☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דאוינאט"ס וואס מ'מעג עסען...

דאוינאט"ס וואס מ'מעג עסען...

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14381

yn.NY » דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 11:30 am

· #464143
דאוינאט"ס וואס מ'מעג עסען...
אויב איינער האט זיך געזארגט וואס וועט זיין מיט די פאנקן לכבוד די לעכטיגע יו"ט חנוכה, פון ווי וועל מיר וויסן אויב ס'איז כשר אדער נישט:

לא אלמן ישראל, הודו לה' אידישקייט בליט! אונז האב מיר שוין אפילו א פונקטליכע ליסטע פון פאנקען וועלכע מעג יא אדער נישט אריינגעברענגט ווערן אין א אידישע שטוב...

נאדיר די ליסטע, און זעהן צו שטיצן בלויז די געשעפטן וועלכע פארקויפן בלויז כשר'ס.

מיט אפעטיט 😃

📎 unnamed (26).jpg

כגפן פוריה » דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 1:20 pm

· #464150
Re: דאוינאט"ס וואס מ'מעג עסען...
ווי שטייט א ווארט אז סאיז נישט כשר?
דעיס איז א צעטיל וואס איז פאר די קלויזענבורגע חסידים וואס זענען מקפיד אויף פרישע אייער!

Sent from my SM-T727V using Tapatalk

מנחם ציון » דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 3:03 pm

· #464163
ווען די סכנה פון קאראנע וואלט ווען געווען אזוי אבוויעס ווי ביצים קליפות אחר לינת לילה וואלטן זיי אויך מקפיד געווען דערויף... 😉

yn.NY » דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 3:13 pm

· #464165
מנחם ציון
ווען די סכנה פון קאראנע וואלט ווען געווען אזוי אבוויעס ווי ביצים קליפות אחר לינת לילה וואלטן זיי אויך מקפיד געווען דערויף... 😉

גראדע האט קלויזענבורג'ע רבי געהאט גאר א שטרענגע שטעלונג בנוגע Covid19 און האט גענומען גאר שטרענגע מוסנאמען דערוועגן (און איז נאך געווען איינגעשפארט ביז ממש לעצטענס)
- אז ס'קומט זיך קרעדיט גיבט מען

יעקב מעקסוועל » דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 3:43 pm

· #464168
איך זע דעם צעטל און איך טראכט גלייך נעבעך, מענטשן האבן דאגות...

אבער אנאנים קומט גלייך מיט די קאנטער געדאנקענגאנג, וואס איז שלעכט? מענטשן האבן דאגות און זיי זארגן זיך דערויף, זאל זיי וואויל באקומען. זאגט ער דאך גוט. נאכדעם גייט ער נאך ווייטער און שרייבט "אז מ'וויל יא אנצייגן אן אבסורד איז עס אז אידן וואס זענען אינגאנצן נישט מקפיד אויף וואס די דאקטוירים זאגן בזמנינו, קערן איבער א וועלט מקפיד צו זיין אויף עפעס וואס מ'האט אמאל געהאלטן פאר א סכנה." אויף דעם בין איך שוין נישט מסכים, ווער זאגט עס איז דא אזעלכע אידן? לכאורה יעדער פון זיי איז אויך מקפיד אויף וואס היינטיגע דאקטוירעם זאגן...

כגפן פוריה » דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 5:54 pm

· #464186
Re: דאוינאט"ס וואס מ'מעג עסען...
yn.NY
מנחם ציון
ווען די סכנה פון קאראנע וואלט ווען געווען אזוי אבוויעס ווי ביצים קליפות אחר לינת לילה וואלטן זיי אויך מקפיד געווען דערויף... 😉

גראדע האט קלויזענבורג'ע רבי געהאט גאר א שטרענגע שטעלונג בנוגע Covid19 און האט גענומען גאר שטרענגע מוסנאמען דערוועגן (און איז נאך געווען איינגעשפארט ביז ממש לעצטענס)
- אז ס'קומט זיך קרעדיט גיבט מען
נאך אלטץ איינגעשפארט

Sent from my SM-T727V using Tapatalk

האוועלער רב » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 12:49 pm

· #464277
איך פרעג אלעמאהל די שאלה אויב רייכערען איז ווייניגער סכנה ווי גענעכטעגטיע אייער
ארבעט דען נישט דא דעם שומר פתאים