☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שרעקליכע קארופציע אין בעלגיע

שרעקליכע קארופציע אין בעלגיע

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1435

חכם מחוכם » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 12:23 am

· #33250
שרעקליכע קארופציע אין בעלגיע
מס. מישעל מארטין וואס איז יעצט 52 יאהר האט באקומען 30 יאהר טורמע אין יאהר 2004 פארן נישט באפרייען מיידלעך וואס איהר דעמאלטסדיגן מאן מארק דאטעראקס האט געהאלטן פארכאפט אין זייער בעיסמענט ווי זיי האבן געוואוינט.

דאטעראקס איהר דעמאלטסדיגן מאן, היינט 55 יאהר, האט באקומען א לייף טערמין פארן קידנעפן אין יאהר 1995 און 1996 זעקס מיידלעך און דערנאך הארגענען פיר פון זיי.

אין די יארן וואס ער פלעגט טוהן זיינע מעשים משחיתים, האט מען אים אויך איינמאל ארעסטירט פאר גניבה קלאגעס, (זעהט אויס ער האט זיך נישט באגעניגט מיט די קידנעפינג), האט ער געהאט פארכאפט ביי זיך 3 אכט יעריגע מיידלעך ביי אים אין בעיסמענט, זיין עזר כנגדו האט געוויסט אז זיי זענען דארט און זי האט זיי געלאזט שטארבן צום טויט

דאס איז די מעשה פשוטו כמשמעו קאמענטארן איז פלעין איבעריג.

די מעשה גייט ווייטער די געזעץ אין בעלגיע איז אז איינמאל מ’איז אפגעזיצן א דריטל טערמין-און וואס איך שטעל מיך פאר איז אז מ’איז איינגעזיצן אין טורמע-קען מען אנפאנגען רעדן פון ארויסלאזן, איז געגאנגען די בעלגישע רעגירונג און געפאסקנט דעם דינסטאג אז זי קען ארויסקומען,

פאר די פילע באשרייבונג
<a class="postlink" href="http://www.huffingtonpost.com/2012/07/31/michelle-martin-marc-dutroux-ex-wife_n_1723563.html">http://www.huffingtonpost.com/2012/07/3 ... 23563.html</a>

חכם מחוכם » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 12:43 am

· #33259
[ציטאט אראפגענומען]


נא זאג דו פאר וועם איז תפיסה געמאכט???, פאר שלום מרדכי רובאשקין?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 9:48 am

· #33320
באמת איז די תפיסה געמאכט געווארן פאר מענטשן וועלכע זענען א סכנה פאר די פאבליק אז זיי זענען אויף דער פריי.
נאר נארישע מענטשן האבן עס אויפגעטוישט אלס א נקמה מיטל.
(איך האב נאך אין פלאן צו עפענען א יוסטיץ/תפיסה אשכול, ווען די צייט וועט ערלויבן בעז"ה.)

ניו יארק » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 10:28 am

· #33337
שמעקעדיג
באמת איז די תפיסה געמאכט געווארן פאר מענטשן וועלכע זענען א סכנה פאר די פאבליק אז זיי זענען אויף דער פריי.
נאר נארישע מענטשן האבן עס אויפגעטוישט אלס א נקמה מיטל.
(איך האב נאך אין פלאן צו עפענען א יוסטיץ/תפיסה אשכול, ווען די צייט וועט ערלויבן בעז"ה.)

איך האב אפאר קאמענטס צו שרייבן דארט.

ידען » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 10:45 am

· #33348
יוסטיץ/תפיסה אשכול?

אויב מיינסטו וועגן דעם וואס מען לייגט מענטשן אין תפיסה א האלבע לעבן ווייל זיי האבן געטוהן ווייט קאלער קריים, איז דא אסאך וואס צו שרייבן.

אין אמעריקע הער איך איז אנדערש ווי אין יוראפ, וואס דארט זיצט מען נישט אזויפיל, און מען געט א קנס פאר געלט שווינדל.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 11:32 am

· #33363
ידען
יוסטיץ/תפיסה אשכול?

אויב מיינסטו וועגן דעם וואס מען לייגט מענטשן אין תפיסה א האלבע לעבן ווייל זיי האבן געטוהן ווייט קאלער קריים, איז דא אסאך וואס צו שרייבן.

אין אמעריקע הער איך איז אנדערש ווי אין יוראפ, וואס דארט זיצט מען נישט אזויפיל, און מען געט א קנס פאר געלט שווינדל.


יא, דאס און נאך אסאך אנדערע אישוס.
עס איז פאראן א סאך וואס צו שרייבן.