איך וויל מיך גט'ן
86 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14421
איך וויל מיך גט'ן
מורי ורבותי, איך קען מער נישט אויסהאלטן, איך וויל מיך גט'ן. איך ווייס נאר נישט ווי אנצוהייבן, ווער קען מיך העלפן, איך בין געגאנגען צו סאשעל ווארקערס מיט כל מיני געלט מענטשן, גארנישט. איך האב מחליט געווען איך וויל מיך גט'ן און טוישן מיין לייף סטייל. איך ווייס נאר נישט ווי אנצוהייבן. איך בין שוין חתונה געהאט פאר עטליכע 20 יאר, איך האלט עס מער נישט אויס. אבער ווי גיי איך? איינער זאל מיך מייעץ זיין וויאזוי צו מאכן די פראצעדור.
אויך איך וויל אוועקמופן, ווי זאל איך גיין?
יישר כח.
איך פארשטיי אז דו האסט אפגעמאכט קלאר אז דו ווילסט דיר גטן אלזא מיט וואס דארפסטו הילף?
דיין ווייב וויל זיך אויך גטן? אויב יא קען דאס גיין געשמירט אויב נישט וועסטו לכאורה דארפן מאכן געוויסע שריט ביז דו וועסט צוקומען צו גטן
ערבוב דברים אני רואה כאן...אדער אפשר האבן די אלע זאכן א שייכות...
א) איך וויל זיך גט'ן
ב) טוישן לייוו סטייל
ג) מופן
א. גט'ן גייט צו א רב
ב. טוישן לייוו סטייל קען מען נישט מייעץ זיין אויב מ'ווייסט נישט דיין לייוו סטייל פון ביז יעצט
ג. מופן כנ''ל
טרעף א ערליכע אידענע וואס וויל זיך אויך גט'ן, און מאכט א חליפין.
ערליכער אידמורי ורבותי איך כקען מער נישט אויסהאלטן, איך וויל מיך גט׳ן. איך ווייס נאר נישט ווי אנצוהייבן ווער קען מיך העלפן, איך בין געגאנגן צו סאשיל ווארקערס מיט כל מיני געלט מענטשן,גארנישט. איך כהאב מחליט געווען איך וויל מיך גט׳ן, און טוישן מיין לייוו סטייל. איך ווייס נארנישט ווי אנצוהייבן, איך בין שוין חתונה געהאט פאר עטליכע 20 יאר, איך האלט עס מער נישט אויס. אבער ווי גיי איך איינער זאל מיך מייעץ זיין וויאזו צו מאכן די פראצודור, אויך איך וויל אוועק מופן ווי זאל איך גיין יישר כח
לדעתי דאס אליין גיין צו סאושעל וואוקערס געלט מענטשן קען זיין א פראבלעם
ווייל נישט יעדער (ס'דא וואס יא) איז דא דיר צו העלפן נאר בלויז צו מאכן געלט....
דארפסט טרעפן א גוטען חבר וואס דו טראסט אדער בעסער געזאגט וואס ביידע טראסטן, אייינער וואס האט נישט קיין שום נגיעה לכאן ולכאן
מען קען נישט וויסען וואס יענער קען אויפטוהן
נישט אייביג איז גט'ן די עצה
[ציטאט אראפגענומען]
הדא הוא דכתיב שאגתי מנהמת לבי
ערליכער אידמורי ורבותי איך כקען מער נישט אויסהאלטן, איך וויל מיך גט׳ן. איך ווייס נאר נישט ווי אנצוהייבן ווער קען מיך העלפן, איך בין געגאנגן צו סאשיל ווארקערס מיט כל מיני געלט מענטשן,גארנישט. איך כהאב מחליט געווען איך וויל מיך גט׳ן, און טוישן מיין לייוו סטייל. איך ווייס נארנישט ווי אנצוהייבן, איך בין שוין חתונה געהאט פאר עטליכע 20 יאר, איך האלט עס מער נישט אויס. אבער ווי גיי איך איינער זאל מיך מייעץ זיין וויאזו צו מאכן די פראצודור, אויך איך וויל אוועק מופן ווי זאל איך גיין יישר כח
איז דאס א סימפטאם פון די קאראונא ווירוס?!....
איך בין א שטילע יונגערמאן מיט נישט צופיל חברים, און איך האב שוין געהערט פון עטליכע פון זיי ממש די זעלבע ווערטער.כ'וואונדער מיר איז דאס בלויז א צופאל אדער האלט מען פאר/אינמיטן א קריזיס?
