☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #14430

אשכול אן א טיטל #14430

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14430

— » מיטוואך יאנואר 20, 2021 1:00 am

· #465810

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שמעון וואלף » מיטוואך יאנואר 20, 2021 1:09 am

· #465812
נייס!
איך בין נישט באקאנט מיט די פרטים פון די מעשה אבער דאס אז די זשאזש האט אים פאראורטיילט פאר איבער 800 יאר טורמע ווייזט אז ס'געווען רשעות.

פאליטיקאנט » מיטוואך יאנואר 20, 2021 1:16 am

· #465814
אויך האט טראמפ פארדאנירט אלי וויינשטיין וועלכע האט באקומען א אורטייל פון 22 יאר.

ר'משה מארגארעטן איז ווי ר' משה לייב סאסובער!
📎 f6238d51bfab425995323bf811281c3f.jpg

מפיל קינד » מיטוואך יאנואר 20, 2021 6:49 am

· #465819
פאליטיקאנט
ר'משה מארגארעטן איז ווי ר' משה לייב סאסובער!

טראמפ איז צאנזער רב.

קושנער איז באבא סאלי און איוואנקא איז שרה סאשא אם הקדושת לוי.

אישתישבי » מיטוואך יאנואר 20, 2021 8:03 am

· #465822
גיי זאג פאר אלע לינקע חכמים דא,

דער נאצי טראמפ באפרייט אידען פין תפיסה

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך יאנואר 20, 2021 8:59 am

· #465825
וואס איז די מעשה מיט אלי וויינשטיין?

בת קול » מיטוואך יאנואר 20, 2021 9:55 am

· #465828
ווען נישט טראמפ פארלירט, זיצן זיי נאך 4 יאר.

קורקלענד » מיטוואך יאנואר 20, 2021 10:31 am

· #465830
און ווער ווייסט וויפיל נאך אידן וואלטן ארויסגעקומען אויב בלייבט ער דארט נאך פיר יאר. בד''וו רובאשקין איז ארויס אינמיטן.

בת קול » מיטוואך יאנואר 20, 2021 10:36 am

· #465832
דאס איז געווען אן אומגעווענטליכע פאל.

טראמפ וואלט נישט געפארדענט מער מענטשן.
אבאמא האט געפארדענט כמעט 2,000 מענטשן. טראמפ האט געפארדענט אינטער 200.

קורקלענד » מיטוואך יאנואר 20, 2021 10:47 am

· #465834
בת קול
דאס איז געווען אן אומגעווענטליכע פאל.

טראמפ וואלט נישט געפארדענט מער מענטשן.
אבאמא האט געפארדענט כמעט 2,000 מענטשן. טראמפ האט געפארדענט אינטער 200.


אז איר ליגט אין טראמפּ'ס מוח ווייסט איר געוויס אוודאי פיל מער ווי מיר, דעריבער האב איך נישט וואס זיך צו דינגען.

ס'נישט די קוואנטיטעט. ס'איז די קוואליטעט. אבאמא האט נישט ארויסגענומען קיין רובאשקין'ס, נאר מערסטנס דראג אדיקטס. ווען נישט ענק דעמאקראטן וואלט שעלי סילוויא היינט אויך געווען אויף די פריי.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 20, 2021 11:04 am

· #465835
ס'יא די קוואנטיטי, ס'נישט די קוואנטיטי, איינער דא איז גוט צומישט.

אישתישבי » מיטוואך יאנואר 20, 2021 12:46 pm

· #465836
טראמפ האט ארויסגעלאזט וועמען מען האט אים געבעטן אהן קיין מהלך און גדרים, ממילא האבן אידן געקענט נוצען זיין איידעם.

אבאמא איז געגאנגען מיט א מהלך וואס פאר א סארט קרימינאלן ער לאזט ארויס, דהיינו נידריגע לעוועל קריים פין דראגס.

מנחם ציון » מיטוואך יאנואר 20, 2021 1:28 pm

· #465841
בת קול
ווען נישט טראמפ פארלירט, זיצן זיי נאך 4 יאר.

