☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » אונזער סיסטעם פון שידוכים

אונזער סיסטעם פון שידוכים

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14459

דורש אמת » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 7:01 pm

· #466877
אונזער סיסטעם פון שידוכים
קרעדיט:
בת_קול@


דא פעלט נאך א בילד פון ברעכן דאס גלאז אונטער די חופה.
כדי דער גראם זאל קלאפן, לייענט דעם ווארט- זכר- מיט א ליטווישן סגול אונטערן זי״ן.
Sent from my iPad using Tapatalk

בת קול » דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 10:59 pm

· #466892
וואס האט דאס מיט מיר?

דורש אמת » פרייטאג פעברואר 12, 2021 8:28 am

· #466902
Re: אונזער סיסטעם פון שידוכים
זעהט אויס ס׳דא מער ווי איין בת קול


Sent from my iPad using Tapatalk

מנחם ציון » פרייטאג פעברואר 12, 2021 12:25 pm

· #466920
דורש אמת


כדי דער גראם זאל קלאפן, לייענט דעם ווארט- זכר- מיט א ליטווישן סגול אונטערן זי״ן.
Sent from my iPad using Tapatalk

ווען די לייגסט דאס בעפאר דעם קומענדיגער שבת פעלט נישט אויס דיין הערה....

דורש אמת » מוצ"ש פעברואר 13, 2021 7:37 pm

· #466939
Re: אונזער סיסטעם פון שידוכים
די אפּאלאגעטיק פון חי׳ שפיץ

<a class="postlink" href="https://www.bbc.co.uk/sounds/play/m000s1rm?fbclid=IwAR0V-rAqQkK6cmID7hEuRKB17zyULvSIsPtyY0wedIXB9pY1ZeXWO6uPGT8">https://www.bbc.co.uk/sounds/play/m000s ... eXWO6uPGT8</a>


Sent from my iPad using Tapatalk

דערהויבענע איד » פרייטאג יולי 2, 2021 2:42 am

· #477045
נאאאא????
כהאב געמיינט אז אין די אשכול גייט מען רעדן פון אונזער געלונגענע שידוכים "סיסטעם"?
קעניינע הארע וויפיל נישט גיטין סדא...אנבעליבעביל....
ערנסט גערעדט כמיין סאיז שוין צייט צו עפענען א יאפפעד סטייל ארגיניזעישן צו פייטן די פארשטינקענע עביוז וואס גייט פאר ביי אונז צו מאכן חתונה עדאלטס שלא טעמו טעם חיים, מיטן תירוץ "אז ער האט געזאגט יא"...שוין נאכן פארציילן פאר די שבעה קרויבים שטייט זיך כדי חלילה קיינעם נישט צו באליידעגן....עפטיר אלל איז אידיש בלוט נישט הפקר,נישט אזוי?

מדארף מאכן גוטע פי אר, אויפהעצן מענטשן זאלן ארויסקומען פארציילן זייער סטאריס, רעדן צו די מנהיגם, אויפעפענען איין לאויסוט נאכן צווייטן, אויפקלערן בחורים, און טון אלעס וואס איז בידינו צו לעזן די סעקשל עביוז און מעלעסטעישן.

דורש אמת » פרייטאג יולי 2, 2021 10:11 am

· #477050
די עסקנים אין לאנדאן זענען גרייט צו העלפן.

בונה של טוב » פרייטאג יולי 2, 2021 1:19 pm

· #477063
דערהויבענע איד
נאאאא????
כהאב געמיינט אז אין די אשכול גייט מען רעדן פון אונזער געלונגענע שידוכים "סיסטעם"?
קעניינע הארע וויפיל נישט גיטין סדא...אנבעליבעביל....
ערנסט גערעדט כמיין סאיז שוין צייט צו עפענען א יאפפעד סטייל ארגיניזעישן צו פייטן די פארשטינקענע עביוז וואס גייט פאר ביי אונז צו מאכן חתונה עדאלטס שלא טעמו טעם חיים, מיטן תירוץ "אז ער האט געזאגט יא"...שוין נאכן פארציילן פאר די שבעה קרויבים שטייט זיך כדי חלילה קיינעם נישט צו באליידעגן....עפטיר אלל איז אידיש בלוט נישט הפקר,נישט אזוי?

מדארף מאכן גוטע פי אר, אויפהעצן מענטשן זאלן ארויסקומען פארציילן זייער סטאריס, רעדן צו די מנהיגם, אויפעפענען איין לאויסוט נאכן צווייטן, אויפקלערן בחורים, און טון אלעס וואס איז בידינו צו לעזן די סעקשל עביוז און מעלעסטעישן.


עבסעלוטלי 100%

בונה של טוב » פרייטאג יולי 2, 2021 1:20 pm

· #477064
דורש אמת
די עסקנים אין לאנדאן זענען גרייט צו העלפן.

That’s good news

דערהויבענע איד » זונטאג יולי 4, 2021 7:35 am

· #477092
כ'וואוין נישט אין לאנדאן.... און בכלל מוז סייווי עפעס זיין אין אמעריקע...
אויב אייועלט האט געקענט צאמשלעפן איבער 300K פאר א מקוה קען ק"ש אויך עפעס שאפן...

