☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אויב טראמפ גייט געווינען...

אויב טראמפ גייט געווינען...

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14291

קאך_לעפל » זונטאג אקטאבער 25, 2020 12:16 pm

· #461338
גאר גוט ארויסגעברענגט וואס די קאמוניסטן - סאציאליסטן שפירן אצינד.
זאל דער אייבישטער טאקע העלפן, אז דער הייליגער טראמפ זאל באזיגן די אלע כופרים, משחיתים, און קינדער מערדער. אלע די אלע וואס פילן זיך אומבאקוועם צו לעבן דעם אמעריקאנער חלום, זאלן זיך אוועקציען צום צאסיליסטישען גן עדן, אין ווענעזועלאַ אדער אין אנדערע הייליגע סאציאליסטישע גן עדנס. און אונז לאזן לעבן אין גליק און אין פרידן און אין פרייהייט!

קל וחומר » זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:49 pm

· #461349
Re: אויב טראמפ גייט געווינען...
הרב העניך,
קודם כל א יישר כוח פארן לאזן הערן דיין מיינונג, איך וועל דיר אביסל געבן פון מיין פערספעקטיוו.

איך בין אויך נישט פון די גרעסטע טראמפ שטיצער, אין פאקט בין איך געווען פון די 'נעווער טראמפ' ביי 2016, אבער היינט צוטאגס קען איך אים שוין מאיזה סיבה סובל זיין.
ער האט געמאכט דעם וועלט מער פרידליך וואס האט אן השפעה סיי אויף די רואיגקייט און סיי אויף די וועלטליכע עקאנאמיע.
קיינער קען נישט לייקענען דעם פאקט אז אמעריקאנער בירגער האבן זיך געשפירט מער באדרויעט פון נארט קאריע, איראן, רוסלאנד און כינע ווען אבאמא איז געווען אין אמט.

זיין שלום אפמאך אין די מיטל מזרח איז א זאך וואס וועט טראגן גאר ווייטגרייכענדע בענעפיטן פארן וועלט בכלל און פאר אמעריקע און ישראל בפרט, סיי מיט די עצם רואיגקייט וואס וועט דארט הערשן, ווען די אלע לענדער וועלן זיך פאראייניגן אין די מלחמה קעגן ראדיקאל איסלאמישע טעראר, און סיי מיט די עקאנאמיעס פון די וועלט לענדער וואס וועלן פארברייטערט ווערן דורכ'ן האנדלן איינער מיטן צווייטן.

אין אמעריקע זעלבסט האט ער אויך געטוהן געוואלדיגע פעולות, סיי מיטן שניידן טעקס פארן מיטלגארטיגן איינוואוינער, און סיי מיטן דורכפירן למעשה דעם פריזן רעפארם.

ער רעדט טאקע אסאך זאכן וואס מ'טאר נישט, אבער טוהן טוט ער וואס די וואס רעדן יא צום זאך, האבן משום איזה סיבה קיינמאל נישט דורכגעפירט.

צום שלוס, אויב געווינט ער און ער וועט ווייטער 'טוהן' וואס ער האט געטוהן ביז יעצט, בין איך גאנץ באקוועם מיט אים.

החוקר » זונטאג אקטאבער 25, 2020 2:20 pm

· #461352
Re: אויב טראמפ גייט געווינען...
@אנאנים איך שפיר מיט מיט דיר יעדע ווארט. הגם עס איז דא אפאר קלייניגקייטן וואס איך בין נישט אינגאנצן איינשטומיג.

פאליטיקאנט » זונטאג אקטאבער 25, 2020 3:22 pm

· #461361
Re: אויב טראמפ גייט געווינען...
איך זע באמת נישט וואס האט זיך געטוישט די לעצטע פיר יאר. חוץ דאס אז די דעמאקראטן זענען ארויס אויף א וואנזיניגע גאלאפ פון פארשטאפן די אויערן און נישט וועלן לעבן אינעם מציאות.

