מעג מען יא? די וואונדער איז נישט אויף וואס מ׳טאר נישט - נאר אויף וואס מ׳מעג יא.
😂 😂 😂
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/441668">viewtopic.php?p=441668#p441668</a><!-- l -->

דוראק » פרייטאג מערץ 26, 2021 3:30 am

· #469018
ס׳איז אַן אָבערגלויבעניש באַ די רוסן און מעגליך אויכעט באַ אַנדערע פעלקער. די אידן האָבן צוגענומען אַ פולע אָבערגלויבענישן פון די אַרומיקע פעלקער (ווי למשל אַז ווער עס זיצט בײם עק פון טיש דער וועט ניט חתונה האָבן זיבן יאָר).

אלע צוזאמען

וואולקאן עראפציע האט געשריבן:
וואס פרעגסטו דא? "דער רעבי האט דאך געהעיסן פייפן!"

פארשטיי איך נישט, קענסטו ביטע בעסער מסביר זיין?

זעט דאָ.

אישתישבי » פרייטאג מערץ 26, 2021 8:38 am

· #469021
חסידים פייפען מיט די הענט, מען טוט וואס מען וויל, מען גייט נישט קיין מאסקעס, מען האלט נישט קיין דיסטאנץ, און מען מאכט חתונה, אנדערע, וואס קענען נעבעך נישט פייפן למעשה, זענען יוצא דורך פייפן מיט דער מויל.

קוויטעל » פרייטאג מערץ 26, 2021 9:41 am

· #469023
אישתישבי
חסידים פייפען מיט די הענט, מען טוט וואס מען וויל, מען גייט נישט קיין מאסקעס, מען האלט נישט קיין דיסטאנץ, און מען מאכט חתונה, אנדערע, וואס קענען נעבעך נישט פייפן למעשה, זענען יוצא דורך פייפן מיט דער מויל.

אגב, מיט א מאסק איז שווער צו פייפן... עכ''פ איך קען ניט מיט קיין מאסק פייפן גוט

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 30, 2021 1:01 am

· #469044
שוין אמאל גערעדט דערפון

<a class="postlink" href="/post/54622">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 622#p54622</a>