קעניג קאומא - פיינט אדער פריינט
27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14504
קעניג קאומא - פיינט אדער פריינט
דא איז נישט געוועהן א אשכול וואס רעדט וועגן דער לעצטע באשולדיגונגען קעגן דער גאווערנער, בקיצור ער ליידט אויך צוויי פראנטן, איינס, די נערסונג האום סקאנדאל, אז ער האט געטוישט די נומערן פין די געשטארבענע, סיי צו דער צבור, און סיי צו דער אַסעמבלי. צוויי, די פרויען וואס קומען קאמפלעינען מיט סעקס באשולדיגונגען.
דער נערסינג האום סקאנדאל מאכט שטיקעל סענס, מען ווייסט שוין דערפין א לאנגע צייט, ביז דער די עי האט עס פיינאלי אויך געזאגט, און דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן זיין אמת'ע נפילה.
די פרויען וואס קומען קעגן אים, זאגען באמת גאר קליינע באשולדיגונגען, קיינער איז נישט למעשה, אלץ איז אזעלכע זאכען וואס מען האט אויך געוויסט ביז היינט. און פרעזידענט ביידען האט געטוהן דער זעלבע, און עס זעהט נישט אויס ווי די דעמאקראטען אלץ א פארטיי באדערט באמת אזא סארט הנהגה.
נאר וואס דען?
עפעס איז דא געשעהן וואס די חברה האבן זיך אנגעקלערט אז עד כאן. מען גייט דער קאומא מסדר זיין.
דאס איז נישט קיין קאנספיראציע, דאס איז א דבר ברור וואס מען דארף זיין בלינד צו גלייבען אז עס איז באמת די צוויי סקאנדאלן וואס זענען פונקט יעצט ארויסגעשווימען.
וואס דער סיבות זענען, דאס קען זיין דמיונות און חלומות.
ווייסט איינער וואס דא איז געשעהן? פארוואס האבן די דעמאקראטען אזא שנאה באקומען צו דער קאומא?
מאנכע זאגן אז די דעמאקראטן זוכן די פרויען באשולדיגונגען כדי צו פארדעקן די נורסינג האום סקאנדאל, ווייל נאך אפאר דעמאקראטישע גאווערנארס האבן ענליכע קאוויד סקאנדאלן. אויב ער גייט פליען צוליב דעם, גייען אנדערע אויך ליידן. דעריבער ווילן זיי אויסדרייען די מעשה און פאקוסירן אויף די פריוואטע שמוץ.
ווער קען שטיין אין וועג פאר קאמאלע-הערעס און די לינקע אגענדע?!?
הע??!!
מען דארף אים מאכן אימשעדליך בעצייטנס 2024 איז אראנד-די-קארמער
ווער ס'האט מיטגענאלטן זיין דרשה ביים קאנווענשען וואו ער האט נאר גערעדט פין זיך און די לעצטע סקאנדעס נאר אינדארסט ביידן
איך האב שטארק פיינט דער קאומא.
אבער. פאר ווער ס'האט די אויגן אפען זעהט אז די גאנצע אקציע איהם אראפ צו ברענגען איז א סטראטעגישע איבערווארף וואס איינער מיט מער כח ווי איהם דרייט אן. און ס'איז קלאר אז די סיבה אונטער דעם איז נישט סעקסואלער באלעסטיגן און אויך נישט די ברוטאלישע מערדערייען וואס ער האט אויסגעפירט. דעריבער ווייס איך נישט צו ס'איז גוט אדער שלעכט אז מ'ווערט פון איהם פטור.
נאך איין זאך איז זיכער אז ער האט זיך קע''ה אויפגעבויט אסאך שונאים איבער די יארן. און דאס העלפט אסאך ארויס זיין מצב.
לדעתי. זאל ער נישט גיין. ס'איז נישט יושר צו מאכן איינער אויפגעבן א פאזיציע בלויז אויף באשולדיגן.
רבי האסידיק אויף טוויטער זאגט אז די דעמאקראטען טוען עס וויל אזוי וועלען זיי נאכדעם טוהן די זעלבע זאך צו ביידען, אזוי אז העריס וועט ווערען פרעזידענט.