גלייבט מיר איך בין בכלל נישט קיין אוהב טראמפ און אויך נישט קיין רעכטע, אבער דאס וואס די לינקע טוען לעצטנס איז איבערגעטריבן, איך רעד פון צענזורירן אנדערע מיינונגען, פון נישט באריכטן נייעס וואס איז אומגינסטיג פאר זיי, פון איבערטרייבן יעדע קליינע נארישע דעטאלן פאר א גאנצע מצב, פון באווייזן צו פאליטיזירן די פאנדעמיע (יא, איך ווייס ביידע צדדים זענען שולדיג, אבער לדעתי האט עס מער מיט זיי).

צום שלוס, פארוואס האבן די דעמאקראטן ארויסגעשטעלט אזא נארישע קאנדידאט? - איך רעד נישט פון זיינע טעותים, איך מיין זיין גאנצע מכות איז זיין נאכגעשלעפט און נישט האבן קיין אייגענע מיינונג.
וויען זיי וואלטן געשטעלט "יענג" אדער געוויסע אנדערע פון זייערע קאנדידאטן, וואלט איך געשטימט פאר זיי.

קורקלענד » זונטאג אקטאבער 25, 2020 3:44 pm

· #461367
אזויווי איך האב דא די זכיה צו קאמענטירן אויף אזא אנגעבענדע לאגיקער אן ראציאנאליסט. וועל איך דא פארלייגן מיינע צוויי דריי נייגעריגער אבזערוואציעס, און ס'איז מיין האָפן אז ס'וועט אויך קומען א לאגיקע און ראציאנאליסטישער אנטווארט פונעם פותח האשכול.

נאך פיר יאר זענט איר ווארשיינליך געקומען א לאנגער וועג, איר זענט שוין ב''ה נישט אזוי געזארגט פאר א דריטע וועלט מלחמה. אצינד האט איר נאר אנדערע דאגות.

ווי למשל

אויף למעשה זע איך נישט אז טראמפ זאל דווקא ברענגען א נוקלעארע קריג. אינעם עולם המעשה וועלן מיר נאר ווייטער זען קלייניגקייטן: די רייכע ווערן רייכער און די ארימע ווערן ארימער, א פאר מיליאן מענטשן וואס קענען נישט באצאלן זייערע דאקטוירים-בילס, א פאר הונדערט טויזנט פארמיידבארע טויטן, וכדומה. זאכן וואס שאקלען נישט צו שטארק אויף.


ביטע ענטפערן פון א סטאטיסטישע היסטארישע שטאנדפונקט. איך וויל וויסן די אמת אונטער וועלכע אדמיניסטראציע און פאליסיס זענען אט די צוויי דאגות פון די רייכע ווערן רייכער און ארימע ווערן ארימער מער צוטיילט געווארן? און אונטער וועלכע אדמיניסטראציע אי העלטהקעיר געשטיגן אויף אלע פראנטן? לויט ווי איך פארשטיי מאכט איר נישט קיין איין טראפּ סענס אויב דאס איז אייער דאגה!

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:03 pm

· #461374
כהאב הנאה אז מקען דיסקאסירן אזא היציגע נושא אביסעלע ראצינאל און מיט א טראפקעלע לאגיק, יעדער מיט זיין דעה אן קיין פערזענליכע אטאקעס. אפילו גרויסע טאטעס און CNN און FOX, באוויזען דאס נישט, כה לחי!
זייטס ממשיך מיט אייער ויכוח, איך בין אן אנדיסיידעט וואטער,און איך וואוין און א דארף אין פענסעלוועניע מיין שטימע קען אויסמאכן, העלפטס מיר ארויס מיט א דיסיזשען ,אבער נאר מיט פאקטן און לאגיק. כעת בין איך א טראמפיסט ביי פרישטאג, א ביידעניסט ביי מיטאג, און א אנדיסיידעט ביי נאכטמאל, (איך שטים געווליך נאך נאכטמאל).

פאליטיקאנט » זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:46 pm

· #461380
Re: אויב טראמפ גייט געווינען...
@בענדזשאמין פרענקלין סטאטיסטיקס ווייזן אז רוב פיסגייער עקסידענטס פאסירן צופרי און ביינאכט (ווייל דאן איז דא מער פארקער), דעריבער איז געראטן צו גיין שטימען נאכמיטאג.

גענוג ראציאנאל?

