☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » היסטארישע שבת - וויזניץ

היסטארישע שבת - וויזניץ

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14510

good news » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 12:35 am

· #468348
היסטארישע שבת - וויזניץ
די שבת גייט זיין זייער היסטאריש אין מאנסי. אלע אכט רבי'ס גייען זיין אינאיינעם לכבוד שבת יארצייט פון זייער טאטע. די שוהל ווערט ספעציעל צוגעגרייט און פארברייטערט צו אקאמענדירן דעם גרויסן ציבור. ווער עס האט בילדער, נייעס און באריכטן, זאל ביטע מעלדן פארן עולם.

יין שרף » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 12:48 am

· #468349
תן חלק לשבעה וגם לשמונה..
📎 IMG-20210310-WA0052.jpg

תרמב » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 8:46 pm

· #468419
איך האב געזעהן א ווערטל וואס איז ארומגעפארן, אז לעצטע וואך איז געווען די יארצייט פון די שווער פון אלע רבי’ס (ר’ משה’לע), די וואך גייט זיין די יארצייט פון די טאטע פון אלע רבי’ס (ר’ מאטעלע).

מפיל קינד » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 8:53 pm

· #468421
דער נעפיו מוויזניץ בארא פארק גייט מסתמא באקומען גלילה שבת נאכמיטאג אדער הגבהת הכוס ביי הבדלה...

ס'גייט זיין אינטערעסאנט מיטצוהאלטן אזא טיש ליל שבת, נישט ווייל אכט בעקיטשעס גייען זיצן אינאיינעם, נאר די 8 מאל קידוש, די כיבודים, תורה זאגן, גייט זיין אינטערעסאנט מיטצולעבן.

אבשלום בן מעכה » זונטאג מערץ 14, 2021 2:41 pm

· #468501
עפעס נייעס פון שבת?

cictim » זונטאג מערץ 14, 2021 2:55 pm

· #468502
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2667638#p2667638">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 8#p2667638</a>

אבשלום בן מעכה » זונטאג מערץ 14, 2021 3:05 pm

· #468503
ס'אמת אז מאנסי רבי האט געהייסן זיינע חסידים מאכן א תענית דיבור דעם שבת? - ער איז גוט!

nespresso » מאנטאג מערץ 15, 2021 7:24 pm

· #468575
Re: היסטארישע שבת - וויזניץ
אבשלום בן מעכה
ס'אמת אז מאנסי רבי האט געהייסן זיינע חסידים מאכן א תענית דיבור דעם שבת? - ער איז גוט!
ער האט געבעטן די בחורים צו מאכן איין מאל א וואך א תענית דיבור גארנישט מיט די וואך

Sent from my SM-A015V using Tapatalk

nespresso » מאנטאג מערץ 15, 2021 7:25 pm

· #468576
Re: היסטארישע שבת - וויזניץ
אבשלום בן מעכה
עפעס נייעס פון שבת?
די נייעס איז אז עס איז נישט דא קיין נייעס וואס דאס איז א חידוש

Sent from my SM-A015V using Tapatalk