☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א טור אין די חרדי'שע געגנטער אין ברוקלין

א טור אין די חרדי'שע געגנטער אין ברוקלין

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14320

טיכטיגער » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2020 12:37 pm

· #462106
א טור אין די חרדי'שע געגנטער אין ברוקלין
אין די טעג איז ערשינען צוויי ווידעאוס פון א באזוך אין די חרדי'שע געגנטער אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג, דורך א וולאגער, איינער פיטער סאנטענעלאו.

דער וולאגער איז א גרויסער טרעוולער וועלכער האט שוין ארומגערייזט צו איבער 90 מדינות, און אין פילע אנדערע אינטערעסאנטע געגנטער. ער כאפט אפ זיינע באזוכן און ער פובליצירט עס אויף יו-טוב.

חול המועד סוכות האט ער אפגעשטאט א באזוך אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג. ער ווערט באגלייט דורך דער חסידישער שרייבער פון עמי מאגאזין, שלמה זיאנץ.
אין בארא פארק שפאצירן זיי אראפ דרייצענטע עוועניו און דערנאך באזוכן זיי אין מענדעלסאנס פיצא געשעפט אויף אכצענטע עוועניו.

דערנאך באזוכן זיי אין וויליאמסבורג וואו א היימישער איד האט זיי אריינגענומען אין זיין קינדער-געבענטשטע שטוב.

ס'גאנץ אינטערעסאנט.
ער דארף בקרוב ארויסגעבן א ווידעאו פון קראון הייטס.

א באזוך אין בארא פארק

https://www.youtube.com/watch?v=GCz_9zaomio&t=1s

דער דארפסמאן » פרייטאג נאוועמבער 6, 2020 9:39 am

· #462167
Wow
מאסיווע ארבעט דורך דעי איד וואס ווייזט אים ארום בארא פארק

נײגעריגער » פרייטאג נאוועמבער 6, 2020 11:32 am

· #462172
שלוימיס קאַנאַל https://www.youtube.com/shloimezionce, פיינע נייעס

אינטערעסאַנט ער טייטשט טפל, "אָן די סייד"

דער דארפסמאן » זונטאג נאוועמבער 8, 2020 7:44 am

· #462211
היינט קומט ארויס די דריטע עפיזאד
📎 20201108_074519.jpg

דער דארפסמאן » זונטאג נאוועמבער 8, 2020 1:26 pm

· #462253
https://youtu.be/wdBdAQtLp_k

mevakesh » זונטאג נאוועמבער 8, 2020 6:15 pm

· #462288
דעם וויליאמסבורגער יונגעל'ס השקפות זענען ממש צום באוואונדערן איך בין מקנא דעם טאטן

טיכטיגער » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:11 am

· #462718
ווערט די וואך באשריבן אין די עמי
📎 EnCRzLJXEAc9lHW.jpg

סאנטיאגא » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 4:29 pm

· #462734
mevakesh
דעם וויליאמסבורגער יונגעל'ס השקפות זענען ממש צום באוואונדערן איך בין מקנא דעם טאטן

ער איז א מוסטער פון א קינד וואס זיין השקפה און ידיעות גייט נישט אין ראנג מיט זיין אויסקוק און סעקולערע חינוך, ס'הייסט אין אנדערע ווערטער; אינדערהיים הערט ער נישט פונקטליך די זעלבע מעסעדזשעס ווי אין חדר, אבער פארט מיט די זעלבע קאנפארמיטי מיטן גאנצן לבוש, די פלעסטיק גלעזער מיטן צובראכענעם ענגלישן אקצענט וואס קען נישט צאמשטעלן צווײ זאצן... וואס קייעט איבער די סמארטפאון העצע וואס זיין מנהל האט געזאגט ביי א שובבים דרשה...

