דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #14407
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14407
נעבעך.
דאס אויסדרוק ''נעבעך'' זאגט מער אויף דער וואס זאגט עס ווי דער אויף וועם ס'ווערט געזאגט.
רביה''ק זי''עדאס אויסדרוק ''נעבעך'' זאגט מער אויף דער וואס זאגט עס ווי דער אויף וועם ס'ווערט געזאגט.
און אזוי אויך דעם אויסדריק. 😂 😂 😂
טראכט אריין, וואס האט דען די וואך דערביי צו לייגן א בילד, אויב נישט אז מ'צאלט זיי פון דארט...
איך בין זיכער אז דעם העיליגן רעבין'ס זיידע דער אהבת ישראל וואלט געזאגט..."אויב א איד האט פון דעם פרנסה, וועל איך זיך צושטעללן מיט א שמייכל"...!
נאר די היינטיגע רעבעס וויללן איבערשטייגן איינער דעם צווייטן מיט די פאלשע פרומקעיט און זיי וויללן ווייזן פאר די וועלט ווער ס'איז א גרעסערער צאדיק. און אויף וועם דער בלאט און דער איד וועללן שרייבן ..."דער העיליגער"...!

כ'האב נישט געזען די וואך. די בילד איז געווען מיט די סאן גלעסעס אדער אן?
אינטערסאנט וויזוי מ'קען זיך אויפרעגן אויף אזא שטות ווי א פיקטשער.

berlbalagulehאיך בין זיכער אז דעם העיליגן רעבין'ס זיידע דער אהבת ישראל וואלט געזאגט..."אויב א איד האט פון דעם פרנסה, וועל איך איך זיך צושטעללן מיט א שמייכל"...!
נאר די היינטיגע רעבעס וויללן איבערשטייגן איינער דעם צווייטן מיט די פאלשע פרומקעיט און זיי וויללן ווייזן פאר די וועלט ווער ס'איז א גרעסערער צאדיק. און אויף וועם דער בלאט און דער איד וועללן שרייבן ..."דער העיליגער"...!
ס'איז דא א באקאנט בילד ביי וועלכע ר' שלמה מבאבוב האט זיך אראפגעשטעלט שמייכלען צו א פאטאגראפירער, ווייל ער האט איהם געזאגט אז ער וועט מאכן געלט דערפון.
#שוואכע דורות
[ציטאט אראפגענומען]
איז שוין דא א טענה, מתוך שהותרה לצורך ר' אהרן הותרה לצורך וויזניץ.
ווי קומט אפיל וויזניץ אריינצורעדן דא? עס איז דאך א סאטמארע דעקל...
[ציטאט אראפגענומען]
ר׳ אהרן גייט שוין מיט SAS שיך?
berlbalagulehאיך בין זיכער אז דעם העיליגן רעבין'ס זיידע דער אהבת ישראל וואלט געזאגט..."אויב א איד האט פון דעם פרנסה, וועל איך זיך צושטעללן מיט א שמייכל"...!
נאר די היינטיגע רעבעס וויללן איבערשטייגן איינער דעם צווייטן מיט די פאלשע פרומקעיט און זיי וויללן ווייזן פאר די וועלט ווער ס'איז א גרעסערער צאדיק. און אויף וועם דער בלאט און דער איד וועללן שרייבן ..."דער העיליגער"...!
זייער גוט. אבער אויב איר קענט פערזענדליך דעם ווזניץ מאנסי וואלסטו געוויסט אז פשוט און פראסט סבאדערט אים און ער האלט אז סאיז נישט יושר צו מאכען פרנסה אויף א זאך וואס טוט איינעם וויי. ער האלט אז רוב רביס באדערט עס נישט, ואדרבה, איז שאטען פאר די וואך'ס פרנסה ווען ער לייגט נישט אריין בילדער פון איין געוויסע חסידות וועט דאס נישט, סאיז נישט קיין שאלה פון פרנסה סאיז א שאלה פון סתם וויי טוען איינעם.
[וואס סתם וויי טוען אים אליינס גלייב איך שווער אז סוואלט אים געבאדערט, נאר סבאדערט אים מכח ווייל זיין טאטע האט מקפיד געווען און אויף די זאכען איז ער האקעל].
סאיז באמת שווער צו פארשטיין וואס גייט אן דעם וואך אים ארויס צושניידען מספרי צדיקים גמורים.
איך הייב נישט אן צו פארשטיין די רבי'ס וואס פירן א מערכה קעגן נעמען פון זיי בילדער
אמת, זיי מעגן בעטן, און ס'איז אפשר שלעכט פון די אויסגאבעס נישט צו פאלגן. אבער אז דו ביסט א פובליק פיגור פאק איין! אז דו שטעלסט זיך ארויס אין פובליק, מאנופוליר נישט דעם פובליק לויט דיין געשמאק. ביי דיר אינדערהיים וועסטו בעטן און פארלאנגען וואס דו ווילסט, אבער עס לאנג דו ביסט בגלוי, שווייג.

