אן איידיע פאר א בר מצוה מתנה?
איך דארף קויפן מיין פלימעניק א בר מצוה מתנה און איך ווייס נישט וואס. א ספר וויל איך נישט, נישט ווייל איך וויל זיין "אריג'ינעל" נאר ווייל ער וועט עס נישט אפרישיעיטן. א קלוגער אינגל נאר נישט א למדן. איך קלער עפעס תכלית'דיג ווי איידער אן עלעקטראנישער טשאטשקעלע און איך קען נישט קלערן וואס. בנוגע ווערד, לאמיר זאגן ארום $50-80.
מ’זאגט נאך א ווערטל אז די בעסטע מתנה פאר א בר מצווה בחור איז א שירעם, ווייל דאס וועט ער זיכער עפענען, משא’’כ א ספר איז מען נישט אזוי פארזיכערט.
קויף א ספר וואס אין זיינע אויגן איז עס מער אויפגעקלערט, ווי ליקוטי מוהר"ן, ליקוטי אמרים תניא, אסאך בר מצוה בחורים ווערן הייס פאר אזעלכע זאכן.
דו זאגסט אז דער אינגל איז נישט קיין למדן טיפ, ווענדט זיך וואס דו מיינסט מיט "נישט קיין למדן", ס'דא אסאך מדרגות אין דעם. אני הקטן צ.ב. האב באקומען אסאך ספרים ביים בר מצוה און אינגאנצן אריינגעבליקט אין א צוויי דריי פון זיי הגם איך האלט מיך פאר א שטיקל למדן, כ'מיין למדנות וואס קומט נאר נאכאמאל צו באשטעטיגן וואס כ'האב שוין געוואוסט פון פריער (אז גאט האט באשאפן די וועלט און אז מ'בינדט צו די רעכטע שוך פאר די לינקע וועט ער געבן גוטע זאכן נאכ'ן שטארבן) איז נישט מיין סטייל, אן אינטערעסאנטע בוך, וועלטליכע ידיעות, סייענס אדער היסטאריע, א שפאנענדע נאוועל, אפילו סיפורי צדיקים וואלט איך דורכגעליינט, אויב די רעדע דא איז פון א אינגל וואס איז נישט ממש א פוסטע זאק וואלט עס געקענט גיין.
א שיינע חלה טאץ איז א גוטע איידיע.
Re: אן אידעי פאר א בר מצווה מתנה
א בוך, עס קען זיין א ברוינע 'ספר' אויף אידישע היסטאריע (חסידות, פערזענליכקייטן ווי די ראשונים, וכדומה) אדער א פשוט'ע פראסטע בוך פון סייענס מיט א קאלירטע דעקל.
איך טראכט א נ"ך אין אידיש איז גאנץ א שיינע מתנה, עס איז ציענד און תורה.... ער וועט עס זיכער עפרישיעטן שפעטער. פרעג ביים מוכר ספרים וועלכע איז פארהאן.
איך קויף א "קאמיקס בוך"
מיינע נעפיוס האלטען מיר אין איין דאנקען דערפאר, זאגענדיג אז דאס איז דער איינציגער ספר וואס זיי נוצן...
(איך קויף געווענליך צו נאך א [נוצבארע....] ספר כדי שלא לבייש.)
איך געדענק דאס ערשטע מאל וואס כ׳האב געקויפט א קאמיקס בוך פאר א בר מצוה בחור (גראדע געווען אין עברית... טו מעיק עי לאנג סטארי שארט...), אוי האב איך אריינגעכאפט פון מיין ברודער דערפאר, כ׳האב איהם פארשטייט זיך געלאכט אין פנים אריין. אייניגע וואכן שפעטער טרעף איך דער בחור און ער באדאנקט זיך און זאגט מיר אז ער האט עס שוין דורכגעליינט, מיין ברודער׳ס ספר׳ס פעידשעס זענען נאך מן הסתם פריש צוגעקלעבט ביז היינט...
יאַך רעקאָמענדיר א שטר מתּנה (גיפט סערטיפיקאַט בלשון העמים) צו אַ געשעפט װאו דער חתן דנן קען זיך אליינס װעהלן עפּעס װאס אינטרעסירט עהם
א באָנוס װעט זיין, איין פּעקל װייניגער אהיימצושלעפּן נאך אזויפיל האַנט-דרוקענישן... 😂
(באַ מיין בר-מצוה האבעך באַקומען נישט װייניגער װי פינעף סעטס משנה ברורה!)
א בעכער א ביליגע אדער א שיינע פען
נײגעריגעריאַך רעקאָמענדיר א שטר מתּנה (גיפט סערטיפיקאַט בלשון העמים) צו אַ געשעפט װאו דער חתן דנן קען זיך אליינס װעהלן עפּעס װאס אינטרעסירט עהם
א באָנוס װעט זיין, איין פּעקל װייניגער אהיימצושלעפּן נאך אזויפיל האַנט-דרוקענישן... 😂
(באַ מיין בר-מצוה האבעך באַקומען נישט װייניגער װי פינעף סעטס משנה ברורה!)
איך ווייס איינער וואס צאלט א סערטיפיקאט אויף אמאזאן אדער ענליכס
(מי יתן ווען מען וועט צאלן פאר אמאזאן פריים פאר פרייע מאוויס)
שמעקעדיגמנחם ציון(מי יתן ווען מען וועט צאלן פאר אמאזאן פריים פאר פרייע מאוויס)
פאר א בר מצוה בחור?
נישט דווקא, בכלל.
אבער אמאזאן גיפט קארדס איז גוט פאר א בחור אויך
I recently had this same dilemma, ended up giving a check, the Bucher felt like a million dollars to go and deposit a check with his own name.
אז מען געט א ספר אדער עפעס וואס האלט זיך וועט ער עס געדענקען פאר זייער לאנג, מיין זיידע האט אין זיין טשיינע קלאזעט זילבער וואס ער האט באקומען פון קרובים וואס לעבן שוין נישט פאר לאנגע יארן, ס’איז א שטיקל געדענקעניש פאר זיי.