☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אשכול אן א טיטל #14364

אשכול אן א טיטל #14364

77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14364
בלאט: 1 2

— » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 7:42 pm

· #463631

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

יין שרף » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 8:08 pm

· #463633
שמעתי אז עפעס יום טוב איז געווען דארט מיט ר' חיים פלאהר. עני אפדעיטס?

גראף » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 8:48 pm

· #463634
געבטס ארויס. איז געווען מער ווי איין מיטינג אדער זענען ביידע סאטמערס מיט באבוב'ס געזעצן ביים טיש אינאיינעם?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

yn.NY » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 9:52 pm

· #463637
JDN האט ארומגעשיקט א "א קלארקייט אינעם צוגאנג וואס מ'האט גענומען אויפ'ן גזירת החינוך"
אינטערעסאנט צו וויסן ווער ס'שטייט דערונטער.

📎 45454545.png

מה בכך » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 12:39 am

· #463641
גראף
געבטס ארויס. איז געווען מער ווי איין מיטינג אדער זענען ביידע סאטמערס מיט באבוב'ס געזעצן ביים טיש אינאיינעם?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

סאיז געווען צוויי מיטונגס . קוק די נעקסטע באריכט

מה בכך » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 12:40 am

· #463642
יין שרף
שמעתי אז עפעס יום טוב איז געווען דארט מיט ר' חיים פלאהר. עני אפדעיטס?

לוסטיג און לעבעדיג , עפעס א קאלטע קריג האט זיך אנגעווערשאפט דא ..

מה בכך » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 12:41 am

· #463643
ְדא האסטו די צד הזאלונים

נוֹעֲדוּ אֵלֶיךָ הַנְּשִׂיאִים רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל

ביי די אסיפה בבית האדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין וויליאמסבורג האבן זיך באטייליגט האדמורי"ם מסאטמאר, פאפא, וויען, צעהלים, וויזניץ וויליאמסבורג, וויזניץ בארא פארק, באבוב-45, קאשוי שליט"א, הגאון ר' חיים פלאהר, הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים, הגה"צ אב"ד סיגוט, בני האדמו"ר מבאבוב און מונקאטש זענען געקומען בשליחות אביהם האדמורי"ם שליט"א, הרה"ג רבי מיכל שטיינמעץ בשליחות האדמו"ר מסקווירא, אזוי אויך זענען די דייני קהלות קדושות קלויזענבורג, בעלז, גור, און הרה"ג משה קעסלער דומ"ץ וויזניץ מאנסי.



צום אלעם ערשטנס ברויך מען אפגעבן א דאנק פאר השי"ת אז די אסיפה איז בכלל צושטאנד געקומען און נאך מיט א שטארקייט טראצדעם וואס געוויסע אנשי בליעל (צווישן זיי די באוואוסטע "אני אמלוך'ניקעס") האבן גאר שווער געארבעט עס צו צושטערן.



די אסיפה איז פארגעקומען צוליב דעם וואס די מוסדות דארפן יעצט צוריקשיקן זייער ענטפער פאר די "באורד אוו רידזשענס" איבער וואס זייער שטעלונג איז לגבי די חינוך פון אונזערע קינדערלעך האבן די עסקנים ווי אלעמאל געברענגט די נושא פאר די רבנים צו הערן דעם דעת תורה מאת מאורי ישראל מנהיגי הקהלות שליט"א.



די אסיפה האט געעפענט העסקן ר' נפתלי אלימלך ווייס וואס האט אויסגעשמועסט די השתלשלות הגזירה דורכאויס די לעצטע פאר יאר, און אויסגעשמועסט בכלליות די מיטלען וואס די הייליגע "פעירלס" ארגאנאזאציע האט אונטערגענומען עס צו באקעמפן.

דערנאך האט איבערגענומען דאס ווארט העסקן הנמרץ הרה"ח ר' משה דוד ניעדערמאן הי"ו וואס האט זיך צום ערשטנס באדאנקט פאר די רבנים וואס רייסן זיך אראפ פון זייער טייערע צייט, און פאר זייער שטענדיגע הילף און פארן אלעמאל זיין גרייט בעצה ותושי' על אף זייענדיג אזוי טרוד מיט הנהגת הכלל, און אויך פאר די עסקנים פאר זייער איבערמידליכע ארבעט וואס זיי לייגן אריין די לעצטע יארן אין אלע ענינים און איבערהויפטליך אויפן פראנט פארן חינוך, און דאן האט ער פארגעלייגט און צונומען די נושא בעפאר די רבנים, אז מען שטייט יעצט נאכדעם וואס די באורד האט צוריקגעצויגן פון איר ערשט פארגעשלאגענע רייע "גיידליינס" אויפן חינוך - די וואס וואלט ווען געמיינט די ענדע פונעם ריינעם יודישן חינוך המסורה לנו מדור דור רח"ל היל"ת - און אז דאס האט פאסירט אין דירעקטן רעזולטאט פון די איבער 140 טויזנט פעטיציעס וואס דער גאנצער ציבור האט אריינגעשיקט צו די באורד אויפן איניציאטיוו פון די "פערלס" ארגאנאזאציע עס אפציווארפן. איז יעצט נאכדעם וואס די רעגירונג האט שוין געהערט אונזער קלארע אויסדרוקליכע התנגדות צו אלעס וואס זיי האבן ביזדערווייל געוואלט איינשטעלן און האבן טאקע צוריקגעצויגן דערפון, גייען זיי זיך פריש אנהייבן צוזאמזעצן און באטראכטן פרישע גיידליינס און זיי ווילן הערן וואס מיר ווילן יא, דארפן היצט די מוסדות אריינגעבן זייער ענטפער פאר די רעגירונג צו פארשטעלן זייער מיינונג און גאנג אז אונזער חינוך איז א הונדערט פראצענטיגע סוקסעס ב"ה, און אז מיר האלטן אז עס נישטא וואס צו טוישן אדער בעסער מאכן, און אז קוקנדיג אויף אונזערע פירות האבן מיר זיך נישט צו שעמען פאר קיינעם, און נאר דאס פונקט פארקערטע מיר קענען דינען אלס א מוסטער פאר אנדערע וכו'.

און ער האט געבעטן די רבנים הגאונים שליט"א צו באטראכטן אלע מעגליכקייטן און דערנאך מחליט זיין את המעשה אשר יעשון.

און דאן האבן די רבנים טאקע דן געווען איבער די נושא, און נו"נ געווען א לענגערע צייט איבער וויאזוי מען זאל טאקע ענטפערן פאר די רעגירונג, מען האט אויפגעברענגט אסאך אפציעס איבער וואס וואלט געווען די בעסטע מהלך צו ענטפערן, אויך האט מען אויסגעשמועסט וויאזוי עס זאל צוגיין, צי זאל יעדע מוסדות אליין ענטפערן פאר זיך אדער מען זאל ענטפערן אלע מוסדות אינאיינעם, און נאך נקודות בשייכות צו די נושא.



דערנאך האט אויפגעטרעטן פאר די רבנים דער בארימטער לויער פון "פעירלס" מר. אבי שיק וואס האט אין א לענגערע באריכט אראפגעלייגט און מסביר געווען די "לעגאלע שטאנדפונקט" פון די "פעירלס" ארגאנאזאציע און אויך פארגעשטעלט פאר די רבנים הגאונים וואס מ'האט שוין געטוהן אויפן לעגאלן פראנט די לעצטע פאר יאר צו באקעמפן און האפנטליך בעזר ה' ענדגילטיג און גענצליך מבטל זיין די גזירה.

דערנאך איז האדמו"ר מוויען איבערגעגאנגען מיט אבי שיק אלע פרטים און לעגאלע חלקים, ווי אויך האט דער וויענער רב געבעטן אז וואס אימער מען וועט שיקן פאר די רעגירונג זאל מען עס נישט ארויסגעבן פאר די גאס נאר האלטן צווישן די רבנים און נישט געבן קיין פתחון פה פאר אנשי בליעל בעלי האטליינס צו חרוב מאכן די מערכה.

מה בכך » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 12:43 am

· #463644
שפעט אריין אינעם אסיפה האט זיך ר' מענדל ט"ב בן מהר''א אנגערופן אז ער וויל עפעס זאגן בשם זיין טאטע, זיין טאטע האט אויך מוסדות און איז נישט גרייט צו גיין מיט דעם מהלך, ער האט געזאגט אז מ'זאל איגנארירן די רעגירונג און זאגן אונז זענען ַגוט און לאז אונז צוריה, אויף דעם האט דער לויער אפגעוואנדן זיין מהלך אז דאס האט נישט קיין שום זין וויבאלד די רעגירונג ווארט אויף א ענטפער פון אונז נאכדעם וואס מיר האבן זיי געזאגט מיט די 140 טויזנט בריוון אז מיר זענען נישט צופרידן פון זייער געזעץ אויף דעם זאגט יעצט די רעגירונג, אדרבה קום די צוריק מיט דיין מהלך לאמיר זעהן וואס דו זאגסט, אלזא איז די מהלך נישט אין פלאץ בכלל. הגה"צ אברהם שלמה בלום שליט"א און אבי שיק האבן ארויסגעברענגט אז דאס איז טאקע וואס מיר האבן געזאגט פאר די רעגירונג די גאנצע צייט אז אונזער חינוך איז ב"ה זייער גוט במילא וואס פונקטליך זאגסטו יעצט דא.