מ'דארף זיין בלינד נישט אנצומערקן די קעגנזייטיגע השקפות... ס'טוט מיר וויי, ווייל אזא שארף קינד האט אזויפיל potential צו זיין באמת אן עדזשוקעיטעד אינדיווידואל ווען ער וואקסט אויף, איז מען ביזי אנצופילן זיין אומשולדיג קעפל מיט שטותים און הבלים ווי מ'דארף אוועקשטיין פון אוילאם האזע... דער טאטע איז גארנישט בעסער נעבעך...

סאנטיאגא » פרייטאג דעצעמבער 11, 2020 2:42 pm

· #464004
דער דארפסמאן
https://youtu.be/wdBdAQtLp_k

די וועג וויאזוי דעם אכסניא'ס שטימע ווערט שטילער ווי נאר פיטער פרעגט אים אן וועגן נדה 😂 😂 איך בין נייגעריג וויאזוי outsiders רעאגירן צו דעם... ס'איז אין די קליינע nuances וואס מענטשן כאפן נישט אז זיי פארציילן פאר די וועלט וועגן זייער אייגענע קולטור.

אן אינטערסאנטע באמערקונג דער vlogger שרייבט אין זיין טשענל דיסקריפשן, אז ער זוכט צו דעקן א וועלט וואס די מידיע פארפאסט צו רעקארדירן, אבער למעשה יעדער מענטש האט זיין אייגענע בייעס, סא איך זעה נישט וואס ער טוט אויף. אוודאי איז עס אינטערסאנט און אינפארמאטיוו צו רעדן מיט לאוקלס, אבער איך האב עס געטראפן איראניש אז די מיידל תוך כדי דיבור ווען זי איז מסביר אז יעדע שרייבער/פילמאכער איז בייעסד אנטקעגן היימישע אידן, איז זי פונקט אזוי בייעסד אויף די פארקערטע זייט! אידישקייט איז אזוי גוט און פרויען זענען נישט צווייטע קלאס בירגער און אלעס וואס מ'זעהט אין מאוויס איז pure hatred דאס איז נישט איינזייטיג?... זייער אינטערסאנט אז אין וויליאמסבורג האט מען עפעס נישט געטראפן א פרוי צו זאגן די זעלבע... קיינער גייט נישט פארציילן די שמוציגע חלקים פון זיין קולטור/רעליגיע/היימשטאט

ס'איז אזוי מאדנע, ווייל די פרויען אין די עפיזאד ווי ער באזוכט סאודי אראביע האבן געזונגען די זעלבע ניגון, די וועלט באטראכט אונז ווי ראדאקאליסטן וואס זענען אונטערדריקט. אבער מיר זענען געהעריג אויפגעקלערט און פארגעשריטן זיי געבן אים דארט א טור פון גאנצע ביזנעס פון פרויען וואס דארף אפיציעל צייגן אויף פעמעניזם און progressivism אבער נאך אלע מיט די שווארצע קליידער ביז די jaw bone...

היכי דמי » זונטאג דעצעמבער 13, 2020 6:46 pm

· #464046
היינט איז ארויס א פרישע ווידעא ווי ער באזוכט די חסידישער מוזיק וועלט. אויף די היינטיגע קליפ באזוכט ער בערי וועבער און זיין ישיבה ״ישיבת כוכבי אור״ און בעני פרידמאן.

https://www.youtube.com/watch?v=Sj6BA4W ... e=youtu.be

בן ישי » זונטאג דעצעמבער 13, 2020 7:07 pm

· #464048
Meeting Hasidic Jewish Celebrities - How are they different?
Beri Weber and Benny Friedman

https://youtu.be/Sj6BA4Wk0bs

בן ישי » זונטאג דעצעמבער 13, 2020 7:08 pm

· #464049
How this Hasidic Jews can save your life

Chaveirim Monsey

https://youtu.be/yeaV1l3NTsI

כלבאשבוע » מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 2:45 pm

· #464105
דער פאפולער וולאגער ActionKid וואס שפאצירט דורך געגנטער און מאכט ווידיעאוס האט געמאכט אזא שפאציר אויף 13טע עוועניו אין בארא פארק אפאר וואכן צוריק

Walking Hasidic Jewish Community of Brooklyn : 13th Avenue, Borough Park, NYC
https://youtu.be/dgWN73QbMQw

היכי דמי » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 8:39 pm

· #464297
א פרישע ווידעא מיט פרויען פון די קאמיוניטי.

