☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דוב הייקינד אין מלחמה מיט קאומאו.

דוב הייקינד אין מלחמה מיט קאומאו.

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14336

פאליטיקאנט » מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 7:58 pm

· #462464
דוב הייקינד אין מלחמה מיט קאומאו.
איך ווייס באמת נישט וויאזוי עס אויסצוטייטשן, אבער לדעתי ציט ער איבער די שטריק, און עס קען אונז - עז עי קאמיוניטי - נאך טייער קאסטן.


דוב הייקינד האט היינט ארויסגעלייגט צום פארקויפן א חוזק ביכל ליידיג פון אינהאלט, און א אפחוזק'דיגע קאריקאטור אויפ'ן דעקל. דאס אין באגלייטונג פון א שפאטישע ווידיאו...

די רווחים פונעם ביכל וועלן גיין צו "באקעמפן אנטיסעמיטיזם".


וואס איז אייער מיינונג איבער דעם שריט, אפי' אויב לאמיר זאגן בעצם טוט איר שטיצן צוריקקעמפן דיבלאזיאו און קאומאו (נניח ווי טישלער טוט), איז דאס נישט סתם א פערזענליכע קאמף וואס גייט נישט ברענגען קיין גוטס?
כאפט ער טאקע נישט אז קאומאו איז למעשה ביים רודער, און אז רוב אמעריקע איז מיט עם?
זעט ער נישט אז דאס קען נאר צוברענגען פרישע אנטיסעמיטיזם?

דוראק » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 3:56 am

· #462483
איך בין אַ קנאַפּער שטיצער פון טישלער וחביריו, אָבער מ'דאַרף זײן אַ בלינדער אויף צו זאָגן אַז קואָמאָ זוכט ניט צו מאַכן די אידן פאַר אַ כפרה הינדל.

אפילו די מוסלמענער האָבן עס שוין אײנגעזען.

החוקר » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 9:08 am

· #462489
Re: דוב הייקינד אין מלחמה מיט קאומאו.
@דוראק דאס איז ניט די פראגע. נניח אז ער מאכט די אידאלעך פאר א כפרה הינדל, איז דאס די ריכטיגע שריט צו טון אלס ענטפער?

קוויטעל » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 9:16 am

· #462490
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/happychusid/posts/3366189690100862:54">https://www.facebook.com/happychusid/po ... 0100862:54</a>

פרייוויליג » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 11:09 am

· #462494
איך בין שאקירט פון הייקענד'ס רעקלעס אויפפירונג.

איז ער אינגאנצן אראפ פון זינען?

קאך_לעפל » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 12:17 pm

· #462499
נישט גוט! יעך ציטער פאר די נאכפאלגן.

מנחם ציון » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 12:24 pm

· #462501
הייקינד איז באקאנט אלס א היץ קאפ
די שאלה איז, צו יעצט ווען ער איז מער נישט קיין עלעקטעד אפישל -הגם א באקאנטער פיגור יא- צו ס'איז נאך אלס אן אישו?
אויף סאציאלע מידיע האבן נישט געפעלט קיין קריטיק און שפאט פון היימישע אידן אויף קאומא דורכאויס די לעצטיגע תקופה, אפשר קוקט זיך הייקינד אן ווי ער האט רעכט ווייל ער איז שוין פון די המון עם

פאליטיקאנט » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 12:31 pm

· #462502
Re: דוב הייקינד אין מלחמה מיט קאומאו.
הייקינד האט פאר דרייסיג יאר "רעפרעזענטירט די גרעסטע אידישע שטאט אין אמעריקא (און בכלל אין חו"ל)" און אפט גערעדט צו די מידיא אלס די "אידישע פארטרעטער". אפי' ער איז נישט עלעקטעד, האט ער נאך אלס די אנזען פון אונזערע א פירער (עכ"פ סך שטערקער פון טישלער).

מפיל קינד » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 12:42 pm

· #462503
די רעזולטאטן קענען חלילה זיין אז בארא פארק זאל ווערן א רויטע זאנע, געשעפטן וועלן באקומען טעגליכע טיקעטס, מוסדות פארשלאסן, זאלן אונטער גראטעס, טעגליכע העצערייען קעגן אידן, נידערמאן פארלירט פראטעקציע, און ווער ווייסט וואס נאך.


אופס, מ'האלט שוין נאכדעם...

קאך_לעפל » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 12:50 pm

· #462506
דער איטאליענער קאמאו, איז באשיינפערליך נישט קיין חובת הלבבות יוד, ער איז א נוקם ונוטר אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. כ'וואלט ליבערשט נישט געוואלט באלעסטיגט ווערן פון זיין סטעיט פאליס עס עס שטורמבאן אפיצירען.

קוויטעל » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 2:59 pm

· #462513
פחדו חטאים

לך לך » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:27 pm

· #462518
אבי איינער טוהט די ארבעט פאר דיר!

כהאב הנאה פון דוב'ן

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 15, 2020 9:44 am

· #462579
[ציטאט אראפגענומען]

גא"מ

במדבר » זונטאג נאוועמבער 15, 2020 10:19 am

· #462581
נאכן רעפרעזענטירן א לייכזיניגע געמיינדע פאר דרייסיג יאר ערווארט איך נישט עפעס אנדערשט.