דאן האט ַהאדמו"ר מסאטמאר ארויסגעברענגט אז מיט צוויי יאר צוריק איז געווען א איד ר' י.ע. (דער רבי האט ארויסגעברענגט אז ער האט נישט געמיינט קיין שלעכטס) וואס איז אויפגעקומען מיט א מהלך און ער איז געווען בײ מיר אויך און נאכן עס דורכטון מיט די לעגאלע עקספערטן האט זיך עס ארויסגעשטעלט זייער שלעכט, זענען זיי געגאנגען אליינס און געטוישט די געזעץ וואס איז געווען ביז דאן פאר הונדערטער יארן וואס איז מער ווייניגער געווען א אומקלארע געזעץ וואס מיט דעם האט מען געקענט שטיפן פאר עטליכע יאר און מצליח געווען און זיי האבן דורכגעפירט א געזעץ, גערופן די פעלדער אמענדמענט, אריינגעלייגט דערין אז מען גייט לערנען פיר סובדשעקטס און צולייגן מער שעה ענגליש און דאס האט מען גאר אויסגערופן ברבים אז דאס איז א ''הצלת החינוך'' ווען אין פאקט איז דאס ליידער דער דירעקטער גורם צו די איצטיגע פראבלעמען, אויף דעם האט זיך ר' מענדל פרובירט צו פארענטפערן אז דעי חלק האט מען אריינגעלייגט נאכדעם (אין פאקט האט מען טאקע אריינגעשטופט עפעס נאכדעם אבער נישט דאס, דאס איז לכתחילה געווען אינעם געזעץ און מהר''א האט עס ארויסגעברענגט יענעם חוה''מ)


דערנאך האט ר' חיים פלאהר האט געפרעגט עטליכע קשיות און האדמו''ר מקאשוי האט אלעס שיין אויסגעקלארט, דערנאך האט סאטמארער רבי נאכאמאל ארויסגעברענגט וואו אין די לעצטע זיבן יאר טוט ר' משה דוד נישט רוהען און איז כסדר עוסק וויאזוי צו באקעמפען די גזירה און פרעגט די רבנים אויף טריט און שריט וואס מען זאל טון און טוט גארנישט מדעת עצמו.

נאך וואס מען האט פארענדיגט די אסיפה איז דער קאשוי רבי געזיצן מיט ר'חיים פלאהר פאר א לענגערע צייט און דורכגעגאנגען די פרטי והשתלשלות המערכה.




גענוי ווי ביי יעדע דבר שבקדושה מאכט זיך אייביג מענטשן וואס קומען מיט די שלייער פון קנאות און פרובירן אלעס צו צוברעכן, האבן דאסמאל די צוויי נארוואס געווארענע פריינט ר' חיים לייבוש ראטענבערג און מהר''א ט''ב געארבעט גאר שווער צו צושטערן די אסיפה, לקיים מה שנאמר עמון ומואב עשו שלום.
ר' חיים לייבוש אנגערופן אדמו"ר מוויזניץ מאנסי און אנגעהויבן דרייען א קאפ אז מ'זאל מבטל זיין די אסיפה, האט אים דער וויזניצער רבי געענפערט אז מיר האבן שוין אויסגעהערט די אנדערע זייט ביי די אסיפה פארלאפענעם זומער מיטן דיין ר' משה קעסלער וואו עס איז געווארן אויסגעשמועסט אלע פרטים און מ'איז געקומען צום החלטה אז ס'איז נישט דא קיין שום פראבלעמען ב"ה, און צום היינטיגן אסיפה האט מען אויך גערופן ר' משה קעסלער.
אזוי אויך האט מהר''א געארבעט מיט איבערמידליכע כוחות צו צוברעכן די אסיפה, נעכטן שפעט ביינאכט נאך וואס ר' משה דוד האט גערופן מענדל צו די אסיפה ( דעמאלט איז זיין טאטע געוואויר געווארן) האט ער שנעל פאררופן א אסיפה ביי זיך אינדערהיים מיט דריי לויערס און ער האט ארומגערופן סקווירא, באבוב 45 און נאך, זאגן אז ער מאכט אויך א אסיפה ביי זיך אינדערהיים די זעלבע צייט אום 2:00, למעשה קיין איין רב נישט אנגעקומען צו, ווי אויך האבן די לויערס אויך אפגעזאגט די לעצטע מינוט, דעריבער איז ער -נישט מער און נישט ווייניגער- געזיצן מיט די לויערס אויף א ''זום'' מיטינג.

אוי לאותה בושה!

מה בכך » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 12:45 am

· #463645
צד הארונים

היסטארישע זום מיטינג מיט סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט און כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ‎העסקן ר' יעקב סופר שליט"א באגריסט סטעיט פארשלאג פאר דרויסנדיגע אקרעדיטעישאן.

דער מיטינג איז געווען זייער קאלירפול, פארשטעלנדיג א ברייטן ספעקטרום פונעם יהדות החרדית. ביים מיטינג האבן אויך אנטייל גענומען דזשאועל פעטלין, סופעראיטענדענט פון די קרית יואל סקול דיסטריקט, דר. בערני פרישמאן, א לאנגיעריגער עסקן און קאלעדזש פראפעסאר און פירער פון אארט"ס, די ארגאניזאציע וואס סערטיפייד ישיבה גדולה קאלעדזשעס אין אמעעריקע, מו"ה ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו, ראקלענד קאונטי לעגיסלאטור, הרב משה שוואב שליט"א און זיין זון, ראש ישיבת דגל התורה, א ליטווישע ישיבה וואס האט א פיל-לענגערע לימודי חול פראגראם ווי חסיד'ישע ישיבות. הרבני הנגיד ר' יעקב סופר הי"ו, וואס ידיו רב לו בהצלת חינוך מיט זיין גמרא קאפ זייענדיג איינע די ארכיטעקטן פונעם פעלדער געזעץ, און אויך איז געווען א פרינציפאל פון בית רחל דקרית יואל.

אריגינעל איז געווען געפלאנט אז דער מיטינג זאל זיין פערזענליך, מיט די עדיוקעישאן באאמטע זאלן אראפקומען צום רבי'ן. למעשה האבן זיי אין די לעצטע מינוט געזאגט אז זיי קענען נישט קומען און ס'איז געטוישט געווארן צו א זום מיטינג.

רבינו שליט"א האט זיך באדאנקט פאר די מס. קאפלאן פאר ארויפקומען אויפ'ן מיטינג, און האט אויסגעדרוקט הנאה פון דעם צזאמטרעף און געזאגט אז דער עכטער באגער איז געווען צו רעדן פנים אל פנים, אבער בדיעבד איז ער יוצא מגדרו און גייט ארויף אויף א זום מיטינג צוליב'ן חובת השעה.

דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז מיר האבן א הערליכן חינוך און די קינדער קומען ב"ה ארויס זייער גוט פון די לימודי קודש; די פרינציפאלס און די באאמטע פון סקול דיסטריקט האבן שטארק ארויסגעהויבן דעם ענגליש פראגראם אין די מוסדות; הרב שוואב האט ארומגערעדט פון זיין גאר גוטן ענגליש אין די ישיבת הדגל התורה; הרב ווידער האט אויפגעברענגט ווי שיין ער האט מצליח געווען, זייענדיג א לעגיסלאטור, פון א ישיבה חינוך; אויף די פראגע פון די סטעיט עדיוקעישאן באאמטע ווי אזוי די סטעיט קען פארזיכערן אז די קינדער קענען טאקע און האלטן מיט דעם ענגליש פראגראם, האבן די קרית יואל'ער מחנכים געזאגט אז זיי געבן פארשידענע אנערקענטע טעסטס. וואס איז געווארן אויפגענומען מיט שטארק צופרידנהייט.

מר. ד'אגאטי האט געפרעגט צי מ'וואלט מסכים געווען צו נעמען אן אקרעדיטעישאן אגענטור – ענליכעס צו וואס דר. פרישמאן האט פאר ישיבת גדולות – און די אגענטור וועט באשטעטיגן אז די סקולס קומען נאך דעם געזעץ, האט הרבני הנגיד ר' יעקב סופר שליט"א, דער מגן פונעם חינוך הטהור, געזאגט אז דאס איז א פארשלאג וואס וועט זייער גוט ארבעטן פאר מוסדות התורה.

דער רבי שליט"א האט זיך באדאנקט פאר מס. קאפלין פאר קומען צום מיטינג און אויסגעדרוקט זיין וואונטש אז מ'וועט זיך טרעפן פערזענליך.

ולך עשית ישועה גדולה ופורקן כהיום הזה!

עס איז צו האפן אז אזוי ווי דער רבי האט געהאט די זכיה מציל זיין דעם חינוך פון יהדות ניו יארק מיט דעם פעלדער געזעץ בימים ההם וועט ער יעצט אויך זיין דער מציל ומושיע פון דעם יעצטיגן גזירת החינוך, און ס'איז צו ערווארטן אז דער רבי וועט כדרכו בקודש אויסמשועסן באריכות אלע פרטים און ווערט שטארק אפלאדירן זיינע פעולות לטובה אין זיינע דברות קודש ביום הצלה כ"א כסליו הבעל"ט.

שמעו ותחי נפשכם!

מה בכך » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 12:46 am

· #463646
מה בכך
צד הארונים

עס איז צו האפן אז אזוי ווי דער רבי האט געהאט די זכיה מציל זיין דעם חינוך פון יהדות ניו יארק מיט דעם פעלדער געזעץ בימים ההם וועט ער יעצט אויך זיין דער מציל ומושיע פון דעם יעצטיגן גזירת החינוך, און ס'איז צו ערווארטן אז דער רבי וועט כדרכו בקודש אויסמשועסן באריכות אלע פרטים און ווערט שטארק אפלאדירן זיינע פעולות לטובה אין זיינע דברות קודש ביום הצלה כ"א כסליו הבעל"ט.

שמעו ותחי נפשכם!

דעם מוצש"ק וועט מהר"א זיך נישט אויפהערן צי רימען פאר זיינע חסידים אין די זעלבע צייט פארשטייט זיך אראפרייסן אלע ערליכע מוסדות.. שמעו ותחו נפשכם

מפיל קינד » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 12:57 am

· #463647
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז נישט ריכטיג, דער איד האט שוין א לאנגע צייט געשריבן דערקעגן, יעדער זאלי ווייסט שוין פון לאנג גענוי פארוואס ס'איז א פראבלעמאטישע געזעץ...

מה בכך » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 6:06 am

· #463648
באריכט פון JBL איבער די
היסטארישער אסיפת רבני מאנסי
<a class="postlink" href="https://mailchi.mp/daedb335ab8e/pictures-3583858?e=e58502ffb0">https://mailchi.mp/daedb335ab8e/picture ... e58502ffb0</a>

מה בכך » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 6:15 am

· #463649
דברי פי קדשו ...
📎 photo_2020-12-04_06-13-19.jpg

מה בכך » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 6:25 am

· #463650
[quote="מה בכך"]צד הארונים

זאליס ביי די ארבעט....


