☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » ציפערן פון אידן אין פוילן און די אידן פראגע אין אמעריקע

ציפערן פון אידן אין פוילן און די אידן פראגע אין אמעריקע

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14520

פארשטאנד » דינסטאג מערץ 16, 2021 9:49 pm

· #468626
ציפערן פון אידן אין פוילן און די אידן פראגע אין אמעריקע
ליינענדיג דעם בוך "יענקל'ס קרעטשמע" איבער אידישע קרעטשמעס אין פוילן, האב איך געלעהזט וואס ער שרייבט אין די הקדמה (הערה 18), אז די דורכשניטליכע גרויס פון א אידישע פאמיליע אין תקע"ה (1814) איז געווען 4.5! צו א טאטאל פון 212,944 אידן אין פוילן.

דאס אליין איז מיר געוועהן א חידוש, איך האב אלס געטראכט אז אידן האבן געהאט גרעסערע משפחות (אריינגערעכנט די געשטארבענע קינדער ל"ע). איך וואלט געוואלט הערן צו איינער האט עפעס צוציגעבן דערויף? (אגב אינעם זעלבן בוך, אז א פויליש גוי'איש פאמיליע האט געהאט 2.5 קינדער דאן, אויך מיר געווען א חידוש).

למעשה, הונדערט פופציג יאהר שפעטער האט מען אומגעבראכט א דריי מיליאן פוילישע אידן. וואס ברענגט מיר צו טראכן, ווי האלט מיר יעצט אין אמעריקע נומערן-ווייז, און צו וועט באחד מין הימים זיין א ברייטפארצווייגטע 'אידישע פראגע' אין אמעריקע?

ווי אימער אין די וועלט א מיניאריטעט שטייט ארויס צו שטארק, ווערן זיי אן אישו, וועט די אידישע באפעלקערונג אין אמעריקע - אדער ניו יארק - זיין א דיסקוסירטע אישו?

פארשטאנד » מיטוואך מערץ 17, 2021 9:59 am

· #468647
איך ווייס נישט. די נומערן קומט פון רפאל מאהלער.
אויב איז עס אקוראט, וועל איך צוטרעפן אז מ'רעדט פון קינדער.

אגב, די לינק אויבן איז אפדעטעד צו א פרייע ווערסיע פון די בוך.

תרמב » מיטוואך מערץ 17, 2021 4:25 pm

· #468676
מ’פלעגט מפיל זיין מער און כמעט יעדע משפחה האט געהאט אפאר פארשטארבענע קינדער, ס’איז פשוט נישט שייך געווען צו האבן מער, איך גלייב נישט אז ס’איז געווען במכוון

תרמב » מיטוואך מערץ 17, 2021 4:27 pm

· #468677
פארוואס דארף ווערן א אידן פראגע רח’’ל? סאיז עפעס דא אן אראבער פראגע דא אין אמעריקע? זיי וואקסן פונקט אזוי, אויב נישט שנעלער.