☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » ר' שאול אלתר צופראסקעט זיך מיט ר' מענדל שפרן

ר' שאול אלתר צופראסקעט זיך מיט ר' מענדל שפרן

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14334

חקרן » מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 7:18 am

· #462430
ר' שאול אלתר צופראסקעט זיך מיט ר' מענדל שפרן
ווי באקאנט האט הגאון ר' שאול אלתר אויפגענומען אין זיין ישיבה, הגאון ר' מענדל שפרן, וואס זאל שטיין אלס ראש-ישיבה און זאגן שיעורים פאר די בחורים. ר' מענדל שפרן איז א באקאנטער נאמען אין די גאס, אויסגערופן מיט זיין לומדות און דיני-תורות, און איז ברייט באקאנט מיט זיין דרייסטקייט און לא תגורו מפני איש, נישט מורא האבנדיג פאר קיינעם אין די וועלט. אויף ר' מענדל קען מען זאגן אז ער איז א רוח שאינו מצויה, טוט אויף א וועלט. דער ראש-ישיבה ר' שאול האט גענומען א שריט ביים אויפנעמען ר' מענדל אלס ראש-ישיבה, וויבאלד ר' מענדל איז אויך באקאנט מיט זיין לימוד העיון - א זאך וואס איז איינע פון די יסודות ביים ביים ראש-ישיבה ר' שאול, און טאקע דערפאר האט ער אים אויפגענומען אויף דעם ארט.

שטעלט זיך אבער ארויס, אז א פייערדיגע מחלוקה האט אויסגעבראכן צווישן די צוויי, בשעת די ישיבה און די קהילה איז צוטיילט אין צווייען, דער איז מצדד לצד דעם ראש-ישיבה און אנדערע זענען מצדד לצד הגאון ר' מענדל, און עס גייט פייער אין די קהילה... ווער וואלט געקלערט אז אין אזא יונגע קהילה זאל שוין אזאנס פארקומען?!

אנגעהויבן האט זיך עס מיט א שיעור פון הגאון ר' מענדל אין ישיבה, דארט האט ער ארומגערעדט אין די סוגיא פון מיגו, כח הטענה - א באקאנטע סוגיא אין די לומדי'שע וועלט, דארט האט ער ארומגערעדט א מהלך אין די טיפע סוגיא, באזירט מיט מקורות פון ראשונים און אחרונים אין דער סוגיא, כדרכו של הכהן שדעתו יפה ר' מענדל.

אבער עס האט זיך נישט אפגעשטעלט מיט דעם.

נאך אין דער זעלבער וואך איז געקומען אין ישיבה דער ראש-ישיבה, הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, און האט געגעבן א שיעור אין ישיבה, אויך אין דער סוגיא פון מיגו, דארט האט ער שארף מחולק געווען מיט ר' מענדל, אויפברענגענדיג א נייער מהלך, באזירט לויט א חזון-איש און הגאון רבי יהודא סילמאן שליט"א, אינגאנצן פארקערט פון ר' מענדל'ס מהלך, און די בחורים וועלכע האבן שוין געהערט פון פריער ר' מענדל'ס שיעור, האבן זיך גענומען צוריק'טענה'ען, ותהי הישיבה כמרקחה.

דער סוף איז געווען, אז עס זענען ארויסגעקומען בריוו מיט פאשקעווילן אויף ביידע זייטן, בשעת יעדער איינער פראבירט אויפצואווייזן זיין וועג אין מיגו און כח הטענה, אז דאס און נאר דאס איז די ריכטיגע. אפילו די צוויי גאונים אליין, האבן זיך פארהערט דורך בריוו געשריבן געווארן אהין און צוריק. אויף די צוויי זענען געקומען אנדערע תלמידי חכמים פון די קהילה און אפילו פונדרויסן פון די קהילה, און זיי האבן זיך אריינגעמישט בין שני הרים גבוהים, זאגנדיג און שרייבנדיג זייערע סברות, און דער עולם התורה רעש'ט און קאכט... עס ברענט א פייער.

