☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי

ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14390

בן ישי » מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 10:04 pm

· #464586
ער איז א אינטערסאנטע פיגור און האט א גרויסע נאכפאלגערשאפט איבער די גאנצע וועלט. (זיי רופן זיך די Yang Gang)
ער איז באוויסט מיט די 1000 א מענטש אבער ער האט אסאך אנדערע אינטערסאנטע געדאנקען.

פאליטיקאנט » מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 10:55 pm

· #464589
Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי
וואס האט מיך געצויגן איז זיין כאריזמע, אויפריכטיגקייט, און אייגענארטיגע שיטות, ער איז בכלל נישט קיין פשוט'ע דעמאקראט וואס לויפט מיטן פארטיי ליניע אויף אלעס,.

אויך האב איך הנאה געהאט אז פון אלע (22) דעמאקראטישע פריימערי קאנדידאטן, איז ער געווען די איינציגסטע אנצונעמען די פארשלאג פון די באקאנטע רעכטע קאמענטאטאר בען שפירא, פאר א שטיקל שמועס / דעבאטע.

מנחם ציון » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 4:04 pm

· #464624
ער האט א שטארקע מיינונג צוליב וואס אויטאמאציע ווערט שטערקער און שטערקער און פירט ארויס אסאך מענטשן פון די ארבעטס קראפט. אבער זיין סאלושן מיט די טויזענט דאלער איז נישט צום זאך. לדעתי איז דאס מער געווען א טאקטיק אים צו ברענגן א געוויסע אימעדזש וויאזוי מען זאל אים קענען גרינג אידענטיפיצירן אלס "דער טויזענט דאלער א מאנאט פאליטיקאנט"

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 5:28 pm

· #464631
<a class="postlink" href="https://youtu.be/kl39KHS07Xc">https://youtu.be/kl39KHS07Xc</a>

פאליטיקאנט » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 8:44 pm

· #464643
Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי
נאך א ווידיאו וואס איז גוט מסביר און רעדט אויך מער ארום איבער ארבעט אוטאמאציע
<a class="postlink" href="https://youtu.be/OQjrhIyaPyg">https://youtu.be/OQjrhIyaPyg</a>

שלי שלך » מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 6:35 pm

· #464660
Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי
<a class="postlink" href="https://www.rollingstone.com/politics/politics-news/andrew-yang-circumcision-809954/amp/">https://www.rollingstone.com/politics/p ... 09954/amp/</a>

Sent from my Jelly-Pro using Tapatalk

גיב א שמייכעל » זונטאג פעברואר 21, 2021 4:27 pm

· #467303
איך האב נישט קיין גרויס ידיעה איבער איהם, אבער איינע פון זיינע קעגנער'ס, ברוקלין בארא פרעזדענט עריק עדעמס האט נישט צו לאנג צוריק געזאגט אז ער וועט ווייטער אנהאלטען די קאמף קעגן אינזערע מוסדות! דאכצעך אז ער האט געדארפט צו זיין א שטיקעל אוהב ישראל, און אייזדארפער איז זיין ליעזאן. איז ווייסעך נישט וואס איז איצטער געשען צו איהם.
מיט אזוינע פריינט ווער ברויך נאך שונאים בכלל??

מנחם ציון » זונטאג פעברואר 21, 2021 5:27 pm

· #467317
וואט דה העלל?!
ווען ער זאגט א מיינונג וואס שמעקט דיר נישט פערזענדליך, אדער א אפילו א כלל, ווערט ער א שונא ישראל?

תרמב » זונטאג פעברואר 21, 2021 5:43 pm

· #467318
ס’קען זיין אז ער וועט זיך יא צושטעלן צו די סאטמאר’ע עסקנים, נאר פאר די מידיא דארף ער זאגן דאס, לכאורה וועט ער בעטן פון די היימישע עסקנים זייער וואוטס, ער קוקט דאך אויס ווי א יערליכע קאסטומער פון אייכלערס.

yesiknow » זונטאג פעברואר 21, 2021 5:55 pm

· #467319
מנחם ציון
וואט דה העלל?!
ווען ער זאגט א מיינונג וואס שמעקט דיר נישט פערזענדליך, אדער א אפילו א כלל, ווערט ער א שונא ישראל?

כן אצלינו (סאטמר) יש כללים וזה אחד מהם, ודוקא זה הכלל הראשון .

