☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פרעזידענט טראמפ'ס אויפטוען

פרעזידענט טראמפ'ס אויפטוען

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14431

אלע צוזאמען » דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 2:14 pm

· #465873
פרעזידענט טראמפ'ס אויפטוען
יעצט נאך וואס פרעזידענט טראמפ האט פארלאזט וואשינגטאן, איז צייט צו אנאליזירן און באטראכטן זיין איין טערמין פרעזידענטשאפט, און טאקע יעצט, נאך איידער די מידיע גייט פארדרייען די מוחות און ארויסשטעלן זייער אלטערנאטיווע ווערסיע.
ווען מען רעדט פון 'דער דאנעלד' קומט אטאמאטיש ארויף זיין בעסט סעלער בוך 'די ארט פונעם דיעל', וואס האט ארויסגעשטעלט דעם ביזנעסמאן טראמפ אלץ א גאר געלונגענע דיעל ברעכער, און אום יאנואר 20 17', האט פרעזידענט טראמפ מיטגעברענגט די אייגענארטיגע חוש צום 'ווייסן הויז', ס'האט טאקע גענומען עטליכע יאר, און די עטליכע יאר האט די מידיע און איין טאן, חוזק געמאכט פון אים ווי עס גייט אים נישט.
די דיעל'ס וואס ער האט אבער און די ענדע באווייזן אויסצוארבייטן איז לעגענדאר, סיי אין די קאמערץ חלק און נאכמער איז די שלום אפמאכן וואס ער האט באוויזן צו געווינען צווישן מדינות ישראל און עטליכע אראבישע לענדער, ווי 'די אראבישע עמיראטן' 'באכרעין' און נאך, מער לענדער האבן שלום געמאכט מיט דאס אידיש לאנד און איין יאר אונטער פרעזידענט טראמפ, ווי אלע לענדער אונטער אלע פרעזידענטן צוזאמען.
און אויך אינערהאלב די ביזנעס וועלט האט דער לאנגיעריגע ביזנעסמאן, איבערגעמאכט אפמאכן מיט לענדער וואס ער האט געהאלטן אז די אפמאכן זענען צו שטארק אקעגן די אינטערעסן פון אמעריקע, ווי למשל דרום קארעא, און די ניי איבערגעמאכטע USMCA מיט אונזערע שכנים 'קאנאדע' און 'מעקסיקא', און ווען דער געוועזענע מעקסיקאנע פרעזידענט איז ארויסגעקומען קריטיקירן דעם אפמאך, האט יעדער געזען אז דאס איז טאקע יא גוט לטובת אמעריקע.
ניין מ'האט נישט גענדיגט און טאקע די גרעסטע קאנקורענט 'כינע' האט מען נישט באוויזן צו ברעכן, טאקע וויבאלד זיי זענען אונזער גרעסטע קעגנער, האבן זיי געקענט דורכשטיפן אפאר שווערע יאר, און יעצט מיט ביידען גייט אלעס צירוק גיין צום אלטן, אבער כאטש האט 'פרעזידענט טראמפ' פרובירט זיי צו באקעמפען.
נאך איינע פון די גרויסע אויפטוען פונעם פרעזידענט, איז געווען דאס אהיימברענגן טויזנטער סאלדאטן פון איבער די גאנצע וועלט, דאס אז 'אמעריקע' איז די פאליציאנט פון די וועלט, דאס איז שוין א פאקט נאך פון דער ערשטער 'רוזעוועלט', 'טראמפ' האט אבער מחליט געווען אז מ'קען אביסל דיפאנדן, די פאליציי שיטה, און צירוק געברענגט טויזנטער פון אונזערע קינדער אהיים, וואס דאס ברענגט ארויף נאך א דערגרייכונג פון די 'טראמפ' יארן.
דהיינו אז 'אמעריקע' איז נישט אריין אין קיין פרישע מלחמה אין די פיר יאר, וואס דאס איז שוין נישט געווען די לעצטע 40-50 לפּחות, נאך א פלאץ ווי ס'האט זיך ארויסגעוויזן 'טראמפ'ס וועג פון 'אמעריקע ערשט', איז ווען ער האט געסטראשעט 'נאטא' אז די איבריגע לענדער מוזן צאלן גרעסערע פראצענטן פון זייער GDP פאר די פארבאנד, אויב נישט ציט זיך 'אמעריקע' ארויס, און ווי די פירער פון 'נאטא' האט מודה געווען,האט די סטראשע געארבעט, און מער לענדער צאלן יעצט אריין גרעסערע פראצענטן.
די זעלבע סטראשע האט ער געשיקט פאר די קלאב פון קינדער וואס רעדן זיך איין אז זיי פירן די וועלט, המכונה UN, דא איז ער געגאנגען א טריט ווייטער, און פאקטיש אפגעשטעלט גרויסע סכומים וואס זענען געגאנגען פאר ארגענעזאציעס אין די UN, ווי די ארגאניזאציע וואס פארפיגט איבער די היסטארישע ערטער איבערן וועלט, און זיך אויך ארויס געצויגן פון די מענטשן רעכט קאמיטע, א קאמיטע ווי 'סאודי אראביע' 'קובא' און 'ווענעזועלע' זענען אנגעלייגטע געסט.
און נישט נאר פון די UN האט די פרעזידענט געשניטן געלט, נאר אויך פון די אמעריקאנע גאווערמענט, מיטן געבן די גרעסטע טעקס קאט פאר די בירגער,וואס האט געלאזט שווער פארדינטע געלטער ביי די ריכטיגע בעלי בתים, נאך א פלאץ ווי 'פרעזידענט טראמפ' האט געשניטן די פרייזן איז ביי מעדעצינען וואס פלעגן קאסטן שווערע געלטער, און אדאנק זיינע שריט, זענען פרייזן היינט צוגענגליך פאר יעדעם.
נאך פארהאן פילע געביטן ווי 'פרעזידענט טראמפ' האט אויפגעטון א געוואלד, זאל עס זיין מיטן אהיימברענגן צענדליגער אמעריקאנער וואס זענען געווען פארכאפט איבער די וועלט ביי טעראר גרופעס, אדער דאס געבן א פרייע האנט פאר די מיליטער אז זיי זאלן קענען טון וואס זיי דארפן, און זיי האבן עס פיין אויסגענוצט ביים אומברענגען טעראריסטן פון 'באגדאדי' ביז 'סולעמאני'.
דאס אנהייבן בויען די וואַנט ביים דרום גרעניץ מיט 'מעקסיקא', געוויסע חלקים האט מען געבויט פון פריש, און געוויסע נאר געדארפט איבערבויען און פארשטערקערן, דאס שניידן רויטע שטריק און רעגולאציעס אין יעדע דעפארטמענט אין די אויפגעבלאזענע רעגירונג, לכולי עלמא פאר אחיינו בני ישראל, די גרעסטע אויפטו זיינע איז געווען די פריזאן רעפארם וואס האט ב''ה ארויס גענומען צענדליגער אידן מאפילה לאורה.
דארפן מיר נאר ענדיגן מיט א דאנק צום בורא עולם, און א תפילה אויף להבא אז אלעס זאל זיין צום גוטן.