זיי נישט קיין נאר. ווארט אויס די וואקסין און אפאר חדשים וועסטו זען צו די ווילסטו טאקע זיך גט'ן. לא עת לעשות. גייסט ווײטער קענען פארן און האצקענען.
Re: איך וויל מיך גט'ן
וואס טוט זיך מיט די קינדער? די האסט קינדער און ביזט גרייט זיך אפּצוהאקן מיט זיי?
זייער ווייניג פרטים.
די אלע געלטער און מענטשן האט איר אריינגעלייגט אז זי זאל זיך טוישן? האט איר אויך אריינגעקוקט צו איר דארפט זיך אפשר אליינס טוישן?
טוישן די לייווסטייל? וועט די ניק נאמען בלייבן די זעלבע מיטן זעלבן באדייט?
מופן? וואו ווילט איר נישט וואוינען?
ערליכער אידמורי ורבותי איך כקען מער נישט אויסהאלטן, איך וויל מיך גט׳ן. איך ווייס נאר נישט ווי אנצוהייבן ווער קען מיך העלפן, איך בין געגאנגן צו סאשיל ווארקערס מיט כל מיני געלט מענטשן,גארנישט. איך כהאב מחליט געווען איך וויל מיך גט׳ן, און טוישן מיין לייוו סטייל. איך ווייס נארנישט ווי אנצוהייבן, איך בין שוין חתונה געהאט פאר עטליכע 20 יאר, איך האלט עס מער נישט אויס. אבער ווי גיי איך איינער זאל מיך מייעץ זיין וויאזו צו מאכן די פראצודור, אויך איך וויל אוועק מופן ווי זאל איך גיין יישר כח
נעם איין טויש אויף אמאל, יעדע פון זיי איז א לאנגע קאמפליצירטע דורכגאנג.
מ׳זאגט נאך פון הרבנית הצדקנית מרת לארע שלעזינגער שתחי׳ אז אויב איז דא קינדער וואס זענען נאך נישט אויפגעוואקסן איז זייער סעלפיש זיך צו גט׳ן. ווארט צו אביסל ביז זיי האבן חתונה. אויב איז די נעסט ליידיג דאן טראכט נישט 2 מאל. אז ביסט נישט צופרידן יאג אפ פון איר!
יא? און וואס נאך ווילט איר?
איר ווילט זיך גט'ן? איך הער! אצינד די וויכטיגסטע פראגע, וואס נאך ווילט איר?
וואס די טעראפיסטן און עסקנים האבן צו זאגן, ווענדט זיך אין אלגעמיין אין זייער מארגן אויפשטאנד. חלילה צו פאסן א באשלוס אין לעבן אויף זייער ראט און געדאנקן-גאנג, וועלכע איז אין אלגעמיין קאראפטירט ביז צום גרונד. לאמיר זען וואס חז''ל האבן צו זאגן פאר איינעם וואס וועקט זיך אויף אין א "איך וויל מיך גט'ן" גיסטע.
בית שמאי אומרים, לא יגרש אדם את אשתו אלא אם כן מצא בה דבר ערוה, שנאמר כי מצא בה ערות דבר.
איז אזוי צוויי מענטשן האבן חתונה. ביידע קומען פון אנדערע הינטערגרונטן, ביידע האבן באזונדערע נאטורן, באזונדערע אנטשויאונגען. ס'נעמט א וויילע ביז מ'קומט צו א געמיינזאמע פארשטענדעניש. זאגן אונז בית שמאי: האב געדולד, ארבייטס אויס די דיפערענצן צווישן אייך און קומט צו א טאלק. יא, ס'קען נעמען יארן, אבער האטס געדולד. דאס איז די באדייט פון חתונה האבן. ס'איז נישט אלעמאל קיין אוואנטורע. ביידע האבן די מעגליכקייטן צו שטארבן בעפאר זיי קומען צו א געמיינזאמע פארשטעדעניש, זאגאר פארפאלן, דאס לעבן איז אן אנגייענדער געראַנגל. אפגעזען אויב זי באגייט פארראט. דאס באדייט אז זי פארמאגט סעקסיאלע אנטשויאונגען אין מוח וואס שליסט אויס איר מאן! דאס שוין נישט! ווערט פטור פון איר אמשנעלסטן.
בית הלל אומרים, אפילו הקדיחה תבשילו, שנאמר כי מצא בה ערות דבר.
