משפיע לאמיך דיר פרעגן עפעס אנדערש.
וויפיל מענטשן קענסטו -יונגע און אלטע- וואס שטארבן ביי זיך אין דיינינג רום? כמעט יעדער וואס שטארבט, שטארבט אין שפיטאל. אווי דער מלאך המות זאל איינמעלדן אז יענער איז נעקסט, און פלי שנעל אריין אין שפיטאל ווייל דארט פיק איך אויף מענטשן...
נאר וואס איז פשט?
----
ווען דו הערסט אין א מוצאי תולדות אז דורכאויס שבת זענען געווען דריי נפטרים; איינער איבער די 90, איינער א קענסער פאציענט נעבעך אוועק ביי די 64, און נאך איינער ביי די 44, אויך פון קענסער לאמיר זאגן. איי העוו ניוס פור יו' כמעט 100% אז זיי זענען קרבנות פון די פלו... נאר מען גייט עס נישט אסאסיעטן מיט די פלו.
ווייל "וואס הייסט, א נישקשה'דיגע שיבה טובה" יענער? "נעעעבעך.. זיך אפגעמוטשעט פאר 4 יאר און יעצט איז ער אוועק". און אזוי ווייטער, אבער אין פאקט זענען זיי גאנץ מעגליך פלו וויקטעמס.
וכמאמר הידוע: מען שטארבט נישט פון קענסער, מען שטארבט פון א פארקילעכץ.
וואס האט זיך געטוישט ביי קאראנע איז, אז יעדער איז א קאראנע וויקטעם, וואלט ער ווען געשטארבן אין אן עקסידענט, וואלט ער אויך געווען א קאראנע פאציענט סאם האו. און ס'איז נישט קיין סוד, זייער אסאך מענטשן זענען סאו קאלד "געשטארבן פון קאראנע", ווען אין פאקט, זענען זיי אדער יא אדער נישט געשטארבן דערפון.
יעצט, צו איז די וויירוס מער אדער ווייניגער טויטליך ווי די פלו? איך ווייס נישט.
אבער צו איך ווייס פון איינער וואס איז געשטארבן פון די פלו ? כמעט די גאנצע נפטרים ליסטע א יעדע ווינטער זענען פלו טויטע.
צוריק צו מיין שאלה, פארוואס מען שטארבט נישט ביי זיך אין דיינינג רום? זייער פשוט, יענער קען זיך ארומדרייען מיט קענסער פאר יארן, און עס טריעטן ווי ס'דארף צו זיין, אבער מיט זיין אוועק גע'הרג'טע אימיון סיסטעם דארף ער נאר איינמאל כאפן די פלו ל"ע און ער איז פארטיג.
און דאס איז וואס ס'געשעט אין רוב פעלער, דער אלטער איד, ( אדער דער קענסער פאציענט) איז מער ווייניגער OK, אבער ס'כאפט אים א פארקילעכץ, אדער.... יא,די פלו,.. מען פירט אים אריין אין שפיטאל, ווי עס מאכט זיך אפט קאמפליקאציעס, כ'מיין ווי נישט ווי רעדט מען דא פון א באדי א 1920מאדעל, און יענער איז רעדי פאר עקספיירעשאן, ער קען מער נישט פייטן קיין דיזיזעס, אדער איז יענער קימא געטריעטעט, און זיין אימיון סיסטעם איז גארנישט ווערד.
אבער יא, די פלו איז אבסעלוטלי טויטליך, און רייסט אוועק יעדעס יאר אסאך פון אונז, און מיר ווייסן ניטאמאל אז זיי זענען געפאלן צו די פלו...