בונה של טוב » זונטאג יולי 4, 2021 10:51 am

· #477097
די שאלה איז ווער ס׳איז גרייט אריינצולייגן די ארבעט. די זאכן נעמען צייט און איבערגעגעבנקייט. געווענטליך די מיה לייגט אריין איינער וועמען ס׳גייט באמת אָן (און ווי אויבנדערמאנט: די ארגאניזאציע איז גרייט צו העלפן אויפשטעלן אין אמעריקע אויך. דו קענסט זיי קלינגען אויב דו ווילסט.
It takes a village אבער יעדער מענטש שפילט א גרויסע חלק אין רוקן אזא מאוומענט פארווערטס.
לא עליך המלאכה לגמור, ולא אתה בן חורין. ווען דו טוסט דאס בעסטע וואס דו קענסט, וועסטו אינספּירירן אנדערע אויכעט צוצולייגן א פינגער. צוביסלעך וועלן זיך שאפן מער און מער טויגליכע חברה און מען וועט קענען אויפטון פאר אונזערע קינדער און קינד'ס קינדער.

דערהויבענע איד » זונטאג יולי 4, 2021 12:48 pm

· #477101
[ציטאט אראפגענומען]

רעג מיך נישט אויף און טרעט נישט אויף מיין דם התמצית!

אז דיין ווייב דינט דיך און שטעלט דיך צופרידן זענען דיינע קינדער און די איבריגע חלק כלל ישראל נישט שולדיג!!

אייראפעישער חסיד » זונטאג יולי 4, 2021 1:08 pm

· #477103
דערהויבענע איד
[ציטאט אראפגענומען]

רעג מיך נישט אויף און טרעט נישט אויף מיין דם התמצית!

אז דיין ווייב דינט דיך און שטעלט דיך צופרידן זענען דיינע קינדער און די איבריגע חלק כלל ישראל נישט שולדיג!!

גוט גאזאגט!

אייראפעישער חסיד » זונטאג יולי 4, 2021 1:22 pm

· #477106
בונה של טוב
דורש אמת
די עסקנים אין לאנדאן זענען גרייט צו העלפן.

That’s good news

קיין שום עסקנים אין לאנדאן!
די באגריף ''עסקן'' עקזיסטירט נישט אין לאנדאן!

רביה''ק זי''ע » זונטאג יולי 4, 2021 3:06 pm

· #477115
דערהויבענע איד

אז דיין ווייב דינט דיך און שטעלט דיך צופרידן זענען דיינע קינדער און די איבריגע חלק כלל ישראל נישט שולדיג!!

כ'האב נייעס פאר דיר, אין די סעקולארע וועלט איז געווענליך דער מאן דער וואס דינט די פרוי, הגם די פרוי איז נישט אזא געטשקע ווי דער מאן איז ביי אונז אבער פארקערט זיכער נישט.

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג יולי 4, 2021 4:10 pm

· #477117
וועלכע סיסטעם דארף צו זיין בעסער? האסט א פלאן פון א מהלך וואס וואלטסעך בעסער אויסגעארבייט?

רביה''ק זי''ע » זונטאג יולי 4, 2021 4:14 pm

· #477118
ווענדט זיך וואס די גאול איז, אויב איז די גאול אז מענער זאלן האבן פרויען זיי צו באדינען איז אונזער סיסטעם זייער צוגעפאסט, די איינציגסטע וואס איך קען טראכטן וואס מאכן עס בעסער זענען די מוסלמענער.

דערהויבענע איד » זונטאג יולי 4, 2021 7:09 pm

· #477124
[ציטאט אראפגענומען]

פאר קערט ווי מיר מיינט ברייטער?
איך בין ברייטער אז איך טראכט פארקערט ווי דיר......
עביוזען-מעלעסטן-באוואלגערן מעג מען נישט אפילו ממלעסט נאר א מיעוט שבמיעוט כלל ישראל....

דערהויבענע איד » זונטאג יולי 4, 2021 7:13 pm

· #477126
רביה''ק זי''ע
דערהויבענע איד

אז דיין ווייב דינט דיך און שטעלט דיך צופרידן זענען דיינע קינדער און די איבריגע חלק כלל ישראל נישט שולדיג!!

כ'האב נייעס פאר דיר, אין די סעקולארע וועלט איז געווענליך דער מאן דער וואס דינט די פרוי, הגם די פרוי איז נישט אזא געטשקע ווי דער מאן איז ביי אונז אבער פארקערט זיכער נישט.

וואס איז דער חילוק פון מעלעסטן און חתונה האבן?

אז מעלעסטן וויל מען נישט און חתונה האבן וויל מען יא. וואס איז דער חילוק פון דינען איינעם און טון א טובה?

אז דינען וויל מען נישט און א טובה טון וויל מען יא. איינער וואס מהאט נישט באצווינגען צו חתונה האבן אפילו ער העלפט אסאך אינדערהיים טוט ער עס מרצונו הטוב און ער קען נישט (און איז נישא אינטערעסירט) האבן אויף קיינעם טענות.

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יולי 4, 2021 10:10 pm

· #477148
רביה''ק זי''ע
דערהויבענע איד

אז דיין ווייב דינט דיך און שטעלט דיך צופרידן זענען דיינע קינדער און די איבריגע חלק כלל ישראל נישט שולדיג!!

כ'האב נייעס פאר דיר, אין די סעקולארע וועלט איז געווענליך דער מאן דער וואס דינט די פרוי, הגם די פרוי איז נישט אזא געטשקע ווי דער מאן איז ביי אונז אבער פארקערט זיכער נישט.

אין די כתובה וואס דער מאן שרייבט צו זיין פרוי שטייט "ואני אוזין ואפלח ס'טייטש "דינען"

רביה''ק זי''ע » זונטאג יולי 4, 2021 10:15 pm

· #477151
וואס נאך שטייט אין כתובה? די גאנצע כתובה איז בבחינת ונשלמה פרים שפתינו...