דא האט איר עטליכע באריכטן פון די מחלוקת:
<a class="postlink" href="https://cloud.mesergo.co.il/umail/?page=webview&show=body&message=%2CUTMxkTO0IDN">https://cloud.mesergo.co.il/umail/?page ... TMxkTO0IDN</a>
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1rVhI3cj_lNQ_cYKqk8wzhKVsFObkkcAa/view">https://drive.google.com/file/d/1rVhI3c ... kkcAa/view</a>
פאשקעווילן:
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1wRrci3AwXiqr2os6GcAmIxZAcDaTSYEy/view">https://drive.google.com/file/d/1wRrci3 ... TSYEy/view</a>

איך הער זאגן א שאולזאן האט א גאנצע באריכט איבער דעם, ער פאסמאקעוועט זיך דערויף, און האקט ממש א לעבן. אין א ספעציעלע שריט האט ער ארויסגעגעבן א ספעציעלע ווידאו, אין וועלכן ער איז מסביר בטוב טעם ודעת ביידע צדדים, און פארוואס ר' מענדל האלט אזוי און ר' שאול האלט אזוי. ער הויבט אן דעם שמועס, אז באמת האט ער נישט געוואלט רעדן פון דעם, אבער מען קען נישט זיין שטיל, מען מוז ארויסקומען מיטן אמת, אז מען זאל וויסן וואס עס קומט פאר. אין זיין שמועס צונעמט ער ביידע זייטן כדי די צוהערער זאלן פארשטיין ביידע צדדים פון די מחלוקת, ער גייט אריין טיף אין דער סוגיא פון כח הטענה און מיגו, ער זעלבסט נעמט זיך אן פאר ר' מענדל שפרן, ווייל לויט אים איז די ריכטיגע סברה זיין וועג. מיט אן ערנסטן געזוכט און מיט קנייטשן די שטערן, ווארנט ער דארט ר' שאול, אז טאמער וועט ער זיך נישט בייגן צום דעת פון ר' מענדל שפרן, הו הו הו וועט ער אים לערנען... ער וועט ארויסקומען מיט א דריטע באנד פון ספר עברא דדשא - א זאך פון וואס ר' שאול פחד'נט אוועק.

ימים ידברו, וואס וועט זיך דארט אויסקאכן.

כלבאשבוע » מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 8:04 am

· #462432
דאס געשעט ליידער מיט תלמידים שלא שימשו כל צורכן - רבו מחלוקת בישראל ונעשית תורה כשתי תורות

כלל ישראל פרעגט עד מתי?

שוין גענוג געווען מיט די סארט מחלוקתער, מבענקט זיך צוריק צו די זאכליכע דיפערענצן ווי למשל בחצרות בעלעד וביקאווסק (ווער רעדט נאך פון סאטמאר ב״ב וכו)

הרב שיף » מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 8:07 am

· #462433
אויסגעמעקט צוליב גוטע סיבות. לאור המצב [א תירץ אויף אלעס], ואתכם הסליחה.

אישתישבי » מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 11:15 am

· #462437
כ'האב פארציילט א גערער אז ר' שאול האט זיך צוקריגט מיט ר' מענדל און אז א די ישיבה איז צוטיילט האלב גייט מיט ר' שאול און האלב גייט מיט ר' מענדל, ער האט זיך געפרייט אויף די נייעס כמוצא שלל רב, און ווען איך האב אים פרובירט מסביר צו זיין אז מען רעדט פין א מחלוקת אין מיגו, האט ער נישט געוואלט הערן, און ווייטער געגלייבט אין וואס ער וויל גלייבן, און מסביר געווען אז ער האט געוויסט עס גייט געשען ווייל שאול איז א שווערע מענטש וכו'.