און ווען מיין באבע האט ווען רעדער וואלט זי געפארן

מנחם ציון » מיטוואך יאנואר 20, 2021 1:30 pm

· #465842
אישתישבי
טראמפ האט ארויסגעלאזט וועמען מען האט אים געבעטן אהן קיין מהלך און גדרים, ממילא האבן אידן געקענט נוצען זיין איידעם.

אבאמא איז געגאנגען מיט א מהלך וואס פאר א סארט קרימינאלן ער לאזט ארויס, דהיינו נידריגע לעוועל קריים פין דראגס.

אזוי!?
איך זעה א טרענד פון אומ'יושר'דיגע באהאנדעלטע דער די יוסטיץ סיסטעם

מפיל קינד » מיטוואך יאנואר 20, 2021 1:36 pm

· #465843
בת קול
ווען נישט טראמפ פארלירט, זיצן זיי נאך 4 יאר.

און ווען טראמפ פארלירט צו הילערי 4 יאר צוריק, וואלט ווייס געזעצן פאר 800 יאר.

מפיל קינד » מיטוואך יאנואר 20, 2021 1:39 pm

· #465844
בת קול
דאס איז געווען אן אומגעווענטליכע פאל.

טראמפ וואלט נישט געפארדענט מער מענטשן.
אבאמא האט געפארדענט כמעט 2,000 מענטשן. טראמפ האט געפארדענט אינטער 200.

טראמפ'ס פריזען רעפארם בילל האט שוין באפרייט מער פון 3,100 ארעסטאנטן.

מנחם ציון » מיטוואך יאנואר 20, 2021 3:27 pm

· #465848
בחדרי חרדים קלעימט אז דאס האט געמאכט די זאך
#גיי ווייס
📎 Capture.PNG

אספקלריה » מיטוואך יאנואר 20, 2021 5:23 pm

· #465849
סאיז כדאי אנצומערקען,די שווערע פראבלעם וואס די היימישע ליבארלען מוטשען זיך,
בזמן וואס אבאמא דער ליבארעל און בכלל די ליבאראלע באוועגונג איז הארצלאז צו יעדער סוקסעספול מענטש, און צו יעדע סוקסעספול קאממיונוטי אז די ביסט סוקסעספאול און די מאכסט מער געלט וואו זיי אן עדזשוקעישין ביסטו זעכיר א גנב און א פראוד,

די נאטורליכע מענטשליכע וואורדען ווערען אווקגעלייגט פאר די פאליסי פון ליבארליזעם.
בזמן וואס ליבארליזעם איז געקומען פארטיידיגען די מענטשהייט אקעגען רעיליגעזע פאנטיוזים, האבען זיי אדאפטירט איין אייגענע רעליגיע און רייסען שטיקער פון ווער סגייט נישט און אנקלאנג.

ניין איך האלט נישט אז טראמפ איז א נארמאלע מענטש, ער איז פאריקטע מטורף, אבער ער האט געפארדענט יודען, ווען ביידען טוט עס וועין וואלסטו עם געגעבען קרעדיט.
און יעצט מוז ער נעבעך שרייבען סטאטוטען אן קענען געבען שכח פאר זיין ליבאראלע געטשקע.

היכי דמי » מיטוואך יאנואר 20, 2021 5:24 pm

· #465850
ברוך מתיר אסורים!

חסדי השם!

דרייט זיך ארום א מעשה אז אדמו"ר מטאהש זצוק"ל האט געזאגט יארן צוריק אז טראמפ גייט אים באפרייען, דא פארשידענע טעאריעס ארום די מעשה וואס איך האב געזעהן ארומפארן.

אויף איי וועלט דערציילט איינער די מעשה בשם א רב, אבער נאכדעם לייקענט עס איינער אפ און טענהט אז ער האט עס געהערט ממקור ראשון, און טאהש רבי האט נישט דערמאנט טראמפ. <a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=46021&start=300">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=300</a>

בת קול » מיטוואך יאנואר 20, 2021 5:41 pm

· #465852
די מעשה איז געווען מיט הילערי.