סוף דבר לאמיר אלע געדענקען אז....

גיין מיט פערלס, חלילה זיי זענען אגודה..

גיין א עצרת תפילה מיט אגודה,( ניטאמאל געלאזט ריפען א מוחאה ווייל אגודה מיט מוחאה אויפן מדינה?!?) דעמאלטס מיינט עס מקדש שם שמים...


שתדלן ביים רעגירונג, חלילה דאס איז פשרות...

די פעלדער געזעץ, ( וואס האט געפענט די טיר פארן רעגירונג ) דאס איז הצלת החינוך...


כינוס הרבבות, דאס איז א מעסער בחומת הדת ווייל סאיז געווען סקרינס...

זיצען אויף זו״ם ( ווי א לאוזער אליינס.) דאס איז דרך המערכה במסירות נפש...


נישט גיין אין לשכת הגיוס,( ביי א מדינת שמד) אין זאגען איני מכיר איך ווייס נישט ווער די ביסט, דאס איז אסור ווייל עס צוברעכט די מערכה...

אין אמעריקא זאגען פארן רעגירונג כווייס נישט ווער די ביסט, דאס איז די עכטע דרך מלחמה...

תם ולא נשלם... לייגט אליינס צו די היפעקריטיע פין דעים אני ראשון ואני אחרון ( עפ״ל)

א חסיד פון ווילנא » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 7:52 am

· #463651
איך זעה איין אז רז"ל האט מער און בעסערע פארטרעטערשאפט דא ווי ר"א
אפילו די צד מהר"א זעט אויך אויס געשריבן דורך צד רז"ל
אשאד מאריך צו זיין דא און פירן וויכוחים, לאמיר זאגן גראד, וואס ר"א זאגט/טוט איז פאלש און היפאקראסי, און רז"ל איז אייביג גערעכט און קלוג
איך הער אז רז"ל האט זיך זייער געבייזערט נעכטן אזש ער האט זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן נאך צוויי יאר שווייגן, איך מיין ער איז זייער אויסגעמוטשעט, צייט ער זאל פארן נאכאמאל אויף אפרוה/מנוחת הנפש, (שוין געווען 1 מאל זייט שמח"ת)
אגוט שבת

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

אישתישבי » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 8:43 am

· #463653
בקיצור א באנטש פין בעיביס.

עס גייט זיי אלע אהן דער "צרה" ווי א לאך אין קאפ, דער עיקר וואס גייט זיי אלע אהן איז אני ואפסי.

אישתישבי » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 9:01 am

· #463654


זאל מען עס נישט ארויסגעבן פאר די גאס נאר האלטן צווישן די רבנים און נישט געבן קיין פתחון פה פאר אנשי בליעל בעלי האטליינס צו חרוב מאכן די מערכה


איינער ווייסט וואס ער מיינט?

מפיל קינד » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 10:29 am

· #463659
אויף די מינוט קוק איך עס אן אזוי:

איך האלט אז מהר"א איז גערעכט אויף די מינוט אז מ'דארף גיין שארפער און נישט זוכן אויפצוקומען מיט לעזונגען און פשרות.

מהרז"ל האט געענטפערט זייער נאריש און קינדיש איבער די פעלדער געזעץ. ס'איז מעגליך אז ער איז גערעכט, אבער אויף די פראגע פון ר' מענדל האט ער נישט געענטפערט, און מ'רעדט נישט אזוי שארף צו א רב ברבים אויף אן אלטע מעשה וואס האט פאסירט 2 יאר צוריק.

זיין שארפקייט איז לכאורה געווען צו ווייזן פאר די רבנים אז ער פארשטייט יא אן עסק און איז אויך גוט אויסגעקאכט אין די ענינים פונקט ווי מענדל, אבער ס'איז נאכאלץ נישט געווען אין פלאץ.

ווי ס'קוקט אויס זענען אבער רוב גרויסע רבנים מיט פעירלס, און ס'וועט קיין סאך נישט העלפן פאר מהר"א. פאפא און באבוב זוכן נישט צו גיין אזוי שארף און מהרז"ל וועט בלייבן מיט די מעין סטריעם קהילות ביזן סוף פון די מערכה.

אוהב ספרים » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 10:40 am

· #463660
יין שרף
שמעתי אז עפעס יום טוב איז געווען דארט מיט ר' חיים פלאהר. עני אפדעיטס?


שקר

ביבער » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 11:56 am

· #463661
מפיל קינד

מהרז"ל האט געענטפערט זייער נאריש און קינדיש איבער די פעלדער געזעץ. ס'איז מעגליך אז ער איז גערעכט, אבער אויף די פראגע פון ר' מענדל האט ער נישט געענטפערט, און מ'רעדט נישט אזוי שארף צו א רב ברבים אויף אן אלטע מעשה וואס האט פאסירט 2 יאר צוריק.


פארוואס האלט רז"ל אז אן די פעלדער געזעץ וואלט געווען אנדערש? ער האלט אז די גאווערמענט וואלט פלעין געזאגט אקעי עטץ ווילטץ נישט איז נישט?
איך פארשטיי אז דעס איז באמת וואס מהר"א זאגט יעצט אבער איך פרעג וואס מהרזל האלט

א חסיד פון ווילנא » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 12:54 pm

· #463664
ביבער
מפיל קינד

מהרז"ל האט געענטפערט זייער נאריש און קינדיש איבער די פעלדער געזעץ. ס'איז מעגליך אז ער איז גערעכט, אבער אויף די פראגע פון ר' מענדל האט ער נישט געענטפערט, און מ'רעדט נישט אזוי שארף צו א רב ברבים אויף אן אלטע מעשה וואס האט פאסירט 2 יאר צוריק.


פארוואס האלט רז"ל אז אן די פעלדער געזעץ וואלט געווען אנדערש? ער האלט אז די גאווערמענט וואלט פלעין געזאגט אקעי עטץ ווילטץ נישט איז נישט?
איך פארשטיי אז דעס איז באמת וואס מהר"א זאגט יעצט אבער איך פרעג וואס מהרזל האלט
ווי איז אריינגעקומען די פעדלער געזעץ אלס ענטפער פאר ר׳ מענדל?
די נדון איז געווען וואס מ׳ זאל זאגן פאר די רעגירונג, האט ר׳ מענדל בשליחות אביו געזאגט זיין מיינונג אז מ׳ זאל בכלל נישט ענטפערן (גערעכט צו נישט) האט ער אים באפאלן וועגין די פעדלער געזעץ אז ער האט חרוב געמאכט, באשר ע"כ זאל ער גארנישט טון/זאגן יעצט?
קען זיין ער האט דאס געמיינט צו זאגן, אויב יא איז ער טאקע א נועם המדות
איך פארשטיי פארוואס ער האט עס געטון (די ערשטע מאל) אבער נישט דא איז די פלאץ אויסשמועסן

ד"א געהערט די רעקארדינג, ר"מ רעדט זייער רוהיג, רז"ל רעדט מיט אזא כעס און האס, א חלק פונעם נאבעלקייט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

ביבער » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 1:22 pm

· #463665
עפעס פעלט מיר דא אינעם פאזל. פאליטיקס אסייד. ווי איך פארשטיי האלט מהרזל אז די פעלדער געזעץ האט צוגעברענגט צו ווי מ'איז יעצט. קען מיר איינער מסביר זיין וואס ער האלט וואלט געווען אן דעם געזעץ? וואלט גאווערמענט זיך פלעין נישט וואוסענדיג געמאכט? און אויב יא, אויף וואס איז געבעיסד זיין השערה?

א חסיד פון ווילנא » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 1:32 pm

· #463666
ביבער
עפעס פעלט מיר דא אינעם פאזל. פאליטיקס אסייד. ווי איך פארשטיי האלט מהרזל אז די פעלדער געזעץ האט צוגעברענגט צו ווי מ'איז יעצט. קען מיר איינער מסביר זיין וואס ער האלט וואלט געווען אן דעם געזעץ? וואלט גאווערמענט זיך פלעין נישט וואוסענדיג געמאכט? און אויב יא, אויף וואס איז געבעיסד זיין השערה?
אפשר זאגט קודם איינער וואס איז די פעדלער געזעץ?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

ביבער » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 1:40 pm

· #463667
א חסיד פון ווילנא
ביבער
עפעס פעלט מיר דא אינעם פאזל. פאליטיקס אסייד. ווי איך פארשטיי האלט מהרזל אז די פעלדער געזעץ האט צוגעברענגט צו ווי מ'איז יעצט. קען מיר איינער מסביר זיין וואס ער האלט וואלט געווען אן דעם געזעץ? וואלט גאווערמענט זיך פלעין נישט וואוסענדיג געמאכט? און אויב יא, אויף וואס איז געבעיסד זיין השערה?
אפשר זאגט קודם איינער וואס איז די פעדלער געזעץ?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

פארדעם איז דא גוגל.

מה בכך » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 1:59 pm

· #463669
אישתישבי


זאל מען עס נישט ארויסגעבן פאר די גאס נאר האלטן צווישן די רבנים און נישט געבן קיין פתחון פה פאר אנשי בליעל בעלי האטליינס צו חרוב מאכן די מערכה


איינער ווייסט וואס ער מיינט?

טיפיקעל יענקעלע כהן ... ניין ?

מה בכך » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 2:18 pm

· #463670
א חסיד פון ווילנא
ביבער
עפעס פעלט מיר דא אינעם פאזל. פאליטיקס אסייד. ווי איך פארשטיי האלט מהרזל אז די פעלדער געזעץ האט צוגעברענגט צו ווי מ'איז יעצט. קען מיר איינער מסביר זיין וואס ער האלט וואלט געווען אן דעם געזעץ? וואלט גאווערמענט זיך פלעין נישט וואוסענדיג געמאכט? און אויב יא, אויף וואס איז געבעיסד זיין השערה?
אפשר זאגט קודם איינער וואס איז די פעדלער געזעץ?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

דא האסטו דעם גאנצן ארטיקל פון 'דער איד' פון דעמאלט. ס'זאגט די זעלבע זאך וואס דער רבי האט היינט געזאגט, שמחה פעלדער האט געמיינט גוט, אבער עס רעכנט אויס ווי שטארק מ'איז באזארגט פונעם געזעץ. איך האב היילייטעד די שטיקלעך.