מילך טראק » מאנטאג פעברואר 22, 2021 6:46 pm

· #467412
וואס זענען זיינע שיטות? שטארק לינק ?
די טויזענט דאלאר איז זייער לינק מער ווי די בערני סאנדערס סאשעליסטען ער האט אויך מער רעכטע פאליסיס ? אדער ער גייט גיין א שריט ווייטער ווי בלאזיא?

אלע צוזאמען » דינסטאג מערץ 2, 2021 3:41 pm

· #467805
[ציטאט אראפגענומען]

ער האט נאנטע פארבינדונגן מיט די באקאנטע אנטיסעמיטיקע לינדע סארסור ימ''ש, איז ביז ווי לאנג ער שאקלט זיך נישט אפ פון איר, איז פארוואס זאל ער ווערן באטראכט דורך די אונזער געמיינדע?

פאליטיקאנט » דאנערשטאג מערץ 25, 2021 1:07 am

· #468959
Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי
אין אן אינטערוויו מיט משפחה מאגאזין האט יענג געזאגט אז ער פלאנט צוצושטעלן אומזיסטע טרענירונג פאר די חרדי'שע קאמיונעטי!
(עדיוקעישן = גענעראלע בילדונג, טרענירונג = לערנען א ספעציפישע פאך)


<a class="postlink" href="https://streamable.com/lugeeo">https://streamable.com/lugeeo</a>

אלע צוזאמען » דאנערשטאג מערץ 25, 2021 1:49 am

· #468960
פאליטיקאנט
אין אן אינטערוויו מיט משפחה מאגאזין האט יענג געזאגט אז ער פלאנט צוצושטעלן אומזיסטע טרענירונג פאר די חרדי'שע קאמיונעטי!
(עדיוקעישן = גענעראלע בילדונג, טרענירונג = לערנען א ספעציפישע פאך)


<a class="postlink" href="https://streamable.com/lugeeo">https://streamable.com/lugeeo</a>

און פאר וועלכע סיבה זאל דאס זיין א גוטע זאך? ווען גאווערמענט מישט זיך אריין אין די פריוואטע מענטשן'ס ביזנעס, איז עס קיינמאל נישט גוט.
''די שרעקעדיג'סטע ווערטער וואס די קענסט נאר הערן, 'איך קום פון די גאווערמענט, און איך בין דא דיך צו העלפן.'' ראנעלד רעיגן

פאליטיקאנט » דאנערשטאג מערץ 25, 2021 3:40 am

· #468964
Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי
אלע צוזאמען
פאליטיקאנט
אין אן אינטערוויו מיט משפחה מאגאזין האט יענג געזאגט אז ער פלאנט צוצושטעלן אומזיסטע טרענירונג פאר די חרדי'שע קאמיונעטי!
(עדיוקעישן = גענעראלע בילדונג, טרענירונג = לערנען א ספעציפישע פאך)


<a class="postlink" href="https://streamable.com/lugeeo">https://streamable.com/lugeeo</a>

און פאר וועלכע סיבה זאל דאס זיין א גוטע זאך? ווען גאווערמענט מישט זיך אריין אין די פריוואטע מענטשן'ס ביזנעס, איז עס קיינמאל נישט גוט.
''די שרעקעדיג'סטע ווערטער וואס די קענסט נאר הערן, 'איך קום פון די גאווערמענט, און איך בין דא דיך צו העלפן.'' ראנעלד רעיגן
דו נעמסט עס ארויס - די קוואוט - פון קאנטעקסט.
דאס הייסט נישט זיך 'געמישט', ווען די 'גאווערנמענט' שיקט זייערע פייער אגענטן מיט א מאשין שפריצן וואסער אויף דיין ברענענדיגע סטרוקטור 'מישן' זיי זיך אויך אריין?

עס איז דא זיך 'אריינמישן' וואס בדרך כלל ארבעט עס אז די גאווערנמענט קומט, גיבט געלט, און פארלאנגט (עכ"פ האט די כח צו פארלאנגן), און עס איז דא 'העלפן' וואס קען ארבעטן ווען די גאווערנמענט קומט, לייגט אראפ, פאר ווער עס וויל, און גייט. קיינער ווערט נישט צוגעבינדן דערצו, און ממילא איז נישטא קיין Leverage.

אלע צוזאמען » דאנערשטאג מערץ 25, 2021 3:57 pm

· #468989
כ'האב נאך קיינמאל נישט געזען אז די גאווערמענט זאל געבן בחינם עפעס, אן גארנישט צוריק בעטן דערפאר.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:19 pm

· #468991
פליז דערשרעק מיר נישט, כ׳האב הערשט יעצט באקומען נאך א סטימיולוס טשעק...