הרב שיף » מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 12:03 pm

· #462439
אישתישבי
כ'האב פארציילט א גערער אז ר' שאול האט זיך צוקריגט מיט ר' מענדל און אז א די ישיבה איז צוטיילט האלב גייט מיט ר' שאול און האלב גייט מיט ר' מענדל, ער האט זיך געפרייט אויף די נייעס כמוצא שלל רב, און ווען איך האב אים פרובירט מסביר צו זיין אז מען רעדט פין א מחלוקת אין מיגו, האט ער נישט געוואלט הערן, און ווייטער געגלייבט אין וואס ער וויל גלייבן, און מסביר געווען אז ער האט געוויסט עס גייט געשען ווייל שאול איז א שווערע מענטש וכו'.

נעבעך.
אבער כאטש זעהט ער איין דעם אמת אז לערנען עיון ברענגט מחלוקת.

מפיל קינד » מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 12:33 pm

· #462441
ווער האט אמאל געגלייבט אז פונקט פון גור וועט ארויסקומען אזא חילול ה'??

בשעת וואס אין סאטמאר איז מען מקדש שם שמים מיט אזעלכע לומדישע מחלוקת לשם שמים ווי ווייץ פאר מצות, בן אחותו, קשים גרים כספחת, סוכה גזולה, לפניהם ולא לפני עכו"ם. אין באבוב איז מען פארנומען מיט חתנו כבנו, נוגע בדבר, און נאך שווערע סוגיות. אין סקווירא וויאזוי מ'רעכט א מייל פאר עגלה ערופה (אויב מ'מעג יענעם אפהאקן דעם קאפ...) מלגב אדער מלבר, איז מען פארנומען אין גור מיט אזלכע נארישע מחלוקת ווי בחורים אין ישיבה.

תפארת » מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 1:11 pm

· #462446
די גאנצע זאך איז נאך א פאטענט פון דער שאוליסטן זיך צו מפרסם זיין... (אז ביי זיי איז מען נאר אינטרעסירט אין עיון התורה ויר"ש וכו')

אישתישבי » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 12:02 am

· #462474
תפארת
די גאנצע זאך איז נאך א פאטענט פון דער שאוליסטן זיך צו מפרסם זיין... (אז ביי זיי איז מען נאר אינטרעסירט אין עיון התורה ויר"ש וכו')

און דער פאטענט איז גוט. זאלען אלע פרובירען דער פאטענט.

שמעון וואלף » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 12:17 am

· #462476
@חקרן זייער שיין אבער איך האב עס שוין געזעהן אויף אייוועלט באשריבן מיט אן ענליכע הומאריסטישע שפראך. טאמער האסטי גענומען די געדאנק פון דארט וואלט געווען ריכטיג צו גיבן קרעדיט

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:47 am

· #462485
Re: ר' שאול אלתר צופראסקעט זיך מיט ר' מענדל שפרן
מפיל קינד
ווער האט אמאל געגלייבט אז פונקט פון גור וועט ארויסקומען אזא חילול ה'??

בשעת וואס אין סאטמאר איז מען מקדש שם שמים מיט אזעלכע לומדישע מחלוקת לשם שמים ווי ווייץ פאר מצות, בן אחותו, קשים גרים כספחת, סוכה גזולה, לפניהם ולא לפני עכו"ם. אין באבוב איז מען פארנומען מיט חתנו כבנו, נוגע בדבר, און נאך שווערע סוגיות. אין סקווירא וויאזוי מ'רעכט א מייל פאר עגלה ערופה (אויב מ'מעג יענעם אפהאקן דעם קאפ...) מלגב אדער מלבר, איז מען פארנומען אין גור מיט אזלכע נארישע מחלוקת ווי בחורים אין ישיבה.
נישט פון יעדע ווערטל דארף מען ארויסנעמן חוזק מאכן פון אנדערע