די בית הלל נעמען מער א ליבעראלער צוגאנג. אויב זי פירט נישט קיין נארמאלע שטוב ווירטשאפט. זי שטעלט נישט אהער קיין נאכטמאל, דאס הויז זעט אלעמאל אויס ווי א שלאכט פעלד, עס איז קיינמאל נישט פארהאנען קיין פרישע זאקן אין שופלאד, דאס אייז-קאסטן איז אלעמאל לער פון אינהאלט אלעס איז שטוב איז נאכגעלאזט און פארנאכלעסטיגט, קיין שום זאך וואס זי טיט איז צו דער זאך, דאן ווערט פון איר פטור! א מענטש האט נישט קיין פליכט צו ליידן א גאנץ לעבן פון אזא סארט פרוי.
רבי עקיבא אומר, אפילו מצא אחרת נאה הימנה, שנאמר והיה אם לא תמצא חן בעיניו.
רבי עקיבא זאגט: ניין! דאס לעבן איז אויסשליסליך יא א אוואנטורע! א מענטש דארף גלייכן זיין לעבן, ער דארף הנאה האבן פון יעדע מינוט וואס זיין נשמה האלט זיין קערפער ביים לעבן! אויב דאס ווייב קומט נישט נאך זיינע סעקסיאלע באדערפענישן, שיקט איר זאפארט ווייטער.
איז אזוי: ווען עס איז בלויז ער מיט זי, וואלט מען פילייכט געקענט אנעמען די שיטה פון רבי עקיבא. אבער ווען אנדערע מענטשן זענען פארמישט, הויפזעכליך קינדער, און זיי גייען אויסטערליש ליידן פון א שיידונג, פילייכט זאל מער טראכטן פון אנדערע אויך און נישט בלויז פון זיך זעלבסט. אין אזא פאל וואלטן מיר ווען געפאסט א באשלוס לויט די באהויפטונג פון בית הלל, געוואנדן לויט די אומשטענדן. אבער אין א פאל פון פארראט, אז זי איז פארמישט מיט אנדערע מענער אדער פרויען, ווי מען הערט היינט צו טאגס אין גרויסן, אפילו בלויז ווירטואל, וואלטן מיר אנגענומען ווי די בית שמאי אויפן הארבסטן פארנעם. אפגעזען וואס עסקנים און טאראפיסטן האבן צו זאגן...
Re: איך וויל מיך גט׳ן
זייער שיין קאך לעפל!
אונז רעד מיר זיך דורך כאילו די קינדער איז אונזער פראבלעם.
אונזער קינדער איז אונזער עלטערן'ס פראבלעמען ַַ די רשעות איז דאך אין לשער. דא ווילסטו אז מ'זאל אויפגעבן א לעבן פון אידישע רבי עקיבא רעכט! פארוואס? ווייל ס'איז דא קינדער אבער ווער האט חתונה געהאט און אנגעזייט די קינדער? נישט ער. זיינע עלטערן. איר עלטערן מיט זיינע עלטערן האבן זיך משדך געווען. שיק זיי אהין זייער פעקלעך!
Something gotta give to stop the train wreck
סא קאך לעפעל מאכט א אוקמיתא אין ר' עקיבא אז ער רעדט נישט ווען ער האט קינדער פין איר.
גראדע ווערט אין אבן העזר געפסק'נט ווי די בית הלל, אבער נישט מיט דער אוקימתא דוקא.
און אפילו דאס שטייט דארט נאר ווען זי איז אים מצער זאל ער איר גט'ן.
און דאס אלעס איז א מחלוקת ראשונים צו עס איז א עצה טובה צו א איסור.
אבער אין אלעמען פעלט דא א נקודה, דער "ערליכער איד" וואס קען מער נישט אויסהאלטען און וויל גט'ן, און גיין ערגעץ אנדרעש, זעהט אויס מער ווי אן עפיזאד וואס ער גייט אדורך נפשיות'דיג, און דארף שטארקע הילף, א גט מוז קומען מתוך יישוב הדעת און נארמאלקייט ווי מען זעהט איין אז לא זה המקום, נישט פין קיין געצווינגענע נפשיות'דיגע רצונות וואס דערנאך וועט זיין וחמת המלך שככה און זכר את ושתי.
