☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נישט נעמען ח"ו די וואקסין!

נישט נעמען ח"ו די וואקסין!

66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14374
בלאט: 1 2

yn.NY » זונטאג דעצעמבער 13, 2020 1:38 pm

· #464028
נישט נעמען ח"ו די וואקסין!
"מטעם מרנן ורבנן גדולי ישראל שליט"א"
- פרישע פאשקעווילען קורסירן ארום די טעג אין די היימישע שול'ן און קאווע צימערן:
"נישט נעמען ח"ו די טראמפ וואקסין! ס'איז בלויז פאר מענטשן וועלכע ווילן האדעווען בלויז איין אינגל, איין מיידל, און איין הונט!..."
די וואקסין פאר קאראנע איז בלויז א אינטערגעשטעלטע נעץ אריינצוכאפן די חרדישיע אידענטום אין די פינסטערע נעץ פון די לינקע לאבעראלן - לויטעט די שרייענדע דעת תור(ה)א.

ווארט מיר צו זעהן אויב מיר וועלן טאקע אריינפיילן אין נעץ, אדער אפשר גאר וועט מען מוזן גרינדען פרישע בתי חינוך, פאר די וואס ווילן האבן מער ווי צוויי קינדער...

📎 נישט נעמען די וואקסין 01.jpeg
📎 נישט נעמען די וואקסין 03.jpg

yn.NY » זונטאג דעצעמבער 13, 2020 1:39 pm

· #464029
📎 נישט נעמען די וואקסין 02.jpeg

מה בכך » זונטאג דעצעמבער 13, 2020 3:09 pm

· #464035
שרייען און ווארפן פאשקעווילן שטעלן זיך מיסטריעז צוזאם ביי די זעלבע מענטש ...איינער ווייסט פארוואס

אישתישבי » זונטאג דעצעמבער 13, 2020 4:24 pm

· #464039
זענען די נעמען פין רבנים אמת?

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 13, 2020 5:09 pm

· #464041
yn.NY
📎 נישט נעמען די וואקסין 02.jpeg

איינער ווילל מיר ביטע זאגן אוואו דעם הייליגן אמשינאווער רבי'ן'ס ..."דעת תוירה"...איז געווען ווען מענטשן, יונגע און אלטע צוגלייך שטארבן ווי די פליגן מתוך יסורים נוראים...! יא. איך בין גרייט צו הערן...!

בן ישי » זונטאג דעצעמבער 13, 2020 9:28 pm

· #464057
berlbalaguleh
yn.NY
📎 נישט נעמען די וואקסין 02.jpeg

איינער ווילל מיר ביטע זאגן אוואו דעם הייליגן אמשינאווער רבי'ן'ס ..."דעת תוירה"...איז געווען ווען מענטשן, יונגע און אלטע צוגלייך שטארבן ווי די פליגן מתוך יסורים נוראים...! יא. איך בין גרייט צו הערן...!


ס'איז לכאורה נישט אמת

א חסיד פון ווילנא » זונטאג דעצעמבער 13, 2020 9:34 pm

· #464059
Re: נישט נעמען ח"ו די וואקסין!
ווי זעט מען נעמען? אויסער אמשינעווער רבי

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

בן ישי » זונטאג דעצעמבער 13, 2020 9:54 pm

· #464060
עס איז פארשפרייט געווארן א צעטל מיט נעמען אבער ווי עס ווייזט זיך אויס איז עס נישט געווען אמת.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 13, 2020 10:08 pm

· #464061
בן ישי: איך האף אויך אזוי. ווייל אנישט קאכט עס אויף מיין בלוט. כמו שאמרתי למעלה.

