☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » זענט איר נאך נייגעריג אין פרישע קאראנא שטודיעס?

זענט איר נאך נייגעריג אין פרישע קאראנא שטודיעס?

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14514

מפיל קינד » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 8:27 pm

· #468412
זענט איר נאך נייגעריג אין פרישע קאראנא שטודיעס?
לאור די שטינק באמבע תגובה דא

[ציטאט אראפגענומען]

בין איך נייגעריג צו הערן דעם דעת הקהל, אויב איר זענט אינטערעסירט אין נאך שטינק באמבע אשכולות, מיט האר אויפשטעלנדע שטודיעס איבער וויאזוי מנהיגי ישראל האבן אונז פארראטן (אפי' על צד ס'איז אמת!) אדער צו גיין ווייטער אין לעבן און אויפהערן באשמיצן די גאנצע אידישע וועלט.

איך פארשטיי אז זיי זענען רוצחים און וועלן קיינמאל נישט ארויסגיין פון גן עדן, אבער פארוואס איבערקייען צואה און זיך ווייקן אין יענעמס דורכפעלער טאג און נאכט?

דער עולם איז מיט מיר אדער נישט?

תרמב » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 8:32 pm

· #468413
איך בין נישט ממש מיט דיר, אז דו האסט נישט ליב וואס ער שרייבט, לייען עס נישט, אבער דאס יא, קאראנע גייט מיר שוין פון די נאז, מיט אלע שטודיעס, און ברעקינגס.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 14, 2021 5:04 am

· #468488
איך בין אויך פארווע, הגם כ'וואלט געקענט באשטיין צו אויפהערן, אבער למעשה אינטרעסירט עס מיך נישט און שטערט מיך נישט... האועווער, איך זעה נישט וואס איז אזוי ראנג מיט הקטנ'ס באמבעלעך.

קנדה » מאנטאג מערץ 15, 2021 12:32 am

· #468535
Re: זענט איר נאך נייגעריג אין פרישע קאראנא שטודיעס?
איך בין אזוי נייגעריג צו למעשה העלפן די לאקדאונס צו די קאראנא איז סייענטיפיק מער שעדליך ווי אנדערע וויירוסעס ווייל איך ווער influenced פון אונזערcommunity וואס האלט זיך העכער די טבע און העכער א יעדן איינעם

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk