☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » געוואלדטאטן אין וואשינגטאן.

געוואלדטאטן אין וואשינגטאן.

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14412

קאך_לעפל » מיטוואך יאנואר 6, 2021 6:28 pm

· #465232
געוואלדטאטן אין וואשינגטאן.
די בילדער וואס קומען אצינד פון וואשינגטאן זענען שוידערליך. עס איז ממש אומגלויבליך וואס עס שפילט זיך אפ הארט פאר אונזער אויגן. די אמעריקאנער טאטעס וועלכע האבן אוועק געגעבן זייער הארץ און מוח, צו שאפן א לאנד פון יוסטיץ און ארדענונג פאר אלעמען גלייך, ווארפן זיך אצינד אין זייער קברים פאר אנטריסטונג. אמעריקע איז א לאנד פון ארדענונג און געזעץ און נישט פון געוואלטאטן און ריאטן. אזא אויפרירונג פאסט זיך בלויז פאר די דעמאקראטישע סאציאליסטן. און נישט פאר אזעלכע וואס פארופן זיך באשוצער פון די קאנסטעטוציע. דאס הארץ פאלט איין פאר שאנדע און ווייטאג. צו וואו האבן מיר זיך דערקייקלט? דאס מוח קען דען נישט קאנטראלירן עטוואס ווייטאג? סארא שאנדע....

חוקר ודורש » מיטוואך יאנואר 6, 2021 6:45 pm

· #465235
Re: געוואלדטאטן אין וואשינגטאן.
מען דארף עס נישט נעמען אזוי צום הארצען. די חברה זענען פיין אויפגערעקט, בפרט וואס זיי האבן היינט פארלוירן די סענאט אויך, ס׳וועט אריבערגיין.

מה בכך » מיטוואך יאנואר 6, 2021 8:40 pm

· #465237
אן אימעיל פון צוויי חדשים צוריק ווי אנטיפא פירער רופן זיך אנצוטון מיט מאגא היטלען און זיך אנקליידן ווי טראמפ שטיצער אזוי וועט די מידיא באשולדיגן די טראמפ שטיצער.

געוויסע קאנספירעסי טעאריקער ווילן זאגן אז דאס איז יעצט אויך די סיטואציע.

לחיים
📎 photo_2021-01-06_20-39-15.jpg

מה בכך » מיטוואך יאנואר 6, 2021 8:41 pm

· #465238
דעמאקראטישע קאנגרעספרוי בוש רופט צו באשטראפן קאנגרעס מיטגלידער וואס האבן פרובירט צו איבערדרייען די וואלן.

די מאדנע זאך איז, אז זעקס חדשים האט מען וואנדאלעזירט און גערויבט, געהארגעט און געפלינדעט, עס האט געקאסט צענדליגע לעבנס און ביליאנען דאלער שאדן, און קיין ווארט האט מען נישט געהערט פון די אלע קאנגרעסלייט!

דא נאך געציילטע שעות, און דער פרעזידענט האט אין עטליכע טוויטס, און אין א ווידיאו מעסעדזש צום פאלק, פרובירט צו בארויגן די געמיטער און געבעטן יעדער זאל אהיים גיין, דא זענען זיי אלע דא...

לחיים
📎 photo_2021-01-06_20-40-47.jpg

מה בכך » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 4:31 am

· #465251
סטעיטמענט פון פרעזידענט טראמפ איבער די סערטיפיקאציע פון די עלעקטארעל קאלעדזש וואו ער פארשפרעכט א פרידליכע טרענזישאן.

לחיים
📎 photo_2021-01-07_04-30-45.jpg