☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אדמור מהר״א מסאטמאר מתיר סידור קידושין בגלילות קרית יואל

אדמור מהר״א מסאטמאר מתיר סידור קידושין בגלילות קרית יואל

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14371

אויליגער » מיטוואך דעצעמבער 9, 2020 7:54 pm

· #463947
אדמור מהר״א מסאטמאר מתיר סידור קידושין בגלילות קרית יואל
אין שאקירנדע נייעס האט סאטמארע רבי פון קרית יואל מתיר געווען חתונה צו מאכן אין זאל עטרת מאיר צבי וואס געפינט זיך אין די גלילות פון קר״י אפילו די סידור קידושין איז נגד המרא דאתרא,

דאס קומט נאכדעם וואס הגה״צ ראב״ד דסאטמאר וויליאמסבורג זצ״ל האט דאס מתיר געווען אפאר יאר צוריק, און די רבי זאל זיין געזונט האט געזאגט אויף אים ״הלכה כמותו בכל מקום״

איינוועגס האט שוין די רבי אויך מתיר געווען די פלייש פון 82 אפילו מהאט נישט בודק געווען צומת הגידין, און אויך די בראדוועי מצות וואס פאר יארן איז דאס געווען חמץ גמור ערגער ווי קאקא

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 9, 2020 7:59 pm

· #463948
הייסט עס אז מיינע קינדער זענען נישט ממזרים? וואט עי רעליעף!

לאמדיש » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 6:16 pm

· #464633
nice of him

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 8:51 pm

· #464644
אויליגער
אין שאקירנדע נייעס האט סאטמארע רבי פון קרית יואל מתיר געווען חתונה צו מאכן אין זאל עטרת מאיר צבי וואס געפינט זיך אין די גלילות פון קר״י אפילו די סידור קידושין איז נגד המרא דאתרא,

דאס קומט נאכדעם וואס הגה״צ ראב״ד דסאטמאר וויליאמסבורג זצ״ל האט דאס מתיר געווען אפאר יאר צוריק, און די רבי זאל זיין געזונט האט געזאגט אויף אים ״הלכה כמותו בכל מקום״

איינוועגס האט שוין די רבי אויך מתיר געווען די פלייש פון 82 אפילו מהאט נישט בודק געווען צומת הגידין, און אויך די בראדוועי מצות וואס פאר יארן איז דאס געווען חמץ גמור ערגער ווי קאקא

איינער געפרעגט צו ווען מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געזאגט ביי די לווי' פון מרן הגאון ר"א קאטלער זצ"ל להגיד שבחו של אהרן שלא שינה האט ער מתיר געווען בחירות אדער חינוך עצמאי וואס ר"א ז"ל האט געבויעט און מחזק געווען?

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 9:34 pm

· #464648
דער רבי האט נישט געזאגט די פרט, און מהר"א האט געמיינט בכל מקום ווי ער האט גע'פסק'נט שאלות אויף וואס מ'האט אים ממנה געווען, נישט אויף זאכן וואס מ'האט אים אריינגעשלעפט אין א ריב לא לו (ווי ער האט אליין געזאגט פאר ר"ש אבערלענדער ע"ה).

אישתישבי » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 11:15 pm

· #464649
די אונגארישע פלפולים זענען דאך גג על גג.