☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » צמח אטלאס - די ישיבה (פון חיים גראדע)

צמח אטלאס - די ישיבה (פון חיים גראדע)

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14436

גענעראלע איד » מאנטאג יאנואר 25, 2021 9:06 am

· #466002
צמח אטלאס - די ישיבה (פון חיים גראדע)
חיים גראדע איז געווען א זעלטענע אידישע שריפט-שטעלער און פאעט.

איך וועל נישט דא באשרייבן זיין ביאגראפיע, עס איז שוין מערערע מאל באשריבן געווארן און איך האב נישט דוקא וואס צו צולייגן.
@אנאנים האט שיין געשריבן דא http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 7%93%D7%A2
מער אינפאמאציע קענט איר זען דא https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7 ... 7%93%D7%94

דער אשכול וועט זיך בעיקר באציען צו זיין מייסטער ווערק אין דעם ביכל צמח אטלאס - די ישיבה, און אויך צו זיין אפשרייב אין דעם קונטרס מיין קריג מיט הערש ראסיינער

דער שרייבער טראצדעם וואס ער האט געלעבט צווישן מאדערן אמעריקאנעם אידנטום און האט נישט באוויזן צו פארבלייבן א שומר תורה ומצוות, איז אבער קלאר אז ער איז נישט געווען קיין משכיל און איז א גאנץ לעבן געבליבן פארבענקט צו זיין פרומען יונגט און די ישיבישע סביבה. די ספעציעלקייט אין די צוויי ווערק איז דערין וואס דארט באזירט זיך דער שרייבער צו זיינע אינערליכע ראנגלענישן מיט זיין געוויסן, איבערדעם וואס ער האט פארלאזט די תורה און זיין רבי'ן דער חזון איש.

און אלע זיינע ווערק, טוט גראדע מיט זיין געשליפענע פענע צוריק ברענגען דער אידישע לעבן אין דער אמאליגע ליטא, ער שילדערט מיט א פילפארביקייט די פראסטקייט פון דעם פויער און דעם אידישקייט פון דעם עם-הארץ. ער באשרייבט די פאליטיק פון דער קהילה לעבן צונויפגעפלאכטן מיט ציטאטן פון מאמרי חז"ל וואס איז זעלטן נאך צו געפונען. דא קענט איר הערן ווי ער אליין איז מסביר וויאזוי דער אידישע ליטעראטור באלויבט דער אמאליגע דארפסמאן https://www.youtube.com/watch?v=AmLwo35B6LA

'מיין קריג מיט הערש ראסיינער' איז א אפשרייב, (אן 'עסעי' לויט גראדע'ס אייגענע ווערטער) אויף זיינע אינערליכע ויכוחים מיט אידישקייט. עס איז געשריבן אויף אן אופן ווי ער דינגט זיך מיט זיין בר פלוגתא, זיין געוועזענע חבר פון ישיבה וואס פראבירט עם צו מחזיר זיין בתשובה, און ווי ער פארטיידיגט זיך אין זיין אויסקוק אויף דער מאדערנער וועלט. מען דארף אבער דאס ליינען וויסנדיג אז ביידע צדדים פון דער ויכוח איז חיים גראדע אליין, און אויף מערערע נקודות גייט דער פרומער ארויס דער מנצח, ווי דער שרייבער וויל מודה זיין צו זיינע געוויסנביסן וואס ערגבערט עם. נאר אויפן נאווארדוקער מהלך האט ער טענות באמת. חיים גראדע האט נישט געקענט האבן אסאך מענטשן אין זיין סביבה וואס האבן זיך געקענט מיטטייליגן אין זיין וועלט אויסקוק, און ער האט געמוזט לעבן אן עלנד און אימעטיגן עקזיסטענץ. זע א לענגערע ארטיקל אויף דעם ענין דורך אלי שפיצער דא https://mosaicmagazine.com/response/art ... m-religion