סיי אין סאטמאר און סיי באבוב 45 למשל זענן דא ראשי ישיבות וואס זאדן דרשות און פלפולים פאק זייערע בחורים און די בחורים קאכן זין אין די קשיות פון זייער רבי׳ן/ראש הישיבה
די אנדערע זאכן זענן אויך ליידער אביסל אמת (פארשטיי נישט ווי אריזאנע ווייץ קומט דא אריין)
און ביי ר ׳ שאול אלתר איז אויך דא מחלוקות

ד"א נישט געזען קיינער שרייבן, מהר"א האט געמאכט שבע ברכות פאר א אייניקל די וואך, עס איז געווען פארבאטן אריינטריט פאר בחורים און קינדער כדי נישט צו גורם זיין ביטול תורה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 7:48 pm

· #462528
דער עיקר איז אז דו מיינסט אז דו רעדסט איינעם איין אז דו ביסט נישט א חסיד פון ר' אהרן.

הרב שיף » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 9:03 pm

· #462534
איך אויך
דער עיקר איז אז דו מיינסט אז דו רעדסט איינעם איין אז דו ביסט נישט א חסיד פון ר' אהרן.

נישט יעדע אמת דארף מען ארויס ברענגען אויפן אויבערפלאך, עס איז דא היפקאקריטן איבעראל, סיי אין סאטמאר און סיי...

אז מען רעדט שוין, עס איז דא מענטשען וואס מישען גאונות מיט דרשות און פלפולים, און ווי אויך זענען זיי מצדיק דאס אנשטאט מען זאל זיך קאכען אויף סגיות און ש"ס, קאכן זיך פאר וואכען און חדשים אין די קשיות פון זייער רבי׳ן/ראש הישיבה.

ד"א נישט יעדער וואס מען פירט מיט אים א מחלוקת איז א בעל מחלוקת, דער וואס פירט א מחלוקת דער איז א בעל מחלוקת.

(סקוקט מיר אויס אז איך בין אלעמאל אוויף די זייט פון די ראש ישיבה און נישט פון רבי'ן. אבער ביי ביידע פרשיות, טראץ די חושך וואס נעמט ארום די פערזענדליכקייטען מיט זייערע קינדערישע מחלוקת פירען, דאך זעה איך קלאר די התמדת התורה וואס עס איז דא ביי ביידע פון די רבי'ס און איך בין עס מחשיב ומעריץ און בד בבד מיטן גרויסען גיהנם וועלען זיי אודאי באקימען גן עדן, ואין הקב"ה מקפח שכר כל בריה אפי' פון א הונט, ואפי אויב ער איז די פני הדור.)

ב"ה מיר האבען שוין זוכה געווען זיך צו מתחמם זיין לאורו הגדול פון ר' אהרן און זיך מחיה זיין מיט זיינע דרושים, ווי אויך רעדען מיט אים פערזענדליך. ווי אויך זענען מיר שוין געווען ביים גערע רבי (גערעדט נאר עטליכע מינוט) און געליינט אסאך זיינע גליונות פון די תורות ביי די סעודות, און אויכעט געווען ביים ראש ישיבה ר' שאול. זיי זענען נישט און זיין ליג, ער איז א בר פלוגתא מיט ר' מענדל שפרן נישט מיט זיי.

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 11:17 pm

· #462541
Re: ר' שאול אלתר צופראסקעט זיך מיט ר' מענדל שפרן
איך אויך
דער עיקר איז אז דו מיינסט אז דו רעדסט איינעם איין אז דו ביסט נישט א חסיד פון ר' אהרן.
איך פרוביר קיינעם נישט איינרעדן, און איך בין נישט די אישו דא סא וויל סטאפ היר
איך בין א גרויסער פארערער פון זיינע פעולות, התמדה און נאך, אבער עס איז דא נאך וואס איך האלט פון זיי
ווי למשל ר"ל לייזער און נאך, אבער קיינער בארעדט זיי נישט דא
אויב וועט זיך נעמן זיי באשמוצן ווי מ׳ טוט פאר מהר"א וועל איך מיך אנענעמן פאר זיי