איך ווייס נישט ווי ערנסט דער פותח האשכול איז דא, אבער איין זאך זיכער, די אפציע פון זיך גט'ן דארף מען אין באטראכט נעמען די מינוט וואס די זאך הייבט אן צופאלן, מ'פרובירט וואס מ'קען, ס'גייט דורך איין יאר און נאך א יאר און ס'ווערט נאר ערגער, גיי שוין און גט זיך! רעד זיך נישט איין אז ס'וועט געשעהן א נס און ס'וועט בעסער ווערן. ווילאנג מ'איז נאך יונג איז פיל גרינגער אנצופאנגען א נייע לעבן פון פריש, ווארט נישט ס'זאל דורכגיין "עטליכע און צוואנציג יאר" אפצומאכן אז ס'איז כלו קל הקונצן, דו ווילסט נישט אויסקוקן ווי יוחנן כהן גדול וואס האט פרובירט אנצופאנגען א נייע לעבן ביי די אכציג יאר.
אויך אמת.
דער שפעטער דער שווערער.
עס איז אייביג שווער.
איין מעלה איז א מען קען ווערן א משגיח פאר שבת שבע ברכות.
די קעניג פין אמעריקעמ׳זאגט נאך פון הרבנית הצדקנית מרת לארע שלעזינגער שתחי׳ אז אויב איז דא קינדער וואס זענען נאך נישט אויפגעוואקסן איז זייער סעלפיש זיך צו גט׳ן. ווארט צו אביסל ביז זיי האבן חתונה. אויב איז די נעסט ליידיג דאן טראכט נישט 2 מאל. אז ביסט נישט צופרידן יאג אפ פון איר!
טעות. כ'ווייס פון צוויי פעלער ווי ליידיגע נעסטערס האבן זיך פונאדערגעשיידט און נאך גרויס דרוק אז ס'איז שעדליך פאר די אייניקלעך'ס שידוכים האבן זיי צוריקגעטרעטן.
Re: איך וויל מיך גט׳ן
[ציטאט אראפגענומען]
עס איז נישט פון ב"מ זצ"ל, א באקאנט ווארט פון בית ישראל זצ"ל
ד"א איך ווינדער מיך נאך אלס פארוואס פון ב"מ מעג רופן בלשון גנאי לאחר פטירתו
איבערהויפט אז עס קומט פון א חסיד פון זיין זון
צוריק צום ענין
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
עס איז גראדע יא א ווארט פונעם רבי'ן זצ"ל. פארשטייט זיך בדרך צחות כדרכו בקודש.
און צו די ווינדער וואס דו האסט איז מיין וואונדער צו דיר, ווייסטו דען נישט אז דארט ווי ער איז אויפגעוואקסן איז חוצפה און אפשיי די ערשטע זאך? עס איז קדמה לתורה ביי זיי!
פארוואס מוז יעדע שמועס אנקומען צו דעם?
א חסיד פון ווילנא[ציטאט אראפגענומען]
עס איז נישט פון ב"מ זצ"ל, א באקאנט ווארט פון בית ישראל זצ"ל
ד"א איך ווינדער מיך נאך אלס פארוואס פון ב"מ מעג רופן בלשון גנאי לאחר פטירתו
איבערהויפט אז עס קומט פון א חסיד פון זיין זון
צוריק צום ענין
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
וואס האסטו אזוי קעגן ברך משה אז די האלטסט אז "ברך" איז א לשון גנאי?
Re: איך וויל מיך גט׳ן
זופ מיט מאנדלעןא חסיד פון ווילנא[ציטאט אראפגענומען]
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
וואס האסטו אזוי קעגן ברך משה אז די האלטסט אז "ברך" איז א לשון גנאי?
מ׳ האט גאבעטן נישט אריינמישן, וועל איך נישט ענטפערן, איבערהויפט אז דו ווייסט זייער גוט דעם תירוץ
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
סאטמאר הייסט קיינמאל נישט אריינגעמישט, עס באלאנגט איבעראל.
אישתישביסא קאך לעפעל מאכט א אוקמיתא אין ר' עקיבא אז ער רעדט נישט ווען ער האט קינדער פין איר.
.
ס'איז נישט קיין אוקימתא פון קאך לעפל אין די גמרא
ס'איז פשוט א פראקטישע וועג לחלק כל השיטות באופן מעשי און איך האלט אז ער איז גערעכט
יאסל ראקאוועראונז רעד מיר זיך דורך כאילו די קינדער איז אונזער פראבלעם.
אונזער קינדער איז אונזער עלטערן'ס פראבלעמען ַַ די רשעות איז דאך אין לשער. דא ווילסטו אז מ'זאל אויפגעבן א לעבן פון אידישע רבי עקיבא רעכט! פארוואס? ווייל ס'איז דא קינדער אבער ווער האט חתונה געהאט און אנגעזייט די קינדער? נישט ער. זיינע עלטערן. איר עלטערן מיט זיינע עלטערן האבן זיך משדך געווען. שיק זיי אהין זייער פעקלעך!