איך פארשטיי נישט וואס גייט אן די צייטונגען נישט צו לייגן בילדער? זיי האבן נישט גענוג וואס יא צו לייגן? פארוואס ביי זיין טאטע פלעגן זיי יא פאלגן?
וועסט באמערקן אז זיי וועלן נישט דעקן דירעקטע וויזניצע מעמדים, אבער ווען דער אדמו"ר קומט באזוכן א צווייטן, אדער באטייליגט זיך ביי א מעמד, וועלן זיי דאס יא לייגן.
זיי זענען דא פאר ביזנעס ווי לאנג זיי האבן א ליינער באזע. שיין וועלן זיי אויסזעהן אויב זיי וועלן זיך צושטעלן צו יעדען אדמו"ר'ס שיגיונות. (און ס'פעלט זיי נישט) קום נישט יעצט, קום נישט דעמאלטס,..
דער רבי איז אויף דיספלעי, וכל הרוצה ליטול את הפלעש יבוא ויטול,

הרב שיףberlbalagulehאיך בין זיכער אז דעם העיליגן רעבין'ס זיידע דער אהבת ישראל וואלט געזאגט..."אויב א איד האט פון דעם פרנסה, וועל איך זיך צושטעללן מיט א שמייכל"...!
נאר די היינטיגע רעבעס וויללן איבערשטייגן איינער דעם צווייטן מיט די פאלשע פרומקעיט און זיי וויללן ווייזן פאר די וועלט ווער ס'איז א גרעסערער צאדיק. און אויף וועם דער בלאט און דער איד וועללן שרייבן ..."דער העיליגער"...!
זייער גוט. אבער אויב איר קענט פערזענדליך דעם ווזניץ מאנסי וואלסטו געוויסט אז פשוט און פראסט סבאדערט אים און ער האלט אז סאיז נישט יושר צו מאכען פרנסה אויף א זאך וואס טוט איינעם וויי. ער האלט אז רוב רביס באדערט עס נישט, ואדרבה, איז שאטען פאר די וואך'ס פרנסה ווען ער לייגט נישט אריין בילדער פון איין געוויסע חסידות וועט דאס נישט, סאיז נישט קיין שאלה פון פרנסה סאיז א שאלה פון סתם וויי טוען איינעם.
[וואס סתם וויי טוען אים אליינס גלייב איך שווער אז סוואלט אים געבאדערט, נאר סבאדערט אים מכח ווייל זיין טאטע האט מקפיד געווען און אויף די זאכען איז ער האקעל].
סאיז באמת שווער צו פארשטיין וואס גייט אן דעם וואך אים ארויס צושניידען מספרי צדיקים גמורים.
דער רבי גייט דאך צו פלעצער ווי מען נעמט יא בילדער, און די בילדער ווערן געהעריג געדעקט אין די צייטונגען וואס לייגן בילדער פון רבנים.
די בילדער עפאכע פון רבנים איז שוין צענדעליגער יארן, רוב עלטערע אדער גרעסערע רבנים זענען קעגן דעם אבער יעדער ווייסט אז דאס איז די היינטיגע רעאליטעט און זיי קומען נישט ארויס קעגן א איד'ס פרנסה יעדע מאנטאג און דארנישטאג.
און די בילד איז דאך ניט ביי אים. ער איז געפארן קיין מאנדראו ווי א בילד פון רבי'ן איז יא נארמאל און ער ווייסט עס. סעריועסלי, ער וויל צוריק איינפירן אז ווי אימער ער גייט טאר נישט זיין קיין פאטאגרעפער אזויווי זיין טאטע? עס איז א דור שפעטער...
בן ישיאיך פארשטיי נישט וואס גייט אן די צייטונגען נישט צו לייגן בילדער? זיי האבן נישט גענוג וואס יא צו לייגן? פארוואס ביי זיין טאטע פלעגן זיי יא פאלגן?
קודם כל, זיין טאטע האט עס איינגעפירט יארן צוריק, עס איז געווען אן אנדערע וועלט. איך ווייס נישט ווי שטארק ער וואלט מצליח געווען אין די 2020 יארן.
איצט שטעל דיר פאר אז די צייטונגען טארן נישט אריינלייגן פון זיינע קינדער, דאס איז דאך 8 רבי'ס, און מען קען אויך נישט לייגן קיין שום מעמד ווי זיי זענען זיך משתתף, קענען אלע צייטונגען קלאוזן שאפ... איצט רעכן אויס וויפיל אידן גייען פארלירן פרנסה צוליב א אלטע תקנה וואס איז שוין נישט אין עפעקט. (עס איז דאך כמעט נישטא קיין בילדער פון זייערע הויפן, אלעס איז פון זייערע וויזיטס אדער השתתפות ביי אנדערע.)
ס'קומט מיר פאָר, פונקט ווי פעיסבוק און טוויטער לייגן צו, צו יעדע טראמפ פאוסט; מודעה, די פאוסט איז קעגן די אמת, ווייל די וואלען זענען יא! כשר געמאכט...
ס'איז א פאבליק פלאטפארמע, וואס מוטשע'סטו... יעדער לייגט און מאכט וואס ער וויל, און דו ביסט נישט באלעבוס ביי יענעם אין קאפ, און זיכער נישט ביי יענעם אין די ביזנעס