In this video, we go deep into the Hasidic world of Boro Park, NYC to talk to a local Hasidic woman and her friends. This is an eye-opening experience full of surprises and golden nuggets of wisdom.

https://www.youtube.com/watch?v=jUDFpt6lcew

אינגערמאנטשיקל » פרייטאג דעצעמבער 18, 2020 12:34 pm

· #464316
לדעתי מאכט די פרוי א גוטע דזשאב.

yn.NY » פרייטאג דעצעמבער 18, 2020 1:17 pm

· #464319
אינגערמאנטשיקל
לדעתי מאכט די פרוי א גוטע דזשאב.

גאר א גוטע דזא"ב! קוקט אויס ווי א ליבאוויטשע פרוי

אינגערמאנטשיקל » מוצ"ש דעצעמבער 19, 2020 7:30 pm

· #464324
דאכט זיך זי איז א באבוב'ע פרוי.

היכי דמי » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 7:58 am

· #464412
א טור אין די חסידישער ברוקלין מיט פרויען פון די קאמינויטי חלק ב׳.

באזוכט צווישן אנדערע א שייטל סאלאן: https://m.youtube.com/watch?v=G2iOpF4mN9I

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 5:15 pm

· #464452
בן ישי
Meeting Hasidic Jewish Celebrities - How are they different?
Beri Weber and Benny Friedman

https://youtu.be/Sj6BA4Wk0bs

די לינק איז געבלאקט ביי מיר איך האב עטליכע מאל רעקוועסט עקסעס זיי שרייבן אז ס'איז אפן אבער ס'איז נישט

היכי דמי » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 11:38 am

· #464708
א נייע ווידעא מיט ליפא.
https://m.youtube.com/watch?v=Vq9w47JfcG4

yn.NY » זונטאג דעצעמבער 27, 2020 2:05 pm

· #464720
היכי דמי
א נייע ווידעא מיט ליפא.
https://m.youtube.com/watch?v=Vq9w47JfcG4

Wow! It's one of a kind!
ליפא קומט אריין קלאר און שטארק, און פארציילט גאר שיין איבער זיין היסטאריע, ער ווארפט אריין וועגן זיין Transition צו "מאדערן ארטעדאקס" און צוריק צום "העסידיק" קאמיוניטי... אינספרירענד.

Upcoming Video: Shabbos By Hassidic Jews

קרעטשמער » זונטאג יאנואר 3, 2021 5:10 pm

· #465062
א פרישע ווידעא מיט הרב מאניס פרידמאן ארום דאס אידישע לעבענסשטייגער צווישן מאן און ווייב.

https://m.youtube.com/watch?v=U9Ru4-yPoOg

היכי דמי » דינסטאג יאנואר 12, 2021 6:34 pm

· #465543
נעקסט לעוועל: די אטמעספערע ביי א הייליגע שבת סעודה https://www.youtube.com/watch?v=s01ZO13Jq5M

בן ישי » דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 9:39 pm

· #465619
קרעטשמער
א פרישע ווידעא מיט הרב מאניס פרידמאן ארום דאס אידישע לעבענסשטייגער צווישן מאן און ווייב.

https://m.youtube.com/watch?v=U9Ru4-yPoOg

ער האט אראפגענומען דעם ווידיאו?