א עכטער חסיד בין איך פון א ליטוואק מפורסם אלס ערליכער יוד, וויל נישט זאגן די נאמען מחשש גילוי

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

הרב שיף » פרייטאג נאוועמבער 13, 2020 6:06 am

· #462549
א חסיד פון ווילנא

ווען ר"ל ליייזער וואלט געטוען וואס מהר"א טוט, וואלט מען ווען אים אויך באשמיצט, און עס ווערלט נישט אוועק גענומען פון זיין גדלות בתורה און צדקות.

מען דארף נישט דערמאנען יעדע מאל וווען מען רעדט פון א חסרון פון מהר"א, אז ער האט מעלות. און מדארף נישט דערמאנען יעדע מאל מען רעדט פון ר' שאול אלטר, אז ר' אהרן איז א תלמיד חכם.

איך האב הנאה געהאט צו לערנען די באדייט פון א חסיד פון ווילנא. שיין.

חקרן » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2020 1:08 am

· #462744
לשאלת רבים (אין פרטי)

ווער ס'וויל באקומען כסדר די שיעורים פון ר' שאול, קען רעקוועסטן אויף: <!-- e --><a href="mailto:de422144@gmail.com">de422144@gmail.com</a><!-- e -->

מה בכך » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 3:20 am

· #463447
דעי ביידע הארגענען זיך ארום צי כח הטענה צי כח הראי' , און גור האט מען געהאלטן פון כח סתם...

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 4:13 pm

· #463480
Re: ר' שאול אלתר צופראסקעט זיך מיט ר' מענדל שפרן
[ציטאט אראפגענומען]

אזוי?
וואס איז מיט אהיימשיקו אלע בחורים פון 13 און ארויף פרי פון ישיבה ווייל די רבי מאכט חתונה?
שוין אפגערעדט פון די יונגלעך. אבער בחורים? 4 שעה פריער פארשפארט די ישיבה פלאס no פארטאגס צוויי מאל די חודש. נישט קיין שניי נישט קיין קאראנע גארנישט קען דעס נישט באווייזן.
אבער די רבי מאכט חתונה? אה.... אויף דעם מאכט שוין סענס די אפשפאראכץ.[/quote]צוויי חתנות און צוויי פארטאגס? וויליאמסבורג איז געווען אין וומסב"ג, און קר׳י אין קר׳י
ווייסט פון איין חסידות וואס לאזט נישט בחורים קומען צו זייערע חתנות?
(במאמר המוסגר, סאטמאר קר"י איז די איינציגסטע וואס לאזן נישט בחורים גיין צו חברים׳ס חתונות וואס נעמט אוועק א נאכט און פארטאגס יעדעס מאל)
איז דא א וועג אפצוהאלטן בחורים פון רבישע חתונות? גערעכט צו נישט

כאטשיג אויף שבע ברכות האבן זיי אפגעהאלטן
Give credit when credit is due

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

פאליטיקאנט » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 4:49 pm

· #463486
Re: ר' שאול אלתר צופראסקעט זיך מיט ר' מענדל שפרן
א חסיד פון ווילנא

(במאמר המוסגר, סאטמאר קר"י איז די איינציגסטע וואס לאזן נישט בחורים גיין צו חברים׳ס חתונות וואס נעמט אוועק א נאכט און פארטאגס יעדעס מאל)

איך זע נישט די גדולה, קודם כל שמחת חתן וכלה איז אויך א מצוה, און די אמת'ע משמחים זענען די בחורים חברים פונעם חתן.
צווייטנס פארוואס נישט? פארוואס זאל נישט א בחור מעגן גיין צו זיין חבר'ס חתונה, ביטול תורה? ממה נפשך, אויב איז ער באמת א מתמיד און ער לערנט יעדע נאכט סדר און פארטאגס סדר (ס'איז נישט קיין סוד וויפיל פראצענט זענען טאקע אזוי ביי די 18+), זאל ער באשליסן פאר זיך, ער איז שוין גענוג גרויס [אין עידש און אין תורה] פאר דעם, אויב שטייט ער סתם די צייט, זאל ער אוואדי גיין!