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך יאנואר 20, 2021 5:52 pm

· #465853
מנחם ציון
בחדרי חרדים קלעימט אז דאס האט געמאכט די זאך
#גיי ווייס
📎 Capture.PNG
2 טעותים אין די בריוו
1) שלום באלאנגט צו זיין קהלה
2) ער האט די גרעסטע ארטאדאקסישע קהילה אין די וועלט
אבער טעות גוי מותר, איבערהויפט אז עס האט אויפגעטון

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

מנחם ציון » מיטוואך יאנואר 20, 2021 6:39 pm

· #465854
א חסיד פון ווילנא
מנחם ציון
בחדרי חרדים קלעימט אז דאס האט געמאכט די זאך
#גיי ווייס
📎 Capture.PNG
2 טעותים אין די בריוו
1) שלום באלאנגט צו זיין קהלה
2) ער האט די גרעסטע ארטאדאקסישע קהילה אין די וועלט
אבער טעות גוי מותר, איבערהויפט אז עס האט אויפגעטון

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

איך מוז דיר זאגן, ביסט א בעיבי

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 20, 2021 8:50 pm

· #465857
מפיל קינד
פאליטיקאנט
ר'משה מארגארעטן איז ווי ר' משה לייב סאסובער!

טראמפ איז צאנזער רב.

קושנער איז באבא סאלי און איוואנקא איז שרה סאשא אם הקדושת לוי.

מפיל קינד: דו רעדסט שוין באלד אזעלכע שטותים ווי הרב קוק ז"ל. ווען מ'איז איהם געקומען פארציילן אז די פרייע קיבוצ'ניקס שפילן פוטבאלל אום שבת קודש. האט ער זיך אנגערופן אז זיי היצן אן זייערע ..."הייליגע"... גופים צו קעמפן פאר קדושת הארץ...!"

אויף ענגליש זאגט מען...Let's not get carried away...! דאנאלד טראמפ איז נאכנישט צאנזער רב. און איוואנקא איז נאכנישט שרה סאשא...!

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך יאנואר 20, 2021 11:03 pm

· #465859
מנחם ציון
איך מוז דיר זאגן, ביסט א בעיבי

און איך מוז דיר זאגן אז דו ביסט א גרויסער לוזער.

אישתישבי » מיטוואך יאנואר 20, 2021 11:25 pm

· #465860
סאטמאר קומט אריין אין יעדעס אשכול.

זופ מיט מאנדלען » דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 8:41 am

· #465865
אז סקומט איבעראל אריין איז א סימן אז דער עולם וויל דאס.....

מפיל קינד » דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 9:32 am

· #465867
א חסיד פון ווילנא
מנחם ציון
בחדרי חרדים קלעימט אז דאס האט געמאכט די זאך
#גיי ווייס
📎 Capture.PNG
2 טעותים אין די בריוו
1) שלום באלאנגט צו זיין קהלה
2) ער האט די גרעסטע ארטאדאקסישע קהילה אין די וועלט
אבער טעות גוי מותר, איבערהויפט אז עס האט אויפגעטון

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

אויב ער באלאנגט נישט צו זיין קהילה, איז עס אסאך א חשוב'ערע זאך. האט ר' אהרן אויך געשריבן?

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 6:30 pm

· #465884
איך מיין אז ניין, זיינע אינסטוטוציעס האבן געשריבן.

אה"נ א שיינע זאך צו שרייבן א בריוו, ווי מער מ'שרייבט אזעלכע בריוון פארלירט עס די וועליו און עס קומט זיך קרעדיט

ד"א, ווען ער האט געגעבן די בנין מבצר הכוללים פאר קר"י האט מען געשמועסט אז ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה און די וויליאמסבורגער מוסדות האבן נישט געוואלט נעמען פון אים, (נאך געווען פאר די טיילונג)

איז ער דאך טאקע נישט פון די וויליאמסבורגער קהלה.

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 6:30 pm

· #465885
כפול

שלמה המלך » פרייטאג יאנואר 22, 2021 1:29 am

· #465900
היכי דמי
ברוך מתיר אסורים!

חסדי השם!