קורקלענד » זונטאג אקטאבער 25, 2020 5:15 pm

· #461383
פאליטיקאנט
@בענדזשאמין פרענקלין סטאטיסטיקס ווייזן אז רוב פיסגייער עקסידענטס פאסירן צופרי און ביינאכט (ווייל דאן איז דא מער פארקער), דעריבער איז געראטן צו גיין שטימען נאכמיטאג.

גענוג ראציאנאל?

ניין. מ'דארף אויך האבן די אינפארמאציע וואס איז די פראבאבילטי צופרי און ביינאכט, און וויפיל אינמיטן טאג. אויב איז די פראבאבילטי בייטאג און ביינאכט גענוג קליין איז עס ניטאמאל נוגע. אפי' ס'איז אזויפיל מער מאל שייך...

פאליטיקאנט » זונטאג אקטאבער 25, 2020 7:41 pm

· #461404
אויב ביידען גייט געווינען...
אויב ביידען גייט געווינען...

גייט עס מיר פערזענליך בפשטות ממש נישט אויסמאכן.

1. טעקס - גייט אפשר ארויפגיין אבער שווער צו זאגן מיט א זיכערקייט היות איך בין נישט פון די גאר רייכע קאמפאניס

2. נייעס - גייט זיין אביסל מער בארינג, אבער דאס איז נישט אויף וואס מיין לעבן דרייט זיך.

3. מאראל / "שאנדע פון אונזער מדינה" - גייט בפשטות זיך גארנישט טוישן, גאר מעגליך עס וועט זינקען נידעריגער.

4. סאציאלע הילף / העלט קעיר - אונז לעבן אין ניו יארק ממילא האבן אונז שוין גענוג צוגעשטעלט פון ביידע, אבער "אולי"וועט קומען נאך אביסל פאר די פוילע (פאר אונזער כולל אינגעלייט וועט עס "אפשר" זיין בעסער - אבער די ביים שפיץ שטייסל וועלן "זיכער" פארדינען)

5. צענזור / אונטערדריקונג (ערשטע און צווייטע אמענדמענט) - לכאורה וועט פרייהייט ווערן אביסל מער צוזאם געצויגן, 'יעט עגעין' בפשטות וועט זיך גארנישט טוישן אויף א פעדעראלע לעוועל.



....מענטשן וועלן ווײטער פרובירן צו אנשרעקן אז אויב די אנדערע צד געווינט דאן איז עק וועלט, א שנעלע בליק איבער די לעצטיגע היסטאריע פונעם פלאנעט צייגט אז די וועלט האט רוב מאל איבערגעלעבט און שטייט נאך עד היום הזה. קודאס פאר אונזער גלאוב.

מושב לצים » זונטאג אקטאבער 25, 2020 8:09 pm

· #461408
1.

איך בין הונדרעט פערצענט מסכים, די דעמאקראטישע פארטיי זאל זיך זאפארט אויפלעזן.

2.

פיר יאר צוריק האט איר אלע געשריגן אז טראמפ גייט מאכן א נוקליער מלחמה, און אמעריקע גייט חרוב גיין, יעצט אז קיינע פון די שווארצע נביאות האט נישט געשעהן, איז מען אויפגעקומען מיט א מיסטיריעזע שרעקעדיגע נבואה פון די קאליקטיווע סאושעל פאבריק בלא בלא בלא. (וויילל פעלאסי און די דעמאקראטישער פארטיי ארבעטן זייער שווער צו פאראייניגן אמעריקע נאר טראמפ לאזט זיי נעבעך נישט).

3.

אנשטאט צו ברוגז זיין אויף אנקעטעס וואס זענען בדרך כלל מער ווייניגער עקורעט, ענדערש נעם דיך אריין אין קאפ אז טראמפ איז נישט א טיפיקעל פאליטישען, ער האט א געשוואוירענע בעיס ווי קיינער האט נישט באוויזן, און אנקעטעס איז נישט חל אויף עם.

4.

איך וואלט אייך געראטן צו לייגן אייער פוסטע האפענונג אין א זייט, צי טראמפ געווינט אדער נישט. חסידים וועלן בליייבן חסידים און טראמפ וועט בלייבן טראמפ. אז איר וועלט זיך שפורן אפגעפרעמדט קענט איר שוין יעצט אנהייבן.

