☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » פאדקעסטס

פאדקעסטס

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14383

מרדכי מרדכי » דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 10:48 pm

· #464197
פאדקעסטס
איך האב נאך נישט געזען קיין אשכול דערויף האב איך געפענט איינס
וואס איז דאס א פאדקעסט?
דאס איז עפעס צווישן א בלאג און א רעדיאו שאו
ווי קען מען דאס הערן?
עס איז דא ספעציעלע עפפס ווי למשל ,apple podcasts castbox, pocket cast, און נאך
וואס קען מען הערן?
אלעס אויף יעדע נושא
איך אליינס בין איינגעשריבן צי עטליכע הונדערט אין ענגליש און אין העברעעיש
אבער איך האב געזען א גרויסע מחסור אין די אידישע שפראך
חוץ פון על רגל אחת פון פנחס גלויבער אדרבה אויב ווייסט איינער פון נאך ביטע לאזט וויסן דא לתועלת הרבים
אויך קען מען דא שרייבן אדער פרעגן אלעס איבער די נושא און איך וויל פרובירן צי ענטפערן צי די בעסט פון מיין עביליטי

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 10:51 pm

· #464198
כמעט אלע סחורה אויף קול מבשר קען אריינגיין אינעם כלל פון פאדקעסט.

מרדכי מרדכי » דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 10:52 pm

· #464199
רביה''ק זי''ע
כמעט אלע סחורה אויף קול מבשר קען אריינגיין אינעם כלל פון פאדקעסט.

די פראבלעם איז אז מען קען עס נישט הערן אויף קיין איין פאדקעסט עפפ זיי געבן נישט ארויס די RSS

פאליטיקאנט » מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 8:23 am

· #464207
Re: פאדקעסטס
Spotify און Google podcast
זענען פון די גרעסטע און באקוועמסטע פלאטפארמעס וואס איז פארהאן.

מרדכי מרדכי » מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:56 pm

· #464255
ספאטיפיי איז א פראבלעם ווייל זיי נעמען איבער די מארקעט
צום סוף וועט מען זיי דארפן צאלן צי קענען הערן
אפילו יעצט לייגן זיי צי עדס אויף פאדקעסטס וואס האבן שוין אייגענע עדס

חמלה גדולה » מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 11:28 pm

· #464258
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8064">viewtopic.php?f=6&t=8064</a><!-- l -->

נומער5 » מוצ"ש יאנואר 2, 2021 9:33 pm

· #465029
וויאזוי קען מען דאונלוידען פון די פלאטפארמעס צי הערן אפפליין? אויף SOUNDCLOUD.COM קען מען געוויסע אבער נישט אלע.

פאליטיקאנט » מוצ"ש יאנואר 2, 2021 10:26 pm

· #465031
Re: פאדקעסטס
גוגל פאדקעסט ערלויבט דאונלאודס.

נומער5 » זונטאג יאנואר 3, 2021 9:57 pm

· #465082
פאליטיקאנט
גוגל פאדקעסט ערלויבט דאונלאודס.

נאר אויף א פאון.
וואס איז מיט א דעסקטאפ?

פאליטיקאנט » זונטאג יאנואר 3, 2021 10:21 pm

· #465084
Re: פאדקעסטס
פאר PC וועסטו דארפן א דעסקטאפ קליענט (נישטא עכט קיין גוטע סייט'ס צו דאונלאודן). עס זענען דא עטליכע און יעדע האט זיינע מעלות, אויב האט איר שוין סייווי VLC קענט איר דאס נוצן אלס א קליענט.

א פשוט'ע גוגל זוך וועט אייך העלפן מיט אנדערע 'קלייענטס'.

כפתור » זונטאג יאנואר 3, 2021 10:29 pm

· #465086
ס'דא א עפפ podkicker pro. ס' איז זייער פשוט אבער גרינג צו מאנעווירן.
איך האב שוין פרובירט אסאך עפפס, אבער איך קום אלעמאל צוריק צו עס, טאקע וועגן די פשטות

נומער5 » מיטוואך יאנואר 6, 2021 11:08 am

· #465222
וויאזוי קען מען דאונלאוידען מיט VLC?