דרייט זיך ארום א מעשה אז אדמו"ר מטאהש זצוק"ל האט געזאגט יארן צוריק אז טראמפ גייט אים באפרייען, דא פארשידענע טעאריעס ארום די מעשה וואס איך האב געזעהן ארומפארן.

אויף איי וועלט דערציילט איינער די מעשה בשם א רב, אבער נאכדעם לייקענט עס איינער אפ און טענהט אז ער האט עס געהערט ממקור ראשון, און טאהש רבי האט נישט דערמאנט טראמפ. <a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=46021&start=300">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=300</a>

די מעשה איז מוראדיג און קלאר געשעהן
ארגינעל האט די מעשה מפרסם געוועהן דעלאטינער רבי פון מאנסי בשם זיין חבר די סאטמארע דומ"ץ פון מאנסי וואס האט דאס געהערט פון זיין באבע וואס איז געוועהן א שוועסטער מיט טאשע רבי, און די ווערסיע גייט אזוי:
טאשע רבי האט געזאגט פאר די משפחה וואס איז אראפגעפארן קיין טאהש ווען ר' שלום איז געווארען פארטורטיילט אויף 835 יאר רח"ל אין תפיסה - האט טאשע רבי געזאגט "ווען טראמפ וועט זיין פרעזידענט וועט ער אים ארויסנעמען" ניין טראמפ איז נישט דעמאלטס געלאפען אין ערגעץ (חוץ אין בית הכבוד), אבער זיין נאמען איז שוין געוועהן ברייט באקאנט מיט זיינע טראמפ טאוערס און זיין טראמפ פליגער וכדו', זעהט זיך אויס אז טאשע רבי אלץ ריזיגער עסקן (אדער אפשר געזעהן זיין נאמען אין הימל) האט געקענט רואיג הרן נאך דעמאלטס דעם נאמען.
דעלאטינער רבי האט די ווערסיע פארציילט ברבים ווען טראמפ איז געלאפען פאר פרעזידענט! און איעדער מיט אלע אנקעטעס האבן געזאגן בימים ההם 'נוי טשענס' פאר טראמפ!
למעשה איז ער געווארן פרעזידענט און למעשה האטער ארויסגענומען ר' שלום פון תפיסה - די מעשה שטימט מורא'דיג און דאס איז געזאגט געווארן ברבים 4 יאר צירוק, נישט לאחר המעשה

ווערסיע 2:
טאשע רבי זצ"ל האט געזאגט דעמאלטס פאר די משפחה אז די מיסעס וועט אים ארויסנעמען - מיינענדיג מיט דעם קלינטען - און נישט געזאגט טראמפס נאמען
צו אזוי צו אזוי וואס פארשטייט א .... די רבי האט קלאר געזאגט פאר 20 יאר צירוק אז מ'גייט אים פארדענען און מ'וועט אים נישט ארויסנעמען פון תפיסה מיט א קאסטן ווי עס האט קלאר אויסגעקוקט אזוי ביז נישט לאנג צירוק
זכותו יגן עלינו

זופ מיט מאנדלען » זונטאג יאנואר 24, 2021 10:02 am

· #465941
אויף אייוועלט טענהט איינער אז ביז ווי לאנג סזענען נישט דא קיין עדים וואס זענען געווען אגאנצן צייט מיט טאהשער רבי, וואס זאגן אז סאיז נישט אמת, קען מען אננעמען אז סאיז אמת ויציב.......

אישתישבי » זונטאג יאנואר 24, 2021 12:03 pm

· #465946
איך פארשטיי נישט וואס די ביג דיל מיט דער מעשה איז, אונז אלע ווייסן אז דער טאהשער רבי איז געוועהן א נביא און געזעהן ווייטער ווי דער חוזה פין לובלין, וואס איז די חידוש בכלל?

ווען ער זעהט פאר מארגרעטען וואלט עס געוועהן א עכטער מופת.

שלמה המלך » זונטאג יאנואר 24, 2021 1:31 pm

· #465947
מאך זיכער
וואו איז די טאהשע מופע געווען באגראבן ביז איצט? פארוואס האט מען נישט געוואוסט דערפון פאראיאר?