דערהויבענע איד » מאנטאג יולי 5, 2021 12:48 am

· #477159
רביה''ק זי''ע
דערהויבענע איד

אז דיין ווייב דינט דיך און שטעלט דיך צופרידן זענען דיינע קינדער און די איבריגע חלק כלל ישראל נישט שולדיג!!

כ'האב נייעס פאר דיר, אין די סעקולארע וועלט איז געווענליך דער מאן דער וואס דינט די פרוי, הגם די פרוי איז נישט אזא געטשקע ווי דער מאן איז ביי אונז אבער פארקערט זיכער נישט.

כהאלט נישט אז איינער דארף איינעם דינען אין א מעריזש, כהאב נאר מגיב געוועהן אויף אים אז ווייל ער איז צפרידן- מן הסתם דינט אים זיין ווייב-מיינט נישט אז אנדערע זענען יא.

ווען איך בין ווען א מחוצף פרעג איך אים צו זיין ווייב איז אויך צופרידן.... 😉

יעקב מעקסוועל » מאנטאג יולי 5, 2021 12:39 pm

· #477174
ווי רביה"ק זאגט איז די שאלה וואס איז די ציל מיטן חתונה האבן, ווען דו פרעגסט א געווענליכער חסידי'שער אינגערמאן וועט ער דיר זאגן דער ציל איז אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות. וואס מיינט ערליכע אידישע דורות? קינדער וואס וועלן אויפוואקסען און האלטן פאר די אויגן די הייליגע ציל פון ממשיך זיין ערליכע דורות... ווען מען נעמט דאס אין באטראכט זעט מען אונזער שידוך סיסטעם איז גאר גוט, עס קען נישט זיין בעסער.

דער פראבלעם ווערט ווען מענטשן (מייסעלף אינקלודעד) ווילן עפעס מער פון די שלום בית, מען וויל א ווייב מיט וועם מען קען זיך פארשטיין באמת, א ווייב וואס זאל פילן מיינע געפילן און איך אירע, א ווייב וואס זאל האבן כאטש טיילווייז די זעלבע אינטערעסן אין לעבן. דאס קען מען שוין נישט טרעפן מיט אונזער סיסטעם, אמאל קען עס טאקע געלונגען, רוב מאל וועט עס נישט.


אגב, לדעתי איז נישט ריכטיג צו רופן אונזערע שידוכים מאלעסטעשען און אביוז, די ווערטער אימפלייען אז איינער אביוזד די צווייטע, און מען קען טאקע הערן פון די דרויסענדיגע וועלט אז זיי מיינען אז די מאן אביוזד די פרוי וכדומה. דער אמת איז דער בחור און די מיידל זענען על פי רוב אין די זעלבע פעקל. (איך רעד מיר נישט איין אז פרויען האבן גלייכבארעכטונג אין אונזער קאמיוניטי, איך רעד ספעציפיש שידוכים איז א פראבלעם פאר בחורים און מיידלעך).

דערהויבענע איד » מאנטאג יולי 5, 2021 2:41 pm

· #477187
און אז ביידע זענען אין דעם זעלבן פעקל זענען זיי נישט ביידע מעלעסטעישן וויקטעמס ?

מפיל קינד » מאנטאג יולי 5, 2021 2:42 pm

· #477188
יעקב מעקסוועל
דער פראבלעם ווערט ווען מענטשן (מייסעלף אינקלודעד) ווילן עפעס מער פון די שלום בית, מען וויל א ווייב מיט וועם מען קען זיך פארשטיין באמת, א ווייב וואס זאל פילן מיינע געפילן און איך אירע, א ווייב וואס זאל האבן כאטש טיילווייז די זעלבע אינטערעסן אין לעבן. דאס קען מען שוין נישט טרעפן מיט אונזער סיסטעם, אמאל קען עס טאקע געלונגען, רוב מאל וועט עס נישט..

וואס איז די עצה אז דאס זאל יא געלונגען?

רוב עלטערן זוכן יא א קאפל זאל זיך פארשטיין. בדרך כלל ווען צוויי מענטשן קומען פון זעלבן קרייז וועלן זיי זיך בעסער פארשטיין. די עלטערן זוכן ס'זאל שטימען וואס מער, און די איבריגע וועט נישט גיין אפי' אויב די קינדער וועלן זיך אליין זוכן...

סיי וועלכע אנדערע מהלך ברענגט נאר אן ערגערן שידוכים קריזיס און איבערלאזן מער בחורים און מיידלעך אומפארהייראט לעולמי עד. דוק ותשכח, אין די ליטווישע קרייזן זענען דא מער בעשויס און דעיטס, מער שידוכים פראבלעמען, מער גיטין און מער עגונה'ס אויך... וואס מער אפן און מאדערן, אלץ מער שידוכים און גיטין פראבלעמען און קריזיסן. דוק ותשכח.

כנלענ"ד, און מ'מעג זיך דינגן!! איך זוך נישט צו באצווינגען מיין מיינונג אויף קיינעם, אן אויסנאם.

דערהויבענע איד » מאנטאג יולי 5, 2021 2:44 pm

· #477190
יעקב מעקסוועל

אגב, לדעתי איז נישט ריכטיג צו רופן אונזערע שידוכים מאלעסטעשען און אביוז, די ווערטער אימפלייען אז איינער אביוזד די צווייטע, און מען קען טאקע הערן פון די דרויסענדיגע וועלט אז זיי מיינען אז די מאן אביוזד די פרוי וכדומה. דער אמת איז דער בחור און די מיידל זענען על פי רוב אין די זעלבע פעקל. (איך רעד מיר נישט איין אז פרויען האבן גלייכבארעכטונג אין אונזער קאמיוניטי, איך רעד ספעציפיש שידוכים איז א פראבלעם פאר בחורים און מיידלעך).