קאך_לעפל » דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 2:46 pm

· #465876
יא, אבער זיין מויל שטינקט צופרי...

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 6:22 pm

· #465883
Re: פרעזידענט טראמפ'ס אויפטוען
קאך_לעפל
יא, אבער זיין מויל שטינקט צופרי...
יעדענס מויל שטינקט צופרי, מ׳ בראשט די ציין און מ׳ גייט ווייטער

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

אלע צוזאמען » פרייטאג יאנואר 22, 2021 6:26 am

· #465903
קאך_לעפל
יא, אבער זיין מויל שטינקט צופרי...

וויאזוי ווייסטו דאס? ביסט אמאל געווען מיט אים צופרי? ס'מוז זיין אז די ביסט א חלק פון די 'פעיק ניוז'(ב'תנועות טראמפ)

דוראק » זונטאג יאנואר 24, 2021 6:49 pm

· #465970
אויפטוען אַַהער אויפטוען אַהין, דער עיקר אויפטו פון טראָמפּן וואָס איז אונז נוגע איז וואָס ער האָט אַרײנגעשטעלט דרײ נײע ריכטער אין דעם העכסטן געריכט. אין די קומענדיקע פּאָר יאָר וועט מען מעגליך וועלן זיך אַרײנמישן אין אונזער חינוך סיסטעם, האָט דער אויבערשטער מקדים געוועזן רפואה למכה און האָט געשיקט טראָמפּן מיט דרײ ריכטער.

אלע צוזאמען » זונטאג יאנואר 24, 2021 7:37 pm

· #465973
דוראק
אויפטוען אַַהער אויפטוען אַהין, דער עיקר אויפטו פון טראָמפּן וואָס איז אונז נוגע איז וואָס ער האָט אַרײנגעשטעלט דרײ נײע ריכטער אין דעם העכסטן געריכט. אין די קומענדיקע פּאָר יאָר וועט מען מעגליך וועלן זיך אַרײנמישן אין אונזער חינוך סיסטעם, האָט דער אויבערשטער מקדים געוועזן רפואה למכה און האָט געשיקט טראָמפּן מיט דרײ ריכטער.

אנטשולדיגט פארן דאס נישט דערמאנען

מנחם ציון » מאנטאג יאנואר 25, 2021 6:33 pm

· #466049
דוראק
אויפטוען אַַהער אויפטוען אַהין, דער עיקר אויפטו פון טראָמפּן וואָס איז אונז נוגע איז וואָס ער האָט אַרײנגעשטעלט דרײ נײע ריכטער אין דעם העכסטן געריכט. אין די קומענדיקע פּאָר יאָר וועט מען מעגליך וועלן זיך אַרײנמישן אין אונזער חינוך סיסטעם, האָט דער אויבערשטער מקדים געוועזן רפואה למכה און האָט געשיקט טראָמפּן מיט דרײ ריכטער.

ביזט אזוי זיכער אז זיי וועלן זיין לטובה?

הקטן » דינסטאג מערץ 23, 2021 10:49 am

· #468863
"Trump's leadership on vaccine was vastly better than anyone in Europe"


nyt on vaccines Trump gotit right! and europe got it wrong