גאווערנערס הייבן שוין צי עפענען סטעיטס אפיציעל
טעקסעס גאווערנאר זאגט אז די מאסק מאנדאט ענדיגט זיך מארטש 10' און אלע ביזנעסערס קענען זיך געהעריגט צוריק עפענען, נאכפאלגענדיג מיט מיסיסיפי גאווערנאר וואס האט געמאלדן אז אלע מאסק מאנדאטן גייען אראפ און אלע ביזנעסער קענען זיך עפענען שוין אויף מארגען.
אונזער ישועה וועט קומען ווען די דעמאקראטן וועלן זיך באקראצן, וואס דאס קען נאך נעמען אסאך צייט.
פרעזידענט ביידען האט רעאגירט צו די באשלוס פון די שטעט טעקסעס און מיסיסיפי צו צוריקעפענען אלע ביזנעסער, "אז ס'איז א גרויסע טעות..."
ברעיקינג: די "סי די סי" האט געמאלדן אז וואקסינירטע אמעריקאנע וועלן זיך קענען פארזאמלען אין געביידעס, אן קיין מאסקעס.
די יעצטיגע פלאן צו עפענען די סטעיט נאך קאוויד איז אז יעדער וועט באקומען א ווירטואלע פאספארט מיט א QR Code מיט זייערע קאוויד דעטאלן און מיט דעם וועט מען קענען אריינגיין אין פובליק פלעצער.
📎 photo_2021-03-03_19-17-31.jpg
און ארץ ישראל און אין אייראפע איז אריין אין קראפט א 'גרינע פאספארט פראגראם' וואס גיבט אלע וואקסאנירטע א גרינע קארטעל, וואס מיט דעם קען צוריקגיין מער ווייניגער צום נארמאלען לעבנסשטייגער.
אגב האט ביבי נתניהו געזאגט, אז אויף מאי למספ' וועט די לאנד שוין צוריק גיין צום נארמאל. און אויף קימענדיגע זינטאג וועט שוין ווערן אריינגעלאזט אין לאנד צוויי טויזענט מענטשען א טאג (ביז יעצט איז נאר געווען 200).
ברעיקינג: דעמקראטישע גאווערנאר פון קאנעטיקעט מעלדט אז ער נעמט אראפ אלע באגרעניצונגען פון רעסטעראנטן ביזנעסער בתי מדרשים און אלע אינדאר צוזאמקומען אנגעהויבן פון מארטש 9'.
ברעיקינג: די סי-די-סי זאגט אז די וועלכע זענען שוין וואקסינירט קענען זיך צונויפזאמלען מיט אנדערע וועלכע אין א קליינע ריזיקע פון באקומען דעם וויירוס אן מאסקעס, אבער אין פובליק זאלן זיי יא באדעקן זייערע געזיכטער.
אין די פאראייניגטע שטאטן האבן שוין 17% באפעלקערונג באקומען דעם ערשטן וואקסין שאט און נאנט צו 10% ביידע.
די רעפובליקאנער סטעיט ווייאמינג וועט אראפנעמען אלע קאראנע רעגולאציעס א שטייגער ווי מוזן גיין מיט מאסקעס און אנדערע קאראנע געזעצן.