☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דאס איינדרוקספולע געשטאלט פון רבי יעקב דארסיע.

דאס איינדרוקספולע געשטאלט פון רבי יעקב דארסיע.

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14304

קאך_לעפל » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 4:59 pm

· #461632
דאס איינדרוקספולע געשטאלט פון רבי יעקב דארסיע.
היינט האבן די הויעכגעשעצטע סענאטארן אין וואשינגטאן אראפגערופן די פירער פון די דריי גרעסטע סאציאליע מידיע פלאטפארמס, אפצוגעבן צייגעניש אין סענאט איבער זייער פארפירנדע טהאטן. פון זייער באהאלטענע היילן און טיפע נארעס אין די טיפענישן פון די טאלן פון סיליקאן, דרום קארליפארניע, זענען רבי משה צוקערבערג פון ספר הפנים, רבי יעקב דארסיע פון פייגל טוויטער, און רבי סענדער פוטשיי פון גוגול, געווען געצווינגן צו ענטפערן פאר די סענאטארן מיט שטרענגע געזיכטער איבער זייערע ליבעראלע שגץ שטיק.

צום מערסט האט ארויסגעשטאצט די הערליכע מייעסטעטישע געשטאלט פון רבי יעקב דארסיע. זיין הערליכע פאטריכאלישע אויסגעקעמטע בארד, און די נאז-באנד וואס באצירט זיינע ברייטע נאז לעכער, מאכט ער אן אומהויערע איינדרוק אויף מענטשן וואס קומען מיט אים אין בארירונג. די גראנדיעזע ליגנטס וואס האבן געפלאסן פון זיין פיסק ווי ווילגאטש פון א פארזשאוועטע וואסער-רער האבן זיך ממש געהערט ווי אמת, בלויז א דאנק זיין רבנישע צורה...

אלענספאלס נאך די וואלן גייט אין יעדספאל אלעס צוריק צום אלטן, א שאד זיך צו האלטן דעם אטעם.

הרב שיף » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 5:22 pm

· #461633
נו ברענג א בילד.

און אויב עס העלפט אויף נאמנות, וועט מען זיך איינקויפען א בערשטל און צורעכט מאכען די בארד.

פאליטיקאנט » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 5:36 pm

· #461635
Re: דאס איינדרוקספולע געשטאלט פון רבי יעקב דארסיע.
.

הרב שיף » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 5:49 pm

· #461636
יא דאס בארד איז פיין. אבער א נאז באנד זעמיר נישט גרייט צו מאכען.

(מוועט זיך מוזען איינקויפן נאמנות אויף די שווערע וועג)

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 6:14 pm

· #461637
Re: דאס איינדרוקספולע געשטאלט פון רבי יעקב דארסיע.
די חוצפה פון דעם דארסיע איז עפעס אין לשער, ווען א סענאטאר האט איהם געפרעגט פארוואס לייקענען די האלאקאוסט איז נישט צענזורירט האט ער געענטפערט מיט אזא ישיבישע פשטות אז דאס גייט נישט אריין אין איינע פון די זאכן, קאוויד, אדער עלעקשאנס, במילא ווערט עס נישט צענזורירט, פרעגט עם דער סענאטאר, אבער ס'זענען דאך געהארגעט געווארען מיליאנען, וואס הייסט עטס לאזט דאס צו, און דער ענטפער איז געקומען מיט די זעלבע פשטות און גראדקייט, אז אויף דעם האבן זיי נישט אוועקגעשטעלט א צענזור

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 6:22 pm

· #461638
דאס איז מער א בריסקע סארט תורה, "דאס שטייט דא, ס'איז א דין אזא."

בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס ער האט נישט קיין פראבלעם מיט האלאקאוסט לייקענער, אמער, די נאציס האבן דאך געהארגעט האומאוס און שווארצע, ווי קען מען דאס לאזן פארשווייגן?

מנחם ציון » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 6:31 pm

· #461639
דער פרצוף דערמאנט מיר פון איינע פון די רבנים א 300 יאר צוריק א שטייגער ווי ר' שמשון ווערטהיימער
נאך איינער איז אים די פנים קענטליך?

פאליטיקאנט » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 6:57 pm

· #461640
Re: דאס איינדרוקספולע געשטאלט פון רבי יעקב דארסיע.
די היפאקריטיע איז גרויס און איך האלט אז אויב מאכט ער א צענזור אויף וואס עס שמעקט עם, זאל די גאווערנמענט אריינטרעטן און רעגולירן - אדער אינגאנצן פריי, אדער זאל עס כאטש זיין אונטער קאנטראל (פון ערוועלטע).

לגבי די עצם האלאקאוסט פארלייקענונג זע איך נישט קיין פראבלעם ער זאל דאס צולאזן לו יציאה ער צענזורירט נישט אנדערע נושאים.
כ'מיין אויב דו באשליסט צו לייקענען אז די זון שיינט, געזונטערהייט. יעדע האט א רעכט, אפי' עס איז ראסיסטיש (עכ"פ ביזן אפן מיטיגן צו געוואלדטאטן).