אבער 'צמח אטלאס' איז א בוך וואס עס איז באמת נישטא זיין פארגלייכנס, דער שרייבער אליין, חייקל ווילנער ווי ער רופט זיך, געפונט זיך דא אין דעם בוך אלס די עיקר פיגור אין דער געשיכטע.
אנשטאט צו אנטוויקלען א סעריע פון פיגורן, גוטע מיט שלעכטע וואס אמפערן זיך איינער מיטן צווייטן, האט דער שרייבער אהערגעשטעלט כאראקטערן וואס יעדער איינער פון זיי איז סיי גוט און סיי שלעכט, יעדע פערזענליכקייט האט זיך זיינע שיינקייטן און מיאוס'קייטן. מערסנטייל פון די בלעטער שפילן זיך אפ און הארץ פונעם מענטש און זיינע ראנגעלנישן צווישן יצר טוב מיטן יצר הרע, דער שרייבער טוט צוטרעפן צום ציל מיט א פונקטליכקייט וואס קען נאר א געוועזענער נאווארדאקער מוסר'ניק אליינס.
די פאסירונג איז אהער געשטעלט אין די יארן צווישן די צוויי וועלט מלחמות, און טראץ וואס די מעשה איז א נאוועלע און צמח'ן איז קיינמאל נישט געבוירן געווארן, איז זי אבער באציהט צו אמת'ע געשיכטעס, לאקאציעס און פיגורן. די געשיכטע דרייט זיך ארום חייקל ווילנער און זיין ספעציעלע קשר מיט זיין רבי'ן דער חזון איש, אדער דער 'מחזה אברהם' ווי ער ערשיינט אינעם בוך, דער שרייבער עפנט אויף א טירל צו זיינע פריוואטע איבערלעבענישן אין די סביבה פון זיין רבי און מיר באקומען אן אינטימע אריינבליק צום געדאנקענגאנג פון א גדול, וואס איז נישט בנמצא נאך אין אידישע שריפט.

דער בוך איז געדרוקט געווארן אין די זעכציגע יארן און איז נישט געדרוקט געווארן נאכאמאל אין די אריגינעלע פארמאט, ווען גראדע איז געשטארבן האט זיין משוגענעם פרוי נישט צוגעלאזט קיינעם צו זיינע כתבים, סיי איבערדרוקן אלטע און סיי דרוקן נייע נאכנישט געדרוקטע. ווען זי איז געשטארבן האט זיך אנטוויקלט א פאליטיק איבער די בעלות. פאר אפאר יאר צוריק האט עס אפגעקויפט די אמעריקנער ייאוו"א אינסטיטוט בשותפות מיטן ישראל'ישע ספרייה לאומית, ווי עס זעהט זיך אויס איז דא פאליטיק-שפילן צווישן די צוויי מוסדות און אינצווישן ווערט גארנישט געמאכט מיט די כתבים.
ווער עס פראבירט צו זוכן די איריגענעלע פארמאט פון 'צמח אטלאס' אין אידיש וועט זיך גיך איבערצייגן אז עס איז א יקר המציאות און נישט לייכט צום געפונען. מיט פינעף יאר צוריק זענען שוין דא 'ניק'ס דא אויף קאווע שטיבל וואס פרעגן זיך נאך וואו מען קען עס באקומען.
לפי עניות דעתי איז דאס א גרויס עוולה. דער שרייבער האט נישט איבערגלאזט קיין יורשים און זיין ווערק באלאנגט פארן כלל. בפרט אזעלכע בוכער ווי צמח אטלאס און מיין קריג, וואס אפי' בחייו איז קוים געווען א הייפעלע ליינער וואס האבן דאס געקענט פולקאם פארשטיין און אפלערנען, היינט צוטאגס זענען עס די ליינער פון קאווע שטיבל וואס זענען די אויפריכטיגע בעלנים פון די ווערק.

ווען עס איז מיר געלונגען צו לייגן א האנט אויף א קאפיע, האב איך געוואוסט אז איך דארף דאס באלד איינסקענען אין קאמפיוטער פארן טובה פון ציבור, אל תמנע טוב מבעליו.
עס פריידט מיר מיטצוטיילן דא בייגעלייגט די ערשטע צוויי קאפיטלען, אז עס וועט זיך זיין א פארלאנג וועל איך ארויפשטעלן די איבעריגע.

ליינט און האט הנאה

http://ge.tt/7rTSucA3

(די לינק איז שוין געווארן אפדעיטעד צו בעסערע קוואליטעט און צוגעלייגט די איבעריגע חלקחם פון ערשטן באנד. ג.א.)