שמחה פעלדער איז דעמאלט געווען פון די מאכטפולסטע מענטשן אין די סטעט. מ'האט זיך געבעטן ביי יושע עסטערייכער אז ס'איז נישט גוט, אבער צוליב זיין פאוער, און מ'האט געוויסט אז ער מיינט גוט, האט מען אים געדארפט געבן די אטענטשאן, און מ'האט געהאפט אז ער וועט נאך עפעס צו טאן צו ראטעווען די דעמעדזש. אבער ס'איז געווען זייער קלאר ווי באזארגט מ'איז. די העדליין זאגט גארנישט אז ער אדער דער געזעץ האט געראטעוועט דעם חינוך, נאר אז ער האט געקעמפט, און מ'באדאנקט יעדן וואס האט געוואלט העלפן. אין די ארטיקל איז געווען זייער קלאר אז מ'איז זייער באזארגט אז דאס מאכט ערגער

מה בכך » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 2:19 pm

· #463671
אופס
הקובץ גדול מדי, הגודל המירבי המורשה הוא 1000 KiB 😮 😮 😠
וויאזוי ציטייל איך דעם פי די עף און צוויי ?

א חסיד פון ווילנא » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 2:26 pm

· #463672
מה בכך
אופס
הקובץ גדול מדי, הגודל המירבי המורשה הוא 1000 KiB 😮 😮 😠
וויאזוי ציטייל איך דעם פי די עף און צוויי ?
זייער פארשטענדליך אז דער איד האט אזוי געשריבן פונקט ווי פארשטענדליך אז דער בלאט האט געשריבן פארקערט
די שאלה איז ווי קומט דאס אהער, מה דהוה הוה, וואס דארף מען יעצט טון
די האספולע דרשה האט דאס נישט פארענטפערט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

מה בכך » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 2:51 pm

· #463674
א חסיד פון ווילנא
מה בכך
אופס
הקובץ גדול מדי, הגודל המירבי המורשה הוא 1000 KiB 😮 😮 😠
וויאזוי ציטייל איך דעם פי די עף און צוויי ?
זייער פארשטענדליך אז דער איד האט אזוי געשריבן פונקט ווי פארשטענדליך אז דער בלאט האט געשריבן פארקערט
די שאלה איז ווי קומט דאס אהער, מה דהוה הוה, וואס דארף מען יעצט טון
די האספולע דרשה האט דאס נישט פארענטפערט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

ער האט דשאסט געוואלט וויסן וואס די פעלדער געזעץ איז

מה בכך » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 2:56 pm

· #463675
זייער פארשטענדליך אז דער איד האט אזוי געשריבן פונקט ווי פארשטענדליך אז דער בלאט האט געשריבן פארקערט
די זעלבע איז געווען דעמאלטס אין די בלאט יעדער האט געוויסט אז עס קעו מאכן פראבלעמען ווי ר'אהרן האט שוין פאריאר כ"א כסלו געזאגט אז מען גייט זיך נישט לאזען אבער עכ"פ אויפגעטוען האט עס אז די לינקע ליבעראלן האבן נישט געקענט דורך שטיפען זייער געזעץ וואס ווען זייער געזעץ גייט ווען דוריך וואלט נישט געווען אויף וואס צי גיין אין קארט די גאנצע ישועה יעצט איז אז מען קען זיך טענה'ן צי עס מיינט נאר אדער אויך דאס וואלט מען נישט געקענט טענה'ן ווען א גענצליך לינקע געזעץ גייט ווען דורך

מה בכך » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 4:03 pm

· #463676
*אין ליכט פון פרישע סטעיט-בריוון צו מערערע מוסדות:*

*כלל ישראל שרייט אויס מיט אנטשלאסנקייט און וועט קלארשטעלן פאר די רעגירונג:*

*מיר וועלן נישט איינגיין אויף קיין שום פשרות אינעם חינוך הטהור!*

*"דער חינוך פון אונזערע קינדער געהער בלויז צו אונזערע רבנים און נישט קיין רעגירונג אגענטורן; מיר וועלן גארנישט טוישן פון 20 יאר צוריק"*

די קומענדיגע טעג זענען גאר גורל'דיגע פאר'ן יהדות החרדית אין ניו יארק, נאך וואס די סטעיט רעגירונג האט געשיקט צו א צאל מוסדות אין ניו יארק סיטי א "קוועשטענעיר" מיט ארום 100 פראגעס וואס זיי דארפן ענטפערן, וועלכע זוכט אריינצוקריכן טיף אינעווייניג אינעם הארץ פון די מוסדות הק' מיט'ן ציל צו עפענען די טיר פאר א פולקאמע רעגירונג אריינמישונג אינעם חינוך הטהור פון אונזערע טייערע הייליגע קינדערלעך, היל"ת.


*דער קלארער שטעלונג פונעם יהדות החרדית:* *מ'טוישט גארנישט*

יהדות ניו יארק שטייט יעצט פאר א קריטישע ווענדפונקט, ווען אין די קומענדיגע טעג וועט זיך שליסליך ארויסשטעלן דער מהלך וויאזוי עס וועלן צוגיין די ווייטערדיגע פארהאנדלונגען מיט די רעגירונג, און דאס יהדות החרדית שרייט אויס בקול חוצב להבות אש: מיר מוזן, און וועלן, קלארשטעלן פאר די רעגירונג אז דער חינוך הטהור איז אונזער שווארץ אפל פון אויג, און קיינער וועט דערצו נישט צורירן! אלעס וואס איז גוט געווען ביז היינט וועט אויך זיין גוט פון יעצט און ווייטער. מיר פארמאגן דעם בעסטן חינוך סיסטעם, און עס איז בכלל נישט נויטיג קיין שום אריינמישונג פון די רעגירונג.

דער ערליכער היימישער ציבור אין ניו יארק איז נישט גרייט איינצוגיין אויף קיין שום פשרות. טראץ וואס עס זענען פאראן פרעמדע דרויסנדיגע עלעמענטן וועלכע זוכן דוקא יא - שוין מערערע יארן - צו נעמען א מהלך פון 'זיך פרובירן דורכצוקומען', ווערט כסדר אלס קלארער אז דער איבערוויגנדער רוב מנין ורוב בנין פונעם יהדות ניו יארק און אירע מנהיגים זענען פעלזן פעסט אנטשלאסן קלארצושטעלן פאר די רעגירונג באלד פון די ערשטע מינוט אז מיר זענען נישט גרייט פאר פארהאנדלונגען, מיר ווילן נישט הערן פון קיין פשרות, נאר אלעס זאל בלייבן ביים אלטן און אנגיין אויפ'ן זעלבן אופן ווי ביז היינט.


*א בליק אויפ'ן 'עבר' - דער ציל פונעם "פעלדער געזעץ":*
*קיין שום טויש אין די מוסדות!*

דורכאויס די שמועסן ארום טעמע איז אויפגעברענגט געווארן אויך דער 'עבר', וויאזוי מען האט פרובירט צו ראטעווען דעם חינוך דורכ'ן בארימטן "פעלדער געזעץ" וועלכע איז דורכגעפירט געווארן אינעם ליל שמורים פסח תשע"ח דורך דעם העלדישן ארטאדאקסישן סענאטאר ר' שמחה פעלדער נ"י. יעצט ווען מיר שרייען צו די רעגירונג אז "מיר גייען גארנישט טוישן", איז דא וואס קוקן צוריק און פרעגן צו דאס איז עפעס א טויש פון אמאל, זינט יענער געזעץ האט דאך ערהאלטן עטליכע 'סובדזשעקטס', ואם כן האט דאס אפשר געהאט א זייט-ווירקונג אז ס'האט 'געצייגט' פאר די רעגירונג א גרייטקייט אויף א טויש אין די מוסדות.

אלע עסקנים וועלכע האבן דאס באגלייט – לאנגיעריגע שטילע עסקנים וועלכע האבן יארן עקספערטיז אין געזעץ – ווייזן אבער אן זייער קלאר, אז אדרבא ואדרבא, די ערליכע מוסדות האבן דעמאלס פונקט ווי יעצט קיינמאל ח"ו נישט געגעבן קיין סטעיטמענט אדער ערקלערונג אז "מ'איז גרייט צו 'טוישן' סיי וואס! ס'האט אזא זאך קיינמאל נישט פאסירט ביי די ערליכע עסקנים. דאס וואס אונזערע געזעץ-פארשטייער האבן געוואלט אריינלייגן אינעם "געזעץ", איז געווען קלאר געצילט פאר'ן זעלבן קלארן צוועק אז מ'זאל "גארנישט" משנה זיין אינעם סדר ותוכן הלימודים! און מ'זאל געזעצליך קענען יוצא זיין בלויז נאר מיט די סאבזשעקטס וואס מ'האט שוין ממילא געלערנט אין די פריערדיגע יארן - ווי עס איז איינגעשטעלט געווארן דורך די גדולי ישראל נבג"מ פונעם דור הקודם, ובמיוחד דורך מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, וועלכע האבן אהערגעשטעלט דעם חינוך הטהור דא אין אמעריקע, ועל פיהם ישק כל דבר - אבער מ'וועט נישט צולייגן גארנישט מער.

ווען יענער געזעץ ווערט ווען פולקאם באשטעטיגט לויט'ן ארגינעלן פלאן וואלט דאס געווען די ענדגילטיגע ישועה צו באפרייען אלע מוסדות התורה אין ניו יארק פונעם ערווארטעטן גזירת החינוך, און אפילו די געטוישטע ווערסיע וואלט געקענט גענוצט ווערן צו ראטעווען יהדות ניו יארק פון אירע רודפים - און איז טאקע דעריבער יענע טעג באגריסט געווארן דורכ'ן "גאנצן" יהדות החרדית אין ניו יארק, פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע האט געזען אין דעם געזעץ א געוואלדיגע דערגרייכונג און האט אויסגעדרוקט א ווארימען און הארציגן דאנק פאר'ן העלדישן סענאטאר ר' שמחה נ"י, פאר'ן שטיין פעלזן פעסט על משמר החינוך הטהור.