און דאס איז אן אריינרעכענען די רשעות פון דעם אז זיין פארהייראטע חבר קען יא גיין אן קיין פראבלעם.....

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 5:57 pm

· #463491
Re: ר' שאול אלתר צופראסקעט זיך מיט ר' מענדל שפרן
פאליטיקאנט

הייסט צום רבינ׳ס חתונה טאר מען נישט גיין וועגן ביטול תורה, נאר צו א חבר׳ס חתונה איז א מצוה

שמחת חתן וכלה? דא נאך מצוות וואס בחורים קענען טון, אפשר זאלן זיי ארומגיין אין שפיטעלער, גיין כסדר נאך געלט און נאך מצוות, וואס עפעס נא א די מצוה?

רשעות אז דער פארהייראטער חבר קען יא גיין?
וואס איז מיט די רשעות אז דער חבר קען וואינען מיט א פרוי, דרייון א קאר, און נאך שאכמ"ל

איך פארשטיי מ׳ טאר נישט מלמד זכות זיין אויף א געוויסן מנהיג, אבער שטותים האט אויך א שיעור

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

פאליטיקאנט » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 6:56 pm

· #463495

עעהעם.

-איך האב גארנישט דערמאנט וועגן גיין צו רבי'שע חתונות, איך האב נישט קיין דעה אין דעם, איך פארשטיי נישט די גאנצע רבי'שע מושג.

-יא ס'איז דא נאך מצוות און אדרבה אפשר זאלן טאקע דאס אויך טון (האלט אין חשבון אז איך רעד פון עלטערע בחורים וואס זייערע חברים האבן שוין חתונה), אבער עס איז נישט דומה, דא רעדט מען פון זייער חבר, און פון עפעס וואס נאר זיי קענען טון, ווי שוין געשריבן אז ביי רוב חתונות זענען די חברים פונעם חתן וואס דרייען איבער.

-אה"נ איך זע נישט פארוואס בחורים מעגן נישט דרייוון.... און 2 wrongs don't make one right.

-ס'איטערעסירט מיך ממש נישט דיין און קיין מנהיגים, איך בין מלמד זכות אויף יעדעם, נאר דא האלט איך עס איז רשעות, -אנדערע ישיבות טוען עס אויך-, איך קען ווײטער שעצן ר' אהרן, נאר האלט עס נישט אלס אן אויפטו.

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 11:36 am

· #463539
Re: ר' שאול אלתר צופראסקעט זיך מיט ר' מענדל שפרן
[ציטאט אראפגענומען]
געטשעקט, עס איז נישט אמת, וויליאמסבורג איז נישט אהיים פריער ביי די קר"י חתונה, און קר"י נישט ביי די וומסב"ג חתונה
בחורים פון ישיבה זענן אריינגעקומען אויף וומסב"ג אזוי ווי זיי וואינען דארט, ומשום לא פלוג האט מען געלאזט יעדען

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 11:38 am

· #463540
Re: ר' שאול אלתר צופראסקעט זיך מיט ר' מענדל שפרן
[ציטאט אראפגענומען]
איך טראכט, די תקנה אז בחורים זאלן נישט גיין צו חתונות האט געמאכט הרה"ק מסאטמאר זצ"ל, ווען ער ווען קינדער וואלט ער געמאכט א אויסנאם פאר בחורים ביי זיינע חתונות?
וואס זאגט איר?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 1:47 pm

· #463547
Re: ר' שאול אלתר צופראסקעט זיך מיט ר' מענדל שפרן
[ציטאט אראפגענומען]
איז נישט
מ׳ קען זיך נישט מתווכח זיין אויף עפעס וואס קיינער ברענגט נישט קיין פרופ