און אז ביידע זענען אין דעם זעלבן פעקל זענען זיי נישט ביידע מעלעסטעישן וויקטעמס ?

דערהויבענע איד » מאנטאג יולי 5, 2021 2:48 pm

· #477191
מפיל קינד
יעקב מעקסוועל
דער פראבלעם ווערט ווען מענטשן (מייסעלף אינקלודעד) ווילן עפעס מער פון די שלום בית, מען וויל א ווייב מיט וועם מען קען זיך פארשטיין באמת, א ווייב וואס זאל פילן מיינע געפילן און איך אירע, א ווייב וואס זאל האבן כאטש טיילווייז די זעלבע אינטערעסן אין לעבן. דאס קען מען שוין נישט טרעפן מיט אונזער סיסטעם, אמאל קען עס טאקע געלונגען, רוב מאל וועט עס נישט..

וואס איז די עצה אז דאס זאל יא געלונגען?

רוב עלטערן זוכן יא א קאפל זאל זיך פארשטיין. בדרך כלל ווען צוויי מענטשן קומען פון זעלבן קרייז וועלן זיי זיך בעסער פארשטיין.

רוב עלטערן קוים וואס זיי פארשטייען זייערע קינדער און וואס זיי זענען און דארפן.
רוב עלטערן האבן זייייער אסאך חשבונות מיט כבוד אא"וו ווען סקומט צו שידוכים.
זאג מיר, דו פארשטייסט דיך מיט דיין גאנצע בית מדרש ווייל עטס קומטס פונעם זעלבן קרייז?

דערהויבענע איד » מאנטאג יולי 5, 2021 2:57 pm

· #477193
מפיל קינד
יעקב מעקסוועל
דער פראבלעם ווערט ווען מענטשן (מייסעלף אינקלודעד) ווילן עפעס מער פון די שלום בית, מען וויל א ווייב מיט וועם מען קען זיך פארשטיין באמת, א ווייב וואס זאל פילן מיינע געפילן און איך אירע, א ווייב וואס זאל האבן כאטש טיילווייז די זעלבע אינטערעסן אין לעבן. דאס קען מען שוין נישט טרעפן מיט אונזער סיסטעם, אמאל קען עס טאקע געלונגען, רוב מאל וועט עס נישט..

סיי וועלכע אנדערע מהלך ברענגט נאר אן ערגערן שידוכים קריזיס און איבערלאזן מער בחורים און מיידלעך אומפארהייראט לעולמי עד. דוק ותשכח, אין די ליטווישע קרייזן זענען דא מער בעשויס און דעיטס, מער שידוכים פראבלעמען, מער גיטין און מער עגונה'ס אויך... וואס מער אפן און מאדערן, אלץ מער שידוכים און גיטין פראבלעמען און קריזיסן. דוק ותשכח.

און אויב סמער דא דעמאלטס מעג מען גיין באוואלגערן איינעם?
אז איינער האט געדעיט און זיי האבן געמיינט אז זיי האבן זיך ליב איז טאקע א צרה, אבער א עדאלט איז אן עדאלט און שוין, אויב א צווייטער האט געצווינגען איז אן אנדערע מעשה.....

חוץ פון דעם וואס זייייער אסאך מענטשן בייאונז האבן מורא זיך צו גטן, און זיי ווייסן אז זיי גייען סייווי נישט טרעפן די צווייטע מאל עפעס בעסער, און זיי שעמען זיך פון אנדערע, די קינדער , די קאמפערט זאוין, און פארשטייט זיך די מזבח שיורד עליו דמעות, מיט די זיידעס און באבעס און גן עדן.
און רוב מענטשן ווייסן נישט פשוט וואס מיינט אן אמתע קאנעקשען און ליבשאפט צו א צווייטע, און מעריזש בכלל.

יעקב מעקסוועל » מאנטאג יולי 5, 2021 4:07 pm

· #477200
דערהויבענע איד
יעקב מעקסוועל

אגב, לדעתי איז נישט ריכטיג צו רופן אונזערע שידוכים מאלעסטעשען און אביוז, די ווערטער אימפלייען אז איינער אביוזד די צווייטע, און מען קען טאקע הערן פון די דרויסענדיגע וועלט אז זיי מיינען אז די מאן אביוזד די פרוי וכדומה. דער אמת איז דער בחור און די מיידל זענען על פי רוב אין די זעלבע פעקל. (איך רעד מיר נישט איין אז פרויען האבן גלייכבארעכטונג אין אונזער קאמיוניטי, איך רעד ספעציפיש שידוכים איז א פראבלעם פאר בחורים און מיידלעך).

און אז ביידע זענען אין דעם זעלבן פעקל זענען זיי נישט ביידע מעלעסטעישן וויקטעמס ?

איך בין מיט דיר אז ביידע זענען וויקטימס, און אז ס'איז א געפערליכע עוולה וואס דארף א לייזונג. איך זאג נאר אז עס איז נישט גוט צו נוצן ווערטער וואס ווערן געווענליך גענוצט ווען איינער איז מאנס א צווייטן, ווייל דאס איז נישט דער מציאות. און ווען מען נוצט אזעלכע ווערטער ברענגט עס נישט דעם שמועס אינעם ריכטיגן דיירעקשן.

