דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #14325
8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14325
Godwin's law
אז מ'רעדט פונעם פארענדערונג וואס נחליאל איז אדורך, איך געדענק אלס בחור אין ישיבה איז ער אלץ געווען פארנומען וועגן די אמת, אידישקייט איז אמת און אנדערע רעליגיעס זענען שקר, יענע שיטה איז יא אדער נישט אויסגעהאלטן לויט'ן אמת, דאס איז אמת יענץ איז שקר, אלץ האט זיך ארומגעדרייט ארום דעם אמת. לעצטנס אבער האט ער אנגעפאנגען רעדן גאר אן אנדערן שפראך, ער איז געווארן פארנומען מיט "אנהאלטן אידישקייט", מיט יענע שיטה ווען מען יא אדער נישט קענען אנהאלטן אידישקייט, מ'דארף דאס טוהן כדי אנצוהאלטן אידישקייט, יענץ טאר מען נישט טוהן כדי אנצוהאלטן אידישקייט. און איך שטיי און וואונדער מיך וואס איז געשעהן מיט'ן אמת, האט ער אפגעמאכט א די אמת איז נישט רעלעוואנט, אדער האט ער אפגעמאכט אז אידישקייט איז נישט אמת און מ'דארף עס דאך אנהאלטן? איך בין אינגאנצן צומישט...

איך קען אים גוט, ער פארשטייט אויך צו טעכנאלאגיע. ער האט קלאר דורך געטון די נושא, און מען קען זיך פיין אן עצה געבן אן אינטערנעט. דארפסט נישט קיין בעסערע ראי' ווי אים אליין, ער האט מעדיקעיד און פוד סטעמפס, ער איז אפילו אראפגעפארן זיך איינשרייבן פאר סעקשן 8, און דאס אלעס בלויז דורך די פאסט. די אלע וואס זאגן צורך פרנסה נוצן עס פשוט פאר א תירוץ.
חוץ בלעק פריידעי ווען ער קומט צו מיין אפיס ווייל ער דארף וויכטיג א נייע פעקס מאשין, אבער יעדער פארשטייט אז דאס מעג מען צוליב הפסד מרובה.
חוץ בלעק פריידעי ווען ער קומט צו מיין אפיס ווייל ער דארף וויכטיג א נייע פעקס מאשין, אבער יעדער פארשטייט אז דאס מעג מען צוליב הפסד מרובה.
יעקב מעקסוועלאיך קען אים גוט, ער פארשטייט אויך צו טעכנאלאגיע. ער האט קלאר דורך געטון די נושא, און מען קען זיך פיין אן עצה געבן אן אינטערנעט. דארפסט נישט קיין בעסערע ראי' ווי אים אליין, ער האט מעדיקעיד און פוד סטעמפס, ער איז אפילו אראפגעפארן זיך איינשרייבן פאר סעקשן 8, און דאס אלעס בלויז דורך די פאסט. די אלע וואס זאגן צורך פרנסה נוצן עס פשוט פאר א תירוץ.
חוץ בלעק פריידעי ווען ער קומט צו מיין אפיס ווייל ער דארף וויכטיג א נייע פעקס מאשין, אבער יעדער פארשטייט אז דאס מעג מען צוליב הפסד מרובה.
מיט א היטש פארשטייצעך,
יעקב מעקסוועל
חוץ בלעק פריידעי ווען ער קומט צו מיין אפיס ווייל ער דארף וויכטיג א נייע פעקס מאשין, אבער יעדער פארשטייט אז דאס מעג מען צוליב הפסד מרובה.
און אויך יעדע שטיק צייט ווען זיין חשבון אין די אינטערנעט קיאסק איז נידעריג, קומט ער אריבער צו טשעקן זיינע 'ביסל' אימעיל (נאר פאר א פאר מינוט...) וועלכע באשטייט ע"פ רוב פון וויכטיגע בילדער מהנעשה ונשמע אין די היימישע חצרות. און ווי אויך סתם אזוי צודרייט פאני קליפס פון אינדיאנע / כינעזע פרענקס (שפיצלעך) וואס זיין חבר שיקט עם יעדע שטיק צייט.
מ'שמועסט אז נחליאל האט זיך פארליבט אין איוואנקא. נישט חלילה אויף א גראבער אופן, נאר ער האלט זי האט א חוט של חסד, אזא אידישער חן. נחליאל האט איר געזען דער ערשטער מאל אויף א חבר'ס נישט געפילטערטער פאון ווי איוואנקא און דזארעד שפאצירן מיט די ד' מינים, און ס'האט אים געכאפט אזא דידן נצח אז די חביבות המצוה ליגט אים נאך אלץ אין אלע ביינער.
ער וועט אייך מסביר זיין אז דא רעדט זיך פון נישט קיין צווייטע קריג ווי די שוין אלעמען באקאנטע גוג ומגוג מלחמה, ער ווייסט נישט ווער עס שפילט דער טייל פון גוג און ווער עס טוט אויספירן די אויפגאבע פון מגוג, ער ווייסט נאר אז דאס איז די מלחמה פון וואס אלע פריערדיגע האבן גערעדט.
להעיר אַז די מלחמה איז ניט גוג קעגן מגוג, נאָר גוג איז דער קעניג און מגוג איז איז זײן פאָלק.
און אז מ'וויל זיין נאך מער טעקניקעל קען מען זאגן אז גוג איז א מענטש וואס איז דער געוועלטיגער אינעם לאנד פון מגוג, ווי אויך איז ער דער דער הויפט פון די פעלקער משך און תובל (גּוֹג אֶרֶץ הַמָּגוֹג נְשִׂיא, רֹאשׁ מֶשֶׁךְ וְתֻבָל.) די פוינט איז אבער דער זעלבער אז נחליאל דרש'נט און חושט אריין אין זאכן וואס ער האט נישט קיין אהנונג וואס פליעט, עפעס ווייסט ער פון א גראם פון גוג און מגוג און אויף דעם בויט ער שוין געבייידעס אין די לופטן, ער באמיהט זיך אפילו נישט אריינצוקוקן צו זעהן צו זיינע דמיונות שטימען אין פסוק ווייל ער ווייסט אז דעמאלטס איז ער אויף געהאקטע צרות (און אויך ווייל באמת האלט ער אז די פסוק און דבר השם איז איררעלעוואנט, די עיקר איז וואס זיין אינפיניט וויסדאם האט צו זאגן, ער נוצט נאר מושגים פון די תורה צו געבן קרעדיביליטי פאר זיינע נארישע רייד.)