די אידיש איז פאצייטנס ליטוויש, און אסאך פון די נעמען הערן זיך נישט היימיש היינט אבער עס איז ווערט די 'עפארט'!

כוכב » מאנטאג יאנואר 25, 2021 10:13 am

· #466008
wow
איך זוך שוין דעם ביכל יארן. א ריזיגן דאנק.

אמת וצדק » מאנטאג יאנואר 25, 2021 11:44 am

· #466013
Re: צמח אטלאס - די ישיבה (פון חיים גראדע)
א גרויסען דאנק פארן אהערברענגען דעם בוך.
וואס איז מיט די ערשטע בוך ״מוסרניקעס-מיין קריג מיט הערש ראסיינער״, איך האב דאס אויך נישט געטראפען אנליין.

גענעראלע איד » מאנטאג יאנואר 25, 2021 11:53 am

· #466015
אמת וצדק
א גרויסען דאנק פארן אהערברענגען דעם בוך.
וואס איז מיט די ערשטע בוך ״מוסרניקעס-מיין קריג מיט הערש ראסיינער״, איך האב דאס אויך נישט געטראפען אנליין.

@אמת וצדק דא האט איר, עס'עט מיר זיין אינטארסאנט צו הערן וואס איר זאגט דערויף
https://drive.google.com/file/d/1hjbvg7 ... p=drivesdk

אמת וצדק » מאנטאג יאנואר 25, 2021 12:00 pm

· #466016
צמח אטלאס - די ישיבה (פון חיים גראדע)
גענעראלע איד
@אמת וצדק דא האט איר, עס'עט מיר זיין אינטארסאנט צו הערן וואס איר זאגט דערויף
https://drive.google.com/file/d/1hjbvg7 ... p=drivesdk
א גרויסען דאנק, כ׳וועל דאס דורכליינען, און זיך לאזן הערן.

מנחם ציון » מאנטאג יאנואר 25, 2021 3:36 pm

· #466032
כוכב
wow
איך זוך שוין דעם ביכל יארן. א ריזיגן דאנק.

גם אני מצטרף. איך האב דאס אפילו געבעטן דא ברבים פון דעם עסקן נמרץ לכל קדשי בית חיים גראדע הזקן ר' בערעלע

גענעראלע איד » דינסטאג יאנואר 26, 2021 7:10 am

· #466070
א גוטן טאג.

דא האט איר די איבעריגע פיילס פונעם ערשטן באנד. איך האב אויך אפגרעידעד די קוואליטעט פון די ערשטע צוויי.

http://ge.tt/7rTSucA3

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג יאנואר 26, 2021 9:31 am

· #466083
דאונלאודט זיך נישט.

גענעראלע איד » דינסטאג יאנואר 26, 2021 9:36 am

· #466085
זופ מיט מאנדלען
דאונלאודט זיך נישט.

איך זעה דא אז מענטשן האבן דאונלואדעד, וואס עפנט זיך ביי דיר ווען די קליקסט דעם לינק?

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג יאנואר 26, 2021 9:40 am

· #466087
כזע יעצט, סאיז א פילטער אישו, די סייט עפנט זיך ווען איך קליק דאונלאוד זעט מען אונטן וועיטינג פאר טעלאוקיו.

בקיצור, נישט דיין פאלד.

פיקח עצום » דאנערשטאג יאנואר 28, 2021 12:54 am

· #466176
א גרויסן ייש"כ פאר אייערע ארבעט, ב"ה יעצט גענדיגט ליינען.
איך קען קוים ווארטן אויפן 2טן טייל! כהאף אז איר האט עס

צפור בודד » דאנערשטאג יאנואר 28, 2021 2:48 pm

· #466189
מיין קאפיע פון צמח אטלאס מיט דער כתב יד פונעם בעל מחבר.
📎 WhatsApp Image 2021-01-28 at 08.03.07.jpeg

גענעראלע איד » זונטאג יאנואר 31, 2021 5:28 am

· #466229
פיקח עצום
א גרויסן ייש"כ פאר אייערע ארבעט, ב"ה יעצט גענדיגט ליינען.
איך קען קוים ווארטן אויפן 2טן טייל! כהאף אז איר האט עס

איך האב היינט צוגעלייגט די צווייטע באנד צום פאלדער.

