☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פרייע שכר לימוד אין ניו דזשערסי

פרייע שכר לימוד אין ניו דזשערסי

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14487

קורקלענד » מיטוואך פעברואר 24, 2021 11:59 am

· #467518
פרייע שכר לימוד אין ניו דזשערסי
זיי זאגן אז אין דזשערסי סיטי און אין לינדען איז נישטא קיין שכר לימוד. ווייסט איינער פארוואס? אונטער וועלכע פראגראם? וויפיל מעג מען פארדינען? פארוואס לעיקוואד נישט?

מפיל קינד » מיטוואך פעברואר 24, 2021 1:48 pm

· #467524
לעיקוואוד נוצט דעם פראגראם אויסצוהאלטן בית מדרש גבוה און די ארימע בני תורה צאלן ממון ודמים פאר שכר לימוד. משא"כ די אנדערע געגנטער נוצן דעם פראגראם פאר שכר לימוד.

מען קען פארדינען גאר שיין צו באקומען די ווואוטשערס, דאכט זיך אפי' מער פון מאה אלף.

קורקלענד » מיטוואך פעברואר 24, 2021 2:16 pm

· #467525
האט איינער אינפארמאציע אויף דער פראגראם? וואו קען מען נאכקוקן די סטאנדארטן? איז דא ערגעץ וואו מאטריאל מיט אלע שטאטוטן?

אישתישבי » מיטוואך פעברואר 24, 2021 4:24 pm

· #467538
מפיל קינד
לעיקוואוד נוצט דעם פראגראם אויסצוהאלטן בית מדרש גבוה און די ארימע בני תורה צאלן ממון ודמים פאר שכר לימוד. משא"כ די אנדערע געגנטער נוצן דעם פראגראם פאר שכר לימוד.

מען קען פארדינען גאר שיין צו באקומען די ווואוטשערס, דאכט זיך אפי' מער פון מאה אלף.


וויאזוי נעמט במ"ג דער געלט?

יעלה ויבא » פרייטאג פעברואר 26, 2021 11:56 am

· #467571
הנח להם ליטוואקעס, זיי זענען נאך גרעסערע דריי קעפ וויא חסידים.