Something gotta give to stop the train wreck
ביטע אויב איר קענט זיך מער מסביר זיין
איר רעדט פון די קינדער (די מאן און פרוי) זאלן נישט טראכטן פון זייערע קינדער ווייל זייער (די מאן און פרוי'ס) טאטע מאמע האבן זיי פארזייעט?.
מה ענין שמיטה אצל תשמיש המטה?
ער זאגט אז ווען מ'בלייבט צוזאמען וועגן די קינדער וועלן אלע ליידן, דער מאן וועט ליידן, די פרוי וועט ליידן, די קינדער וועלן ליידן פון די אנגעצויגנקייט אין שטוב, און אין לויף פון די יארן וועלן צוקומען נאך קינדער צום געמויזשאכטס. און וואס געשעהט ווייטער ווען מ'לעבט מיט אזעלכע קרומע חשבונות? דיי קינדער וועלן חתונה האבן מיט זייערע (אומ)באשערטע און אזוי וועט דאס ווייטער גיין עד ביאת גואל צדק. ענדערש זאלן די קינדער אביסל ליידן אפאר יאר, אנפאנג וועלן זיי בלאזן אבער זיי וועלן עלטער ווערן און קומען צום שכל און פארשטיין אז דאס איז געווען דאס בעסטע פאר זיי, און יעדער וועט ארויס צופרידן.
מנחם ציוןאישתישביסא קאך לעפעל מאכט א אוקמיתא אין ר' עקיבא אז ער רעדט נישט ווען ער האט קינדער פין איר.
.
ס'איז נישט קיין אוקימתא פון קאך לעפל אין די גמרא
ס'איז פשוט א פראקטישע וועג לחלק כל השיטות באופן מעשי און איך האלט אז ער איז גערעכט
פראקטישע אוקימתא, אבער אן אוקימתא בלייבט עס.
קינדער פין א שטוב וואס איז ל"ע געג'ט קענען אויסקומען גאר גוט אויב די עלטערען פירען זיך אויף ווי מענטשן. און צומאל איז דא וואס ווען זיי זענען צוזאמען און פייטען זיך יומם ולילה איז נאך ערגער ווי געג'ט אויך.
און אמאהל איז קאך לעפעל גערעכט אויך.
רביה"ק האקט ענדליך.
אישתישבי

רביה''ק זי''עער זאגט אז ווען מ'בלייבט צוזאמען וועגן די קינדער וועלן אלע ליידן, דער מאן וועט ליידן, די פרוי וועט ליידן, די קינדער וועלן ליידן פון די אנגעצויגנקייט אין שטוב, און אין לויף פון די יארן וועלן צוקומען נאך קינדער צום געמויזשאכטס. און וואס געשעהט ווייטער ווען מ'לעבט מיט אזעלכע קרומע חשבונות? דיי קינדער וועלן חתונה האבן מיט זייערע (אומ)באשערטע און אזוי וועט דאס ווייטער גיין עד ביאת גואל צדק. ענדערש זאלן די קינדער אביסל ליידן אפאר יאר, אנפאנג וועלן זיי בלאזן אבער זיי וועלן עלטער ווערן און קומען צום שכל און פארשטיין אז דאס איז געווען דאס בעסטע פאר זיי, און יעדער וועט ארויס צופרידן.
אקעי אקעי איי גאט איט
איך האב אנגעקוקט די "קינדער טענה" אביסל אנדערש
ווען מען זאגט וואס וועט זיין מיט די קינדער, איז דאס (עכ"פ וויאזוי איך קוק עס אן) מער ווי א תביעה אויף די זיווג זיך צו אנשטרענגן און שליכטן די דיפערענצן. אמער, ס'איז דאך דא קינדער.
נישט אז ס'וועט זיין א רעה פאר די קינדער דווקא, נאר ענדערש א זאך וואס זאל מחייב זיין די פארפאלק.
לפי זה איז @קאך לעפל גערעכט, ווען ס'איז א רעלאטיוו קליינע מיינונגס פארשידנהייט זאלן זיי טראכטן פון אנדערע אויך און זיך אנשטרענגען פאר זייערט וועגן
אויב איז דאס עפעס גרויס, דאן יא, זאל מען טוהן צו דער זאך, און אפילו די קינדער ווערן איבערגעפארן איז דאס מעגליך א טובה פאר זיי.
הייליגע באשעפער, ראטעווע מיך ארויס פון דאנעט.... כ'זאג צו כ'וועל שוין זיין וואויל....
