☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » NBC Nurses קאנטראווארסיע

NBC Nurses קאנטראווארסיע

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14488

כלבאשבוע » מיטוואך פעברואר 24, 2021 8:06 pm

· #467543
NBC Nurses קאנטראווארסיע
NBC איז אין הייס וואסער היות די לעצטע עפיזאד אויף Nurses ווייזט א סצענע פון א חסידישע איד וואס וויל נישט נעמען א פוס טרענספלענט פון א גוי און נאכדדערצו א פרוי ר״ל

אידישע גרופעס זענען שארף ארויסגעקומען און שרייען אז סאיז פלעין אנטיסעמיטיזם, NBC האט זיך געבראכן און געקענסעלט די עפיזאד
<a class="postlink" href="https://deadline.com/2021/02/nbc-pulling-nurses-episode-from-digital-platforms-after-criticism-over-orthodox-jewish-storyline-1234700300/">https://deadline.com/2021/02/nbc-pullin ... 234700300/</a>

די שאלה איז, אמת טאקע אז להלכה פירט מען זיך אז מנעמט יא בפרט במקום סכנה אבער רב עובדי׳ האט געהעריג געפסקענט אז מזאל ווארטן א לאנגע צייט פאר מנעמט פון א גוי און פאנעוויזשער רב האט בשום אופן נישט געוואלט נעמען בלוט פון א גוי, סאו, סאיז דא במציאות אידן וואס זענען מקפיד אויף דעם און סאיז נישט אזוי רחוק פון מציאות

א לעקוואדער צולייגט גיט די נושא
<a class="postlink" href="https://malimaalah.wixsite.com/offthederechthoughts/post/nbc-nurses-and-why-we-should-stop-calling-everyone-an-anti-semite">https://malimaalah.wixsite.com/offthede ... nti-semite</a>

עסקן בדברים » דאנערשטאג פעברואר 25, 2021 6:33 am

· #467551
צו ס' קען געשען צו נישט איז נישט די עיקר פאקטאר דא. וואס איז מער נוגע איז וויאזוי זיי (און בכלל די לינקע וועלט) באציען זיך צו אידן, די ליידענערס פון די גרעסטע צאל האס-קריימס, רעלאטיוו צו אנדערע מיינאריטעט-גרופעס. די פאקט איז אז בנוגע אנדערע מיינאריטעט-גרופעס איז נישט נאר נישט עולה על הדעת ארויסצוברענגען זייערס א נעגאטיווע stereotype (אפילו א אמת'ע, לו יצוייר אזא זאך), נאר אפילו זיי צו שפילן דורך אן עקטער וואס איז נישט קיין מעמבער פון זייער גרופע איז שוין א גאנצע אישו. (איך ווייס נישט אויב עקטערס דנן זענען אפיציעל פון א אידישן אפשטאם, אבער נישט דעס איז די עיקר דא). וואס האט געמאכט דעם צענע מער בולט ווי אנדערע ענדליכע נעגאטיווע שילדערונגען פון חרדישע אידן, אזויווי unorthodox, איז די לשון "goyim" (און בפרט דא וואו געניצט אומגרעמאטיש, וואו א איד וואלט געזאגט "גויאיש" אנשטאט "גויים") וואס הערט זיך ווי א געהעריגע ניאוי-נאצי לשון.
ס' טאקע נישט אינגאנצן א צושטעל צוצוגלייכן חרדישע אידן צו מער כללות'דיגע מיינאריטעט גרופעס, אבער לאמיר נעמען "חרדי'שע" מוסלעמענער. אויב איר קענט טרעפען ענדליכע נעגאטיווע שילדערונגען וועגען זיי (כאטש זיי זענען אסאך מער פארשפרייט אין די וועלט) אין מאוויס (און כסדר'דיגע נעגאטיווע ארטיקלען וועגן זיי אין די פרעסע, אזוי ווי די ניו יארק טיימס צ.ב.ש טוט כסדר וועגן חרידישע אידן) קענט איר טענ'ען אז ס' נישט דא קיין דאבל סטענדערד. אויב איז יא דא א דאבל סטענדערד, וואס איז עס אויב נישט אנטיסעמיטיזם?
ציווישן אונז דארפן מיר קאמפן קעגען אלע אונזערע שלעכטע מעשים וואס ברענגען אנטיסעמיטיזם כאטש אזוי שטארק ווי מיר קאמפן קעגן די וועלט'ס דאבל סטענדערד (טוישן אונזערע מעשים וועט פשוט אויפטון טויזנט מאל מער ווי פראבירן שטיל מאכען די וועלט), אבער טוב אשר תאחז בזה וגם מזה אל תנח ידך...

אישתישבי » דאנערשטאג פעברואר 25, 2021 7:09 am

· #467552
וויאזוי ווילסטו מען זאל טוישן למשל דער פסק פין עובדיה יוסף?

אדער וויאזוי קען מען טוישן דער פאקט וואס איז געשעהן אויף דער עראפלאן, אז חרידישע אידן נעמען פאלשע פאפירן צו קענען אריין גיין אין ארץ ישראל, און איך די און יעדער ווייסט אז מען טוט עס שוין זיין אנהייב קאראנא?

מציאות איז אונז זענען א אינטערעסאנטע פאלק, און כאטש אונז האבן פאזיטיווע מעלות אויך, זענען די פאזיטיווע זאכן עניינים וואס אונז טוהן אויף לטובתינו, פאר די וועלט זענען אונז פאראזיטן, אונז ניצען זיי אויס, העי זיי זענען דאך נאר דא פאר אונז, ניין? אקעי, לימוד התורה איז א טובה פאר די וועלט, לאמיר נישט פארגעסן, אבער ווען די גוים זאגן דאס וועגן אונז, זעהט עס נישט אויס ווי א פאזיטיווע זאך.

עסקן בדברים » דאנערשטאג פעברואר 25, 2021 8:29 am

· #467553
נישט אלעס קען מען טוישן אבער ס' דא גענוג וואס מ'קען

נײגעריגער » דאנערשטאג פעברואר 25, 2021 2:15 pm

· #467567
װאָס נעמט מען זיך אזוי צום הארצן פון א פיקטיװע שאָו? אלא מאַי, יש דברים בגו. ס'איז טאקע נישט רחוק מן המציאות פאר עמיצן אזוי צו טאָן.
טאָ פאררעכט קודם דיין איינגעגעסענע ראסיזם בעפאר שרייען קאָזאַק הנגזל..

אישתישבי » מאנטאג מערץ 1, 2021 1:54 pm

· #467672
ווי קען מען באקומען דער אריגינעלער זאך?