אספקלריה » זונטאג אקטאבער 25, 2020 8:19 pm

· #461411
אויב ביידען גייט געווינען,
גיי איך דארפען נאכאמאל באצאהלען די קנס פארען נישט האבען העלט אינשאורענס
(איך מאך צופיל פאר אבאמא קעיר, און צו ווייניג מיך צוערלויבען געהעריגע אינשארענס.

אויב ביידען גייט געווינען און אוועקנעמען 1031,
גייט מיין וועג פון טוהן ביזנעס ווערען צושטערט.

אויב ביידען גייט געווינען און פעקען די קאורט
בין איך נישט זיכער אז מיין פרידען צו האלטען מיין רעליגיע גייט בלייבען, די קאנסערוועטיווע ווערסיע פון די קאנסטוטוציע איז וואס האט אונז געגבען א רואיג פלאץ צו לייגען א פיס, איינמאל משפילט זיך ארום בין איך נישט זיכער וואו ווייט דאס וועט גיין.

אויב טראמפ געווינט איז עס נישט וועגען די צודרייטע טראמפיסטען, סאיז נאר וועגען די יונגע קנאישע עקסטרימיסטע בחורים (די לינקע מילעניעלס)
די עקסטרעמע יונגען די בעלי שיטה ,די וואס זענען אינם עוסקים בישובם של עולם,נאר זיי זיצען און ישיבה אדער און כולל (קאלעדזש, אוניווערסיטי)
דיע וועלען מעגליך זיין דיע וואס וועלען דירלאנגען א געווינס פאר טרמפען.

די וואס דרייען איבער א מדינה וועיגען די רעכטען פאר א בית הכסא פאר די גענדער טוישער, דיע וואס הערען אויס די פרעפעסער און די לינקע קאלעדזש לידער, אזוי ווי דער מענדעליסט הערט אויס מענדעלע.
דיע וואס שרייען אויף א יוד אדער אויף א גראבע ווייסער וואו איז דיין מאסק, אבער נישט אויפען מוסלאמענער וואס טראגט נישט (בעיני ראיתי)
דיע וואס פארשרייען די פאליציאנט וואס זעצט דעם שחור, און באלויבען דעם שחור וואס באזעצט דעם פאליציי מאן,

דיע הייסע שיטה קייערס וואס אויב די פארסט נישט מיט זייער אגענדא ביסטו מן הסתם אונעדזשיקעיטעיט און א ברעינוואשד טראמפיסט
(משא״כ אויב ביסטו א ליבארעל ביסטו זעכיר א שטודירט, און פלא והפלא אז אלע שטודירער זענען אנגעקומען צו די זעלבע גלאטע מסקנות אהן קיין שום חילוקי דיעות)

אויב טראמפ געווינט זענען זיי שולדיג אז דאס לאנד ציטירט אזוי פון די היציגע ישיבה בחורים אז מוועלט אפילו אריין אזא מיניעק זיי צו באקעמפען

קורקלענד » זונטאג אקטאבער 25, 2020 9:06 pm

· #461417
אויב ביידן געוויינט גייט זיך ביי מיר גארנישט טוישן. ווייל די רעפובליקאנער און דעמאקראטישער פארטייען קוק איך ביידע אן אייניג. ביי מיר זענען מיטש מקאנעל און קאמאלא האריס און פאול רייען און עי אוי סי און מר ומרת קלינטאן און בוש דער אלטער והצעיר און 'אלע' אנדערע פאליטיקער. די זעלבע. זיי פארדינען אלע די זעלבע מקום אין מיין שכל! איך האלט פון אלע פון זיי ווייניגער פון נול, און ס'מאכט באמת נישט אויס ווער ס'שטייט בראש. אנדערש ווי פרייוויליג וואלט איך נישט געזאגט אז מ'טוישט אויס איין איינפאכע פלעשל פאר א צווייטע. נאר אז מ'טוישט אויס גאר עפעס אנדערשט וואס איך וויל נישט שרייבן אויס מורא פון שמוציג מאכן מיין פעדער.