איך ווער נתפעל פון זיין איינגעהאלטנקייט. כ'מיין איין טאג גייט ער נאך אויסטון די זיידענע הענטשקעס און פשוט נעמען די מצב אין די הענט אריין.
איך בין פשוט נייגעריג צו דאן מיט א קפידה'סדיגע בליק וועט ער מיט זיין קדושה פארברענען די קאמערע, אדער די פאטאגראפירער עט ווערן א גל של עצמות.

מנחם ציוןוועסט באמערקן אז זיי וועלן נישט דעקן דירעקטע וויזניצע מעמדים, אבער ווען דער אדמו"ר קומט באזוכן א צווייטן, אדער באטייליגט זיך ביי א מעמד, וועלן זיי דאס יא לייגן.
איך בין שטארק חושש אז דאס בילד איז גאר דירעקט געשיקט געווארן דורך סאטמאר צו לייגן אויפן קאווער, וואס כידוע זענען פארהאן חסידים פון מהר"א וואס לייגן וועלטל אז זייער רבי זאל שיין געדעקט ווערן אין די בילדער אויסגאבעס. יעדע קליינע מאורע אדער באזוך בבית מהר"א ווערט געדעקט אין אלע אויסגאבעס בפרט אין די וואך. דעריבער מיין איך אז דאס איז אויך געקומען פון סאטמאר.
ממילא איז וואס? קומט עס פין סאטמאר.
דער אמת איז אז איז קאווע שטיבל ליינער איז נישט קיין גרויסע חילוק צו מען לייגט יא בילדער פין דער רבי פלוני אבער יענער אלמוני.
אבער דער וויזניצער רבי ברויך פארשטיין, אז דער וואך און אנדערע בילדער אויסגאבעס גיבט פאר גאר אסאך בחורים און יונגעלייט א זאל צו ליינען, און דאס ראטעוועט זיי פין גיין קוקען אויף מאגאזינען.
ער וואלט געברויכט זיין בשמחה אז ער קען האבן א חלק אין דער געוואלדיגער מצוה פין ראטעווען כלל ישראל, נישט עס אנקוקען ווי איינער מאכט פרנסה אויף זיין בארד, וואס דאס איז אויך נישט אזוי געפערלעך, זה נהנה וזה לא חסר.
עס געפעלט מיר אבער זיין איידעלער צוגאנג, יעדער זאל רופען און רעדען איידעל, און אויב עס וועט נישט העלפן, דעמאלס? זאגט ער בפירוש ער וועט טוהן אנדערע שריט, ווי נישט לאזן געשעפטן פארקויפן וכו', בקיצור מעשה אלימות. דערמאנט מיר פין די דרכי נועם אין סקווירא.

דאס עצם הייסן רופן איז שוין בכלל נישט קיין דרכי נועם. ווער ווייסט וואספארא טונקעלע פלענער ער האט אויב דאס ארבעט נישט...
כ'מיין איך כאפ יא דעם געים. ער שפילט דא Hard to get אז ס'זאל נישט זיין גרינג צו האבן א בילד פון עהם. אין די צייט וואס בילדער איז דא פון יעדעם, און דאס מאכט עהם גארנישט באזונדער.
אבער אז ער לאזט נישט, און מ'וועט אמאל לייגן א בילד, וועט ער זיין 'די פיקטשער' די אויסגעבעטענע בילד... די טייערע בילד.
[כ'וויל נישט מישן קיין קאשע, אבער איך וויל נאך פארשטיין, פארוואס ביים כינוס כלל ישראל, און ביים טרעפן זיך מיט ר' משה'לע, האט ער יא געלאזט מאכן בילדער, בחפץ לב]

ביי די כינוס האב איך געהערט זאגן אז ער האט מוותר געווען אויף די חומרא ווייל ער האט געוואוסט אז ער וועט זיך משוגע מאכן אויף דעם וועט ער אפ’הרג’ענען די מערכה, און די מערכה איז אים לכאורה געווען וויכטיגער.
קרעטשמערדאס עצם הייסן רופן איז שוין בכלל נישט קיין דרכי נועם. ווער ווייסט וואספארא טונקעלע פלענער ער האט אויב דאס ארבעט נישט...
ווער זאגט אז ער האט ?