יעקב מעקסוועל » מאנטאג יולי 5, 2021 4:18 pm

· #477203
מפיל קינד
סיי וועלכע אנדערע מהלך ברענגט נאר אן ערגערן שידוכים קריזיס און איבערלאזן מער בחורים און מיידלעך אומפארהייראט לעולמי עד...

עס איז אוודאי אמת אז יעדע אנדערע מהלך לאזט איבער מער אומפארהייראט, און אויב איז די ציל פון א שידוך סיסטעם צו זיין פארהייראט באיזה אופן שיהי' איז אונזער סיסטעם זייער גוט, כנ"ל. אויב אבער וויל מען זוכן שידוכים וואס זענען מער פאסיג, פארשטייט זיך וועט זיין אזעלכע וואס וועלן עס נישט טרעפן, אזויווי מען זעט אין די ברייטע אמעריקאנע גאס.

אין אזא ענווייראנמענט, ווען עס פאסירט אז איינער טרעפט נישט א גאר פאסיגע זאך, קען ער נאכאלס מאכן די החלטה צו נעמען איינעם וואס איז נישט אזוי פאסיג. געווענליך מאכן מענטשן די החלטה עס נישט צו טון, און איך האלט עס איז א ריכטיגע החלטה.

לעצם הענין, איך האלט די בעסטע וועג צו טון שידוכים וואלט געווען ווען בחורים און מיידלעך זאלן זיין באקאנט איינער מיטן צווייטן צו קענען אליין ווערן נאנט מיט די פאסיגע שידוך.

מפיל קינד
כנלענ"ד, און מ'מעג זיך דינגן!! איך זוך נישט צו באצווינגען מיין מיינונג אויף קיינעם, אן אויסנאם.

א דאנק פאר די עדיטוט, נאר אזוי קען מען פירן א געשמאקע שמועס.

דערהויבענע איד » מאנטאג יולי 5, 2021 8:08 pm

· #477218
יעקב מעקסוועל
דערהויבענע איד
יעקב מעקסוועל

אגב, לדעתי איז נישט ריכטיג צו רופן אונזערע שידוכים מאלעסטעשען און אביוז, די ווערטער אימפלייען אז איינער אביוזד די צווייטע, און מען קען טאקע הערן פון די דרויסענדיגע וועלט אז זיי מיינען אז די מאן אביוזד די פרוי וכדומה. דער אמת איז דער בחור און די מיידל זענען על פי רוב אין די זעלבע פעקל. (איך רעד מיר נישט איין אז פרויען האבן גלייכבארעכטונג אין אונזער קאמיוניטי, איך רעד ספעציפיש שידוכים איז א פראבלעם פאר בחורים און מיידלעך).

און אז ביידע זענען אין דעם זעלבן פעקל זענען זיי נישט ביידע מעלעסטעישן וויקטעמס ?

איך בין מיט דיר אז ביידע זענען וויקטימס, און אז ס'איז א געפערליכע עוולה וואס דארף א לייזונג. איך זאג נאר אז עס איז נישט גוט צו נוצן ווערטער וואס ווערן געווענליך גענוצט ווען איינער איז מאנס א צווייטן, ווייל דאס איז נישט דער מציאות. און ווען מען נוצט אזעלכע ווערטער ברענגט עס נישט דעם שמועס אינעם ריכטיגן דיירעקשן.

עגרי.

אייראפעישער חסיד » זונטאג יולי 11, 2021 12:07 pm

· #477447
פארוואס פארשטיי איך ניט די שמועס?

דערהויבענע איד » מאנטאג יולי 12, 2021 11:56 am

· #477487
אייראפעישער חסיד
פארוואס פארשטיי איך ניט די שמועס?

פרעג דיין מאמע...

יעקב מעקסוועל » מאנטאג יולי 12, 2021 1:14 pm

· #477489
אלזא, וואס איז די וועג צו טון למעשה? לדעתי איז די לייזונג קאלעדזש. יעדע קינד וואס קומט ארויס פון ישיבה גדולה/היי סקול זאל גיין אין קאלעדזש, דארט קען מען קונה זיין וויסנשאפט און ווערן באקאנט מיט די אלגעמיינע וועלטליכע געזעלשאפט. צוביסלעך וועט מען זיך באקענען מיט די אנדערע מין אין אן אויסגעהאלטענע מסגרת, פארשטיין מיט וואס א פרוי איז אנדערש פון א מאן און מיט וואס די זעלבע, פאסיגע פארלעך וועלן נאטורלעך נענטער ווערן איינער מיטן אנדערען און מען וועט לאזן די השגחה שליסן די שידוכים.

צו די זעלבע צייט וועט דאס סאלוון אסאך פונדעמענטאלע פראבלעמען צווישן אונז. למשל דאס אז מען דארף אייביג קוקן וואס יענער טוט און זאגט, די געוואלדיגע peer pressure וועט נאכלאזן, ווייל מען דארף זיך שוין נישט זארגן וואס מען וועט זאגן ביי שידוכים. ועוד ועוד...

תרמב » דינסטאג יולי 13, 2021 12:28 am

· #477518
ביזט זיכער אז אין קאלעדזש איז נישט דא קיין פיער פרעשור? אז די היימישע קאטשעניו עולם וועט זיך אריינרוקן אין קאלעזש וועט זיכער ווייטער זיין פיער פרעשור, אויף א אנדערע שטייגער (ס’וועט זיין מפואר בריעף קעיסעס.......).