אלע צוזאמען » דינסטאג אפריל 13, 2021 12:17 am

· #469824
רביה''ק זי''ע
פליז דערשרעק מיר נישט, כ׳האב הערשט יעצט באקומען נאך א סטימיולוס טשעק...

איך האף אז די האסט נאך עפעס געלט פון די סטימיולוס, ווייל לויט ווי די פרייז פון גאז האלט יעצט, גייט עס אויסקומען אן ערך פון $1100 מער ווי פאראיאר פאר א משפּחה פון פיר.

טיכטיגער » מיטוואך אפריל 28, 2021 11:45 am

· #471721
ב"פ מוסדות שטיצן יענג
📎 photo4922908093705202185.jpg

קורקלענד » מיטוואך אפריל 28, 2021 1:58 pm

· #471730
קען מיר איינער ביטע מסביר זיין מיט וואס ער איז בעסער ווי דיבּלאַזיא?

תרמב » מיטוואך אפריל 28, 2021 3:09 pm

· #471743
ווער האט געזאגט אז ער איז בעסער? דיבלאזיא וואלט לכאורה אויך געווארן אינדארסט נאכאמאל אויב ער וואלט געלאפן.

אלע צוזאמען » מיטוואך אפריל 28, 2021 3:21 pm

· #471744
קורקלענד
קען מיר איינער ביטע מסביר זיין מיט וואס ער איז בעסער ווי דיבּלאַזיא?

די שאלה איז ענדערש מיט וואס איז ער ענליך?
'דעבלאזיא' איז א קאמעניסט, דא ענדיגט זיך עס, 'ענדרו יענג' דאגעגן איז א מין בריה וואס איז זייער זעלטן צו זעהן אין די פאליטישע וועלט, על כל פנים וויאזוי ער האט זיך ביז יעצט ארויסגעשטעלט, פון איין זייט האט ער זייער קאנסערוואטיווע איידיע'ס וואס פארדעם איז ער אפגעפרעגט ביי די גאר לינקע אינערהאלב די 'דעמאקראטישע' פארטיי, און די זעלבע צייט האלט ער עטליכע שטארק לינקע געדאנקען, וואס מאכט אים אסור ביי די מעסיגע 'דעמאקראטן' (אויב ס'נאך דא אזאנס).
די מערסט באקאנטע איידיע פון אים, איז געבן $1000 פאר א משפּחה, וואס מ'דערמאנט אבער נישט איז, אז ער וויל ענדיגן אלע אנדערע רעגירונג'ס פראגראמען, ווי וועלפעיר, מעדיקעיד/מעדיקעיר, וויק, און אלע אנדערע שאר ירקות, סא יא ער איז היבש אינטערעסאנט צו באטראכטן.
ער גייט זיכער נישט טראגן די סיטי ווייטער לינקס,אויב געווינט ער, פארשטייט זיך.

גיב א שמייכעל » מיטוואך אפריל 28, 2021 3:32 pm

· #471748
טיכטיגער
ב"פ מוסדות שטיצן יענג

אינטערסאנט... ערעק אדאמס לעקט זיך שוין לענגער ווי איהם...

תרמב » מיטוואך אפריל 28, 2021 4:30 pm

· #471756
ס’איז געווען געמאלדן אז אגודת ישראל און מונקאטשע רבי אינדארסן עריק אדאמס, און איך שטעל מיך פאר אז משה דוד נידערמאן וועט אים אויך אינדארסן, אלץ הכרת הטוב פארן איינקויפן ביכער אין אייכלערס, און העלפן פארטיילן די חלוקה פון די באקסעס אלע יארן פאר פסח דורך יו זשעי או.

Lesser » מאנטאג מאי 10, 2021 10:25 pm

· #472872
יענג האט היינט פעסטגעשטעלט זיין פולן סימפאטאציע פאר מדינת ישראל אין שטארק פארדאמט די ראקעטן פון די חאמאס טעראריסטען.

פארשטייט זיך האט עריק עדעמס (וועם איך וועל שטימען פאר) האט אויך געוויזן זיין שטיצע פאר ארץ ישראל.

פאליטיקאנט » מאנטאג מאי 10, 2021 10:53 pm

· #472874
Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי
עריק עדעמס האט פארמעקט זיין טוויט ווי ער דריקט אויס שטיצע פאר מדינות ישראל.
יענג נישט.

