שיהא פיך וקולמוסך שווים
בין איך ראנג? זעמיר דען באצאלטע צייטונג שרייבער? ארבעטן מיר דען אין מעלות? אפשר איז צייט צו קאטן די באלאני?
---------------------------------
איך בין געווען היינט אין 'געשעפט' (סטאר בלע"ז) און צו מיין פרייד (ווען האסטו דאס לעצטע מאל געזאגט פאר איינעם "צו מיין פרייד"?) זעה איך מיין אלטער גוטער פריינד (פרענד
בלע"ז).
שוין איך קום (כ'קום בלע"ז) אהיים זעה איך ווי דאס גאנצע הויז פליעט, איך האב (כ'האב) זיך זייער געעגבערט (עגבערט? אפשר מיינסטע אינגבער?-- גערעגט בלע"ז)
אה שלום עליכם נייער ניק, וואס מאכט איר (וואס מאכסטע! בלע"ז) פילט אייך היימיש דא (פיל זיך היימיש דא)
ער פרעגט מיר וויזוי איך גלייך די אטמאספערע... זאג איך אים (זאגעכעם) געלויבט דער פון אויבן (ב"ה בלע"ז)
א גוטן שבת (טשאבעס! בלע"ז)
טעלעפאןדיסלייק x 100
איר מיינט אוודאי צו זאגן אז איר גלייכט עס נישט הונדערט מאל
זר, אז מיר רעדן ווי אמעראצים מיינט נאך נישט מיר קענען נישט האבן א סאפיסטיקירטע שפראך ביים שרייבן.
נו אפשר נעמט מען זיך רעדן ווי פראפעסיאנאלן?
ווער עס פארשטייט א ווארט וואס דא שטייט זאל ביטע אויפהייבן זיין הענט.
זר זהבנו אפשר נעמט מען זיך רעדן ווי פראפעסיאנאלן?
ווער זאגט איך רעד נישט ווי א פראפעסיאנאל?
אויש! ס'וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו רעדן מיט דיר! כ'האב אבער נישט אזויפיל צייט...........
נאכן אריינטראכטען ר' זר, דאכטזעכמער אז כ'פארשטיי שוין יא אויף וואס די באציסטזיך,(כ'אב אנגארישע דזשינס) נו, קודם ס'יז "קאווע שטיבל לענגוויטש", והשנית, רוב קאווע שרייבערס, שרייבן פון זייער "טאשן קאמפיוטער", נו ז'גרינגער ז'מען שרייבט בדרך קצרה.
ר' איך אויך, נערע זומיע, איז פויליש מיינט "כ'פארשטיי נישט", געהערט כמה פעמים פון די פוילישע שקראבעס וואס ארבייטן ביי אונז.
קווארטין, איך פארשטיי אז ער וויל אז יעדער זאל לכתחילה שרייבן מייט די דרך קצרה, גענוי ווי מ'רעדט.
הענס די קעפל, שיהא פיך וקולמוסך שווים.
אוי יוא וועט נעמען צייט אפצוליינען אפאר שרות
פאר אנעקזעמפעל
כבין געווענאפען באסיז משיענקל ארויפגעקןמיזיינבוחרל וכו...
"אלענפאס"[איך זאג עס גוט?] ס'מיינט עניוועיס,
"פארט"איז עס, איינער ווייסט וואסעמיינט?
"איינצוגוואז" וואס מיינט עס?
איינער האט נאך ווערטער?ווער האט געמאכט די אלע משוגענע ווערטער? די שטערן אדער מנחם מענדל?אדער די מלמדים?זאגסט אלע צוזאמען ואשה א פייערהאפער ,והנה און אט,
באחו און די ווי...זע!!
אלענספאל מיינט אין יעדע פאל. ווי איינער זאל זאגן נו לאמיר הערן די באטטאם ליין, נישט קיין חילוק וויאזוי מ'איז דא אנגעקומען...
פארט מיינט דאך
איינצוגסוואז מיינט באזונדער
זר זהבאלענספאל מיינט אין יעדע פאל. ווי איינער זאל זאגן נו לאמיר הערן די באטטאם ליין, נישט קיין חילוק וויאזוי מ'איז דא אנגעקומען...
פארט מיינט דאך
איינצוגסוואז מיינט באזונדער
וואס מיינט באחו האסטע נישט מסביר געווען 😂
דאס דאפסטע פרעגן אייזיק וויזעל...
נאר פון אים הערן ביים עסן אויף די מייק, ער איז נישט געווען מיין מלמד... ביים עסן האט ער געהאט די מייק אין לאנטש רום, זיין אויפרוף אז ווער עס זעהט מער ווי 2 לויזע אייער ביים חבר זאל ער צוקראכן די דריטע... ליגט מיר נאך אין די ביינער.