מדי דברי. אז מ'רעדט שוין. ס'איז דא א היגיענישער פראדוקט (פרעש ווייפס) אויף וואס איך האב זייער שטארק ליעב צו קוקן אויפ'ן פעקידזש. ווייל ס'שטייט דארט געשריבן די פאלגענדע ווערטער..."מותר להשתמש בשבת"...! אונז זעמיר ארומגענומען מיט איסורים פון אלע סארטן. דאס איז אסור און די אנדערע זאכן זענען אסור. ענדליך איז פארהאן א פראדוקט וואו ס'שטייט קלאר ארויפגעשריבן אז..."מותר להשתמש בשבת"...!

אישתישבי » מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 9:05 am

· #464078
דאס איז אבער נאר שבת. אגאנצע וואך טאר מען נישט.

בן ישי » מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 1:21 pm

· #464088
.
📎 Screenshot_20201214-132023_Twitter.jpg

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 3:49 pm

· #464111
די קול קורא'ס זענען ווארשיינליך פון די מיזעלס וואקסין נאר מען האט פשוט געטוישט די טעקסט

ווי זאגט נחום? #סיגנעטשור אן פייל

ווידערשטאנד » דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 7:18 am

· #464137
Re: נישט נעמען ח"ו די וואקסין!
ווייזט אויס האבן אלע מרנן און רבנן פארגעסען אינטערצושרייבן אויף די העכטס קריטישען פאשקעוויל....

Sent from my SM-G988U using Tapatalk

מפיל קינד » דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 1:40 pm

· #464152
מ'דארף זיין משוגע צו נעמען די וואקסין. די וואקסין איז נאר 95 פראצענט פארזיכערט, בשעת קאראנא האט א 99 פראצענט סורווייוועל ראטע...

פאליטיקאנט » מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 8:34 am

· #464209
.
📎 Screenshot_20201216-153059.png

פאליטיקאנט » מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 8:37 am

· #464210
Re: נישט נעמען ח"ו די וואקסין!
זייט ווען טוען די רבנים דורך מעדיצין?
מילא איינער פרעגט זיי וועגן עפעס אן אפעראציע אדער מעדיצינישע אנגעלעגענהייט, פיין יענער פרעגט דאך. אבער סתם אזוי ארויסקומען אויף זאכן וואס זיי האבן נישט קיין אנונג? האבן זיי שוין דורך געטוען 'טיילענאל' און 'טאמס'?

אישתישבי » מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 11:58 am

· #464215
מפיל קינד
מ'דארף זיין משוגע צו נעמען די וואקסין. די וואקסין איז נאר 95 פראצענט פארזיכערט, בשעת קאראנא האט א 99 פראצענט סורווייוועל ראטע...


ממילא אויב מען נעמט די וואקסין קומט אויס אז עס איז דא א הונדרעטסטעל פין פינף פראצענט צו שטארבן. ד.ה. א צוואנציגסטעל פין איין פראצענט, ד.ה. 0005. שאנס איז דא צו שטארבן אויב מען נעמט די וואקסינאציע.

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 3:15 pm

· #464228

starfromusa » מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 3:28 pm

· #464229
Can Covid-19 be transmitted from mother to fetus during pregnancy?
There is currently SOME evidence that women can infect their babies with Covid-19 while pregnant or through giving birth to them.

In a large study from the UK, of the babies born to infected women, 5% tested positive for SARS-CoV-2. Half of those positive tests were taken immediately after birth suggesting infection occurred during pregnancy.

SO FAR IT SEEMS THAT THE RISK TO A FETUS DURING A PREGNANCY IN WHICH THE MOTHER IS INFECTED IN THE 3RD TRIMESTER IS SMALL*

Can Covid-19 cause infertility?
Studies have not been done to see if having COVID-19 could make it harder to get pregnant.

Can Covid-19 cause male infertility?
A report published online that suggested the novel coronavirus – Covid19 may lead to male #infertility has now been removed. There is NO EVIDENCE currently that Covid-19 infection leads to male #fertility problems.

The report was based on a THEORY which has NOT been proven or even studied.

The THEORY is based on the fact that a receptor that is used by Covid-19 to enter the cells called #ACE2 is also found in the testes.