דא האט איר דער לינק נאכאמאל http://ge.tt/7rTSucA3

גענעראלע איד » זונטאג יאנואר 31, 2021 5:30 am

· #466230
צפור בודד
מיין קאפיע פון צמח אטלאס מיט דער כתב יד פונעם בעל מחבר.
📎 WhatsApp Image 2021-01-28 at 08.03.07.jpeg

די סקען וואס איך האב אפלאודעד איז אויך פון א קאפיע וואס האט דעם כתב יד פונעם מחבר, פארדעם טאקע האב איך אויך געלייגט די שער בלעטער...
http://ge.tt/7rTSucA3

פיקח עצום » זונטאג יאנואר 31, 2021 7:25 am

· #466233
א גרויסן ייש"כ

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 31, 2021 1:08 pm

· #466241
גענעראלע איד: איך בין מקיים דיין רצון. איך ענטפער דיר ברבים.

דער גרויסער שרייבער און פאעט חיים גראדע איז געווען איינער אין א דור. ס'זענען געווען עטליכע גרויסע און בארימטע שרייבער ביי אידן. איך רעד שוין נישט פון דעם מנוול און אפיקורס אייזיק באשעוויס זינגער. ער האט געקענט שרייבן א ביסל מיט א אידישן טעם אויך. אבער קיין נאבעל פרייז פאר ליטעראטור האט ער זיכער נישט פארדינט. און אפילו דער אנשטענדיגער, און ערליכער איד שמואל יוסף עגנון, וועלכער האט געשריבן גאנץ גוטע ווערק. קומט אויך נישט צו דעם סטיל פון חיים גראדע. ער האט געשילדערט א סצענע מיט אזא פשטות און אזוי דעטאלירט אז דו האסט געמיינט אז דו לעבסט מיט די מעשה אין יעצטיגן מאמענט. און ער האט קיינמאל נישט געמאכט א טעות אדער געשריבן אן עם הארצות ווען ס'האט זיך געהאנדלט פון אידישע זאכן. ווייל דער ישיבה בחור איז נאך געווען אין איהם.

נײגעריגער » מאנטאג פעברואר 1, 2021 7:33 pm

· #466328
צמח אַטלאַס, קאַפּיטל 1
פאָרגעלייענט אויף יו-טוב, מיט א ביאור דורך פּראָפעסאָר דוד קאַץ פון װילנע
https://www.youtube.com/watch?v=LCA39yZh-_E

זעהט אויפן זעלבן קאַנאַל Yiddish With Noyekh, די װייטערדיגע חלקים

דער בוך צו לייענען און לאָודן באַם "יידישער ביכער צענטער": https://www.yiddishbookcenter.org/colle ... di-yeshive

פאַרהאַן א פּראָפעסיאָנעלער פילם, באַזירט אויפן עסעי "מיין קריג מיט הערש ראסיינער" The Quarrel
https://thequarrelmovie.com/
כ'האב אַמאָל געזעהן ס'גאַנצע אויפן געװעב פאַר אומזיסט, ס'האָט מיר שטאַרק באַנומען. געדענק'ך נישט אויפן מינוט גענוי װאו

גענעראלע איד » דינסטאג פעברואר 2, 2021 5:44 am

· #466351
נײגעריגער

פאַרהאַן א פּראָפעסיאָנעלער פילם, באַזירט אויפן עסעי "מיין קריג מיט הערש ראסיינער" The Quarrel
https://thequarrelmovie.com/
כ'האב אַמאָל געזעהן ס'גאַנצע אויפן געװעב פאַר אומזיסט, ס'האָט מיר שטאַרק באַנומען. געדענק'ך נישט אויפן מינוט גענוי װאו

דא איז די לינק וואו דו קענסט עס זען, הגם לדעתי איז דאס נישט צוגעטראפן צום פינטל לויט די כוונת המחבר
ערשטע טייל https://www.youtube.com/watch?v=NPd0ySfvrPA
צווייטע טייל https://www.youtube.com/watch?v=DAlxm9xVBBw