ליידער זענען אבער דאן געווען געוויסע ליבעראלע עלעמענטן וועלכע האבן אין די סאמע לעצטע מינוט דורכגעפירט עטליכע שינויים וועלכע האבן היפש פארדרייט דעם ארגינעלן ציל פונעם פעלדער געזעץ, און ערמעגליכט אז דאס זאל קענען ווערן אויסגעטייטשט "אויף צוויי וועגן", סיי 'לטב' אז דאס זאל אוועקנעמען די ביז-דעמאלסדיגע געזעצליכע 'עקוויווילענס' פראבלעם, און סיי 'למוטב' אז דאס זאל גארנישט אוועקנעמען פון די ארגינעלע געזעץ אז יעדע מוסד דארף זיין חלילה גלייך צו די פובליק שולעס.

למעשה, טראץ וואס דער געזעץ האט בעצם צוגעשטעלט פאר די סטעיט רעגירונג א וועג אראפ פון בוים, צו בלייבן שטיין ביי די סאבזשעקטס און נישט דורכפירן די שווערע און ביטערע גזירה, אבער לדאבונינו איז געווען הרשעים כים נגרש, און די מוסרים האבן געפינען אן אוזן קשבת ביי די פריערדיגע סטעיט עדיוקעישאן קאמישאנער, פרוי עליע, און זי האט יא באשלאסן צו נעמען דעם שענדליכן וועג און דורכפירן די ארגינעלע שווערע און ביטערע גזירה, וואס באדראעט רבבות תשב"ר איבער די לענג און ברייט פון ניו יארק.

און דא דארף מען אונטערשטרייכן, אז זי האט דאס געטאן טראץ וואס ס'שוין דעמאלס געווען עטליכע יאר וואס אנדערע האבן פרובירט צו זאגן פאר די רעגירונג - כאילו בשם געוויסע מוסדות - אז "מיר פארבעסערן זיך, מיר טוישן שוין די ביכער, און מיר גייען נאך טוישן די שעות וכו'", האט דאס טאקע גארנישט אויפגעטון! נאר אפשר זאגאר געעפנט דעם טיר אז די קאמישאנאר זאל זען אז ס'דא א שאנס מצליח צו זיין מיט די ביטערע גזירה. היל"ת.

אבער ווי געזאגט, דאס אלעס איז בלויז אויסצוקלארן די פאקטן פונעם 'עבר' פאר וועמען דאס איז נוגע. אויף למעשה וואו מען האלט יעצט איז די ארגינעלע גזירה געווארן דורכגעפירט, און 'על של עתה באו' די אלע גדולי ישראל וועלכע חזר'ן איבער אונזער קלארע שטעלונג אז מיר מאכן נישט קיינע שינויים.

*אויך נאכ'ן דורכפירן די ביטערע גזירה:*
*חלילה צו זאגן אז 'מיר גייען זיך טוישן'!*

אצינד ווען מ'שטייט אין א שעת מלחמה, מוז דאס יהדות החרדית פארזעצן ווייטער ארויסצושטעלן א פאראייניגטן פראנט און דערקלערן מיט פאטאס און א קלארע אומצוויידייטליכע שטימע: קיין שום פשרות וועלן נישט ווערן איינגעשטעלט, און די צענדליגער טויזנטער חרדי'שע עלטערן וועלן נישט ערלויבן די רעגירונג אריינצורעדן און איינטיילן דעם חינוך פון אונזערע קינדער!

די גדולי ישראל שטייען זייער פעסט מיט זייער מהלך, אז צו זאגן פאר די רעגירונג "מיר טוישן זיך, מיר גייען זיך טוישן נאכמער" איז א שרעקליכע טעות, און דער פאראייניגטער מהלך וועט זיין בלויז איינס: די מוסדות טוישן גארנישט! מיר האבן קיינמאל נישט מסכים געווען צו טוישן אונזער סטאטוס, און מיר גייען ווייטער גארנישט טוישן. אונזער חינוך איז דאס בעסטע וואס ס'קען זיין, די אומה"ע קענען זיך קומען ביי אונז לערנען... נישט ח"ו פארקערט!

מ'האט שוין געזען פאריאר אז ווען דאס יהדות החרדית האט געוויזן א פעלזן פעסטן פאראייניגטן פראנט און באוויזן צו עררייכן אן אומגלויבליכע 140,000 פעטיציעס קעגן די פריערדיגע ווערסיע פון דעם שענדליכן געזעץ, האט די רעגירונג זיך געבראכן, און אצינד ליגט אויף אונז א פליכט צו ווייזן ווייטער שטארקייט און אומבאויגזאמקייט. ובזכות פון זיך האלטן געטריי צו דרכי אבותינו ורבותינו, און מיט א פאראייניגטן כח הרבים, וועלן מיר זוכה זיין בשם ה' נעשה ונצליח, וכל כלי יוצר עליך לא יוצלח!

א חסיד פון ווילנא » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2020 7:16 pm

· #463683
כלל ישראל שרייט אויס מיט אנטשלאסנקייט, עפ"י קריאת הקודש פון מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א: מיר וועלן נישט איינגיין אויף קיין שום פשרות אינעם חינוך הטהור!

מיר וועלן זיך נישט לאזן ווארפן זאמד אין די אויגן: די ברענענדיגע טעמע פונעם חינוך הטהור פון 'אונזערע אייגענע קינדער' איז אויפ'ן טיש, און מיר וועלן נישט ערלויבן דרויסנדיגע עלעמענטן צו באשליסן דעם עתיד פונעם יהדות החרדית!

(טייל פונעם ארטיקל האבן מיר גענומען פון "חינוך ניו יארק סטעיט", ותשוח"ח להם)

 

די קומענדיגע טעג זענען גאר גורל'דיגע פאר'ן יהדות החרדית אין ניו יארק, נאך וואס די סטעיט רעגירונג האט געשיקט צו א צאל מוסדות אין ניו יארק סיטי א "קוועשטענעיר" מיט ארום 100 פראגעס וואס זיי דארפן ענטפערן, וועלכע זוכט אריינצוקריכן טיף אינעווייניג אינעם הארץ פון די מוסדות הק' מיט'ן ציל צו עפענען די טיר פאר א פולקאמע רעגירונג אריינמישונג אינעם חינוך הטהור פון אונזערע טייערע הייליגע קינדערלעך, היל"ת.
 

דער קלארער שטעלונג פונעם יהדות החרדית: מ'טוישט גארנישט

 
יהדות ניו יארק שטייט יעצט פאר א קריטישע ווענדפונקט, ווען אין די קומענדיגע טעג וועט זיך שליסליך ארויסשטעלן דער מהלך וויאזוי עס וועלן צוגיין די ווייטערדיגע פארהאנדלונגען מיט די רעגירונג, און דאס יהדות החרדית שרייט אויס בקול חוצב להבות אש: מיר מוזן, און וועלן, קלארשטעלן פאר די רעגירונג אז דער חינוך הטהור איז אונזער שווארץ אפל פון אויג, און קיינער וועט דערצו נישט צורירן! אלעס וואס איז גוט געווען ביז היינט וועט אויך זיין גוט פון יעצט און ווייטער. מיר פארמאגן דעם בעסטן חינוך סיסטעם, און עס איז בכלל נישט נויטיג קיין שום אריינמישונג פון די רעגירונג.
 
דער ערליכער היימישער ציבור אין ניו יארק איז נישט גרייט איינצוגיין אויף קיין שום פשרות. ובפרט תלמידי וחסידי מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, טראץ וואס עס זענען פאראן פרעמדע דרויסנדיגע עלעמענטן וועלכע זוכן דוקא יא צו נעמען א מהלך פון 'זיך פרובירן דורכצוקומען', ווערט כסדר אלס קלארער אז דער איבערוויגנדער רוב מנין ורוב בנין פונעם יהדות ניו יארק און אירע מנהיגים, ובראשם דער שר צבא ה' כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, זענען פעלזן פעסט אנטשלאסן קלארצושטעלן פאר די רעגירונג באלד פון די ערשטע מינוט אז מיר זענען נישט גרייט פאר פארהאנדלונגען, מיר ווילן נישט הערן פון קיין פשרות, נאר אלעס זאל בלייבן ביים אלטן און אנגיין אויפ'ן זעלבן אופן ווי ביז היינט.

 

נישט פארדרייען דעם שמועס פונעם עיקר: וואס איז אונזער מעסעדזש צו די רעגירונג?! זענען מיר גרייט פאר פשרות חס ושלום?!

 
אין א פרואוו צו ווארפן זאמד אין די אויגן און פארדרייען דעם שמועס אבי נישט צו רעדן פונעם עיקר און פונעם יעצטיגן מציאות, זענען אויפגעברענגט געווארן פראגעס איבער דעם בארימטן "פעלדער געזעץ" וועלכע איז דורכגעפירט געווארן אינעם ליל שמורים פסח תשע"ח דורך דעם העלדישן ארטאדאקסישן סענאטאר ר' שמחה פעלדער נ"י, ביוזמתו ועידודו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און עס איז געפרעגט געווארן אז יענער געזעץ האט יא געוויזן גרייטקייט פאר די רעגירונג צו לערנען פיר סאבזשעקטס פון סעקולערע לימודים, וואס צייגט פאר די רעגירונג גרייטקייט נאכצוקומען זייערע פארלאנגען. מ'איז געגאנגען אזוי ווייט צו א פרעכע באשולדיגונג אז יענער געזעץ האט גאר געברענגט די גזירה!
 
