US Mint - Coins
איינער דרייט מיר אראפ דעם קאפ די לעצטע 24 שעה, אז כ'זאל מיר איינהאנדלען א גאלד coin, וואס וועט זיין אוועליבל אין א טאג צוויי ארום, און ווי נאר איך שיק אים א קאנפירמעישן אז כ'האב זיך איינגעהאנדלט א coin, שיקט ער מיר תיכף ומיד טויזנט דאללער קאמישן.
ס'איז א לימיטעד עדישן און ער טענה'ט אז מען מעג נאר קויפן איין coin אויפן אייגענעם נאמען, און וויבאלד ער איז איז א coin דיללער וויל ער זיך איינהאנדלען ווי מער coins.
מאכט דער געשעפט סענס?
מער פרטים וועגן די קוינס, לינק וואס ער האט מיר געשיקט
<a class="postlink" href="https://catalog.usmint.gov/end-of-world-war-ii-75th-anniversary-american-eagle-gold-proof-coin-20XE.html">https://catalog.usmint.gov/end-of-world ... -20XE.html</a>
Re: US Mint - Coins
יא עס איז אמת.
PFS buyers group
טוט אויך אנבאטן טויזענט דאלער קאמישען.
למעשה אויב איר וועט עס האלטן וועט עס בפשטות זיין "אסאך" מער ווערט נאך א קורצע שטיק צייט (אפאר טעג אדער וואכן).
עס איז זיכער אז עס לוינט.
Re: US Mint - Coins
רביה''ק זי''עפאליטיקאנטעס איז זיכער אז עס לוינט.
האסטו געקויפט איינס?
איך גיי קויפן. עס איז נאכנישט אוועילעבל.
קאך_לעפלטוכעס געשעפטן...
איך זיך נישט קיינעם צו איבערצייגן, איך זאג בלויז אז יא, עס איז אן אפורטוניטי צו מאכן א גרינגען אלפ'ל.
ווי אזוי זענען אבער די פירמעס אזוי פארזיכערט אז זיי זענען גרייט צו צאלן אין עדווענסט טויזנט דאללער?
Re: US Mint - Coins
ווייל דאס איז א לימיטעד עדישען, און א Must Have פאר אסאך מטבעות זאמלער.
לפי וויאזוי עס איז געווען מיט די פריערדיגע אזוינע ספעציעלע מטבעות גייט די ווערט דערפון שטייגן גאר אסאך אין א רעלאטיוו קורצע צייט, ווייל אלע מטבעות זאמלער וועלן זיך כאפן דערצו.
צ.ב. לעצטע יאר די צייט האט די מינט ארויסגעגעבן אזא סארט מטבע פון זילבער פאר די פרייז פון $65 PFS buyers group האט עס אפגעקויפט פאר $165 אבער סוף וואך האט שוין די פרייז געהאלטן (אויף איבעי און אנדערע ליציטאציע זייטלעך) ארום $700!!!
1. שוין דא היימישע פירמעס וואס אפערן 2100 דאלער קאמישען.
2. זיי פראדעצירן בלויז 2 טויזנט שטיקלעך. So, do the math about your chances.
Re: US Mint - Coins
Easy Shopping
סאיז דא אלע מינע פרייזען.
ווי זוי קען ער פארקויפן נאך פאר סאיז עוועיליבעל?
Re: US Mint - Coins
למעשה
ווער דא האט א גאלדענע?
עס איז כמעט נישט געווען מעגליך צי כאפן א גאלדענע איך האב גענומען 5 זילבערנע
Re: US Mint - Coins
דער דארפסמאןעס איז כמעט נישט געווען מעגליך צי כאפן א גאלדענע איך האב גענומען 5 זילבערנע
אויף dansdeals האבן בערך 15 מענטשען געזאגט זיי האבן געקויפט די גאלדענע.
אין די גלייבסט טאקע אז פון 1737 קוינס וואס זיי האבן צום סוף פארקויפט פון די גאלדענע איז דא 15 מענטשען אליין וואס שרייבען אויף Dans Deals 😕
Re: US Mint - Coins
דער דארפסמאןאין די גלייבסט טאקע אז פון 1737 קוינס וואס זיי האבן צום סוף פארקויפט פון די גאלדענע איז דא 15 מענטשען אליין וואס שרייבען אויף Dans Deals 😕
פארוואס נישט?
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
Re: US Mint - Coins
דער דארפסמאןאין די גלייבסט טאקע אז פון 1737 קוינס וואס זיי האבן צום סוף פארקויפט פון די גאלדענע איז דא 15 מענטשען אליין וואס שרייבען אויף Dans Deals 😕
וואס איז די חידוש?
אויב איז ער דארטן פארוואס נישט אויב צו מאכן אפאר דולר.
Re: US Mint - Coins
איינער ווייסט פון א קונה פאר די סעט פין מערץ 11 וואס צאלט און די געגנט פין $5000?
אויף איבעי ווייזט עס פארקויפט זיך פאר אביסל איבער $5000, זוך די טייטל פונם סעט און פילטער ״sold items״ צו זען וואס קונים האבן פאקטיש באצאלט.
עס קוקט אויס עז אוו טודעי איז שוין געווען אויף איבעי 22 סעילס (אויסער אויב טייל זענען פאלשע סעילס ארויפצוטרייבען די פרייזן).