און יא, און 16' האב איך געוויילט טראמפּ אלץ א רעפערענדום, אזויווי פרייוויליג האט געשריבן. אבער און 20' שטים איך טראמפּ ווייל ער האט גוט געטוהן!

אויב ביידן געווינט וועל איך צוריק אריינגיין אין מיין לעכל און באוויינען די פארלוירענע גאלדענע געלעגנהייט פון נאך פיר יאר טראמפּ!

אונטער חכם » זונטאג אקטאבער 25, 2020 10:14 pm

· #461421
Re: אויב טראמפ גייט געווינען...
מאדנע וויאזוי קיינער בארירט נישט דא די סאמע גרעסטע אישו אין לאנד, קאוויד.

אין די נאכט פון טראמפס געווינס בין איך געווען דערשראקן פאר די קומענדיגע דריטע וועלט מלחמה אדער כאטש א געפערליכער רעסעשאן, אבער למעשה האט אויסגעזען די ערשטע דריי יאר אז עס איז נישט געפערליך אריינצושטעלן א משוגענעם אין ווייסן הויז, אלעס איז אנגעגאנגען כמעט ווי געווענליך חוץ די מידיא.

אבער למעשה איז אנגעקומען דער פערטער יאר, און צו אונזער אלעמענס שאק איז דער גרעסטער קריזיס אין די לעצטע זיבעציג יאר איז אנגעקומען פונקט אין די צייט וואס דער משוגענער זיצט אינעם ווייסן הויז, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז נישט אזא קלוגע זאך צו שטעלן א משוגענעם אלץ פרעזידענט.

די פאקט איז אז עס איז נישטא קיין איין פארגעשריטענע מדינה אין די וועלט וואס האט געליטן אפי' נאנט צו אמעריקע די לעצטע פינף חדשים, אבער עס זעהט אויס ווי קיינער דא קעירט אפי' נישט.

קורקלענד » זונטאג אקטאבער 25, 2020 10:28 pm

· #461422
ס'נישט קיין קאוויד אשכול און איך וויל נישט פארדרייען. אבער ביטע קומט אריין אין א קאוויד אשכול מיט א קאמפעריסאן, ווער ס'האט געטוהן בעסער ווי אמעריקע וכו'...און וואס אמעריקע וואלט געקענט טוהן בעסער ווי ס'האט געטוהן. אויך וואלט איך געוואלט וויסן צו נאר טראמפּ איז שולדיג אדער צו די גאווערנאר'ס פון די שטאטן זענען אויך שולדיג? זענען געוויסע אמעריקאנער שטאטן געווען בעסער ווי אנדערע? אויב יא פארוואס? האט עס מיט וואשינגטאן? טראמפּ?

אבער ביטע נישט אין די אשכול.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 25, 2020 10:37 pm

· #461424
פאליטיקאנט
איך זע באמת נישט וואס האט זיך געטוישט די לעצטע פיר יאר. חוץ דאס אז די דעמאקראטן זענען ארויס אויף א וואנזיניגע גאלאפ פון פארשטאפן די אויערן און נישט וועלן לעבן אינעם מציאות.

גלייבט מיר איך בין בכלל נישט קיין אוהב טראמפ און אויך נישט קיין רעכטע, אבער דאס וואס די לינקע טוען לעצטנס איז איבערגעטריבן, איך רעד פון צענזורירן אנדערע מיינונגען, פון נישט באריכטן נייעס וואס איז אומגינסטיג פאר זיי, פון איבערטרייבן יעדע קליינע נארישע דעטאלן פאר א גאנצע מצב, פון באווייזן צו פאליטיזירן די פאנדעמיע (יא, איך ווייס ביידע צדדים זענען שולדיג, אבער לדעתי האט עס מער מיט זיי).

צום שלוס, פארוואס האבן די דעמאקראטן ארויסגעשטעלט אזא נארישע קאנדידאט? - איך רעד נישט פון זיינע טעותים, איך מיין זיין גאנצע מכות איז זיין נאכגעשלעפט און נישט האבן קיין אייגענע מיינונג.
וויען זיי וואלטן געשטעלט "יענג" אדער געוויסע אנדערע פון זייערע קאנדידאטן, וואלט איך געשטימט פאר זיי.