יעקב מעקסוועל » דינסטאג יולי 13, 2021 1:24 am

· #477521
אוודאי איז דא פיער פרעשור, עס איז נארמאל פיער פרעשור צווישן קינדער. די חילוק איז, נארמאלע ערוואקסענע מענטשן קענען זיך שטארקן איבער די פיער פרעשור, מען טוט וואס איז גוט פאר זיך אפילו "יענער" טוט אנדערש. פארוואס איז עס נישט ביי אונז אזוי? ביי איינעם איז עס די וועג וויאזוי מען מאכט חתונה טייער אפילו ער וויל נישט באמת. ביי א צווייטן איז עס גיין מיט א הוט און א שטריימל, אפילו ער וואלט ענדערש געוואלט גיין מיט א קוטשמע אין דערוואכן און א קאשקעטל אין שבת, עס איז אויסגעהאלטן ע"פ הלכה ומנהג, עס איז ביליגער, גרינגער, באקוועמער. ביי א דריטן איז עס די מוסדות וואו ער שיקט די קינדער אפילו ער האלט אז די אנדערע וואלט געווען בעסער, ביליגער, גרינגער. און אזוי ווייטער.

פארוואס זעט מען נישט אידן זאלן זיך אויפפירן ערוואקסן און זאגן איך רעכן מיר נישט מיט וואס אנדערע זאגן? ווייל ער מוז זיך רעכענען, אויב נישט וועט עס שאטן פאר שידוכים, ווער וויל זיך משדך זיין מיט איינער וואס טוט כך וכך.

דערויף האב איך געזאגט, איינמאל מען טוישט די וועג פון שידוכים וועט די פראבלעם מער נישט עקזיסטירן מיסודו. פארשטייט זיך מענטשן וועלן נאך ווילן זיין א חלק פון די געזעלשאפט, אבער עס וועט זיין א מעגליכקייט צו טון אנדערש ווען מען איז מחליט אז יעצט איז גוט פאר מיר אזוי. אויך ביי קינדער וועט נאך זיין פיער פרעשור שטארק, אבער מען וועט קענען מחזק זיין די קינדער אז זיי מעגן טון וואס זיי אליין גלייכן, און דארפן נישט זיין פונקט ווי יעדעם. פארקערט פון די מצב יעצט ווען מען זאגט פארן קינד, אויב ווילסטו טרעפן א נארמאלע שידוך...

דערהויבענע איד » דינסטאג יולי 13, 2021 11:14 pm

· #477571
@יעקב מעקסוקעל, איך וואלט מסכים געווען מיט דיר לגבי קאלעדזש אז ס'וואלט געסאלווט אסאך פראבלעמען, אבער דאך איז עס א צווייטע מסכת וואס האט צוטון מיט חינוך, אא"וו.

פון מיין זייט אויב מ'דעיט ווי אחינו הליטאים וואלט איך געווען צופרידן, מ'קען זיך באקענען איינער די צווייטע, שעירן וועליוס, מאכן רואיג אליינס דעסיזשענס, אא"וו.

אייראפעישער חסיד » מיטוואך יולי 14, 2021 10:12 am

· #477590
דערהויבענע איד
@יעקב מעקסוקעל, איך וואלט מסכים געווען מיט דיר לגבי קאלעדזש אז ס'וואלט געסאלווט אסאך פראבלעמען, אבער דאך איז עס א צווייטע מסכת וואס האט צוטון מיט חינוך, אא"וו.

פון מיין זייט אויב מ'דעיט ווי אחינו הליטאים וואלט איך געווען צופרידן, מ'קען זיך באקענען איינער די צווייטע, שעירן וועליוס, מאכן רואיג אליינס דעסיזשענס, אא"וו.

פארשטייסט נישט די גאנצע נושא! מקען דאך נישט אפעציעל טוישן די גאנצע סיסטעם דעריבער מוז מען אויפקומען מיט א אנדערע לעזונג!

שארפןקאפ » מיטוואך יולי 14, 2021 11:27 am

· #477595
Re: אונזער סיסטעם פון שידוכים
With all do respect
אן טוישן די סיסטעם וועט זיך (מיסטאָמע) גארנישט טוישן!!!

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

קורקלענד » מיטוואך יולי 14, 2021 11:36 am

· #477597
יעקב מעקסוועל
אלזא, וואס איז די וועג צו טון למעשה? לדעתי איז די לייזונג קאלעדזש. יעדע קינד וואס קומט ארויס פון ישיבה גדולה/היי סקול זאל גיין אין קאלעדזש, דארט קען מען קונה זיין וויסנשאפט און ווערן באקאנט מיט די אלגעמיינע וועלטליכע געזעלשאפט. צוביסלעך וועט מען זיך באקענען מיט די אנדערע מין אין אן אויסגעהאלטענע מסגרת, פארשטיין מיט וואס א פרוי איז אנדערש פון א מאן און מיט וואס די זעלבע, פאסיגע פארלעך וועלן נאטורלעך נענטער ווערן איינער מיטן אנדערען און מען וועט לאזן די השגחה שליסן די שידוכים.

צו די זעלבע צייט וועט דאס סאלוון אסאך פונדעמענטאלע פראבלעמען צווישן אונז. למשל דאס אז מען דארף אייביג קוקן וואס יענער טוט און זאגט, די געוואלדיגע peer pressure וועט נאכלאזן, ווייל מען דארף זיך שוין נישט זארגן וואס מען וועט זאגן ביי שידוכים. ועוד ועוד...

זעהט מיר אויס ווי איר זוכט א לעזונג וויאזוי מ'זאל אפיציעל אנהויבן גיין שטודירן. דאס וואס איר פרובירט עס שפילן ווי א לעזונג פאר שידוכים איז נאר בלויז צו קענען ערפילן אייער ענדגילטיגע ציל אויף שטודירן.