A report from China tested the semen of men who tested positive for SARS-CoV-2. some of the men were very sick but others had minimal symptoms. Some of the men’s semen tested positive for SARS-CoV-2.

The report did not specify what type of test was done on the semen. We do not know if there was complete virus or fragments of virus. We do not know if this means that Covid-19 can be transmitted by semen

If I contract Covid-19 while I am pregnant, would my illness be more severe?
There is some evidence, that pregnant women who contract Covid-19 are at risk for becoming more ill than others.

A recent data analysis from the Centers for Disease Control and Prevention (CDC) COVID-19 surveillance identified over 400,000 women with Covid-19. The findings showed that compared to non-pregnant women, pregnant women have

A 3 fold increased risk of ICU admission (10.5 per 1000 of pregnant vs 3.9 per 1000 non-pregnant women)
A 3 fold increased risk for needing mechanical intubation (2.9 versus 1.1 per 1,000 cases)
A 70% higher chance of dying (1.5 versus 1.2 per 1,000 cases)
Irrespective of pregnancy status, ICU admissions, receipt of invasive ventilation, and death occurred more often among women aged 35–44 years than among those aged 15–24 years
Black and Hispanic women were more likely to be affected
Does infection with Covid-19 increase my risk for miscarriage?
A small study did NOT find that 1st trimester miscarriage was more common in women who were infected with SAR-CoV-2

The study was performed in Italy. Researchers identified 100 women who miscarried in the first trimester and compared them to a similar group of 125 women who did not have a miscarriage.

The percentage of women who tested positive for Covid was the same in each group.

Although this was a small study, these initial results are reassuring

Does infection with Covid-19 increase my risk for other pregnancy complications?
Preterm delivery appears to be more common when the mother is diagnosed with Covid-19 during the 2nd or 3rd trimester. A CDC study of 3,912 live births with known gestational age, 12.9% were preterm (<37 weeks), higher than the reported 10.2% among the general U.S. population in 2019.

Other respiratory viral infections during pregnancy, such as influenza, have been associated with adverse outcomes, including low birth weight and preterm birth.

<a class="postlink" href="https://ivf1.com/covid-19-infertility-miscarriage-pregnancy-complications/">https://ivf1.com/covid-19-infertility-m ... lications/</a>

starfromusa » מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 4:41 pm

· #464243
איך זעי אז times of israel שרייבט אז די חרדישע רבנים רעקאמענדירן קאמיוניטי וואקסינירן קעגן COVID-19

<a class="postlink" href="https://www.timesofisrael.com/top-ultra-orthodox-rabbis-recommend-community-vaccinate-against-covid-19/">https://www.timesofisrael.com/top-ultra ... -covid-19/</a>

בן-עולם-הבא » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 6:37 am

· #464266
וויפיל איז דער שיעור צו צו ווארטן אויף צו זיין פולקאם זיכער אז ס'האט נישט אין זיך קיין ברעקל שעדעקייט? איין יאר? צען יאר? צוואנציג יאר?

תרמב » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 10:37 am

· #464271
סאיז געמאלדן געווארן אין די מידיא אז מענטשן האבן באקומען אן אלערגיע רעאקציע נאך די וואקסין, אין ענגלאנד און אין אמעריקא.

yn.NY » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 11:11 am

· #464274
תרמב
סאיז געמאלדן געווארן אין די מידיא אז מענטשן האבן באקומען אן אלערגיע רעאקציע נאך די וואקסין, אין ענגלאנד און אין אמעריקא.

מ'רעדט דא פון איינצעלנע פעלער vs צענדליגע טויזענטע וואקסינירטע, ס'איז גאר א קליינע פראצענט און ס'ווערט נאכנישט פארעכענט אלץ סכנה צוליב דעם
די זעלבע איז געווען ווען די מידיע איז געווען אויף מיט איינס צוויי פעלער וואס מענטשן האבן באקומען Covid א צווייטע מאל

תרמב » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 3:34 pm

· #464284
גערעכט, אבער מ’האט דאך עס אנגעהויבן צו געבן אפאר טעג צוריק, געב עס א שטיק צייט, נישט דווקא צוואנציג יאר, אבער עפעס צייט.