נײגעריגער » דאנערשטאג מערץ 4, 2021 12:23 pm

· #467963
היכי דמי
נעקסט לעוועל: די אטמעספערע ביי א הייליגע שבת סעודה https://www.youtube.com/watch?v=s01ZO13Jq5M

[ציטאט אראפגענומען]

כ'האב א חשש אז דער װאס האט א קעמיאָו באַ קה אכסוף איז איינע פון זיי...

אבער ערנסט גערעדט: װאס איז דען דער איסור? איז מען דען מחויב אָפּצוהאַלטן א גאַסט, אַן א"י, פון טוהן װאָס ער װיל? זיי הייסן עם דאך נישט פילמירן.
אפי' רעדן צום קעמרע דירעקט, איז לכאו' אויך נישט בגדר אמירה לעכו"ם

בעצם איז דאס זייער א שיינע װידיאָו, אינטערעסאַנט צו זעהן װי א סעודה פירט זיך באַ די מער פאַרמעגלעכע. (הגם ס'אוממעגליך צו װיסן װי אָרגינעל סע איז באמת). א גרויסע חידוש איז מיר, אז זיי װייסן פון קיין שבת-זייגערס צו זאָגן

Samkoton » דאנערשטאג מערץ 4, 2021 7:58 pm

· #467994
נײגעריגער
היכי דמי
נעקסט לעוועל: די אטמעספערע ביי א הייליגע שבת סעודה https://www.youtube.com/watch?v=s01ZO13Jq5M

[ציטאט אראפגענומען]

כ'האב א חשש אז דער װאס האט א קעמיאָו באַ קה אכסוף איז איינע פון זיי...

אבער ערנסט גערעדט: װאס איז דען דער איסור? איז מען דען מחויב אָפּצוהאַלטן א גאַסט, אַן א"י, פון טוהן װאָס ער װיל? זיי הייסן עם דאך נישט פילמירן.
אפי' רעדן צום קעמרע דירעקט, איז לכאו' אויך נישט בגדר אמירה לעכו"ם

בעצם איז דאס זייער א שיינע װידיאָו, אינטערעסאַנט צו זעהן װי א סעודה פירט זיך באַ די מער פאַרמעגלעכע. (הגם ס'אוממעגליך צו װיסן װי אָרגינעל סע איז באמת). א גרויסע חידוש איז מיר, אז זיי װייסן פון קיין שבת-זייגערס צו זאָגן

אפשר אין חב''ד נוצט מען נישט קיין שבת זייגערס.
זי איז א חבדסקער. (ער נישט)

היכי דמי » דינסטאג אוגוסט 3, 2021 5:28 pm

· #478829
א פרישע עפיסאד: א מעמד הכנסת ספר תורה אין די חסידישער וועלט.

יא, חסידים ווייסן אויך וויאזוי מען מאכט א פארטי.

(איך בין נייגעריג וואס דער עולם זאגט צו דעם וואס א פרוי מאכט גלילה)

https://www.youtube.com/watch?v=NUs2mij2lp0&t=51s

סאנטיאגא » מיטוואך מערץ 30, 2022 12:26 pm

· #497231
קרעטשמער
א פרישע ווידעא מיט הרב מאניס פרידמאן ארום דאס אידישע לעבענסשטייגער צווישן מאן און ווייב.

https://m.youtube.com/watch?v=U9Ru4-yPoOg

אזויפיל נארישקייטן. זיינע אידילאגיעס פון אנדערע קולטורן זענען שוידערליך טוויסטעד. אלעס וואס איך האב דא ארויסגענומען: כ'האב מיר נענטער באקענט מיט די מחשבות פון א סיניקל עגאיסט - און דער וולאגער קויפט עס נעבעך פאר גוט געלט...

