☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קען נאך ביידען געווינען?

קען נאך ביידען געווינען?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14365

אישתישבי » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2020 7:33 pm

· #463685
קען נאך ביידען געווינען?
אין דזשארדזע האט דער געריכט נישט געוואלט אויסהערן די עדיות וועגן פראוד איז דער טראמפ טים געגאנגען צו דער לעגיסלאטור (דזוליאני טענה'ט אז דער אריגינעלער געזעץ זאגט אז די לאקאלע לעגיסלאטור דארף דעצעדירן) און דארט האבן זיי אנגענומען עדיות אויף פראוד.

עס איז אויך דא א ווידעא ווי מען זעהט אז זיי ציען ארויס באלעטס פין אונטער דער טיש און ציילען די באלעטס, בשעת אפיציעל האט מען געמאכט א ברעיק און נישט געציילט. די טראמפ געמיינדע טענה'ט אז אין דער ווידעא אליין איז דא גענוג איבערצודרייען די רעזולטאטן.


בשעת עס קומען ארויס מער און מער, הייבט זיך אהן שטעלן דער גרויסע פראגע, טראץ דער מידיא ווערט געפירט דורך די לינקע, טראץ וואס זיי פראבירן צו אלע כוחות ארויסצוווארפן טראמפ, טראץ וואס גאר אסאך פין די עליטע סיי רעכטע און סיי לינקע ווילען נישט האבן טראמפ, אפילו עס זאל זיין דורך פראוד, איז דער גרויסער שאלה,

קען נאך ביידען געווינען?

תרמב » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2020 10:23 pm

· #463703
איך ווייס נישט צו דו ביזט סארקאסטיש צו נישט, אבער איך טראכט אז טראמפ האט א קליינע שאנס עס צו מאכן היות מ'זעהט אז עס קומט ארויס זאכן וואס מ'האט נישט געזעהן ביז יעצט, קען זיין אז עס וועט ארויסקומען נאך זאכן, (און ווי אויך שטילערהייט האב איך א שטיקל נאיווע גלויבינג אין מקובלים), אבער פון א קליינע שאנס פאר טראמפ ביז פרעגן אויב ביידען האט נאך א מעגליכקייט איז זייער א ווייטע וועג, עס איז זייער שווער צו זאגן אז אין אזא קורצע צייט זאל טראמפ מצליח צו איבערצודרייען די רעזאלטס אין 3 סטעיטס, אפילו איינס איז א ווייטע מעגליכקייט נאך דערצו אז מ'האט געזעהן ביז יעצט אז יעדע קלייניקייט איז אים געגאנגען אזוי שווער.
באט יו קוד נעווער נאו.

פאליטיקאנט » זונטאג דעצעמבער 6, 2020 12:12 am

· #463707
Re: קען נאך ביידען געווינען?
אין היסטאריע האט יעדע קאנדידאט נאכ'ן געווינען, גלייך רעזיגנירט פון זיין פאזיציע אין סענאט אדער קאנגערס, אבאמא למשל האט רעזיגנירט אונטער א וואך נאכן געווינס. אבער משום איזה סיבה האט וויצע פרעזידענט עלעקט הערריס נאכנישט רעזיגנירט.....

דאס ווייזט נישט גארנישט אבער איז אביסל אינטערעסאנט.

קוויטעל » זונטאג דעצעמבער 6, 2020 12:36 am

· #463708
פונעם געזעץ שטאנד, האט ביידן נישט קיין זכותים, אויב מ'איז מדקדק אויף אפי' א קליינעם טייל פון די פעלשעריי.

ווידער לפי די פלעפלעריי פונעם עולם גולם בשם די ביג טעק, איז שוין ביידן אויפ'ן בענקל און נעמט שוין אפילו מנוחה אין מחנה דוד...

אישתישבי » זונטאג דעצעמבער 6, 2020 8:33 pm

· #463730


Ware County, Ga has broken the Dominion algorithm:

Using sequestered Dominion Equipment, Ware County ran a equal number of Trump votes and Biden votes through the Tabulator and the Tabulator reported a 26% lead for Biden.



דאס פארט ארום אויף טוויטער שוין זעקס שעה, איך זעה נישט די פעיקניוז זאלען דאס מכחיש זיין.. חוץ די געווענליכע שאנדפולע הגה פין טוויטער.

אויב דאס איז אמת, וואלט איך געגאנגען אין סופרים קארט אין געבעטן א סטעי אויף אלע שטעט וואס האבן זיך באנוצט מיט דאמיניען.

yn.NY » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 10:09 pm

· #463823
The Republican Governor of Georgia refused to do signature verification

<a class="postlink" href="https://twitter.com/realDonaldTrump/status/1335971721262796801?s=20">https://twitter.com/realDonaldTrump/sta ... 96801?s=20</a>

קוקט אויס ס'וועט גארנישט געשען מיט די גאנצע Video 😲

שמערל » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2020 6:29 pm

· #464007
ווי האלט עס יעצט? האט דער ביידען נאך א טשאנס?

קאצקע ציקער » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2020 7:00 pm

· #464008
שמערל
ווי האלט עס יעצט? האט דער ביידען נאך א טשאנס?

נעה לכאורה נישט

מה בכך » זונטאג דעצעמבער 13, 2020 2:58 am

· #464021
קאצקע ציקער
שמערל
ווי האלט עס יעצט? האט דער ביידען נאך א טשאנס?

נעה לכאורה נישט

עס אוו נאוו מוצש"ק חנוכה , יא .