היכי דמי » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 4:37 pm

· #464286
📎 Dקר זYןג.jpeg

בן ישי » זונטאג דעצעמבער 20, 2020 9:49 am

· #464343
הרב אמנון יצחק
📎 Screenshot_20201220-094448_Twitter.jpg

גראף » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 10:18 am

· #464417
Re: נישט נעמען ח"ו די וואקסין!
אזוי ווי עס הייסט יעצט גייט די המון עם מוזן ווארטן סיי ווי. מען געט אויף דערווייל די וואקסין קודם פאר עלטערע מיט שפיטאל סטעף און פאליטישענס וכו'. ביז דעמאלסט גייט מען זען אויב די פרעש אין די זומפ פון וואשינגטאן די סי (קרעדיט קאך לעפעל) וועלן זיך אויסשטרעקן אדער ווייטער אן גיין מיט זייער געמיינע שטיק.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

קאך_לעפל » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 10:59 am

· #464421
כ'האב עכט געוואלט נעמען די וואקסין. זאגאר ווי נאר כ'האב געהערט אז די גרעסטע רשענטע אין אמעריקע, נעסטי פעלאוסי, האט עס גענומען, גלייב איך מער נישט דעראינען... און איך פלאן עס נישט צונעמען.

yn.NY » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 11:20 am

· #464422
[ציטאט אראפגענומען]

WOW! ענדליך עטליכע רבנים וואס טראכטן מיט קלארע קעפ. נישט יעדע זאך איז אן "איסור", און נישט יעדע זאך וואס די שטאט-טאטעס טוען מיינט מען מיט דעם אפצושמד'ן כלל ישראל.

פארווע חסיד » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 11:45 am

· #464423
זייער א שיינע צעטעל... איין זאך פארשטיי איך נישט צו וואס א וואקסין אויב נישטא קיין וויירויס ?

מפיל קינד » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 11:47 am

· #464424
די קול קורא איז באגריסנד, ווען נישט וואס דאס קומט פון די ראשי המוסדות וואס זוכן אוועקצוקלאפן די אנטי וואקסין סעקטע וואס מאכט קאפ-וויי פאר די מוסדות.

גבור חיל » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 1:12 pm

· #464431
[ציטאט אראפגענומען]


ער שרייט אז די בריוו איז פאלטש...
📎 IMG_20201221_131120_840.jpg

תרמב » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 2:53 pm

· #464435
די גאנצע קול קורא מאכט נישט קיין סענס, די סגנון, די שנעלקייט וואס ס’איז ארויסגעקומען, און די עצם געדאנק לייגן זיך נישט אויפן שכל.

אישתישבי » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 4:06 pm

· #464443
תרמב
די גאנצע קול קורא מאכט נישט קיין סענס, די סגנון, די שנעלקייט וואס ס’איז ארויסגעקומען, און די עצם געדאנק לייגן זיך נישט אויפן שכל.


עס מאכט נישט קיין סענס פאר אן אנדערע סיבה.

נישטא קיין קול קורא וואס אינוואלווד נישט געלט פאר איינעם.

ועוד,

זופ מיט מאנדלען » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 4:30 pm

· #464448
אישתישבי
תרמב
די גאנצע קול קורא מאכט נישט קיין סענס, די סגנון, די שנעלקייט וואס ס’איז ארויסגעקומען, און די עצם געדאנק לייגן זיך נישט אויפן שכל.


עס מאכט נישט קיין סענס פאר אן אנדערע סיבה.

נישטא קיין קול קורא וואס אינוואלווד נישט געלט פאר איינעם.

ועוד,

שמואל ניימאן, נחום, ליפא שמעלצער קול קוראס האבן איינעם רייכער געמאכט?

