כוכב » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 10:04 am
· #463166Wow
כוכבWow
קורקלענדאזויווי העניך פילט אז זיין תפקיד איז פאָרצוהאַלטן אונזערע מנהיגים און אטאריטעטן אויף זייער פארנאכלעסיגקייט. פילט קורקלענד אז זיין תפקיד איז צו קריטיקירן משוגענע רעגירונג'ס פאליסיס וואס זענען געטריבן פון פאליטיק און נישט פון געזונט.
געפילטע פישכוכבWow

איך האב נישט מיטגעהאלטן דעם גאנצן שערוריה דא, אבער לאמיר שוין זאגן אז קורקלאנד האט אפשר פארגעהאלטן אונזערע ראש ולענה מנהיגים, אבער דא האב איך געליינט א גרויסן קושיא אויף יעדן רעליגיעזען ייד וואס דינט קלאמפיש דעם אויבערשטן און זיין תורה, וואס געט נישט קיין שריפט איבער אינפעקטירן מענטשן און גורם זיין מיתה בעולם!
איך עקל זיך צו רופן חסידיש היינטיגע צייטן, אדער אפילו אורטודוקסיש\היימיש.
געפילטע פיש
איך עקל זיך צו רופן חסידיש היינטיגע צייטן, אדער אפילו אורטודוקסיש\היימיש.
טראצדעם בין איך נישט באקאנט מיט נאך א גאנצער געזעלשאפט פון הונדערטער טויזנטער נפשות וואס האבן נישט געטוישט זייער לעבנסשטייגער קיין כי היא
שמערלאידן אין גויים פירן זיך נישט אויס צוגלייך, רובא דרובא גויים גייען מיט מאסקעס אפילו אויפן גאס, בעת וואס חרידישע אידן אין ברוקלין און אין ירושלים און גייען געהעריג אן מיטן סדר החיים גענוי ווי בעפארן ווירוס, עס איז נישטא קיין שום אומה ולשון אויפן גאנצן כדור הארץ וואס פירט זיך אזוי אויף.
אויף א עראפלאן זיצט יעדער מיט א מאסק, און די לופט ווערט געפילטערט די בעסטע וואס איז שייך, בעת וואס א רעסטאראנט איז א פלאץ ווי מענטשן עסן און פארברענגען אן מאסקעס, און די וויכטיגקייט פון האלטן אפען א רעסטאראנט איז נישט נאנט צו א עראפלאן.
ווען א מענטש איז א הפקר אינג און זאגט הויעך אי אפשי, כ'האלט זיך נישט ביים צושטעלן צו א סאושל נארם און קעירן אויף אנדערע, עס גייט מיר נישט אן אז אלטע און קראנקע פייגערען, דער עיקר איז אז מיין לעבן גייט ווייטער אן, קען איך עס כאטש הערן. אבער זאג עס כאטש, מאך דיך נישט ווי עס איז באזירט אויף לאגיק ווען דו דרייסט סתם א קאשע.