☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אשכול אן א טיטל #14502

אשכול אן א טיטל #14502

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14502

— » מאנטאג מערץ 8, 2021 5:43 am

· #468173

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

מארמאראשער » מאנטאג מערץ 8, 2021 7:10 am

· #468175
ער איז די זעלבע אלטע גנב, די קונטרסים וואס ער טיילט איז גניבה וגזילה

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

פיינע פלייכעס » מאנטאג מערץ 8, 2021 7:31 am

· #468178
פארוואס מעג ברסלב ארום גיין טיילן זייערע קונטרסים און שיטות, און סאטמער נישט, אתמהה

מארמאראשער » מאנטאג מערץ 8, 2021 5:01 pm

· #468225
ווייל די מוציא לאור פון לשון קדשו גיבט אים נישט קיין רעכט
זיין ביטער שווערע ארבעט שיסט ער ארום און בענק און שמות באקסעס, און ער פלאנט ארויסצוקומען מיט א ספר דערפון ממילא וויל ער נישט מזאל ארויסגעבן צוזאמגענומענע בענדער פון פארגאנגענע יארן

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

אינטערסאנטער » זונטאג יוני 6, 2021 10:44 am

· #474801
אויך טענה'ט דער מוציא לאור אז דורכדעם וואס יאסי טיילט ארום די קונטרסים קען ער נישט גיין נאך געלט ארויסצוגעבן די תורות ווייל יעדער זאגט אז מען באקומט דאך דאס אומזינסט.

עפעס א שמועה איז געווען אז ער האט גערופן יאסי צו דין תורה און יאסי וויל נאר גיין צו נאווארדיק, און דערווייל ספענט יאסי שווערע געלטער אויסצוטיילן די געגנב'טע קונטרסים.

מאנטריאל » זונטאג יוני 6, 2021 11:36 pm

· #474896
געהערט עפעס האב איך אז דער מוציא לאור פון לשון קדשו בעצם נעמט עס פון ערגעץ ווי עס איז שוין לאנג צוריק אראפגעשריבן.
די גאנצע חידוש פון לשון קדשו איז זיינע הארות ממילא יוסי בראך סך הכל נעמט ער ארויס אלע הארות און ער איז א גונב אחר הגנב אין ערגסטן פאל.

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

אינטערסאנטער » זונטאג יוני 6, 2021 11:55 pm

· #474897
מאנטריאל
געהערט עפעס האב איך אז דער מוציא לאור פון לשון קדשו בעצם נעמט עס פון ערגעץ ווי עס איז שוין לאנג צוריק אראפגעשריבן.
די גאנצע חידוש פון לשון קדשו איז זיינע הארות ממילא יוסי בראך סך הכל נעמט ער ארויס אלע הארות און ער איז א גונב אחר הגנב אין ערגסטן פאל.

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

די פארשטייס וואס די שרייבסטו? דער לשון קדשו לייגט דאך אריין א געוואלדיגע ארבעט מיט די הערות, עס קאסט אים זיכער ממון ודמים, און דאס איז מיט רשות פון שווארץ פון קרית יואל וואס גיבט דאס ארויס אן די הגהות. ווי קומט יאסי בראך דאס צו גנב'נען פון אים זיין בלוט און שווייס ארבעט.

און יאסי מאכט פשוט קאפי'ס פון וויינשטאק'ס ארבעט "מיט די הערות" און אזוי פארשפרייט ער עס.

די ביסט דאך פון מאנטריאל, און דארט קומט אפשר נישט אהן יוסי'ס גניבה קונטרסים,האביר כאפ א שמועס מיט יודא לייב וויינשטאק דער מוציא לאור, וואס וואוינט דאך דארט, ער וועט דיר אלעס פארציילן.

אגב, יאסי בראך איז ארגינעל פון מאנטריאל, ער האט אמאל דארט אנגעפירט פארשידענע מערכות, ער האט מיט זיך א לאנגע היסטאריע

וואסער » מאנטאג יוני 7, 2021 12:35 am

· #474901
מאנטריאל
געהערט עפעס האב איך אז דער מוציא לאור פון לשון קדשו בעצם נעמט עס פון ערגעץ ווי עס איז שוין לאנג צוריק אראפגעשריבן.
די גאנצע חידוש פון לשון קדשו איז זיינע הארות ממילא יוסי בראך סך הכל נעמט ער ארויס אלע הארות און ער איז א גונב אחר הגנב אין ערגסטן פאל.

