☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » חודש שנים עשר הוא חודש אדר

חודש שנים עשר הוא חודש אדר

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14493

עובדיה » מאנטאג מערץ 1, 2021 10:10 pm

· #467715
חודש שנים עשר הוא חודש אדר
וועלעכע חודש אדר מיינט מען? האט דען המן געמאכט זיין גורל לויט דעם אידישע לוח, לויט דעם וואלט אויסגעקומען אז דער טאג איז געווען תלוי ועומד ווען בי"ד וועט מקדש זיין דעם חודש [עכ"פ אויב מ'נעמט אן ווי רוב ראשונים אז מ'האט אייביג מקדש געווען ע"פ ראיה] מאכט עס דען סענס אז מ'זאל שיקען בריווען צו אלע גוים און זיי זאלן זיך נאכפרעגען ווען ס'געפאלט אויס יג' אדר, נאר וואס דען לכאו' מיינט מען דעם בבלי'שן חודש אדר, כידוע אז שמות חדשים עלו מבבל ווי דער רמב"ן איז מאריך פרשת בא, לויט דעם איז בכלל נישט מוכרח אז ס'איז אויסגעפאלען אויכט אין דעם אידישען יג' אדר. דער שאלה איז צו מוז מען זאגען אז ס'איז יא פונקט אויסגעפאלען אין דעם אידישען יג' אדר [און ס'איז נישט קיין דבר רחוק ווייל ס'איז לכאו' געלאפען מער ווייניגער צוזאמען] אדער אפילו אז נישט מאכט מען א זכר צו דעם בבלי'שן יד' אדר מיט אונזער יד' אדר?

קורקלענד » מאנטאג מערץ 1, 2021 10:32 pm

· #467718
אדער אפשר איז די גורל געלאפן אויף די גויאישע חדשים מיט גוי'אישע נעמען נאר די מעשה ווערט פארציילט פאר אידן אויף די אידישע שפראך און לוח?

עובדיה » דינסטאג מערץ 2, 2021 12:08 am

· #467724
כ'הער נישט שלעכט אבער כ'מיין אז ס'איז נישט פשוט פשט.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מערץ 2, 2021 12:11 am

· #467725
דו ווילסט הערן פשוט פשט אדער דו ווילסט הערן א פשט וואס שטימט מיט׳ן פרומען נאראטיוו? לויט׳ן פשוט׳ן פשט האבן אידן אדאפטירט די נעמען פון די חדשים (ווי אויך א גרויסע טייל פונעם געבוי פונעם קאלענדער) פון די בבליים, די פרסיים האבן געהאט אן אנדערע סארט קאלענדער.

עובדיה » דינסטאג מערץ 2, 2021 2:52 am

· #467731
דאס אז די אידן האבן אדאפטירט די בבלי'שע נעמען האב איך דאך געשריבען, זאגסט אז אויך די געבוי פונעם לוח קען זיין, אבער לכאו' איז עס געלאפען אפגעריקט פונעם בבלי'שן לוח עכ"פ מיט עפעס שינויים פון עיבור החודש והשנה וואס איז תלוי אין בי"ד, אויסער אויב מ'וועט זאגן אז זיי האבן אינגאנצען אנגענומען דעם בבלי'שן לוח דלא כירושלמי אז ירמיה הנביא האט מעבר געווען און גלות, דאס וואס דו זאגסט אז די פרסיים האבן געהאט אן אנדערע לוח אפשר אין שושן האט מען נאך גענוצט דעם בבלי'שן אדרבה זאג דו פשט.

אישתישבי » דינסטאג מערץ 2, 2021 10:12 am

· #467753
עובדיה
דאס אז די אידן האבן אדאפטירט די בבלי'שע נעמען האב איך דאך געשריבען, זאגסט אז אויך די געבוי פונעם לוח קען זיין, אבער לכאו' איז עס געלאפען אפגעריקט פונעם בבלי'שן לוח עכ"פ מיט עפעס שינויים פון עיבור החודש והשנה וואס איז תלוי אין בי"ד, אויסער אויב מ'וועט זאגן אז זיי האבן אינגאנצען אנגענומען דעם בבלי'שן לוח דלא כירושלמי אז ירמיה הנביא האט מעבר געווען און גלות, דאס וואס דו זאגסט אז די פרסיים האבן געהאט אן אנדערע לוח אפשר אין שושן האט מען נאך גענוצט דעם בבלי'שן אדרבה זאג דו פשט.


לויט די חוקרים איז דער אידישער לוח צושטאנד געקומען אין מיטען בית שני.

קאצקע ציקער » דינסטאג מערץ 2, 2021 11:21 am

· #467766
[ציטאט אראפגענומען]

אלעס שטימט אבער די גוישע חודש אדר איז פונקט די צוועלעפטע חודש?