גענעראלע איד » דינסטאג פעברואר 2, 2021 5:49 am

· #466352
נײגעריגער

דער בוך צו לייענען און לאָודן באַם "יידישער ביכער צענטער": https://www.yiddishbookcenter.org/colle ... di-yeshive

די וועבסייט האט ערשט ארויפגעלייגט דאס נעכטן.
פון וואנט ווייס איך? ווייל ווען איך האב געזוכט א קאפיע פון דעם בוך האב איך ארויסגעשיקט פארשידענע אימעילס צו וועם איך האב געהאלטן אז עס קען מיר העלפן. נעכטן האב איך באקומען אן אימעיל צוריק פון 'אידיש מיט ר' נח' אז מען האט יעצט ארויפגעלייגט צמח אטלאס אויפן אינטערנעט, איך האב א חשש אז מיין ארויפלייגן א סקען אויף קאווע שטיבל האט אינטערגעטריבן די ייאוו"א אינסטיטוציע זאל זיך אונטעריאגן... 😉

נײגעריגער » דינסטאג פעברואר 2, 2021 6:37 am

· #466353
אַ האַרציגן יש"כ פאַר אייער מיה אַהערצושטעלן אזא געװאַלדיג בוך להנאת הציבור.

איין קליינע הערה: אויף װי װייט איך װייס האט "ײװא" (יידישער וויסנשאַפטלעכער אינסטיטוט) קיין שייכות מיטן "יידישער ביכער צענטער" (הויפּטקװאַרטירט אין מאַסעטשוסעטס). זיי זענען באַזונדערע אינסטוטוציעס.

אמת וצדק » דינסטאג פעברואר 2, 2021 6:44 am

· #466354
צמח אטלאס - די ישיבה (פון חיים גראדע)
https://vimeo.com/206561515

דא קען מען זען די גאנצע פילם.

גענעראלע איד » דינסטאג פעברואר 2, 2021 7:37 am

· #466356
אמת וצדק
https://vimeo.com/206561515

דא קען מען זען די גאנצע פילם.

א יישר כח

פיקח עצום » דינסטאג פעברואר 2, 2021 9:08 am

· #466358
גענעראלע איד
נײגעריגער

דער בוך צו לייענען און לאָודן באַם "יידישער ביכער צענטער": https://www.yiddishbookcenter.org/colle ... di-yeshive

די וועבסייט האט ערשט ארויפגעלייגט דאס נעכטן.
פון וואנט ווייס איך? ווייל ווען איך האב געזוכט א קאפיע פון דעם בוך האב איך ארויסגעשיקט פארשידענע אימעילס צו וועם איך האב געהאלטן אז עס קען מיר העלפן. נעכטן האב איך באקומען אן אימעיל צוריק פון 'אידיש מיט ר' נח' אז מען האט יעצט ארויפגעלייגט צמח אטלאס אויפן אינטערנעט, איך האב א חשש אז מיין ארויפלייגן א סקען אויף קאווע שטיבל האט אינטערגעטריבן די ייאוו"א אינסטיטוציע זאל זיך אונטעריאגן... 😉

געוואלדיג! ייש"כ פארן ארבעט

דוראק » זונטאג פעברואר 14, 2021 4:10 pm

· #466991
אַ גרויסן יישר כח פאַרן אַרויפשטעלן דעם בוך לטובת הרבים.

איך האָב זיך דערקאַזשעט אַן עקזעמפּליאַר פונעם אידישן ביכער צענטער. אַזוי ווי דאָס ווערט באַ זיי פאַררעכנט פון די „זעלטנע ביכער” איז עס געווען אַביסל טײערער פון זייער געוויינליכע פּרײז, אָבער אַזוי האָט זיך מיר געלוינט ווערן זייערער אַ מיטגליד פאַר פופציק דאָלער און אַזוי קריגן ביליקערע פּרײזן אויף אַלע זייערע ביכער (בכלל קאָן מען דאָרט קויפן אַ פולע ביכער און ספרים וועלכע זײנען ניטאָ צו קריגן אַנדערשוואו).