תרמב » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 8:42 pm

· #464469
סהאט זיי אלע גרעסער געמאכט.

היכי דמי » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 8:48 pm

· #464471
זופ מיט מאנדלען
אישתישבי
תרמב
די גאנצע קול קורא מאכט נישט קיין סענס, די סגנון, די שנעלקייט וואס ס’איז ארויסגעקומען, און די עצם געדאנק לייגן זיך נישט אויפן שכל.


עס מאכט נישט קיין סענס פאר אן אנדערע סיבה.

נישטא קיין קול קורא וואס אינוואלווד נישט געלט פאר איינעם.

ועוד,

שמואל ניימאן, נחום, ליפא שמעלצער קול קוראס האבן איינעם רייכער געמאכט?


דארט איז עס א צווייטענס געלט וועם זיי האבן נישט פארגינט...

פאליטיקאנט » מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 11:33 pm

· #464595
Re: נישט נעמען ח"ו די וואקסין!
קאך_לעפל
כ'האב עכט געוואלט נעמען די וואקסין. זאגאר ווי נאר כ'האב געהערט אז די גרעסטע רשענטע אין אמעריקע, נעסטי פעלאוסי, האט עס גענומען, גלייב איך מער נישט דעראינען... און איך פלאן עס נישט צונעמען.
פארוואס האט איר עס געפלאנט צו נעמען? וואס טוישט זיך יעצט אז זי האט עס גענומען?

אז זי טוט מארגן אן תפילין וועסטו אויפהערן?

ונבנתה העיר » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 5:06 pm

· #464629
נישט אז כ'האב מיר געזוכט פונקט יעצט אויפצושטיין פון מיין בערן שלאף, און נאך אזוי ערב ניטל. סמכתי דעתי אז אין שטיבל וועט מען אודאי מוחה זיין, ובמקום שאין איש ביניך אויך פריש.

כ'האב גראדע געהאט א רושם אז דער סאסוב'ער רבי איז א שטיקל בר דעת, וטעות לעולם חוזר. כ'וועל זיך ניטאמאל בייזערן אויף זיין היפאקריטיע אז דער וואקסין טאר מען נישט נעמען ווייל לדבריו איז עס נישט בדוק ומנוסה, אבער די דאקטורים וועלכע ווילן נישט געבן זיינע "טראפן", זענען רוצחים.

אויף וואס וועל איך מיך יא כעס'ן, פרעגט איר? פון וואנעט נעמט א שיינער איד די העזה צו זאגן, און איבערזאגן, ברבים א שקר גס? דער וואקסין האט בפירוש 'נישט' קיין לעבעדיגע וויירוס אין זיך.

ע"פ דעם אלטן כלל אז מ'חזר'ט איבער א ליגנט גענוג לאנג גלייבט מען עס, בין איך יעצט מחדש אז מ'זאגט א ליגנט מיט גענוג קאנפידענס, גלייבט מען עס אויך.

כאפט א בליק.

הוגה » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 7:44 pm

· #464639
ונבנתה העיר
אז מ'חזר'ט איבער א ליגנט גענוג לאנג גלייבט מען עס, בין איך יעצט מחדש אז מ'זאגט א ליגנט מיט גענוג קאנפידענס, גלייבט מען עס אויך.


האסט געזעהן איינעם גלייבן? 😲

אישתישבי » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 8:27 pm

· #464641
יעצט קומט ער צוגיין מיט זיינע טראפען, ווי איז ער געווען אדר און ניסן ווען דער עולם איז געשטארבן אין גרויסן. און פארוואס זאגט ער נישט וויאזוי ער מאכט די טראפען? אין קען נישט אליין?