פאליטיקאנט: דו פארשטייסט נישט די כונה (הקדשה) פון די דעמאקראטישע פארטיי. היות זיי ווייסן אז רוב חסיד'ישע אידן וועללן וואוטן פאר טראמפ. זיי וויללן אבער צו ציען דעם חסיד'ישן עולם. און דו האסט א הוה אמינא אז הרב משה מנחם טירנויער שליט"ע וועט צו לאזן זיין עולם אז זיי זאללן וואוטן פאר א טמא'נע אישה. (עלעקשאנס ב'מאנטריאל יוכיח.) ממילא האבן די הויפט פיהרערס פון די דעמאקראטן אויסגעקליבן דעם גולם און עבר ובטל דזשאו ביידן. אבער עכט א וואוט פאר ביידן איז א וואוט פאר קאמיללא העריס. (וועלכע איז א באהאלטענע איד. און א גרויסע ציוני.)...!
נ.ב.:
מיין אפשאצונג פונ'ם מצב זאלל גענומען ווערן מיט א ביסל זאלץ און א שמייכל...!

אונטער חכם » זונטאג אקטאבער 25, 2020 10:59 pm

· #461429
Re: אויב טראמפ גייט געווינען...
קורקלענד
ס'נישט קיין קאוויד אשכול און איך וויל נישט פארדרייען. אבער ביטע קומט אריין אין א קאוויד אשכול מיט א קאמפעריסאן, ווער ס'האט געטוהן בעסער ווי אמעריקע וכו'...און וואס אמעריקע וואלט געקענט טוהן בעסער ווי ס'האט געטוהן. אויך וואלט איך געוואלט וויסן צו נאר טראמפּ איז שולדיג אדער צו די גאווערנאר'ס פון די שטאטן זענען אויך שולדיג? זענען געוויסע אמעריקאנער שטאטן געווען בעסער ווי אנדערע? אויב יא פארוואס? האט עס מיט וואשינגטאן? טראמפּ?

אבער ביטע נישט אין די אשכול.
איך זוך אויך נישט צו טענה'ן, איך רעד פון א סימפל פאקט, מען דארף נישט מאכן קיין גרויסע קאמפעריסאנס, "אלע" פארגעשריטענע לענדער האבן געטון סאך בעסער ווי אמעריקע די לעצטע פינף חדשים, וואס אמעריקע האט געדארפט טון אנדערש, ווייס איך נישט, איך ווייס נאר אז די אלע אנדערע לענדער האבן עס אויסגעפיגערט.

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 12:00 am

· #461434
אונטער חכם: איך מיין אז דו האסט געמאכט א טעות. ס'פעלט נאך א יו"ד.
דו זאגסט אז אלע אנדערע לענדער האבן עס אויסגעפיגערט. אלע אנדערע לענדער האבן עס אויס געפייגער'ט. כצ"ל...!

אספקלריה » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 2:21 pm

· #461470
מחק

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 6:39 pm

· #461593
כ'בין פונקט נעכטן געווען ביי איינעם אין שטוב און די טעלעוויזיע איז געווען אנגעצינדן און דער פרעזידענט האט דארט גערעדט ביי עפעס א ראלי, כ'האב דעמאלטס אנגעפאנגען צו כאפן פארוואס ס'דא מענטשן וואס קענען איהם נישט דולדן, דער רעדט דאך ווי אזא בעיבי, ס'איז פשוט נישט צום פארשטיין וויאזוי א מענטש וואס רעדט אזוי קען זיין דער פרעזידענט פון אמעריקע. ווען איך וואלט געווען א סנאב וואלט איך מן הסתם געהאסט דעם מענטש עד כדי רציחה ממש.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 6:42 pm

· #461596
כ'האב אים קיינמאל בעפאר געזעהן רעדן ביי א ראלי, איך האב נישט קיין טעלעוויזיע אין שטוב. כ'האב אלץ געוואוסט אז ער האט א לויזע צונג, אבער אויף אזוי ווייט האב איך נישט געוואוסט, ער האט נישט סתם א לויזע צונג, ער רעדט פשוט ווי א חדר אינגל. נישט אז איך האלט אז ס'איז עפעס שלעכט דערמיט, כ'פארשטיי נאר פארוואס געוויסע מענטשן האבן איהם נישט ליעב.