האסט שוין נעכטן צוגעזאגט
קאך_לעפלהייליגע באשעפער, ראטעווע מיך ארויס פון דאנעט.... כ'זאג צו כ'וועל שוין זיין וואויל....
היה בא בדרך ושמע קול צוחה בעיר, ואמר, יהי רצון שלא יהיו אלו בני ביתי, הרי זו תפילת שוא.
Julia haart האט עס געטון
ערליכער אידמורי ורבותי איך כקען מער נישט אויסהאלטן, איך וויל מיך גט׳ן. איך ווייס נאר נישט ווי אנצוהייבן ווער קען מיך העלפן, איך בין געגאנגן צו סאשיל ווארקערס מיט כל מיני געלט מענטשן,גארנישט. איך כהאב מחליט געווען איך וויל מיך גט׳ן, און טוישן מיין לייוו סטייל. איך ווייס נארנישט ווי אנצוהייבן, איך בין שוין חתונה געהאט פאר עטליכע 20 יאר, איך האלט עס מער נישט אויס. אבער ווי גיי איך איינער זאל מיך מייעץ זיין וויאזו צו מאכן די פראצודור, אויך איך וויל אוועק מופן ווי זאל איך גיין יישר כח
ערליכער איד: עטליכע קליינע שאלות...ווער ועט דיר אויסוואשן דיינע פארק-קטע ר"ת'ס? ווער וועט דיר אפקאכן א געשמאקן זאפטיגן רינעדיגן טשולנט?. אפשר וועסטו זיין א מצפה לשולחן אחרים. 'ע'סטו זייער שנעלל אויסגעפונען דאס וואס די גמרא זאגט..."ג' חייהן אינן חיין"... המצפה לשולחן אחרים...!
די ביסל הנאה פון נישט דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר די ווייב וואו דו האסט פארתכליוועט 4 שעה נאך מעריב איז נישט ווערט דעם שאדן וואס דו גייסט האבן...!
אויך זאגסטו אז דו ווילסט טוישן דיין לייפסטייל. דאס איז נאך ד גרינגסטע. דו קענסט דיך טרעפן א זכר. אלס קאווער סטארי קענסטו זאגן אז ער איז דיין ברודער אדער דיין טאטע.
איך קען איינעם וואס ער איז שוין 2 מאל געווארן אן אלמן פון זיין געי פארטנער. או.קעי. לעצטנס האט ער אויכעט אפגעצויגן. נאר די שאלה פון ..."קטלנית"... אזוי ווי ביי א פרוי גייט דא נישט אן. ווייל די געזעצן פון הלכה האט מען געשריבן 2000 יאר צוריק. בזמן חכמי התלמוד. נישט אין יארע 2021...!
אויב דו וועסט אוועקמופן צו אן אומבאקאנט פלאץ וועסטו אויך מקיים זיין א גמרא. וועלכע זאגט..."אם רואה אדם שיצרו מתגבר עליו ילך למקום שאין מכירין אותו וילבש שחורים. ואל יבזה שם המקום...!
דו וועסט נאך קענען זיין פון די בכבוד'יגע אידן. מ'עט זאגן..."עפעס א חשוב'ער איד איז דא אנגעקומען אין שטעטל מיט זיין אלטן טאטן. וועם ער איז שטארק מכבד...!
Based on a true story from real life...!
אויב דו וועסט אוועקמופן צו אן אומבאקאנט פלאץ וועסטו אויך מקיים זיין א גמרא. וועלכע זאגט..."אם רואה אדם שיצרו מתגבר עליו ילך למקום שאין מכירין אותו וילבש שחורים. ואל יבזה שם המקום...!
היינט אז מיר אלע טראגן שחורים פין g@g פאלט אוועק דער עצה..
אויך זאגסטו אז דו ווילסט טוישן דיין לייפסטייל. דאס איז נאך ד גרינגסטע. דו קענסט דיך טרעפן א זכר
לערנסט צו טיף פשט אין זיין לייפסטייל טויש, ער רעדט פין די ילבש שחורים לייפסטייל.
נעלם געווארן ?!
פארשווינדן ?!
טייערע אידן פרובירן צו ענטפערן דיין פראגע @ערליכער איד. ואתה איכה???
קאאפעריר מיט, ענטפער די פראגעס.
אויס מענטשנעלם געווארן ?!
פארשווינדן ?!
טייערע אידן פרובירן צו ענטפערן דיין פראגע @ערליכער איד. ואתה איכה???
קאאפעריר מיט, ענטפער די פראגעס.