ישעיה » מיטוואך יולי 14, 2021 11:42 am

· #477598
שארפןקאפ
With all do respect
אן טוישן די סיסטעם וועט זיך (מיסטאָמע) גארנישט טוישן!!!

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

אויך נישט דיין ספעללינג 😂
(זיי מיר מוחל, איך האב מיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן 😳 )

צפרדע » מיטוואך יולי 14, 2021 7:02 pm

· #477634
דערהויבענע איד
רביה''ק זי''ע
דערהויבענע איד

אז דיין ווייב דינט דיך און שטעלט דיך צופרידן זענען דיינע קינדער און די איבריגע חלק כלל ישראל נישט שולדיג!!

כ'האב נייעס פאר דיר, אין די סעקולארע וועלט איז געווענליך דער מאן דער וואס דינט די פרוי, הגם די פרוי איז נישט אזא געטשקע ווי דער מאן איז ביי אונז אבער פארקערט זיכער נישט.

כהאלט נישט אז איינער דארף איינעם דינען אין א מעריזש, כהאב נאר מגיב געוועהן אויף אים אז ווייל ער איז צפרידן- מן הסתם דינט אים זיין ווייב-מיינט נישט אז אנדערע זענען יא.

ווען איך בין ווען א מחוצף פרעג איך אים צו זיין ווייב איז אויך צופרידן.... 😉

ר' איד, זיי נישט אזוי שארף, פון דיינע שירות זעהט זיך אן אז איר האלט מיט א קלארקייט אז יעדער מיטשעט'זיך, כאילו אויב ער איז צופרידן וואלסטו געוואלט פרעגן די ווייב צו זי איז אויך.. ס'איז דא אסאך, גאר אסאך וואס טראכטן וואס וועט זיין די בעסט פאר מיין קינד, במילא נישט יעדער טיילט מיט דעם דאזיגען גורל,
און פון די אנדערע זייט איז טאקע אויך ריכטיג אז געוויסע עלטערן דארפן ריכטיגער צוגיין צום שידוך, און נישט סתם הודל מיט בודל,
ווי האט יענער געזאגט: א חוץ גראב מיט גראב, איז דא נאר עפעס וואס שטימט?!

אבער פארשטיי אז ס'איז דא א סיבה פארוואס אונזער שדוכים גייען אזוי צו, מען דארף עס אבער טוהן מיט א קלוגע וועג, איבערשמיעסן מיטן קינד וכדו' וכדו'
למעשה זעהט מען אז עס איז נישטא ביי אונז מען גט'ן ווי ביי די אנדערע (חאטש קענסט זאגן אז ביי אונז איז עס מען א סטיגמע, זיך צו גט'ן, און וועגן דעם איז די תוצאה נישט מער)
אזוי אויך פארשטיי, מען קען אסאך ארבעטן אויף 'שלום בית' - און שלום בית מיין איך נישט נאר מען זאל זיך נישט קריגען, נאר אויף זיך פארשטיין אויפן בליק מיט די אויגן, האבן די זעלבע מטרה מיט'ן שטוב, זיך נישט צו שעימען איינע פון די אנדערע מיט אלע אינעליכע ענינים, הנאה האבן אינאיינעם, וכדו' ס'איז היינט דא אסאך ביכער אין ענגליש און אין אידיש (דורך דיע סייט האב איך געקויפט 'מה טובו אהליך')

- איך טראכט אז דיע וואס קלוקען נישט קענען מיט די ריכטיגע ווילן אנקומען צום געוואונטשענע ציל דורך ליינען און קונה זיין עניני שלום בית, און יא, מען דארף אויך ארבעטן אויף די מידות, איינע פון די סיבות פארוואס מיר זענען אויף דעם וועלט. איך זאג טאקע נישט 100% מענטשן, אבער רוב חברה קענען עס באווייזן.
- די סעלאשן איז נישט צו בלעימען, דו ביסט ווי דו ביסט, (איך מיין נישט 'דיר', איך מיין דער מענטש וואס רעדט זיך אפ א גאנצע טאג אויף זיינע פראבלעמען וואס 'יענער' איז שילדיג) מען קען עס אבער מאכן בעסער, ס'איז דא א וועג.
- אויף אזוי פיל: דאס וואס דו האסט נישט ליב געהאט ביים צוגיין צו דיין שידוך, וועסטו בס"ד נישט איבערטוהן ביי דיינע קינדער.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 14, 2021 7:13 pm

· #477636
קורקלענד
זעהט מיר אויס ווי איר זוכט א לעזונג וויאזוי מ'זאל אפיציעל אנהויבן גיין שטודירן. דאס וואס איר פרובירט עס שפילן ווי א לעזונג פאר שידוכים איז נאר בלויז צו קענען ערפילן אייער ענדגילטיגע ציל אויף שטודירן.

אודאי אזוי, וואס איז די שאלה בכלל. וואס בלייבט יא צו פארשטיין איז וואס איז אייער ענדגילטיגע ציל, זעהט אויס ווי איר זוכט א תירוץ נישט אנצונעמען זיין לעזונג און דאס וואס איר פרובירט עס שפילן וגו׳ (aka fill in the blank)

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:06 pm

· #477744
דערהויבענע איד

פון מיין זייט אויב מ'דעיט ווי אחינו הליטאים וואלט איך געווען צופרידן, מ'קען זיך באקענען איינער די צווייטע, שעירן וועליוס, מאכן רואיג אליינס דעסיזשענס, אא"וו.