הרב שיף » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 7:18 pm

· #461600
ווען ער איז געלאפען די ערשטע מאל האב איך נישט געהאלטען פון אים, צוליב זיין רעדען, ב"ה איך האב אים נישט געהערט די לעצטע פיר יאר, נאר געזעהן זיינע מעשים, און מיט דעם בין איך אקעי. ווי ארויס געברענגט ביי האט איר געטוישט אייער מיינונג.

קאצקע ציקער » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 7:35 pm

· #461601
רביה''ק זי''ע
כ'האב אים קיינמאל בעפאר געזעהן רעדן ביי א ראלי, איך האב נישט קיין טעלעוויזיע אין שטוב..

אזוי ווי יענער זאגט איך קיק נישט קיין טעליוויזיע איך קיק נאר אויף יוטוב פאקס נוז...

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 8:54 pm

· #461603
הרב שיף
ווען ער איז געלאפען די ערשטע מאל האב איך נישט געהאלטען פון אים, צוליב זיין רעדען,

גראדע האב איך זייער ליעב זיין וועג פון רעדן, כאטש צומאל גייט ער היבש אויף די נערוון. ער רעדט מיט אזא פרישקייט און שטויסט און בריקעט צו אלע זייטן, ס'מיר אבער געווען א חידוש צו הערן א מענטש רעדן אזוי פאר אן עולם. צ.ב. ווען ער רעדט פון אבאמא זאגט ער ארויס זיין פולע נאמען "באראק חוסעין אבאמא", די ערשטע מאל כ'האב עס געהערט האב איך אויסגעפלאצט, די דריטע מאל איז עס אבער שוין געווען קארני, אבער גערעכט איז ער, ווילאנג אבאמא וועט לייקענען אז ער איז (אדער פלעגט זיין) א מוסולמענער זאל מען עס איהם טאקע אריינהאקן אין קאפ איינמאל און נאכאמאל.

למעשה די טראמפ קעגנערשאפט קומט מיר פאר בערך אזויווי די כפרות קעגנערשאפט, ס'דא אזעלכע סארט מענטשן וואס ס'גייט זיי אריין א דשוק אין קאפ אז "דאס איז פרימיטיוו/נאריש" און גיי נאכדעם רעד מיט זיי פראקטישקייט, ס'איז פשוט נישט דא מיט וועם צו רעדן. זיי זענען גרייט זיך מקריב צו זיין אויפ'ן מזבח פון אויפגעקלערטקייט, זיי זענען סטאק אין א וועלט פון אידיאליזם, און זיי ווילן נישט הערן פון עפעס אנדערש.

גאנצל » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 12:00 am

· #461611
המאור הגדול הרב העניך

דאס נעמען טראמפס שוואכע זייט און גענצליך איגנארירן זיין גוטע זייט

אוי ווי בין איך אזוי שנעל געלאפן קודם א יישר כח פאר דיין הערליכע אנאליז

יעצט איך האב נישט דיין שפראך שריפט מסודרדיגייט און ליבע צום פעדער אז איך זאל קענען מרחיב זיין ע"כ וועל איך פראבירן דרכי בקוצר

טראמפ האט זיך צו זיך א גוטע זייט ער האט הארץ ליבע צו צובראכענע אויך מ'קען דאס זעין ביי אסאך פעלער אוודאי ווען ס'קומט צו רעאגירן איז נישטא די זאך וואס זאל אים אפשטעלן אבער פארט האט ער א גוטע זייט צו זיך אויך

איך האלט אז וואס ער טוט פאר אמעריקא איז א חלק דערפון ווייל ער וויל באמת העלפן אמעריקא ער טוט פאר אמעריקא גאנץ פאפולערע פאליסיס ס'איז אפשר קאנסערוואטיוו סאו קאלד רעכט אבער זינט ווען רופט מען אן א פאליסי רציחה

דעס גאנצע אנקוקן טראמפ אזוי געפערליך און בפרט ווען ער פירט אויס אנגענומענע פאליסיס אלס זיין אייגענע שלעכטע שריט ער טוט דאס בלויז פאר שלעכטיקייט קומט פון יארן שווערע ארבעט פון די לינקע

