☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » אשכול אן א טיטל #14503

אשכול אן א טיטל #14503

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14503

— » מאנטאג מערץ 8, 2021 5:51 am

· #468174

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

פיינע פלייכעס » מאנטאג מערץ 8, 2021 7:41 am

· #468179
אוודאי פארוואס נישט, קום נאר אריין קלאר מיט עפעס א געשמאקע סוגיא, אז ס׳זאל זיין אינטערסאנט, נישט טיפת חלב, דבר שיש לו מתירין, הואיל. אדער איינע פון דעי אנדערע אויסגעדראשענע אינגערישע סיגיות, וואס מען האט געבלעטערט און סענדס סטריט פאר די קרעפל פשעטל פונעם רבין

אישתישבי » מאנטאג מערץ 8, 2021 8:01 am

· #468181
אז מען רעדט פין הואיל, קען מען זאגען הואיל לגבי שבת?

למשל, די קאנסערוואטיוו אידן האלטען אז מען מעג פארען א קאר אין שבת, אבער נאר אין בית המדרש. קומט דאך אויס, אז מען מעג פאר אלעס פארען א קאר, הואיל טאמער איך וועל פארען אין בית המדרש.

אישתישבי » מאנטאג מערץ 8, 2021 8:07 am

· #468183
איך דערמאן מיך א ווערטעל פין ר' מאיר צוויבל שליט"א

באמת וואלט מען געדארפט מתיר זיין אלע איסורי שבת צוליב הואיל, הואיל עס וואלט געוועהן א חולה שיש בו סכנה וואלט אלס געוועהן מותר. זאגט תוס' אז א חולה שיש בו סכנה איז נישט שכיח. דאס מיינט דער פסוק, כי לא יטוש ד' את עמו, דער אויבערשטער פרוסט נישט אידישע קינדער, און מוז אויסהיילן אלע חולאים, פארוואס? ווייל אויב נישט וועט דאך זיין חולאים שכיח, און עס וועט נישט זיין קיין שבת, בעבור שמו הגדול, איז שבת, ווייל שבת שמא דקודשא בריך הוא, כי הואיל, ווייל אויב נישט וועט מען זאגן הואיל.