באגראבען ביי ועם?
איך האב עס געהערט פון דעלאטינער רבי וואס האט דאס געזאג ברבים 4 יאר צירוק ווען טראמפ איז געלאפען!! און אלע אנקעטעס האבן געצייגט אז ער פארלירט!
די פאקט איז אז איך האב עס אליין געהערט פון אים, די פאקט איז אז ער איז געווארן פרעזידענט, די פאקט איז אז ער האט אים ארויסגענומען פון תפיסה!
ממילא יא די מופת איז געלונגען!
פאר וועם עס שמעקט נישט זאל זיך קראצען!
אין א"וו איז דא א ניק פיטא וואס פרובירט עס צו פארווישן אויף אלע פראנטען - ער איז א משפחה מיט ר' שלום וואס האט בכלל נישט ליב טאהש צילוב פארשטענדליכע סיבות.
אבער מיר פרובירן נישט דא צו פארקויפן טאהשע מופתים - איך בין פשוט געוועהן דערביי ווען דעלאטינער רבי האט עס געזאגט ברבים ביי אים אין בית מדרש!
עס האט זיך דעמאלטס געהערט זייער אינטערעסאנט!
אבער יעצט אז עס האט ווירקליכט פאסירט איז עס זייער פלא'דיג.
ווער עס וויל אידזשויען די טענהנען אהין און צירוק קען גיין אוין אייערוועלט און אידשזויען די רייד.
איך האב עס נישט געהערט פון טאהשע רבי, און סתם צו האקן סברות - יא געזעהן נישט געזעהן יא געזאגט נישט געזאגט - איז נישט אינטערעסאנט! מיר איז אינטערעסאנט וואס איך האב אליין געהערט, און שפעטער געזעהן!
וזה הוא

זופ מיט מאנדלען » זונטאג יאנואר 24, 2021 4:39 pm

· #465961
א פרישע מופת גייט יעצט ארום אז רבי שלוםס משפחה זענען געווען איבערבעטן רבי שמואל קרויס ביי זיין קבר, עפעס א פאליטיק איז געווען וועגן א בית המדרש אין סיגעיט און אלע וואס זענען געווען פארמישט האבן שלעכט אפגעשניטן ביניהם רבי שלום וואס איז געגאנגען יושבן, אפאר וואכן צוריק איז די משפחה געגאנגען איבערבעטן ביי ר שמואל אדער זיין רעביצינס קבר און יעצט קלעימען די קרויסלעך קרעדיט פאר זיך.....

תרמב » זונטאג יאנואר 24, 2021 4:45 pm

· #465962
מסתם האט ער געהאט א מעמבערשיפ אין תהלים כולל אויך, און מ’האט אים אינזין געהאט ביים ריבניצער אויף די קערעסטירע יארצייט.

אישתישבי » מאנטאג יאנואר 25, 2021 1:34 am

· #465992
כל שחברו נענש על ידו אין מכניסין אותו במחצתו של הקדוש ברוך הוא.

איז ב"ה אז ר' שמואל איז אריין אין אויבערשטערס מחיצה.

מאן דאמר » דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:39 am

· #531847
פאליטיקאנט
אויך האט טראמפ פארדאנירט אלי וויינשטיין וועלכע האט באקומען א אורטייל פון 22 יאר.

ר'משה מארגארעטן איז ווי ר' משה לייב סאסובער!
ער איז שוין ווידער ארעסטירט געווארן , די באאמטע באשולדינגען אז ער האט נישט איינגעהאלטן די תנאים פון די באפרייאונג וואס זענען געווען אז ער טאר נישט מאכן געשעפטן פאר א געוויסע צייט , און ער האט געפירט א פּאָנזיִ פון פינעף און דרייסיק מיליאן טאלער אינטערן נאמען Mike Konig וואוסענדיג אז פאר וויינשטיין וועט קיינער נישט גיבן קיין געלט


https://www.cnbc.com/amp/2023/07/19/ponzi-schemer-granted-clemency-by-trump-charged-with-fraud.html