סאיז א אגענדע פון די שטארק לינקע און ליבעראלע דעמאקראטן בראשות AOC
קאומא האט זיך זיינע פעלערן און אונזער קאמיוניטי האט אים ליב צו האסן אבער מכאפט זיך נישט אז נאך אים קען קומען סאך ערגערס, מוולעמיר זיך בענקן נאך קאומא איין טאג
מייקל סעוועזש טענה’ט אז זיי ווילן אריינברענגען מער ראדיקאלע לינקע אנשטאט די וואס זענען יעצט אין טשארזש, וועגן דעם ווילן זיי אונטערברענגען קאומא און ניוסעם,
גראדע איז אפירגעקומען נאך עפעס קעגן קאומא, אז ער האט ארומגעפאטשקעט עפעס מיט די מאריא קאומא בריזש, אז ס’רעגנט גיסט.
גארנישט אפיר געקומען וועגן דער בריק. ס'איז אלטע פארשימעלטע סחורה וואס זיי האבן אצינד ארויסגענומען פון די שאפע זעהנדיג אז די אנדערע געווער זייערע האט נאכנישט אויסגעפירט. ס'איז צייט מיר זאלן איינערקענען אין די פאלשקייט פונעם פרעסע.
כלבאשבועסאיז א אגענדע פון די שטארק לינקע און ליבעראלע דעמאקראטן בראשות AOC
קאומא האט זיך זיינע פעלערן און אונזער קאמיוניטי האט אים ליב צו האסן אבער מכאפט זיך נישט אז נאך אים קען קומען סאך ערגערס, מוולעמיר זיך בענקן נאך קאומא איין טאג
צו טראמפּ בענקט איר זיך נאכנישט?.......
קורקלענדכלבאשבועסאיז א אגענדע פון די שטארק לינקע און ליבעראלע דעמאקראטן בראשות AOC
קאומא האט זיך זיינע פעלערן און אונזער קאמיוניטי האט אים ליב צו האסן אבער מכאפט זיך נישט אז נאך אים קען קומען סאך ערגערס, מוולעמיר זיך בענקן נאך קאומא איין טאג
צו טראמפּ בענקט איר זיך נאכנישט?.......
אבסאלוט נישט, כמיין אבער אז CNN בענקט זיך
אטורני דזשענעראל לעטישא דזשעימס מעלדט אז איר אויספארשונג צייגט אז קאומא איז טאקע באגאנגען די פארברעכן.
שטארקע פאליטיקאנטן זענען ארויסגעקומען מיט א רוף פאר א קאומא רעזיגנאציע איבערהויפט פרעזידענט ביידען.
ווארט מיר צו זעהן וואס וועט זיך אויסלאזן דא.
איך האב הנאה אז קאומא כאפט אריין אין באבנס באבן אריין, ווייל איך האב אים פיינט פאר פארשידענע סיבות, אבער איך קען נישט פארשטיין פארוואס ביידען און אלע דעמאקראטן ווארפן אים אונטערן באס, וואס זענען זיי אזוי ברוגז אויף אים, ס’קוקט אויס ווי זיי האבן געווארט אים צו צופליקן אויף שטיקער, ער איז דאך געווען א שטיצער פון ביידען, איך האב אלץ געמיינט אז די רעפובליקאנער זענען מעהר עלול צו טון אזעלכע זאכן.
זיי ווילן אים ארויסזעהן אויף די 'מיסבאהאנדלן איינגעשטעלטע' סקאנדאל, ווייל אויב נישט גייט עווענטועל צירוק ארויפשווימען זיין אנדערע סקאנדאל, דהיינו דאס מיאוס באהאנדלן די מגיפה, און בעיקר אין די נורסינג האומ'ס, און די מעשי רציחה האט פאסירט ביי נאך עטליכע דעמאקראטישע גאווענער'ס, און דעמאָלט גייט די פראבלעם זיין פיל ערגער.
אינטרעסאנט איז אז די אלע יחידים און גרופס וועלכע האבן הנאה געהאט פון דעם גאווערנאר ענדרו קואמא ווען ר'איז נאך געווען ברומו של עולם. וויללן איהם נישט קענען בעת צר...!