שערי יושר » מאנטאג יוני 5, 2023 7:29 am

· #527212
Re: צמח אטלאס - די ישיבה (פון חיים גראדע)
די ביך איז באזירט אויף א אמתע געשיכטע אדער מענטשן?

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 6, 2023 2:21 am

· #527309
שערי יושר: דער בוך "צמח אטלאס", אזוי ווי אלע אנדערע ביכער פון חיים גראדע איז באזירט אויף אמת'דיגע מענטשן און פלעצער.מיט אזא פונקטליכקייט אז דו מיינסט אז דו שטייסט דארט און קוקסט צו די סצענע וואס לויפט פארביי פאר דיינע אויגן.

למשל. איינס פון די אנדערע ביכער פון חיים גראדע וואס איך האב געליינט. "די קלויז און די גאס". דארט איז דא 4 (לענגערע) באשרייבונגען. איינס הייסט ..."לייבע לייזער'ס הויף"...ווען דו ליינסט אט די מעשה מיינסטו אז דו שטייסט דארט אין דעם הויף און דו באגעגנסט די אלע כאראקטערן וואס ער שילדערט. מיט אלע זייערע מעלות און חסרונות. און אלעס וואס האט זיך אפגעשפיעלט דארט. אזוי אויך די באשרייבונג..."זיידעס און אייניקלעך"...און אלע אנדערע מעשיות פון זיינע ווערק.

דוד שריפטליך » דינסטאג יוני 6, 2023 2:53 am

· #527310
דוראק
אַ גרויסן יישר כח פאַרן אַרויפשטעלן דעם בוך לטובת הרבים.

איך האָב זיך דערקאַזשעט אַן עקזעמפּליאַר פונעם אידישן ביכער צענטער. אַזוי ווי דאָס ווערט באַ זיי פאַררעכנט פון די „זעלטנע ביכער” איז עס געווען אַביסל טײערער פון זייער געוויינליכע פּרײז, אָבער אַזוי האָט זיך מיר געלוינט ווערן זייערער אַ מיטגליד פאַר פופציק דאָלער און אַזוי קריגן ביליקערע פּרײזן אויף אַלע זייערע ביכער (בכלל קאָן מען דאָרט קויפן אַ פולע ביכער און ספרים וועלכע זײנען ניטאָ צו קריגן אַנדערשוואו).
איך באוואונדער דיין יידיש עס איז ריכטיג יידיישיסטיש

שערי יושר » דינסטאג יוני 6, 2023 3:38 pm

· #527389
Re: צמח אטלאס - די ישיבה (פון חיים גראדע)
חיים גראדע איז געווען א גוטע בעל דמיון און א גרויסער בעל תאווה

דוד שריפטליך » פרייטאג יוני 16, 2023 6:50 am

· #528615
berlbalaguleh
שערי יושר: דער בוך "צמח אטלאס", אזוי ווי אלע אנדערע ביכער פון חיים גראדע איז באזירט אויף אמת'דיגע מענטשן און פלעצער.מיט אזא פונקטליכקייט אז דו מיינסט אז דו שטייסט דארט און קוקסט צו די סצענע וואס לויפט פארביי פאר דיינע אויגן.

למשל. איינס פון די אנדערע ביכער פון חיים גראדע וואס איך האב געליינט. "די קלויז און די גאס". דארט איז דא 4 (לענגערע) באשרייבונגען. איינס הייסט ..."לייבע לייזער'ס הויף"...ווען דו ליינסט אט די מעשה מיינסטו אז דו שטייסט דארט אין דעם הויף און דו באגעגנסט די אלע כאראקטערן וואס ער שילדערט. מיט אלע זייערע מעלות און חסרונות. און אלעס וואס האט זיך אפגעשפיעלט דארט. אזוי אויך די באשרייבונג..."זיידעס און אייניקלעך"...און אלע אנדערע מעשיות פון זיינע ווערק.
איז דא ערגעץ וואו מען קען ליינען די בוך אנליין א שטייגער ווי אלע ווערק פון שלום עליכם אויף גוגל בוקס?

שערי יושר » פרייטאג יוני 16, 2023 8:44 am

· #528624
Re: צמח אטלאס - די ישיבה (פון חיים גראדע)
Yiddishbookcenter.org