אלע צוזאמען » דינסטאג מאי 11, 2021 12:35 am

· #472884
מה ענין מדינות ישראל אצל ניו יארק סיטי מעיאר?
מדינות ישראל פארטרעט נישט כלל ישראל, עכ''פ נישט מיך, געוויס גיי איך שטימען פאר דער וואס איז ווייניגער אנטיסעמיט, אבער זיין אקעגן מדינות ישראל אויף אישוס מיינט נישט אז מען איז אטאמאטיש אן אנטיסעמיט.

תרמב » דינסטאג מאי 11, 2021 12:48 am

· #472888
זעהט אויס אז אין ניו יורק איז דא אסאך ציונים, וואס זיי ווילן באקומען זייער וואוט.

פאליטיקאנט » דינסטאג מאי 11, 2021 12:57 am

· #472890
Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי
יא יא, אזוי האב איך אויך געמיינט.
אבער ווייל די ברייטע וועלט קוקט יא אן מדינות ישראל אלס אידן פארטרעטער, אריינגערעכנט די פרומע אידן. איז איינער וואס איז 'קעגן' מדינות ישראל ווען רוב מעסיגע זענען פרו (ער קען בלייבן שטיל), יא אן אנטיסעמיט. עס קען נאר נעמען צייט ביז מען געפונט אויס, אבער ברור אז א אידן פריינט קען ער נישט זיין.
צא ובדוק.

עס איז כמעט נישטא א קאנפליקט אין וואס דו קענסט "באשולדיגן" 'נאר' מדינות ישראל, דו מוזט זיך נישט אננעמען, אבער ווען א לאנד ווערט אטאקירט מיט טעראר און איינער איגנארירט דאס און פאקוסירט נאר אויף די אנדערע זייט, אזא איינער האט קלאר אן אגענדע.


יעצט צו אונזער מעיאר וואלן, אויב האט עדעמס פארשטאנען אז עס איז ריכטיג - בעסער געזאגט; עם לוינט זיך פאליטיש - זיך אנצונעמען פאר מדינות ישראל (און אונז געפעלן), און דאן צוריקגעצויגן פון גרויס דרוק.
וואס מיינסטו גייט זיין אנדערש אלס מעיאר און ווען עס רעדט זיך מיט א היימישע נושא למשל מציצה בפה? ער וועט זיך די זעלבע בייגן פאר אנדערע כוחות אויף אונזער חשבון (אויב וועט זיך עם עס לוינען).
נישט אז יענג האט זיך עפעס אויפגעוויזן מיט דעם, קען זיין ער בייגט זיך נישט פונעם דרוק פשוט ווייל עס לוינט עם מער אונזער קאמיוניטי, אבער עדעמס האט זיכער דורכגעפאלן.

אלע צוזאמען » דינסטאג מאי 11, 2021 1:30 am

· #472892
יעדע אנטיסעמיט איז אנטי מדינות ישראל, אבער נישט יעדער וואס איז אנטי מדינות ישראל איז אן אנטיסעמיט, און לגבי דיין צווייטע פונקט, בין איך מיט דיר %100, איינער וואס ברעכט זיך צו פרעשור, אויף סיי וועלכע נושא, איז עס א גרויסע מינוס ביי זיין נאמען, און ער איז נישט ראוי צו זיין א פירער.

עובדיה » דינסטאג מאי 11, 2021 2:19 am

· #472895
פאליטיקאנט
עריק עדעמס האט פארמעקט זיין טוויט ווי ער דריקט אויס שטיצע פאר מדינות ישראל.
יענג נישט.

איך זע זיין טוויט איז נאך דא.

שארפןקאפ » דינסטאג מאי 11, 2021 7:23 am

· #472900
Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי
עובדיה
פאליטיקאנט
עריק עדעמס האט פארמעקט זיין טוויט ווי ער דריקט אויס שטיצע פאר מדינות ישראל.
יענג נישט.