דער גרעסטער דזשאוק איז אז דער גרויסער צדיק און טויגליכער מעיאר פון נ.י. סיטי בילל דע בלאזיא יר"ה רופט פאר זיין באלדיגע רעזיגנאציע...! ווען ער וואלט געהאט א ביסל שכל וואלט ער זיך באגראבן זיין פנים פאר בושה. ער האט גענומען א שטאט וועלכע האט גוט פונקציאנירט, סיי אונטער דעם מעיאר רודי דזשוליאני. און אויך אונטער בלומבערג. און ער האט עס אינגאנצן חרוב געמאכט. אריינגערעכנט די עקאנאמיע. ער האט חרוב געמאכט די פאליס און זייער כח א ביסל אפצושרעקן די ווילדע קרימינאלן וועלכע זענען א טייל פון די אפרא-אמעריקאנער באפעלקערונג. און ער שטעלט נאך א פנים ווי א תם. צוערשט האט ער געזאגט אז די שטאט איז זייער ..."סעיף"...נאכדעם האט ער שוין מודה געווען אז ..."מ'מוז עפעס טון"...אפצושטעללן די ווילדע קרימינאלן וועלכע שרעקן זיך פאר גארנישט...!
מען דארף אויך געדענקען דער יד השם, ער האט גערעדט מיט א גאות קעגן דער אויבערשטער, ובלשון טומאתו
GOD DIDN'T DO IT
כאפט ער יעצט זיינע עשר מכות שלא כדרך הטבע
די נארישע מעשה'לעך מיט די פרויען זענען שטותים
א. ער טוט עס שוין פין לאנג
ב. מען רעדט פין גארנישט געפערלעך.
איך וואלט געוואלט נישט געגלייבט די פרויען וואס זאגט דאס אפיציעל.
כן יאבדו כל מנאציך.
שנעל זאל איינער מוחה זיין אז ר'בערל זאגט אז עס איז דא אפרא-אמעריקאנע פארברעכער.
דיבלאזיא פארשטיי איך הונדערט פראצענט, קאומא האט אים גענוצט פאר א פאנטשינג בעג, ער האט אריינגעהאקט אין אים וויפיל ער האט געקענט, יעצט אז ס'האט זיך געמאכט א געלעגנהייט פאר די מאיאר צו טון אביסל נקמה זאל ער זיך נישט צוכאפן דערצו? ס'איז דאך די זיסטע זאך וואס ס'איז דא....
די צוויי פארטראגן זיך שוין נישט פאר לאנגע יארן, נאך פון ווען זיי ביידע האבן געארבעט אין די קלינטאן אדמיניסטראציע.
און צווייטענס, דעבלאזיא'ס טערמין אלס מעיאר ענדיגט זיך און עטליכע חדשים, איז מיט קאומאו אינדרויסן, קען ער לויפן פאר גאווענער.
ביי ביי קעניג קאומא
ברוך שפטרנו!
Re: קעניג קאומא - פיינט אדער פריינט
תרמבברוך שפטרנו!
איך האף אז דער וואס קומט יעצט זאל נישט זיין ערגער ווי קאומא די לעצטע תקופה וואס ער איז געווען א לעם דאק
ס'האט דיר ערגעץ געשטערט אין דיין לעבן?
יחי אדונינו!
📎 king-cuomo.jpg
nespressoתרמבברוך שפטרנו!
איך האף אז דער וואס קומט יעצט זאל נישט זיין ערגער ווי קאומא די לעצטע תקופה וואס ער איז געווען א לעם דאק
ערגער לגבי? אידישקייט, לכאורה נישט, יעדער גייט זיין בערך די זעלבע, אידן זענען צו מאכטפול אין 'ניו יארק'ס היינט צוטאגס, און יעדע פאליטיקאנט דארף אונזערע שטיצע, לפּחות ביז ווילאנג ער קען לויפן פאר נאך א טערמין.
לינקער, לכאורה יא, 'קאומאו' איז געווען היבש א מעסיגער, 'פרוי האוקעל' איז אויך אבער זי גייט פראבעבלי נישט בלייבן פאר צו לאנג.
היה פעם.
Re: קעניג קאומא - פיינט אדער פריינט
ער איז נאכנישט פארטיג מיט ניו יארק..... אדער מעיאר אדער נאכאמאל גאווערנאר.
אפשר וועט ער מאכן עפעס סדר דא אין שטאט
REPORT: Former NY Governor Andrew Cuomo is plotting a political comeback, sources tell NY Daily News. He's been secretly meeting with influential labor leaders, fueling speculation about his plans.
Cuomo has been discussing city and state governance failures with union leaders, potentially targeting Mayor Adams and Governor Hochul.