אלע עסקנים וועלכע האבן דאס באגלייט – לאנגיעריגע שטילע עסקנים וועלכע האבן יארן עקספערטיז אין געזעץ – ווייזן אבער אן זייער קלאר, אז אדרבא ואדרבא, די ערליכע מוסדות האבן דעמאלס פונקט ווי יעצט קיינמאל ח"ו נישט געגעבן קיין סטעיטמענט אדער ערקלערונג אז "מ'איז גרייט צו 'טוישן' סיי וואס! ס'האט אזא זאך קיינמאל נישט פאסירט ביי די ערליכע עסקנים. דאס וואס אונזערע געזעץ-פארשטייער האבן געוואלט אריינלייגן אינעם "געזעץ" איז געווען קלאר געצילט פאר'ן זעלבן קלארן צוועק אז מ'זאל "גארנישט" משנה זיין אינעם סדר ותוכן הלימודים! און מ'זאל געזעצליך קענען יוצא זיין בלויז נאר מיט די סאבזשעקטס וואס מ'האט שוין ממילא געלערנט אין די פריערדיגע יארן - ווי עס איז איינגעשטעלט געווארן דורך די גדולי ישראל נבג"מ פונעם דור הקודם, ובמיוחד דורך מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, וועלכע האבן אהערגעשטעלט דעם חינוך הטהור דא אין אמעריקע, ועל פיהם ישק כל דבר - אבער מ'וועט נישט צולייגן גארנישט מער.
 
און ווען יענער געזעץ ווערט ווען פולקאם באשטעטיגט לויט'ן ארגינעלן פלאן וואלט דאס געווען די ענדגילטיגע ישועה צו באפרייען אלע מוסדות התורה אין ניו יארק פונעם ערווארטעטן גזירת החינוך, און אפילו די געטוישטע ווערסיע וואלט געקענט גענוצט ווערן צו ראטעווען יהדות ניו יארק פון די צרות אין חינוך וועלכע זענען דאן שוין אנגעגאנגען פאר עטליכע יאר, זינט דער מסור הידוע לשמצה האט אריינגעגעבן זיין קלאגע אין יולי 2015 למספרם, לאנג איידער דעם פעלדער געזעץ - א ביטערע מסירה וועלכע האט געהאט נאכגעפאלגט מיט אן אומגינסטיגע אנטווארט פון געוויסע א.ג. מוסדות-פארטרעטער אז "מ'איז גרייט צו טוישן אונזער גאנצע קאריקילום". און א יאר דערויף 2016 האט מען שוין - ליידער - געמאלדן אז "מ'האט שוין טיף אינמיטן טוישן", א מהלך וואס גייט אן ביז'ן היינטיגן טאג אבער ברענגט ליידער די פארקערטע רעזולטאטן, ווי יעדער ערליכער איד פארשטייט.

ווידער דער 'פעלדער-געזעץ' האט געהאט א ציל צו קענען ענדגילטיג ארויסקריכן פון די גאנצע סומעטוכע אן צו דארפן טוישן גארנישט אין די מוסדות (זעט שפעטער וואס ס'האט פאסירט דערמיט), און דער געזעץ איז טאקע דעריבער יענע טעג באגריסט געווארן דורכ'ן "גאנצן" יהדות החרדית אין ניו יארק, פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע האט געזען אין דעם געזעץ א געוואלדיגע דערגרייכונג און האט אויסגעדרוקט א ווארימען און הארציגן דאנק פאר'ן העלדישן סענאטאר ר' שמחה נ"י, פאר'ן שטיין פעלזן פעסט על משמר החינוך הטהור.
 

[https://ci5][https://ci6]

שוין אפגערעדט וואס די "פערלס" ארגאניזאציע האט בשעתו געוואלט נעמען קרעדיט פאר זיך, אז די 4 סובדזשעקטס פונעם געזעץ זענען - כאילו - געווען געבויעט אויף זייער "שינויים קאריקילום", און דערביי האבן זיי געשיקט א מעלדונג צו די מוסדות אז מ'דארף גיין ווייטער און מאכן פארשריט אין די פון-פריער באשטימטע מהלך צו "טוישן" די לימודי חול.

[https://ci3]


נאר יעצט ווען מ'זוכט מיט אלע כוחות צו פארדרייען דעם שמועס ברענגט מען אויף פראגעס פארדרייענדיג די מציאות'ן פון 'דעמאלס', כדי מ'זאל רעדן פון אלעס אין דער וועלט פונעם עבר, אבי נישט פון די יעצטיגע ברענענדיגע שאלה צי מ'גייט יעצט חלילה מאכן פשרות. 

און וואס איז געשען מיט'ן 'פעלדער געזעץ'? ליידער זענען דאן – אין תשע"ח - געווען געוויסע ליבעראלע עלעמענטן וועלכע האבן אין די סאמע לעצטע מינוט דורכגעפירט עטליכע שינויים וועלכע האבן היפש פארדרייט דעם ארגינעלן ציל פונעם געזעץ, און ערמעגליכט אז דאס זאל קענען ווערן אויסגעטייטשט "אויף צוויי וועגן", סיי 'לטב' אז דאס זאל אוועקנעמען די ביז-דעמאלסדיגע געזעצליכע 'עקוויווילענס' פראבלעם, און סיי 'למוטב' אז דאס זאל גארנישט אוועקנעמען פון די ארגינעלע געזעץ אז יעדע מוסד דארף זיין חלילה גלייך צו די פובליק שולעס.
 
למעשה, טראץ וואס דער געזעץ האט בעצם צוגעשטעלט פאר די סטעיט רעגירונג א וועג אראפ פון בוים, צו בלייבן שטיין ביי די סאבזשעקטס און נישט דורכפירן די שווערע און ביטערע גזירה, אבער לדאבונינו איז געווען הרשעים כים נגרש, און די מוסרים האבן געפינען אן אוזן קשבת ביי די פריערדיגע סטעיט עדיוקעישאן קאמישאנער, פרוי עליע, און זי האט יא באשלאסן צו נעמען דעם שענדליכן וועג און דורכפירן די ארגינעלע שווערע און ביטערע גזירה, וואס באדראעט רבבות תשב"ר איבער די לענג און ברייט פון ניו יארק.

און דא דארף מען אונטערשטרייכן, אז זי האט דאס געטאן טראץ וואס ס'שוין דעמאלס געווען עטליכע יאר וואס אנדערע האבן פרובירט צו זאגן פאר די רעגירונג - כאילו בשם געוויסע מוסדות - אז "מיר פארבעסערן זיך, מיר טוישן שוין די ביכער, און מיר גייען נאך טוישן די שעות וכו'", האט דאס טאקע גארנישט אויפגעטון! נאר אפשר זאגאר געעפנט דעם טיר אז די קאמישאנאר זאל זען אז ס'דא א שאנס מצליח צו זיין מיט די ביטערע גזירה. היל"ת.
 
עס איז יעדנס האפענונג אז בעתיד - אויב וועט מען קעמפן אן קיין פשרות - וועט נאך דער מסירת נפש פון ר' שמחה נ"י זיין דער שליסל וויאזוי די רעגירונג זאל קענען 'אראפגיין פון בוים', ווען דער נייער קאמישאנער, אדער דער געריכט, וועט אויסטייטשן דעם פעלדער-געזעץ אויפ'ן ארגינעלן גוטן וועג, און דערמיט ברענגען א זיג פאר'ן יהדות החרדית מ'זאל טאקע קענען אנגיין 'לעגאל' און נישט דארפן מאכן קיין שום שינוי כל דהו פון ביז היינט!

אבער ווי געזאגט, דאס אלעס איז בלויז אויסצוקלארן די פאקטן פונעם 'עבר' פאר וועמען דאס איז נוגע, אדער וועמען ס'וועט נוגע זיין בעתיד.

אויף למעשה וואו מען האלט יעצט איז די ארגינעל-געפלאנטע גזירה געווארן דורכגעפירט דורכ'ן געוועזענעם קאמישאנער, און 'על של עתה באו' די אלע גדולי ישראל וועלכע חזר'ן איבער אונזער קלארע שטעלונג קלארצומאכן פאר די רעגירונג אז מיר מאכן נישט 'קיינע שינויים'.
 
 

דעם רבין'ס רוף: אונזער מעסעדזש צו די רעגירונג דארף זיין שטארק, אן קיין הסכמה צו פשרות!

 
אצינד ווען מ'שטייט אין א שעת מלחמה, מוז דאס יהדות החרדית פארזעצן ווייטער ארויסצושטעלן א פאראייניגטן פראנט און דערקלערן מיט פאטאס און א קלארע אומצוויידייטליכע שטימע: קיין שום פשרות וועלן נישט ווערן איינגעשטעלט, און די צענדליגער טויזנטער חרדי'שע עלטערן וועלן נישט ערלויבן די רעגירונג אריינצורעדן און איינטיילן דעם חינוך פון אונזערע קינדער!

און אט דאס האט רבינו שליט"א שוין אויסגערופן ברבים עטליכע מאל, שיקנדיג זייער קלארע מעדזשעס צו די אינסטאנצן אז "אונזער שטעלונג פאר אונזערע קינדער" איז פעלזן פעסט: אונזער חינוך איז דער בעסטער חינוך וואס איז פארהאן, מיר דארפן נישט אייער הילף! מיר וועלן גיין ווייטער ווי ביז היינט.
 
מ'האט שוין געזען פאריאר אז ווען דאס יהדות החרדית האט געוויזן א פעלזן פעסטן פאראייניגטן פראנט און באוויזן צו עררייכן אן אומגלויבליכע 140,000 פעטיציעס קעגן די פריערדיגע ווערסיע פון דעם שענדליכן געזעץ, האט די רעגירונג זיך געבראכן, און אצינד ליגט אויף אונז א פליכט צו ווייזן ווייטער שטארקייט און אומבאויגזאמקייט. ובזכות פון זיך האלטן געטריי צו דרכי אבותינו ורבותינו, און מיט א פאראייניגטן כח הרבים, וועלן מיר זוכה זיין בשם ה' נעשה ונצליח, וכל כלי יוצר עליך לא יוצלח

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

אוהב ספרים » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2020 7:53 pm

· #463688
זייער פשוט

הגרמ"מ האט געזאגט בשם זיין טאטע אז מען זאל בכלל נישט ענפערן, איך מיט די גאווערמענט איז בכלל נישט קיין צד, און דאס דארף מען זיי קלאר מאכען
אויף דעם איז געווען דער אויסברוך פון הגרז"ל, אז די פעלדער געזעץ האט איבערגעגעבען די מוסדות אין די הענט פון די גאווערמענט [און יעצט קענסטו נישט קומען זאגען אז איך האב מיט דיר גארנישט]

א חסיד פון ווילנא » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2020 8:27 pm

· #463696
לו יהא לשיטתו, פארוואס קען איך נישט זאגן, עס איז געווען א געזעץ אריינגעברענגט דורך פעלדער, מוז זיין אז איך האב מסכים געווען
והא ראי' 2 יאר שפעטער זאגט איינער אז ער האט נישט מסכים געווען (נישט דא ווער ס'זאל לאכן).