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 3:49 am

· #461656
Re: דאס איינדרוקספולע געשטאלט פון רבי יעקב דארסיע.
קאך_לעפל
היינט האבן די הויעכגעשעצטע סענאטארן אין וואשינגטאן אראפגערופן די פירער פון די דריי גרעסטע סאציאליע מידיע פלאטפארמס, אפצוגעבן צייגעניש אין סענאט איבער זייער פארפירנדע טהאטן. פון זייער באהאלטענע היילן און טיפע נארעס אין די טיפענישן פון די טאלן פון סיליקאן, דרום קארליפארניע, זענען רבי משה צוקערבערג פון ספר הפנים, רבי יעקב דארסיע פון פייגל טוויטער, און רבי סענדער פוטשיי פון גוגול, געווען געצווינגן צו ענטפערן פאר די סענאטארן מיט שטרענגע געזיכטער איבער זייערע ליבעראלע שגץ שטיק.

.


תיקון טעות:
רבי יעקב דארסיע פון פרחי יונים, און רבי סענדער פוטשיי פון מאה אפסים (אדער אפס ואפסי).

קוויטעל » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 9:16 am

· #461660
מנחם ציון
דער פרצוף דערמאנט מיר פון איינע פון די רבנים א 300 יאר צוריק א שטייגער ווי ר' שמשון ווערטהיימער
נאך איינער איז אים די פנים קענטליך?

מיר איז ער במושכל ראשון פארגעקומען ווי פון איימיש שטעטל. ס'האט נישט די יודישע חן

מנחם ציון » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 2:35 pm

· #461670
איך מיין נישט אידיש צו גויאיש
די געשטעל וכל אשר בה דערמאנט מיר פון איינעם

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 9:47 pm

· #461693
📎 IMG_20201029_214538_902.jpg

תרומה » פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:10 am

· #461719
📎 34957650-8888985-image-a-9_1603901614101 (1).jpg

אינטערסאנט » פרייטאג אקטאבער 30, 2020 11:20 am

· #461734
די נאז-באנד רעפזענטירט עפעס?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 30, 2020 1:00 pm

· #461744
מעגליך א רמז צום נזם זהב באף חזיר.

מנחם ציון » פרייטאג אקטאבער 30, 2020 1:01 pm

· #461745
חזיר רעפערירט אז ער איז ליבעראל...? 😕 😕

דוראק » פרייטאג אקטאבער 30, 2020 1:20 pm

· #461748
אינטערסאנט
די נאז-באנד רעפזענטירט עפעס?

זע דאָ.

יתרו » פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:31 pm

· #461760
<a class="postlink" href="https://twitter.com/mendytv/status/1321468890589859845?s=12">https://twitter.com/mendytv/status/1321 ... 59845?s=12</a>

אינטערסאנט » מאנטאג נאוועמבער 2, 2020 10:15 am

· #461879
דוראק
אינטערסאנט
די נאז-באנד רעפזענטירט עפעס?

זע דאָ.


אינפארמאטיוו.

אפשר איז עס א סגולה פאר עשירות...

פארווע חסיד » דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 11:00 am

· #462688
דאס הייליג געשטאלט ווערט היינט ווידער געזעהן אויף קעפיטאל הילל,
אשרי מי שראה פני החולם

קוויטעל » דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 7:25 pm

· #462700
פארווע חסיד
דאס הייליג געשטאלט ווערט היינט ווידער געזעהן אויף קעפיטאל הילל,
אשרי מי שראה פני החולם

ער האט זיך דאס מאל בעסער צוגעשנאצט דאס בארדע...

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 7:41 pm

· #462702
גראטולאציע צי ר יאנקל פארן ציבאקומען די נייע אפציע צי טוויטער פון כמו סטאטוס אדער סטאריס ויקרא שמו בעמים "פליטס" מזל טוב

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 7:44 pm

· #462703
גוט מארגן קרוז ביסט בעקדעיטעד מיט 2000 יאר ...
📎 photo_2020-11-17_13-06-48.jpg

מנחם ציון » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:22 pm

· #462731
📎 2020-11-18.jpg

פאליטיקאנט » זונטאג יאנואר 10, 2021 2:34 am

· #465369
Re: דאס איינדרוקספולע געשטאלט פון רבי יעקב דארסיע.
האדמו"ר מצפצופי יונים, האט אין א פרעצעדענטלאזע קול קורא / שריט באוויזן צו מעורר זיין די חרדי'שע אידנטום זיך אפצולאזן פון די סאציאלע מידיע נעצן וואס זיינע קאלעגע רבנים האבן שוין יארן צוריק גע'אסר'ט.