פאליטיקאנט » מיטוואך יאנואר 6, 2021 4:21 pm

· #465229
Re: פאדקעסטס
<a class="postlink" href="https://www.blurayvid.com/audio/subscribe-to-podcast-with-vlc/">https://www.blurayvid.com/audio/subscri ... -with-vlc/</a>

בונה של טוב » מאנטאג פעברואר 15, 2021 6:09 pm

· #467074
ווער די וואס האבן ליב אינטרעסאנטע אינפארמאציע אויף וויאזוי צו פארבעסערן דאס לעבן school of greatness פון Lewis Howes קען זיין ווערד to check out
אויך The Tim Ferris Show בפרט ווי ער שילדערט א בארירנדע איבערלעבעניש ווי ער איז געווארן באלעסטיגט אלס קינד (sexually abused)
פאר די וואס האבן ליב פסיכאלאגיע, איז דא פון א אידישע פרוי אסתר פערל 2 פאדקעסטס וועלכע זענען שטארק אינטרעסאנט. זוך Esther Perel ווי אומער די הערסט צו פאדקעסטס (איך ווייס אויף עפל איז עס דא, אבער כ׳גלייב אויף אלע פלאטפארמען איז עס עוועילעבל
A Bit of Optimism פון Simon Sinek האט אויך אסך געלונגענע עפיזאדס

טיכטיגער » מיטוואך מערץ 24, 2021 6:58 pm

· #468939
נעכטן איז ערשינען א נייער כמו-פאדקעסט אין אידיש, אויף יו-טוב.
די ווידעאו ווערט געמאכט דורך איינער מיט'ן נאמען פנחס ראאב, און ער האט חילו פאוזן פון המזמרים און איינער משה מילשטיין. זיי שמועסן איבער טעסלע און ביטקוין.
זיי האבן נאך א לאנגער וועג צו שלימות, אבער עם כל זה איז באגריסנד דער פאקט אז חסידישע אידיש-רעדנדע גיבן ארויס אזאנא ווידעאוס, וואס איז ווארשיינליך די טיר-עפענער פאר בעסערע און פראפעסיענאלערע אזעלכע סארטן.


<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=udO13Q0EtC0">https://www.youtube.com/watch?v=udO13Q0EtC0</a>
📎 maxresdefault (1).jpg

היכי דמי » מאנטאג מערץ 28, 2022 6:29 pm

· #497119
פאדקעסטס ווערט מער און מער אויפגעכאפט אין די אידישע וועלט, און צוביסלעך אויך אין די חסידישע וועלט.

כאפענדיג א בליק אויף יו טוב איז מיר זייער אינטערסאנט צו זעהן ווי עס איז דא אזוי סאך צוהערער צו אידישע שמועסן.

די אינטערוויא מיט ארי אבראמאוויטש אויף די "לעיטעסט טאלקס" פאדקעסט וואס איז ארויס עטוואס מער ווי א וואך צוריק האט איבער 10,000 צוהערער, און זיין תשעה באב פראגראם האט געהאט איבער 15,000, און דאס איז אויסער נאך אסאך וואס הערן עס אויף אנדערע פלאטפארמעס. (א שמועס פאר זיך וויפיל היימישע אידן האבן עקסעס צו יו טוב)

אן אנדערע אידישע פאדקעסט איז פון ארי סאמעט, אבער דאס זעהט מיר נישט אויס צו זיין אזוי פאפולער ווי "לעיטעסט טאלקס"

אין די ענגלישע שפראך איז דא אסאך פאפולערע פאדקעסטס וואס ווערן אויפגעשפילט אויף אסאך פלאטפארמעס ווי: יו טוב, ספאטיפיי. עפל וכו.

צווישן די פאפולערע פאדקעסטס ציילט זיך מינונגפול פיפעל – וועלכע האבן צענדעליגער טויזענטער צוהערער, און האבן שוין ארויפגעברענגט פארשידענע אינטערסאנטע און פאפולערע פערזאנען צווישן זיי: הרב שלמה באכנער אינאיינעם מיט זיין רעבעצין, הרב שלום מרדכי רובאשקין, ר' נפתלי הורעוויץ, ר' יו"ט גלאזער, שלמה זייענץ, ניסים בלאק, יעקב שוועקי, בעני פרידמאן, און נאך אסאך אינטערסאנטע קאנדידאטן.