ס'איז נישט פאני דער לעבט אין 15th century אייראפע די גאנצע פאנטאזיע פון די קעניג מיט די קעניגן... Cringe

דער ציבור כאפט נישט מ'רעדט דא פון א פארשוין וואס באשולדיגט עלטערן אין זייערע אווערדאוזד צענערלינגען ווייל זיי האבן "גערעדט בשעת מעשה" און אז אינדערהיים איז יעדער געווארן פארגוואלדיגט נאכאנאנד, ממילא איז עס נישט קיין ביג דיל און הער אויף צו זיפצן... און פון אים גייסטו נעמען עדווייס פאר שלום בית... איי געס איך בין משוגע

#ברוינפןגלאזמח

טאמבל סאס » מיטוואך מערץ 30, 2022 1:24 pm

· #497240
איך גלייך אים שטארק גראדע און איך האלט ער איז א טיף דענקענדער מענטש. אגב, מען מוז נישט אלעס נעמען פון אים; ס'איז נישט א פעקעדזש דיל (דאס זאג איך פאר דיר). די לינק דא האב איך נאכנישט געהערט אבער כ'האב געהערט אנדערע זאכן פון אים אין די עבר. וניכרין הדברים והדובר אותם אז דא רעדט מען פון א בעל לב ושכל. אזוי דענק איך.

סאנטיאגא » מיטוואך מערץ 30, 2022 2:14 pm

· #497243
כלל גדול: קיינמאל זאגן א מיינונג אויף אן ארטיקל אן עס ליינען, אדער זיך לאזן הערן אויף א קליפ אן עס קוקן.

אז דו ווילסט דוקא כ'וועל דיר שפארן צייט.
https://frumfollies.wordpress.com/2013/ ... abuse/amp/
ליין צוואנציג שורות פון דעם ארטיקל. פאר אראפ צו וואו מ'ציטירט זיינע שמועסן בעיקר #15 א נערוון קראנקער קאלטבלוטיגער יונג! אזא עקלהאפטיגע ביטול. פון וואו קומט דאס אפילו?
If this doesn't change your mind , I don't know what will

דעס איז דא אויף אודיא אויך בייד"וו, פאר איינער שרייט פעיק ניוז...

https://youtu.be/_7zLhtmfT-4
הער דאס. ער רעדט און רעדט און רעדט און זאגט נישט גארנישט. סתם נוצן הויעכע ווערטער מאכט דיך נאכנישט קיין חכם. ער איז אזוי נישט טיף, אויבערפלעכליך, שאלא, נישט עדוקטירט. Clearly רעדט אריין אין נושאים וואס ער קען נישט גוט.

אויך באמערק ווי ער איז זיך סותר מיט זיין אייגענעם אפראוטש, קענסט עס הערן דא ביי א 1:10 דא זאגט ער רבנים זאלן נישט אריינרעדן אין מענטל העלט, ווייל זיי זענען נישט קיין פסיכילאגן און פסיכיאטערס, אבער ער אליינס קען שטיין און לאזן פאלן די נידריגסטע לאוזנגען קעגן וויקטימס אזוי נישט פארשטייענדיג... דאס איז דיין מארקעטינג סטרעטעדזשי? מיט דעם בויעסטו דיך? א מינוט סימפליפייט ער עס מיט ביטול און א מינוט זאגט ער אז דאס איז א קאמפליצירטע נושא. מאך אפ!

אדרבא ברענג מיר עפעס א קלוג ווארט פון אים, דערווייל האב איך נאר געהערט פערדן אפפאל פון זיין פיסק. ער גלייכט צו ליבשאפט צו טשאקאלאד, רעיפ צו דייעריע.. אלעס איז שווארץ און ווייס.

סאנטיאגא » מיטוואך מערץ 30, 2022 2:24 pm

· #497244
טאמבל סאס
אגב, מען מוז נישט אלעס נעמען פון אים; ס'איז נישט א פעקעדזש דיל (דאס זאג איך פאר דיר).

גערעכט. אבער נאכן הערן פון אים זיין טעיק אויף סעקשועל אביוז (און נאך פארשינדארטיגע טפשות נשגבות) בין איך געקומען צו די מסקנה אז אזא אייקיו קען איך נישט נעמען ערנסט