אויב דו וואלסט געווען צופרידן, גאו פאר איט. איך בין נישט צופרידן מיט זייער מהלך פאר צוויי סיבות.

קודם כל טרעפן זיי זיך נישט מיט קיין סאך דעיט'ס, מיט וויפיל מיידלעך גייט שוין אן עוורידזש בחור ארויס, דאס מיינט מען דארף האפן אז פונקט וועט מען אים אנטראגן א פאסיגע זאך. ווען מען קען זיך מיט א גאנצע קאלעדזש פון מיידלעך איז סאך מער שכיח צו טרעפן א פאסיגע זאך. פונקט ווי רוב מענטשן טרעפן זיך גאר נאנטע און פאסיגע חברים אין א געווענליכע סייז ישיבה/סקול.

והשנית, ווען מען גייט ארויס דעיטן איז מען קיינמאל נישט עכט זיך. עס איז אמת אז מערערע דעיטס וואס יעדע איינס נעמט א שטיק צייט איז זיכער בעסער פון איין צוויי קליינע בעשוי'ס, אבער ווילאנג עס איז א דעיט קען מען נישט עכט די מענטש. ווען מען קען זיך אין א טאג טעגליכע סעטינג איז עס גאר עפעס אנדערש.

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:16 pm

· #477747
קורקלענד

זעהט מיר אויס ווי איר זוכט א לעזונג וויאזוי מ'זאל אפיציעל אנהויבן גיין שטודירן. דאס וואס איר פרובירט עס שפילן ווי א לעזונג פאר שידוכים איז נאר בלויז צו קענען ערפילן אייער ענדגילטיגע ציל אויף שטודירן.

wow, איך האב געזאגט איך האלט מען זאל גיין אין קאלעדזש, און דו כאפסט איך וויל מען זאל גיין שטודירן, דשיניעס!

די מענטשן וואס האבן א פראבלעם מיט שטודירן, האבן אוודאי א פראבלעם אז בחורים און מיידלעך זאלן זיך טרעפן אליין שידוכים, איך רעד צו מענטשן וואס זענען יא אפן צו אזעלכע געדאנקען. איך האב טאקע געשריבן אז דאס וועט העלפן פאר נאך נושאים, און אוודאי האב איך אויך געמיינט די פשטות פון זיך איינקויפן די ידיעות וואס מען קען באקומען אין קאלעדזש.

----------

@צפרדע, אוודאי דארף מען ארבעטן אויף די שלום בית, דאס איז וואס אונז אלע טוען. אפילו ווען א קאפל איז די אולטימעט מעטש דארפן זיי אויך ארבעטן א גאנצע לעבן צו אנהאלטן די שלום בית און עס בויען שטערקער און טיפער. די מציאות איז נאכאלס, ווען צוויי מענטשן זענען נישט אזוי פאסיג דארפן זיי אריינלייגן גאר אסאך מער כוחות (און אסאך מאל ווייטאג) אין די שלום בית, און נאך אלע מעשיות איז זייער שלום בית נישט קיין דמיון צו די אהבה ואחוה וואו עס שטייט ביי די וואס זענען מתחילה אנגעקומען גוט.

אזויווי דו זאגסט צום סוף, די שאלה איז וואס אונז גייען טון אנדערש פאר אונזער קינדער. מען בלעימט נישט יעצט, מען האט נישט קיין טענות, מען זוכט א סעלושען.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:20 pm

· #477748
יעקב מעקסוועל
קודם כל טרעפן זיי זיך נישט מיט קיין סאך דעיט'ס, מיט וויפיל מיידלעך גייט שוין אן עוורידזש בחור ארויס, דאס מיינט מען דארף האפן אז פונקט וועט מען אים אנטראגן א פאסיגע זאך. ווען מען קען זיך מיט א גאנצע קאלעדזש פון מיידלעך איז סאך מער שכיח צו טרעפן א פאסיגע זאך. פונקט ווי רוב מענטשן טרעפן זיך גאר נאנטע און פאסיגע חברים אין א געווענליכע סייז ישיבה/סקול.
באמת איז עס נישט אזוי פשוט אז מ׳דרייט זיך ארום און מ׳טרעפט מיידלעך, געווענליך גייט עס אז איינער ברענגט א חבר וואס ברענגט א חבר און מ׳דרייט זיך אזויפיל צווישן סינגלס וואס טוען אקטיוו דעיטן (כ׳רעד אפילו נישט פון סינגל עווענטס) און מ׳רעדט פון דעם און פון יענעם, און געווענליך מאכט זיך שוין עפעס, אנדערש ווי היינט ביי געווענליכע חסידים וואו יעדע שידוך וואס איינער וויל אנטראגן דארף דורכגיין ווייניגסטנס פינעף מענטשן וואס יעדער האט די כח צו מאכן א וועטאו אויף די גאנצע זאך און וואס ס׳קומט אן צום בחור/מיידל איז נאר וואס א בית דין של שבעים ואחד זקנים האבן געגעבן זייער הסכמה אז לויט זייער דמיון איז עס פאסיג.

מיין אמת » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 7:24 pm

· #480995
לעצם הענין, איך האלט די בעסטע וועג צו טון שידוכים וואלט געווען ווען בחורים און מיידלעך זאלן זיין באקאנט איינער מיטן צווייטן צו קענען אליין ווערן נאנט מיט די פאסיגע שידוך.

אויב בחורים וואלטען ביי די 18 געגאנגען אין כולל, ארבעטן (אפשר אפילו שוין נאכן זיין א יאר אין כולל)
וואלט זיך עס לכאו' קריעטעד מיט די צייט.