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/c/MeaningfulPeople">https://www.youtube.com/c/MeaningfulPeople</a>

שאלתיאל » מאנטאג מערץ 28, 2022 7:07 pm

· #497120
פון רוב ביימער זעט מען נישט דעם וואלד. ס'דא אזא אויסוואל אז כ'ווייס נישט ווי אנצפאנגן, יעדער האלב בארימטע מענטש עפנט היינט א פאדקעסט.

היכי דמי » דינסטאג מערץ 29, 2022 7:29 pm

· #497190
דאס איז מיר שוין געווען א חידוש.

האב איך זיך אנגעשטויסן אין א פאדקעסאט וואס ווערט אנגעפירט דורך א היימישע חסידישער אינגערמאן מיט'ן נאמען יונה ווייס, די פאדקעסט רופט זיך "ווייס עדווייס" און ער האט די וואך ארויפגעברענגט א חסידישער פרוי פון בארא פארק וועלכע פירט אן א ריזיגע פירמע, און האט א אינטערוויא מיט איר, און לייגט נאך מיט א בילד אויך.

(עס קען זיין אינטערסאנט א באזונדערע אשכול צו שרייבן איבער היימישע פרויען וועלכע פירן ביזנעסער אדער האבן גרויסע פאזיציעס)

📎 WhatsApp Image 2022-03-29 at 7.19.35 PM.jpeg

קהל'ס נער » דאנערשטאג מאי 19, 2022 12:19 am

· #500411
חני ראזען האט א אייגענע פאדקעסט און יוטוב טשענעל ביים נאמען Chany Rosen Talks.

יונה ווייס האט שוין ערשיינט אפאר מאל אויף Bigger Pockets א ריעל עסטעיט בעיסעד יוטוב טשענעל/פאדקעסט, די חברה דארט זענען געגאנגען צידרייט פאר עים, (איך האב נישט פארשטאנען וואס ער רעדט, אבער ער האט מחדש געוועין א מהלך וויאזוי נישט צי צאלן קיין טעקסעס אויף ריעל עסטעיט, ער ריפט עס אן קאסט-סעג)
📎 IMG_20220519_001352_988.jpg 📎 IMG_20220519_001844_311.jpg

קהל'ס נער » פרייטאג מאי 20, 2022 2:19 am

· #500499
נאך א היימישע פאדקעסט איז lets talk tachlis, דורך א חסידישע יוד מיטן נאמען אהרן בלומענפעלד, ער ריפט זיך .Aron B, זיין פאדקעסט איז ארום Self Help.
📎 IMG_20220520_021452_019.jpg

מרדכי מרדכי » פרייטאג מאי 20, 2022 2:07 pm

· #500521
קהל'ס נער
חני ראזען האט א אייגענע פאדקעסט און יוטוב טשענעל ביים נאמען Chany Rosen Talks.
איר פאדקעסט איז נישט אקטיוו
זי האט ארויסגעגעבן נאר 1 עפיזאד אין 2021

מרדכי מרדכי » פרייטאג מאי 20, 2022 2:14 pm

· #500522
משפחה האט אנגעהויבן ארויסצוגעבן פאדקעסטס זיי האבן שוין עטליכע
איינס אויף חינוך, איינס אויף חסידישע הויפן, אויף מוזיק, און נאך .

אויך איז דא א נעטווארק וואס הייסט Living Lchaim וואס האבן אפאר אינטערעסאנטע פאדקעסטס איינס וואס רעדט פון געלט וואס דארטן האבן זיי א אינטערוויו מיט נפתלי האראוויטץ זייער אינטערעסאנט איינס מיט אינספירירנדע מענטשן איינס איז מיט ליפא און א אנדערע מיט ראביי YY.

שאלתיאל » מאנטאג מאי 30, 2022 1:14 pm

· #501241
בן שפירו אויף inspiration of the nanion רעדט איבער אידישקייט (בארירט אויך אביסל דעם 'סיסטעם'..). אגב: איך הער בען שפירא אויף slow speed אז נישט שווינדלט מיין קאפ..

https://open.spotify.com/episode/02p4MmvazFGEjyIy1Rnvo2