אישתישבי » זונטאג דעצעמבער 6, 2020 11:37 am

· #463716
איינער קען שפעקולירן דא?

וואס גייט געשעהן נעקסט?

מען ענטפערט פאר די מלכות הרשעה אז אונז טוישן מיר גארנישט! מיר שטייען פעסט!!

וואס טוהען זיי?

א. עס כאפט זיי אהן א ציטער און א שרעק, א שטראך לויפט אדורך זייערע גויאישע חזיר ביינער, און זיי זאגן נישט קיין ווארט לעלם ולעלמי.

ב. זיי זאגן, אה, ענקער חינוך איז גוט?!, זייער פיין. גיבט אונז ענקער סדר היום, מיר טאקע ווילען עס אויך וויסן, און אפשר נאכמאכן ווי ענק פאדערן!!
און דעמאלס איז דא ווידער אן אסיפה גדולים מחליט צו זיין וואס מען ענטפערט, און יעצט זענען די רבנים מחליט א קלוגע זאך, מען ענטפערט פארקערט, אונזער חינוך איז נישט פאר ענק, און דאס וואס ענק זאגן אז מען וויל נאכמאכן, שקר הוא בידכם.

ג. זיי זאגען גארנישט, נאר פירען אדורך נייע געזעצען און דער פאן הייבט זיך אהן.

אישתישבי » זונטאג דעצעמבער 6, 2020 11:39 am

· #463717
אוהב ספרים
זייער פשוט

הגרמ"מ האט געזאגט בשם זיין טאטע אז מען זאל בכלל נישט ענפערן, איך מיט די גאווערמענט איז בכלל נישט קיין צד, און דאס דארף מען זיי קלאר מאכען
אויף דעם איז געווען דער אויסברוך פון הגרז"ל, אז די פעלדער געזעץ האט איבערגעגעבען די מוסדות אין די הענט פון די גאווערמענט [און יעצט קענסטו נישט קומען זאגען אז איך האב מיט דיר גארנישט]


טאקע פשוט, כאילו מען אמאהל זאגן איך האב מיט דיר גארנישט.

גאנץ אמעריקא איז שטרענג עדיוקעישן, פלענטי מענטשן וואלטן נישט געשיקט אין סקול, אדער שיקען נישט, און מען צווינגט צו שיקען.

אישתישבי » זונטאג דעצעמבער 6, 2020 11:43 am

· #463718
[ציטאט אראפגענומען]


איך האב נייעס, מען קען היינט מבטל זיין דער געזעץ, מען מאכט א בקשה צו דער לעגיסלאטור אז די אידן זענען נישט צופרידן מיט דער געזעץ, און זיי וואוטען קעגען דעם אין א אויגענבליק.

די טפשות פין אונזערע מנהיגים איז אין לשער.

סאנטיאגא » זונטאג דעצעמבער 6, 2020 5:37 pm

· #463725
מה בכך

זענען זיי געגאנגען אליינס און געטוישט די געזעץ וואס איז געווען ביז דאן פאר הונדערטער יארן וואס איז מער ווייניגער געווען א אומקלארע געזעץ וואס מיט דעם האט מען געקענט שטיפן פאר עטליכע יאר און מצליח געווען און זיי האבן דורכגעפירט א געזעץ, גערופן די פעלדער אמענדמענט, אריינגעלייגט דערין אז מען גייט לערנען פיר סובדשעקטס און צולייגן מער שעה ענגליש און דאס האט מען גאר אויסגערופן ברבים אז דאס איז א ''הצלת החינוך'' ווען אין פאקט איז דאס ליידער דער דירעקטער גורם צו די איצטיגע פראבלעמען,

הייסט עס די גאנצע ווייטאג איז אז מ'האט זיך גענומען צו א פארנאכטלעסיגע געזעץ וואס האט געזאלט בלייבן פארוואסערט עד שיבא אליהו? די פלאן איז געווען אויפציציען אומשטודירטע דורות מיט די מינימאלסטע לימודים שייך און ליידער ליידער האט מען אונז געפאקט? נישט דא ווער ס'זאל לאכן... (אדער וויינען)

און ברענגטס מיר זיי מוחל יעצט איין חסידישע ת''ת וואס קען זיך פארמעסטן מיט עני פובליק סקול איבער arts, economics, computer ,science, history, geography, health education אדער social studies איינס ביטע.
ס'איז גארנישט אזוי אומקלאר, די געזעץ לויטעט אז יעדע פריוואטע שולע דארף זיין "היבש אייניג" צו די פובליק שולע קאריקילום הגם ס'הערט זיך אביסל vague אבער אונז אלע ווייסן אז מיר זענען ניטאמאל נאנט צו קיין שום זין פון equivalency... אזעלכע נאנסענס פארקויפט מען פארן היימישן עולם ס'איז א הימל געשריי

פאר א סיבה האלט זיך אהרן נישט ביים צושטעלן! ווייל ער ווייסט זייער גוט ווי ענליך ס'איז...

סאנטיאגא » זונטאג דעצעמבער 6, 2020 6:25 pm

· #463727
מפיל קינד
אויף די מינוט קוק איך עס אן אזוי:
מהרז"ל האט געענטפערט זייער נאריש און קינדיש איבער די פעלדער געזעץ. ס'איז מעגליך אז ער איז גערעכט, אבער אויף די פראגע פון ר' מענדל האט ער נישט געענטפערט, און מ'רעדט נישט אזוי שארף צו א רב ברבים אויף אן אלטע מעשה וואס האט פאסירט 2 יאר צוריק.

איך זעה נישט די קינדישקייט שבו, ער האט סאך הכל ארויסגעהויבן וואסערע היפאקריט זיין עלטערן ברודער איז, ופשוט הוא.

מ'קען מיינען ווי איידל און קלאסיש אהרן פירט זיך אויף ביי מיטונגען איבער פאליטישע שטותים וואס קומט פאר אין ארץ ישראל וואס איז נישט קיין איין אמעריקאנע רבי'ס ביזנעס... אבער ווען ז''ל לאזט הערן א מיינונג איז ער פלוצלינג קינדיש איך הער...

סאנטיאגא » זונטאג דעצעמבער 6, 2020 6:45 pm

· #463728
מה בכך

הרב ווידער האט אויפגעברענגט ווי שיין ער האט מצליח געווען, זייענדיג א לעגיסלאטור, פון א ישיבה חינוך;

א מין פערדישע סברה דאס.. יא אנקומען אין פאליטיק פראווט טאקע ווי sufficient אונזער חינוך הטהור איז אוודאי. מורא'דיג! האט מען אפשר אויך אריינגעווארפן אז שלום לעמער קומט פון א היימישע מוסד? (אה כ'האב פארגעסן ער זינגט געמישט ס'איז נישט אין פלאץ צו זאגן פארנט פון רבי'ן...) ווייל פערלס האט אפיציעל גענומען קרעדיט דערפאר אויף טוויטער בשעתו.

האט מען אויך אויפגעשפילט דעם דאזיגן קליפ? ווייל דאס שלאגט דאך אפ יעדע טענה אינעם בוך. ס'איז קלאר אז מיר זענען נישט קיין הומלעסס אזוי ווי יאפעד און אלע שונאי ישראל דערקלערן נאכאנאנד...
<a class="postlink" href="https://youtu.be/DH2U4CS7zPE">https://youtu.be/DH2U4CS7zPE</a>

פארווע חסיד » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 10:55 am

· #463745
סאנטיאגא
מה בכך

זענען זיי געגאנגען אליינס און געטוישט די געזעץ וואס איז געווען ביז דאן פאר הונדערטער יארן וואס איז מער ווייניגער געווען א אומקלארע געזעץ וואס מיט דעם האט מען געקענט שטיפן פאר עטליכע יאר און מצליח געווען און זיי האבן דורכגעפירט א געזעץ, גערופן די פעלדער אמענדמענט, אריינגעלייגט דערין אז מען גייט לערנען פיר סובדשעקטס און צולייגן מער שעה ענגליש און דאס האט מען גאר אויסגערופן ברבים אז דאס איז א ''הצלת החינוך'' ווען אין פאקט איז דאס ליידער דער דירעקטער גורם צו די איצטיגע פראבלעמען,

הייסט עס די גאנצע ווייטאג איז אז מ'האט זיך גענומען צו א פארנאכטלעסיגע געזעץ וואס האט געזאלט בלייבן פארוואסערט עד שיבא אליהו? די פלאן איז געווען אויפציציען אומשטודירטע דורות מיט די מינימאלסטע לימודים שייך און ליידער ליידער האט מען אונז געפאקט? נישט דא ווער ס'זאל לאכן... (אדער וויינען)

און ברענגטס מיר זיי מוחל יעצט איין חסידישע ת''ת וואס קען זיך פארמעסטן מיט עני פובליק סקול איבער arts, economics, computer ,science, history, geography, health education אדער social studies איינס ביטע.
ס'איז גארנישט אזוי אומקלאר, די געזעץ לויטעט אז יעדע פריוואטע שולע דארף זיין "היבש אייניג" צו די פובליק שולע קאריקילום הגם ס'הערט זיך אביסל vague אבער אונז אלע ווייסן אז מיר זענען ניטאמאל נאנט צו קיין שום זין פון equivalency... אזעלכע נאנסענס פארקויפט מען פארן היימישן עולם ס'איז א הימל געשריי

פאר א סיבה האלט זיך אהרן נישט ביים צושטעלן! ווייל ער ווייסט זייער גוט ווי ענליך ס'איז...

