איך קום נארוואס אהיים פון בעקעריי מיט 3 שיינע גרויסע חלות נאר צו טרעפן 2 שיינע קריספי חלות אויפ'ן טיש. -- מיין שווער ברענגט אונז יעדע פאר וואכן קעיקס, חלות, קאלטס קאטס און נאך, מיין מי ימצא אפדעיט מיר געווענליך וואס מ'דארף נישט קויפן. היינט האט זי אבער פארגעסן.
וואס טוה איך מיט די 3 חלות? כ'האב נישט קיין פלאץ אין פריזער.
גוט וואך ווען איך זע דעס פאר שבת וואלט איך עס געקענט ניצן!!! איך האב געמיינט מיין ברידער גייט מיר קויפען חלות למעשה האט ער פארגעסן ווען נישט מיינע גיטע נעבערס וואלט איך געגעסן מצה דעם שבת
בעפאר איך האב געמופט פון מיין פיצעלע דירה צו א קליינע דירה האט מיין בני בית געדארפט הילף צום פאקן, בשעת איך בין געווען ביי דער ארבעט, איך האב אבער געוואלט ווייזן מיטגעפיל מיט די פרעשור פון פאקן, רוף איך אזוי העפליך אן מיין ב"ב מיט אן עקסטערע דאוז פון געפיל, אזוי ווי דער טעלעפאן ביי מיר אין שטוב האט זיך אויפגעהויבן, זאג איך מיט א הויך פרייליך קול העלאו האני האו איז יור דעי גאואינג? מיין שוועגערין וואס האט אויפגעהויבן דעם טעלעפאן - זייענדיג דארט צו העלפן - גיט א נערוועזע געשריי, הו אר יו? איך האב פארקנאקט דעם טעלעפאן און זיך איינגעוויקלט דאס פנים אין א טישו.
האסט פארשפעטיגט. עש"ק א האלבע שעה פאר'ן זמן, אויפ'ן וועג צוריק פון מקו' (די וואך בין איך געגאנגען פרי אין מקוה) האב איך באגעגנט א יונגערמאן וואס האט מאיזה סיבה נישט געהאט חלות אויף שבת און די בעקעריס זענען שוין פארמאכט. האב איך איהם אוועקגעגעבן די 3 חלות בשמחה. נ.ב.: די אויבנדערמאנטע פאנטאזיע איז גאר נישט קיין פאנטאזיע נאר בדידי הוו' עובדא.

א רחמנות אויף יענעם! געבסט אים חלות פון 4 חדשים צוריק עס האט מן הסתם געהאט מיין באבע'ס טעם

לאמיך דיר אראפלייגן די אמת'דיגע געשיכטע וועסטו זען אז ס'איז גארנישט קיין דזשאוק. איך בין נישט געווען דער "נותן" נאר דער "מקבל". אין מיין הויז איז געווען א שריפה ל"ע אין א פרייטיג. ווען איך האב מיך דערמאנט אז כ'האב נאכנישט קיין חלות אויף שבת איז שוין געווען א האלבע שעה פאר'ן זמן הדלה"נ. אין א ביהמ"ד איז געווען איבריגע דריי חלות וואס דער גבאי האט מיר געגעבן.