פאליטיקאנט » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 8:37 pm

· #464642
Re: נישט נעמען ח"ו די וואקסין!
בלויז אביסל ציטאטן פון די געוואלדיגע חכמה פונעם רבי'ן:

"זיי [די דאקטוירים] זענען מתיוונים און יוונים.... אונז האמער חכמי ישראל, חכמי התורה און אויף פיקוח נפש זאכן [דארף מען זיי פרעגן], מ'קען נישט מאכן קיין קול קורא פון עפעס אן עסקן וואס האט געזאגט אין נאמען פון גדולי ישראל"
-אהא, מ'דארף פרעגן גדולי ישראל, אבער נישט גלייבן די גדולי ישראל ווען זיי מאכן עפעס א קול קורא לטובת די וואקסין...

"איך 'אליין' בין געווען ביי רב אלישיב תש"מ און ער האט גע'פסק'נט אז מ'טאר נישט נעמען א וואקסין וואס איז בלויז אויפ'ן מארקעט פאר צוויי יאר."
-עהעם און פארוואס האט ער נישט מפרסם געווען זיין פסק?

"ס'דא א גדול וואס לאזט נישט מאכן קיין קיצור קיבה ( sleeve / band) ווייל מן יאמר דו מעגסט משנה זיין דיין גוף וואס די אייבערשטער האט דיר געגעבן?"
-פיין, איך גיי נישט אריינגיין צו יענע גדול'ס טענה איז גערעכט, אבער וואס האט דאס מיט'ן וואקסין? צו מען מעג מקדים זיין רפואה למכה (און נישט בלויז ורפא ירפא נאכן ווערן קראנק) האבן שוין גדולים דן געווען צוויי הונדערט יאר צוריק. ועוד לגבי אנדערע וואקסינען איז ער דאך נישט דערקעגן (עכ"פ קיינמאל נישט ארויס דערקעגן)?....

"די וואקסין וואס איז אויפגעקומען דורך דייטשע רוצחים מיט אמעריקאנע מערדערס + די בעל הבית פון דעם איז א גוי א טערק"
-זאג פאר ליידענדע פון יענע מחלה ראט איר אויך נישט צו נעמען קימא טעראפיע ווייל א גוי / טערק / דייטש / אמעריקאנע מערדער / איז אויפגעקומען דערמיט?

אויך דערציילט אנהייב פון א 'גרויסע עושר' וואס האט גענומען זיינע טראפן, ווייל כידוע מאכט עס זיין טענה סך שטערקער אויב אן עושר האט עס גענומען און ס'האט געהאלפן....


איין זאך יא, ער האט באמת א שיינע זילבערנע בעכער.

הוגה » מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 10:13 pm

· #464678
ונבנתה העיר
.... די דאקטורים וועלכע ווילן נישט געבן זיינע "טראפן", זענען רוצחים.

.... דער וואקסין האט בפירוש 'נישט' קיין לעבעדיגע וויירוס אין זיך.


כ'האב דאך א געוואלדיגע סאלושען פארן סאסוב'ער. אנשטאט ראטעווען טויזנטער אידישע לעבנס דורכ'ן הייסן נישט נעמען די וואקסין, קען ער דאך פשוט זאגן אז מ'זאל נעמען זיינע ווינדערליכע טראפן אינאיינעם מיט די וואקסין.

איינער זאל אים דאס אריינשוקן אין אישי.


.

בן ישי » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 10:29 am

· #464704
.
📎 Screenshot_20201227-102907_Twitter.jpg

היכי דמי » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 11:42 am

· #464709
📎 BED0CCDF-7427-46EE-9F99-3638D508AF51.jpeg

מנחם ציון » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 5:22 pm

· #464735
ער גייט דאס אויך נעמען אדער ער וויל זיך אמיונען דורך "סטאדע באשיצונג"?

אלבערט איינשטיין » פרייטאג יאנואר 1, 2021 6:38 am

· #465001
Re: נישט נעמען ח"ו די וואקסין!
[ציטאט אראפגענומען]
די צעטיל פון בריסק איז א מעשה לסתור... ווען דו קוקסט וואס ער שרייבט אינטן[emoji23]

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 1, 2021 4:26 pm

· #465013
אנאנים: איך ווילל נאר וויסן אוואו די אלע גדולים און ראשי ישיבות צוזאמען מיט זייער דעת תורא זענען געווען ווען טויזנטער אידן און אידענעס זענען ל"ע געשטארבן פון קאראנא. ואין מושיע ומציל...!