אלעס שטייט שוין אין דברי יואל.

סאנטיאגא » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 8:18 pm

· #463807
איך ווייס נישט אין וועלכע תקופה דו לעבסט, ביי מיר איז 2020 און וואס מ'לערנט כרגע איז נישט גוט געווען ביז היינט, און אפגערעדט אז ס'איז נישט גוט יעצט.
אבער אז דו קריכסט שוין יא צוריק פארוואס שטעלסט דיך אפ ביי ר' יואל? כאטש גיי נאך א 100 יאר צו ר' מאיר לעהמאן ז"ל, אן ארטאדאקסישער רב, א ערליכע איד, וואס איז געגאנגען אין קאלעדזש ווי ער האט געלערנט טעאלאגיע און סעקולערע לימודים, געווען צו גאט און צו לייט. א בארימטער נאוואליסט וואס יעדער דא האט שוין געליינט זיינע ביכער וואס מנחם מנדל האט איבערגעשריבן. און ער האט נאך געקעמפט קעגן השכלה אויך. דאס איז מיין מסורה, האסטו געהערט א מעשה.

yn.NY » מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 12:56 pm

· #464087
אין שאטן פונעם אסיפה: א פרישע קאמפיין איז אין שוואנג זיך נישט צו רירן קיין זיז כלשהו פון מסורה

📎 unnamed (23).jpg

מה בכך » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 2:24 pm

· #464281
ברעיקינג! כלל ישראל פאראייניגט זיך אינטער נייער אימפארטייאישער כלל ישראל ארגענעזאציע 'R-PEC' להצלת חינוך המסורה לנו מדור דור! א שטאב פון די בעסטע אדוואקאטן איז אויפגענימען געווארן, און יעדע דעטאל ווערט געפירט דורך רבותינו מאורי הגולה שליט"א! פרטים יבואו.




חיים שלום לעפקאוויטש - פרעזידענט
נפתלי משה אינדיג - וויצע פרעזידענט
יענקעלע כהן - פראפעגאנדע דעפארטמענט

וליהודים היתה אורה ושמחה!

לחיים

מה בכך » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 2:24 pm

· #464282
מה בכך
ברעיקינג! כלל ישראל פאראייניגט זיך אינטער נייער אימפארטייאישער כלל ישראל ארגענעזאציע 'R-PEC' להצלת חינוך המסורה לנו מדור דור! א שטאב פון די בעסטע אדוואקאטן איז אויפגענימען געווארן, און יעדע דעטאל ווערט געפירט דורך רבותינו מאורי הגולה שליט"א....! פרטים יבואו.




חיים שלום לעפקאוויטש - פרעזידענט
נפתלי משה אינדיג - וויצע פרעזידענט
יענקעלע כהן - פראפעגאנדע דעפארטמענט...

וליהודים היתה אורה ושמחה!

לחיים

moneyminded » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 5:39 pm

· #464292
.

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

תרמב » פרייטאג דעצעמבער 18, 2020 12:33 am

· #464303
די גרעסטע פראבלעם וואס דו האסט געטראפן.....

סאנטיאגא » דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 8:43 pm

· #465892
<a class="postlink" href="https://u.pcloud.link/publink/show?code=kZBtMmXZ8BDzJx4GIQjPhW3EOf6S00IToRaX">https://u.pcloud.link/publink/show?code ... 6S00IToRaX</a>
אינטערסאנט איבערצוהערן די דרשה וואס מהר"א האט געגעבן יענעם חוה"מ מיט א 3 יאר צוריק.

ס'קומט צו וויינען אז א פירער פון די גרעסטע געמיינדע אין יהדות החרדית זאל קענען צאמרעדן אזעלכע נאנסענס, אין זיין קליינע ברוינפן גלעזל מח איז דער דראגי פון בראנקס אקוראט אויף דער זעלבער דרגא ווי דער קאלעדזש גראדואירטע אילאן מאסק, צו אלבערט איינשטיין, אדער אפילו א לויער וואס מאכט איבער 100 אלפים א יאר, אין קאנטראסט צום דורכשניטליכן חסידישן אינגערמאן אויף פודסטעמפס מעדיקעיד און די אכטער, א שטאל מיט עלף קינדער וואס די ווייב ארבעט אוודאי נישט, ניטאמאל א דרייווערס לייסענס מעג זי האבן, און לעבן אפ אזוי "פעי טשעק צו פעי טשעק" בעסער געזאגט פון איין SNAP balance refill ביזן קומענדיגן. פארדינען פארדינט ער 650 אויף די ביכער און ער גייט נאך לכאורה בלוטיגן א שיינע פאר מאל אין זיינע פערציגערס און פופציגערס, צום זמן שמחתינו פון חתונה מאכן זיינע בנים ובנות, געוואנדן אין ווי סוקסעספול די גוטהארציגע עסקנים און די חסד פאנד לינקס וועלן זיין... די פארשטיקענע בייעס איז אזוי גרויס באשעפער אין הימל! ר'איד מ'קען נישט היינט שטיין און רעדן שטותים והבלים און איגנארירן פאקטן, ס'איז דיר אמאל איינגעפאלן אוועקצושענקן 5 מינוט און געבן א נישטער אויף גוגל די ראטע פון פאברעכערס וואס זענען קאלעדזש גראדואירטע, פאר דו האסט דו האסט דיך ארויפגעשטעלט רעדן דברות קודש פאר א אנגעשטאפטע ביהמ"ד פון דיינע שלומי אמוני ישראל? איך האב. און די שטודיעס פרעגן אפ דיינע ווערטער מיניה וביה. די ציפערן ווייזן אז די סך הכל גראודאירטע פארברעכערס זענען גאנצע 4 פראצענט פון די פריזן פאפולעישן אין די פאראייניגטע שטאטן! סתם צו האבן א מושג, די לעצטע מאל די ראטע האט געהאלטן ביי די סכום פאר די ציווילע סאסייעטי איז געווען ענדע צווייטע וועלט קריג אין 1940. אין אנדערע ווערטער 95 פראצענט אינמעיטס האבן נישט קיין קאלידזש דעגרי!! רעבעניו דו כאפסט וואספארא נומבער דאס איז? דו כאפסט וואספארא אויפגעבלאזענע גוזמא דאס איז? צו באטראכטן יעדער ארעסטאנט און דראג דילער, ווי גלייך עדזושקעישן האט אים גארנישט געברענגט און מיט דעם אלעם איז ער אנגעקומען ווי ער איז אנגעקומען? דאס איז חוץ די generalization אז יעדער גוי איז א שמוציגע בוגי מען וואס שטאמט פון די עשו שונא ליעקב בולשיט... אבער אזא exaggeration צו זאגן ברבים מיי גאד... דאס איז נישט עפעס א ווארטזאגערל נאר דאס איז א מנהיג בישראל! פון אן עדה וואס שאקלט די חסידישע וועלט!

און נישט נאר דאס נאר ריסורטש צייגט אז ס'איז טאפלט שכיח פאר עמיצער וואס איז אונטער גראטעס נישט צו האבן מער ווי הויעך שולע דיפלאומע און פיל מאל דאס אויך נישט. נאדיר נאך א שטודיע דאס איז פון <a class="postlink" href="https://www.prisonerresource.com/inmate-education-levels/">https://www.prisonerresource.com/inmate ... on-levels/</a> זיי ברענגען א סטאטיסטיק פון '03 וואס געט אן אז 75% of state inmates failed to complete high school versus 47% who earned GED
59% of federal inmates failed to complete high school versus 55% who earned GED
69% of local jail inmates failed to complete high school versus 32% who earned GED
יעצט דעס איז נאר די GED ווי די נומערן זענען היבש שלעכט אבער א graduate א פאברעכער? מאן דכר שמיה. זעלטן!

ווארט א רגע כ'בין נאכנישט פיניש, אין תפיסה קען מען אפטמאל כאטש לערנען פאר די GED אז ווען מ'גייט ארויס זאל מען קענען האבן א נארמאלע דזשאב סא דו ווילסט מיר זאגן אז אונזערע מוסדות זענען ערגער ווי די סטעיט פריזן סיסטעם??! און דאס איז נאך justified ווייל אונז זעמיר נישט קיין פארברעכער? דאס איז דיין תירוץ???

און וואס איז מיט white collar crimes? דארט זענען חסידים אויך אינגאנצן ריין? אפשר אז מ'וועט אנהייבן לערנען מיטן עולם סייענס און כעמיע און פסיכילאגיע וועסטו מעגליך באקומען א גאר אנדערע בליק אויף די מיאוסע ווארט "דראגס" און ס'וועט אפשר נישט אייביג גיין געבינדן מיט 'עדיקס' (addicts)
יא יא גענוג עשירים האמיר יאפ דאס איז א מורא'דיגע גילטיגע טענה איך מוז דיר עס געבן מיר איז עס נאכנישט איינגעפאלן, אבער וואס טוט זיך מיט באראבעווען א דור פון כשר'ע אויסגעהאלטענע ידיעות, היסטאריע, מעקענעיקס, ליטעראטור, עסעי שרייבן, פאעזיע, טאלאנט? אויסברייטערן דעם תורה עם דרך ארץ אויף ווי ווייט מעגליך צו זיין אן אינטעליגענטע מעורב בן הבריות? אויף דעם האב איך נאכנישט געהערט קיין לאגישן תירוץ.

אבער וואס ווייס איך? רבנים פארשטייען בעסער און קלארער זאכן און אז מ'פארלאזט זיך בלינד מיט אמונת צדיקים קומט מען אן

תרמב » דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 11:19 pm

· #465896
דו פארלאנגסט שוין צופיל, א רבי זאל ארויפגיין אויף גוגל, זיינע פאקטן זאלן שטימען, וואס נאך ווילסטו?

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 11:38 pm

· #465897
איך וועל ווארטן צו זען ווי די אלע וואס באדערט אלס ווען מ׳ ברענגט ארויף סאטמאר, וועלן יעצט פארשרייען דעם שרייבער פאר ארויף ברענגען עפעס פון 3 יאר צוריק

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
בלאט: 1 2