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

איך האב בכלל נישט קיין אנונג איבער די נושא, גראדע ביז יעצט געמיינט אז דאס איז מיט רשות. (אפשר טאקע)
אבער דאס וואס די שרייבסט אז ער נעמט ארויס אלע הארות איז פשוט שקר, שוין דורך געלערנט אסאך פון די קונטרסים סיי די לשון קדשו און סיי די דברי יואל פון יאסי, עס איז אקאוראט די זעלבע גארנישט ארויסגענומען.

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג יוני 7, 2021 7:45 am

· #474914
לשון קדשו איז די אריגענעל נישט פוו שווארץ, עס איז איבערגעארבעט יעדעס ווארט, צוגעלייגט צווישן די שורות וכו׳

איך האב געמיינט אז יאסי האט רשות צו איבערדריקן די אלטע
אויב נישט איז עס פלעינע גניבה

קיינער קוקט נישט אריין דערין סייווי, אזוי מיין איך

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

ששון ושמחה » מאנטאג יאנואר 10, 2022 11:01 am

· #491214
.
📎 556.jpg

מאנטריאל » מאנטאג יאנואר 10, 2022 11:04 pm

· #491286
וואסער
מאנטריאל
געהערט עפעס האב איך אז דער מוציא לאור פון לשון קדשו בעצם נעמט עס פון ערגעץ ווי עס איז שוין לאנג צוריק אראפגעשריבן.
די גאנצע חידוש פון לשון קדשו איז זיינע הארות ממילא יוסי בראך סך הכל נעמט ער ארויס אלע הארות און ער איז א גונב אחר הגנב אין ערגסטן פאל.

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

איך האב בכלל נישט קיין אנונג איבער די נושא, גראדע ביז יעצט געמיינט אז דאס איז מיט רשות. (אפשר טאקע)
אבער דאס וואס די שרייבסט אז ער נעמט ארויס אלע הארות איז פשוט שקר, שוין דורך געלערנט אסאך פון די קונטרסים סיי די לשון קדשו און סיי די דברי יואל פון יאסי, עס איז אקאוראט די זעלבע גארנישט ארויסגענומען.
אמת איך האב געמאכט א טעות עס איס די זעלבע זאך ווי לשון קדשו עס איז טאקע גניבה לכאורה

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

yatzmachp » דינסטאג יאנואר 11, 2022 10:00 pm

· #491394
אויב איינער קען מיר מסביר זיין. איז נישט לשון קדשו נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט פונעם טעיפ? אויב איז עס פונעם טעיפ ווער האט די רעכטן צו דעם? אויב איינער לייגט צו הארות איז ער סך הכל בארעכטיגט צו די הארות אבער דאס געט אים נישט קיין רעכט צום עיקר. און אויב איינער דריקט דעם עיקר אן די הארות איז עס נישט קיין עוולה. סך הכל איז עס ווי דריקן א סידור. קיינער האט נישט קיין רעכט צום עיקר טעקסט

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג יאנואר 11, 2022 10:11 pm

· #491395
yatzmachp
אויב איינער קען מיר מסביר זיין. איז נישט לשון קדשו נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט פונעם טעיפ? אויב איז עס פונעם טעיפ ווער האט די רעכטן צו דעם? אויב איינער לייגט צו הארות איז ער סך הכל בארעכטיגט צו די הארות אבער דאס געט אים נישט קיין רעכט צום עיקר. און אויב איינער דריקט דעם עיקר אן די הארות איז עס נישט קיין עוולה. סך הכל איז עס ווי דריקן א סידור. קיינער האט נישט קיין רעכט צום עיקר טעקסט


יאסי דריקט עס מיט די הערות

געדאנקן » פרייטאג פעברואר 4, 2022 1:33 am

· #494107
אינטערסאנטער
און דאס איז מיט רשות פון שווארץ פון קרית יואל וואס גיבט דאס ארויס אן די הגהות.

ביסט זיכער מיט דעם? שמעתי אז ער האט יא עפעס טענות אויף אים.

חב''ד הויזן » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 2:47 pm

· #511197
ווען די סצענע וועט זיך עפענען וועלן מיר זיך געפינען אין ראדני צוואנציג יאר צוריק....!

יאסי בראך האט נעכטן נאכט גערופן פאליציי אין ראדני נאכדעם וואס יעקב שמשון גאלד האט אים אנגעשלאגן.

והעיר שושן צהלה ושמחה!