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 1:52 pm

· #463548
Re: ר' שאול אלתר צופראסקעט זיך מיט ר' מענדל שפרן
[ציטאט אראפגענומען]
ווען ביסטו געווען פראוד, אין דבר"י׳ס צייטן? אין ב"מ צייטן?
זייט עס איז דא חתונות אין סאטמאר אפעקט עס די מוסדות, סא דריי נישט קיין קאפ
פערצופאל האט מהר"א פרובירט בימי אביו ווען עס איז געווען קע"ה אפט חתונות צו סטאפןש איך מיין אז עס איז נישט געלונגען

אין מושיען של ישראל דערציילט ער אז ווען דער רבי ז"ל האט חתונה געמאכט זיין טאכטער,האט ער פארגעלערענט א שיעור צווישן די חופה און סעודה
שווער צו גלייבן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

מפיל קינד » מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 2:03 pm

· #463549
א חסיד פון ווילנא
איך טראכט, די תקנה אז בחורים זאלן נישט גיין צו חתונות האט געמאכט הרה"ק מסאטמאר זצ"ל, ווען ער ווען קינדער וואלט ער געמאכט א אויסנאם פאר בחורים ביי זיינע חתונות?
וואס זאגט איר?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

די טעם פארוואס מ'האט דעמאלטס נישט געלאזט איז נישט געווען אלס ביטול תורה. נאר משום מעשה שהיה ווייל די חתנים פלעגן זיך טרעפן מיט די כלות.

גראדע איז אין באבוב אויך איינגעפירט ביז היינט אז בחורים גייען נישט צו די חתונה, נאר מ'גייט צום קבלת פנים.

איך וואלט געטוישט די תקנה אז חברים זאלן נישט קומען צום בר מצוה און יא צום חתונה. גענוג מענטשן וואלטן געמאכט קלענערע בר מצוות אויב די חברים וואלטן נישט געקומען. א קלאס פון 30 קינדער פיטן נישט אריין אין קיין הויז. גענוג משפחות האבן פלאץ פאר א בר מצוה אין שטוב, נאר אן די קלאס.

תרמב » מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 2:23 pm

· #463553
גראדע פארציילט מען אז די מנחת אלעזר זי''ע האט פארגעלערנט אויף די נאכט פון זיין טאכטערס חתונה ציווישן די חופה און די סעודה.

מנחם ציון » מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 2:40 pm

· #463554
די מונקאטשער צייטונגען וואלטן געזאגט אז ער האט פארגעלערנט אונטער די חופה...

מה בכך » מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 5:10 pm

· #463565
תרמב
גראדע פארציילט מען אז די מנחת אלעזר זי''ע האט פארגעלערנט אויף די נאכט פון זיין טאכטערס חתונה ציווישן די חופה און די סעודה.

זאגמער די ווילסט אויך אז מזאלעס טוהן און 2020 ? קוים וואס מהאט נערוון אויסציהערן די ברכות

תרמב » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 12:46 am

· #463586
מה בכך
תרמב
גראדע פארציילט מען אז די מנחת אלעזר זי''ע האט פארגעלערנט אויף די נאכט פון זיין טאכטערס חתונה ציווישן די חופה און די סעודה.

זאגמער די ווילסט אויך אז מזאלעס טוהן און 2020 ? קוים וואס מהאט נערוון אויסציהערן די ברכות

מ'טוט עס טאקע מער נישט!

אישתישבי » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 8:27 am

· #463589
תרמב
גראדע פארציילט מען אז די מנחת אלעזר זי''ע האט פארגעלערנט אויף די נאכט פון זיין טאכטערס חתונה ציווישן די חופה און די סעודה.

ווי אויך איז נישט וויכטיג דער קליינע פאקט אז דער חופה איז געוועהן צוויי אזייגער נאכמיטאג, און דער סעודה ביינאכט.