א גוטן וויצלער דער ערליכער... לאזט פאלן א באמבע, און ווארט צו זעהן ווי די עולם שפרינגט אויף הייוון...
אפשר האט ער שוין געטוישט לייפסטייל, ער איז שוין אויף די מוסלמענישע קאווע שטיבל.
כדי אז קינדער זאלן אויפוואקסן ווי עס באדארף צו זיין מיז זיין א טאטע, מאמע אין שטיב. ארבעט אויף דיינע מידות און זיי נישט אן נאך קינדער. ווען זיי וואקסן אויף דאן הייב אן פון פריש. דו וועסט קיינמאל נישט האבן קיין נארמאלע לעבן אויב וועסט זיך דרייען מיט די שלעכטע געפיל אז דו האסט פארהארגעט די עתיד פון דיינע קינדער. ווארט אויס די 10-15 יאר ס׳גייט אריבער שנעלער ווי דו מיינסט. די אלע תירוצים דא וואס איך האב געליינט אין אשכול זענען זינלאז! בפרט די קראנקע טענה אז די זיידע באבע זענען גאר שילדיג!!! דאס איז ממש אבסורד!!! ערווארט נישט גארנישט פון דיין ווייב. זיי דיך מחזק אז דו טיסט דאס פאר די קינדער. אין אז דו ערווארטסט גארנישט פון איר וועט זי קיין שלעכטס נישט קענען טין.
איך פארשטיי נישט וואס די איידיע פון ווארטן ביז די קינדער ווערן גרויס איז, דער מענטש וויל טוישן זיין לעבנס שטייגער וויבאלד ער איז נישט צופרידן פון זיין יעצטיגן לעבנס שטייגער, קא נשמע לן, אז ער וויל הנאה האבן פון זיין לעבן, זאגט מען אים, ווארט ביז די וועסט שוין זיין אלט און גרוי, דעמאלץ וועסטו שוין מילא נישט האבן קיין סאך הנאה פון דיין לעבן וויבאלד דער האלב לעבן וואס מען האט די עיקר הנאה איז שוין פארבייגעגאנגען, און דעמאלטס טו וואס די ווילסט.....
האסט פארשטאנען זייער גוט. די אקט פון אראפ ברענגן קינדער קומט מיט א פרייז. די דארפט זיך זארגן אויף זייער וואוילזיין פאר די נעקסטע 18 יאר. אויך אז א חלק פון די פרייז אז מ'פארלירט די רעכט פאר די נעקסטע 18 יאר מאראליש זיך צו פאקן פעק כדי זיך צו אינדשויען אין א צווייטע לעבנס שטייגער.
דאס איז נאר געזאגט געווארן פאר איינער וואס האט מארעלס און וועליוס. ווער ס'האט נישט קיין מארעלס איז דומה לכלב סיי וואו.
עס איז נישט ריכטיג אז בלייבן צוזאמען איז אלץ די בעסטע פארן וואוילזיין פון די קינדער.
ווי אויך קומט אמאל די וואוילזיין פון זיך ערשט.
למשל אויב יעצט נעמען א צייטווייליגע ברעיק וועט אים געבן כח ווייטער צו געבן פאר די משפחה, און יעצט שפירט ער ווי ער ברעכט אינטער, איז פאר קיינעם א טובה אויב ער וועט בלייבן.
זופ מיט מאנדלעןאיך פארשטיי נישט וואס די איידיע פון ווארטן ביז די קינדער ווערן גרויס איז, דער מענטש וויל טוישן זיין לעבנס שטייגער וויבאלד ער איז נישט צופרידן פון זיין יעצטיגן לעבנס שטייגער, קא נשמע לן, אז ער וויל הנאה האבן פון זיין לעבן, זאגט מען אים, ווארט ביז די וועסט שוין זיין אלט און גרוי, דעמאלץ וועסטו שוין מילא נישט האבן קיין סאך הנאה פון דיין לעבן וויבאלד דער האלב לעבן וואס מען האט די עיקר הנאה איז שוין פארבייגעגאנגען, און דעמאלטס טו וואס די ווילסט.....