ע"כ האט אייער גאנצע געשעצטע ארטיקל איין תירוץ

קורקלענד » מיטוואך נאוועמבער 4, 2020 10:47 am

· #462045
[ציטאט אראפגענומען]

איך איגנאריר שוין אנקעטעס יארן און אפשר פון היינט אן וועט העניך אויך איגנארירן די אנקעטעס, אבער זיי זענען ווייט פון פארמאכן די געשעפט. אנקעטעס וועט אי''ה ווייטער זיין א פראפעסיע און די עולם גולם וועט זיך ווידער אינטערעסירן. דער עולם וויל certainty און אנקעטעס געבן דער געפיל כאילו.

ס'איז א דבר פשוט מאוד אז איינער וואס גיבט אינפארמאציע פאר מיר וועט האבן א סיבה פארוואס ער טוהט דאס. די אלע פובליק אנקעטעס וואס טיילן די אינפארמאציע בחינם האבן קלאר א אינטערעסע אין מיר פיטערן אינפארמאציע, און ס'שווער צו מאכן די קעיס פארוואס זיי זאלן זיין אויפריכטיג. אבער די גרעסטע ראי'איז אז די אפיציעלע קאמפיינען שטייען ווייט פון פובליק אנקעטעס פאר פראקטישע באניץ. זיי נעמן עס נאר צו טרייבן מאמענטום אין די פובליק.

מנחם ציון » מיטוואך נאוועמבער 4, 2020 1:39 pm

· #462053
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס איז #4 נישט אקטועל אפגעזעהן ווער ס'געווינט?
אדער וועט איר זיך שפירן אפגעפרעמדט ווייל טראמפ געווינט אדער וועלן מיר זיך שפירן פרעמד צו אייך ווייל ביידען געווינט...... 😛

במדבר » מיטוואך נאוועמבער 4, 2020 9:30 pm

· #462083
און אויב טראמפ גייט נישט געווינען...

טראמפ האט יעצט אין א שמועס מיט היימישע עסקנים זיי בארוהיגט, אז אויב גייט זיך ארויסשטעלן אין די ענדע אז ער האט פארלוירן די וואלן, גייט ער זיך לאזן אויפבויען א גראנדיעזע היכל ה'טישן' אין בארא פארק. 😂

מ גפני » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2020 1:55 pm

· #462109
במדבר
און אויב טראמפ גייט נישט געווינען...

טראמפ האט יעצט אין א שמועס מיט היימישע עסקנים זיי בארוהיגט, אז אויב גייט זיך ארויסשטעלן אין די ענדע אז ער האט פארלוירן די וואלן, גייט ער זיך לאזן אויפבויען א גראנדיעזע היכל ה'טישן' אין בארא פארק. 😂


אך קען נישט זיין! ער האט דאך צוגעזאגט פאר סאטמאר אז ער ווערט ראש הקהל אנשטאט ריספלער..

קורקלענד » זונטאג נאוועמבער 8, 2020 10:33 am

· #462218
טראמפּ האט געהאט ניין מיליאן מער שטימעס ווי פיר יאר צוריק! זעהט נישט אויס ווי ער גייט אין ערגעץ. יא פרעזידענט, אדער נישט פרעזידענט.

אפשר האט ער פארלוירן די פרעזידענטשאפט אבער ער איז ווייט פון א פארלירער.

קורקלענד » זונטאג נאוועמבער 8, 2020 11:03 am

· #462225
די ווארט איז נישט וועלכע האט מער אדער וויפיל שטימען פון דער אנדערער. וואס איך ברענג ארויס איז אז טראמפּ לכשעצמו איז גארנישט שוואכער געווארן אין שטיצע, אדרבה ער איז פיל שטערקער געווארן. אין אנדערע ווערטער, ווען ער וואלט פארלוירן דורך א פאל ווי ער פארלירט שטיצע וואלט איר געהאט אויף וואס זיך צו פרייען. אבער אזויווי דער איז נאר געוואקסן, און אויב האט ער טאקע פארלוירן איז עס נאר ווייל די צד השני האט געבויט העכער איז אלעס וואס קומט מיט מיט איהם ווייט פון היסטאריע.