איך זע זיין טוויט איז נאך דא.
נאכדעם האט ער עס צריגלייגט מיטן אויסרייד עס האט געהאט א טייפא

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג מאי 11, 2021 7:50 am

· #472901
Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי
אלע צוזאמען
יעדע אנטיסעמיט איז אנטי מדינות ישראל, אבער נישט יעדער וואס איז אנטי מדינות ישראל איז אן אנטיסעמיט, און לגבי דיין צווייטע פונקט, בין איך מיט דיר %100, איינער וואס ברעכט זיך צו פרעשור, אויף סיי וועלכע נושא, איז עס א גרויסע מינוס ביי זיין נאמען, און ער איז נישט ראוי צו זיין א פירער.
בשם הרה"ק מסאטמאר זצ"ל איז באקאנט אז ער האט געזאגט אז א גוי וואס האט פיינט מדינת ישראל איז א אנטעסעמיט ווייל זיין איז ננישט מטעמיה נאר ווייל ער האט פיינט יודן
אבער אויב האט ער גאר שטארק ליב די מדינה (א שטייגער ווי ניקסאן) איז אויך א שלעכטע סימן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

קורקלענד » דינסטאג מאי 11, 2021 9:46 am

· #472906
YWN איז פון די דעיוויד גרינפעלד חדר..... זעהט אויס אז פאר מעט קאנסיל איז יענג נישט אזוי גוט......

גאלד » מיטוואך יוני 9, 2021 3:33 pm

· #475190
סאטמאר - ארונים האבן היינט ענדארסט עריק עדעמס.

דאס מיינט נאר איין זאך,

אז וומ"ב גייט יעצט האבן 90% טורנאוט, שטאטס 10%.

דאס אלעס.

אלע צוזאמען » מיטוואך יוני 9, 2021 5:56 pm

· #475210
קען איינער מסביר זיין די געדאנקענגאג פון די ארונישע חברה? מעיקרא מאי קסבר, ובסוף מאי קסבר? ביי 'דע-בלאזיא' האבן זיי אויך געווארט אויף די לעצטע רגע, אים צו אינדארסירן.

גאלד » מיטוואך יוני 9, 2021 6:02 pm

· #475211
קראון הייטס האט אויך ענדארסט עדעמס

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך יוני 9, 2021 7:23 pm

· #475225
Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי
איך מיין אז רוב געגענטער האבן אינדארסירט עדעמס, פלעטבוש קווינס און נאך

דאס פארענטפערט נישט די ארונישע זיג זאג


Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

גאלד » מיטוואך יוני 9, 2021 8:14 pm

· #475231
ווען האבן די ארונים אמאל ענדארסט יענג?

אלע צוזאמען » מיטוואך יוני 9, 2021 9:25 pm

· #475250
גאלד
ווען האבן די ארונים אמאל ענדארסט יענג?

וואס? יעצט גייט מען עס לייקענען?!! יעדער געדענקט אפאר וואכן צירוק, איז געווען היסטאריע און די חסידישע גאס, ווען ביידע 'סאטמאר'ס האבן אינדארסירט 'יענג' פאר מעיאר.

גאלד » מיטוואך יוני 9, 2021 9:30 pm

· #475251
גאסן מעשיות. האסט א סטייטמענט פון א ענדארסמענט?

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך יוני 9, 2021 10:17 pm

· #475254
Re: ענדרו יענג לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי
גאלד
ווען האבן די ארונים אמאל ענדארסט יענג?
די וואך איז דא רי "די צייטונג" (מסתמא אויך אין דער איד) א בריוו אינטערגעשריבן פון אלע קהלות אין וומסב"ג אינקלאדינג נפתלי משה אינדיג און יואל וועלץ צו שטימען פאר יאנג

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

אלע צוזאמען » מיטוואך יוני 9, 2021 11:57 pm

· #475271
כ'האב נישט געוויסט אז מ'קען לייקענען אזאך פון א וואך צירוק!
דאס איז אן ארטיקל פון 'פאליטיקא'.
📎 Screenshot_2021-06-09-23-29-42-178~2.jpeg

אלע צוזאמען » פרייטאג יוני 11, 2021 1:51 am

· #475403
לכאורה קען מען ערווארטן א פרישע אינדארסירונג, פון די ארונישע קהילה און עטליכע טעג, נאך וואס די קאמעניסט'קע 'פרוי ווילי' שטייגט לעצטנס אין די אנקעטעס.

גאלד » פרייטאג יולי 2, 2021 3:28 pm

· #477069
.
📎 E5T1qeaWUAcC74y.jpg 📎 E5T1qKJWQAMon1u.jpg 📎 E5T1pwcWYAQ9vDt.jpg 📎 E5T1pWoXwAI0X4a.jpg

תפוח » פרייטאג יולי 2, 2021 7:46 pm

· #477084
פליפ-פלאפ מילא, אבער פארוואס די בש?

דערהויבענע איד » זונטאג יולי 4, 2021 7:40 am

· #477094
ביסט טאקע שאקירט?