אויך. וואו האבן זיי געלערנט מעדיצין און ביאלאגיע...!

ווען מ'פרעגט פון ר' חיים קאניעווסקי שליט"א א מעדיצינישע שאלה איז פונקט ווי איינער זאלל פרעגן זיין דאקטער, וועלכער ווייסט נישט אויף וועלכע זייט מ'מאכט אויף א שולחן ערוך, א שאלה אין הילכות טריפות. אדער הילכות שבת...!

אישתישבי » מוצ"ש יאנואר 2, 2021 7:22 pm

· #465015
גראדע קען יעדער מיט קאמען סענס מאכען החלטות בנוגע געזונט, מען מוז נישט זיין א דאקטאר.

נאר דא, ווען רבנים זאגען נישט קיין דברים של טעם, זעהט מען אז עפעס קרענקט זיי וואס זיי קענען נישט זאגן, ממילא טאר מען זיי נישט פאלגען.

און אזוי אויך לגבי א שאלה אין הלכה, א רב וואס קען הלכה קען ענטפערען, און דער שואל מעג וועלען פארשטיין, און טאמער דער רב קען אים נישט מסביר זיין ער זאל פארשטיין מיט קאמען סענס, דארף מען אים נישט פאלגען.

און אזוי אויך א דאקטאר וואס קען נישט מסביר זיין אז איך זאל פארשטיין איז נאריש צו פאלגען.

לעצטענס האבן רבנים גענומען א ליבערטי צו קענען זאגען א פסק אהן הסברה, און מען דארף זיי פאלגען צוליב דעת תורה (דעת תורה פאר זיך איז א בולשיט), זיי האבן מקנא געוועהן די רעביס, רעביס קוקען אפיציעל אין הימעל אדער העכערע וועלטען און זענען לויט דעם מכריע, אהן דן זיין דער לעגיטים פין רעבישע עצות און הדרכות, האט עס מיט רבנים גארנישט.

לגבי דער וואקסין, טאמער איז איינער חושש אז עס מאכט פראבלעמען, מוז מען אנעמען אז די קאמפאניס מיט אלע גאווערמענטס באהאלטן אינפארמאציע פין יעדעם, ועוד.

ער קען סך הכל זאגען אז ער פילט זיך נישט זיכער מיט דער וואקסין, און דאס איז א נארמאלע הרגשה וואס אסאך מענטשן פילען. אבער פין דא ביז זאגן אסור, אבער מען וועט חרטה האבן, איז סתם נארישקייטן.

פאליטיקאנט » מוצ"ש יאנואר 2, 2021 7:36 pm

· #465018
Re: נישט נעמען ח"ו די וואקסין!
א דאקטער וואס קען נישט מסביר זיין איז לאוו דווקא נאריש צו פאלגן, נישט יעדע זאך דארף מען פארשטיין צו קענען מאכן א ראציאנאלע באשלוס. אוואדי איז בעסער וואס מער מ'פארשטייט (א 'אינפארמירטע באשלוס'), אבער עס איז גאנץ שכל'דיג זיך צו פארלאזן אויף עקספערטן אין נושאים צו וואס די ביסט בכלל נישט באהאוונט און עס לערנט זיך נישט אין אפאר מינוט (לדוגמא דאקטעריי).

וואס איז יא נאריש דא, איז צו צוהערן מענטשן וואס פארשטייען די זעלבע [נישט] ווי דיר אין א נושא, נאכדערצו אנדעם וואס זיי זאלן אנגעבן א לאגישע סברה. (בנוסף צו דעם וואס זיי זאגן פארקערט ווי עקספערטן וואס פארשטייען יא אין דעם פעלד.)
בלאט: 1 2