אינטערסאנט אז שמועסנדיג אמאל מיט א גוי פארציילט ער מיר אז זיין marriage הינקעט אין גרויסען און זיין פלאן איז זיך צו גט'ן נאר ער ווארט אויס ביז זיינע קינדער וועלן אונטערוואקסען און זיי וועלן גיין אין college. דעמאלטס וועט ער טוהן דעם שריט,
כ'מיין ארויסצוברענגן אז זיך צוריקהאלטען פון א שיידונג צוליב די קינדער איז לאו דווקא א אידישע זאך וואס מען טרעפט ביי אונזערע געזעלשאפט
די קעניג פין אמעריקעהאסט פארשטאנען זייער גוט. די אקט פון אראפ ברענגן קינדער קומט מיט א פרייז. די דארפט זיך זארגן אויף זייער וואוילזיין פאר די נעקסטע 18 יאר. אויך אז א חלק פון די פרייז אז מ'פארלירט די רעכט פאר די נעקסטע 18 יאר מאראליש זיך צו פאקן פעק כדי זיך צו אינדשויען אין א צווייטע לעבנס שטייגער.
דאס איז נאר געזאגט געווארן פאר איינער וואס האט מארעלס און וועליוס. ווער ס'האט נישט קיין מארעלס איז דומה לכלב סיי וואו.
און אויב דאס גאנצע ברענגען קינדער איז געטון געווארן אן בחירה? בכלל וואס איך האב ארויסגעברענגט איז אז עס איז נישט קיין עצה צו זאגן ווארט ביז די קינדער ווערן גרויס, סאיז ווי כאילו דו זאגסט אים געים אווער און די קענסט שוין נישט אינדזשויען לייף.
אונז דארף מיר גוט אריינקריכן אין אונזער נשמות און זיך פרעגען; וואס וואלט איך געוואלט אז מיינע קינדער זאלען טון אויב חס ושלום זיי טרעפען זיך אין מיין מצב?
אויב די ענטפער איז, אז זיך שיידן פון די ווייב איז וואס די וואלסט מייעץ געווען דיין קינד אין פונקטליך דיין מצב, איז באמת נישטא מאראלישע פליכט צו טון אנדערש פאר זיך אליין.
זופ מיט מאנדלעןדי קעניג פין אמעריקעהאסט פארשטאנען זייער גוט. די אקט פון אראפ ברענגן קינדער קומט מיט א פרייז. די דארפט זיך זארגן אויף זייער וואוילזיין פאר די נעקסטע 18 יאר. אויך אז א חלק פון די פרייז אז מ'פארלירט די רעכט פאר די נעקסטע 18 יאר מאראליש זיך צו פאקן פעק כדי זיך צו אינדשויען אין א צווייטע לעבנס שטייגער.
דאס איז נאר געזאגט געווארן פאר איינער וואס האט מארעלס און וועליוס. ווער ס'האט נישט קיין מארעלס איז דומה לכלב סיי וואו.
און אויב דאס גאנצע ברענגען קינדער איז געטון געווארן אן בחירה? בכלל וואס איך האב ארויסגעברענגט איז אז עס איז נישט קיין עצה צו זאגן ווארט ביז די קינדער ווערן גרויס, סאיז ווי כאילו דו זאגסט אים געים אווער און די קענסט שוין נישט אינדזשויען לייף.
ווער האט דיר געצווינגן? נעם אחריות אויף וואס דו האסט געטין. עס איז זייער גרינג צו באשילדיגן יענעם.
יאסל ראקאוועראונז דארף מיר גוט אריינקריכן אין אונזער נשמות און זיך פרעגען; וואס וואלט איך געוואלט אז מיינע קינדער זאלען טון אויב חס ושלום זיי טרעפען זיך אין מיין מצב?
אויב די ענטפער איז, אז זיך שיידן פון די ווייב איז וואס די וואלסט מייעץ געווען דיין קינד אין פונקטליך דיין מצב, איז באמת נישטא מאראלישע פליכט צו טון אנדערש פאר זיך אליין.
איך האף מיינע קינדער וועלן האבן געניג וועליוס נישט צו דארפן זיין קינדער און זיך גיין הנאה האבן. ס׳איז גראלליג אז דו פארשטייסט דאס נישט אליינס.
דער @ערליכעראיד האט געלאזט דעם עולם געשפאנט.
אזויפיל איז זיכער אז ער האט אנגערירט א רויע נערוו, און ער איז מסתם נישט דער איינציגסטער וואס דרייט זיך ארום מיט אזעלעכע מחשבות.
ער האט געבעטן הילף, אבער נישט געלאזט צופיל אינפארמאציע איבער זיין מצב. דער עולם טענה'ט זיך צי ער זאל ווארטן ביז ער מאכט חתונה אלע קינדער, דערווייל ווייסט מען נישט צו ער האט בכלל קינדער.
ר' ערליכער, קומט אריין קלאר. ביי אונדז איז נישט קיין חילוק אויב איר האט שוין געטוישט אדער איר ווילט טוישן